אמעריקאנע אמבאסאדאר ניק העילי רעזיגנירט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מ'רעדט דא פון העילי, אז זי האט רעזיגנירט. וועגן רוקן די אמבאסאדע קיין ירושלים איז דא אן עקסטערע אשכול.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל עובר האט געשריבן:נישט די פאלעסטינער האבן געמאכט די מלחמה.

די אראבישע לענדער האבן עס געמאכט.

עס האט דאן נישט עקזיסטירט קיין אפיציעלער פאלעסטינער פירערשאפט אדער רעגירונג, און זייער אפוטרופס אינטערנאציאנאל איז געווען די אראבישע לענדער ובראשם ירדן. די אומאפיצעלע פירער האבן אויך אפגעווארפן די יו ען פלאן און די ארטיגע אראבער האבן אנגעהויבן תיכף א ציווילער קריג. הערשט עטליכע מאנאטן שפעטער, נאכ'ן שאפן פון די מדינה, האבן זיך דערין אנגעשלאסן די אנדערע אראבישע לענדער.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גערעכט.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

מיט ראמני פאסט פאר יו ען אמבאסאדער ?
Good Bey
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good Bey »

דברים אלו האט געשריבן:מיט ראמני פאסט פאר יו ען אמבאסאדער ?

נע דעיס גייט קיינמאל נישט געשען ער לויפט יעצט פאר סענאטער און די ריפאליקאנס דארפן יעדע סענאטער און טראמפ אליינס אויב ער איז קלוג גייט ער דעיס קיינמאל נישט טוהן...
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

Good Bey האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:מיט ראמני פאסט פאר יו ען אמבאסאדער ?

נע דעיס גייט קיינמאל נישט געשען ער לויפט יעצט פאר סענאטער און די ריפאליקאנס דארפן יעדע סענאטער און טראמפ אליינס אויב ער איז קלוג גייט ער דעיס קיינמאל נישט טוהן...

איך הער


אינטערסאנט אז מען געט דעם זשאב פאר א פרוי רוב מאל כאטש סאיז היפש. טאף
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

דברים אלו האט געשריבן:
Good Bey האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:מיט ראמני פאסט פאר יו ען אמבאסאדער ?

נע דעיס גייט קיינמאל נישט געשען ער לויפט יעצט פאר סענאטער און די ריפאליקאנס דארפן יעדע סענאטער און טראמפ אליינס אויב ער איז קלוג גייט ער דעיס קיינמאל נישט טוהן...

איך הער


אינטערסאנט אז מען געט דעם זשאב פאר א פרוי רוב מאל כאטש סאיז היפש. טאף


די וואס מנעמט, רופט מען "א מאמע מיט הויזן"
איפה פייוויש?
דא בין איך
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

וואס הייסט טאף? דאכט זיך אז עס זענען נישט דא קיין גרויסע מעשים דארטן, עס איז אלעס בלויז רעדן, נו, רעדן קענען "זיי " דאך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ביי א פריוואטע קאנסערוואטיווע קאנפערענץ האט די ארויסגייענדיגע יו.ען. אמבאסאדארקע ניקי העילי האט צום ערשטן מאל זיך ערלויבט צו ארויסגעבן סודות פון חדר איבער איר טערמין אלס אמבאסאדע צום יו.ען. און איינע פון אמעריקע׳ס העכסטע דיפלאמאטן, און האט זיך געוויצלט איבער איר בעל הבית פרעזידענט טראמפ.

העילי האט געשילדערט פאר די פארזאמלטע אז זי האט אנשטאט בארואיגן וועלט פירער איבער טראמפ׳ס נאטור פון נעמען אומגעראכטענע און איבערגעאיילטע שריט האט זי זיי געמאכט נאך מער באזארגט, און אזוי ארום עס גענוצט אלס דיפלאמאטישע וואפן.

זי האט פארציילט וויאזוי זי האט געווארנט די כינעזער באאמטע אז ״מיין פרעזידענט קען מען נישט אויסרעכענען, איך האב מורא אז ער וועט נעמען געאיילטע שריט און אטאקירן נארט קארעא״ און אזוי ארום האט זי געברענגט דערצו אז די כינעזער זאלן שטימען מיט אמעריקע איבער שטרענגערע סאנקציעס פאר נארט קארעא.

זי האט אויך געזאגט אז זי האט פרובירט צו בעטן פון טראמפ אז ער זאל זיך אויפפירן מער דיפלאמאטיש ווען ער איז געקומען האלטן זיין רעדע ביים יו.ען. ״מיסטער פרעזידענט, דאס איז נישט קיין טראמפ ראלי, דאס איז די יו.ען.״ האט זיך אים געזאגט, און לויט ווי זי זאגט האט דער פרעזידענט געלאכט און אנגענומען די קריטיק.

העילי ווערט אויסגעלויבט איבער די וועלט אלס א גלענצדנע דיפלאמאט, טראץ וואס זי האט נישט געהאט קיין ערפארונג פון פריער אין דיפלאמאטיע, זי האט געזאגט ביים דעם פארזאמלונג אז זי האט באקומען ראט אויף טריט און שריט פונעם געוועזענער סעקערטערי אף סטעיט הענרי קיסינדשער, מערקווירדיג אז אויך קיסינזשער פלעגט זיך באנוצן מיט דעם טאקטיק, און געווארנט וועלט פירער איבער דעם ״געפארפולער״ פרעזידענט ניקסאן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

עס איז גאנץ אינטערסאנט אז קיסינדזשער איז נאך אין די כלים.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3995
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

א נייער האט געשריבן:עס איז גאנץ אינטערסאנט אז קיסינדזשער איז נאך אין די כלים.

קישן וועמען?... #לעצטע געדאנק
:grin:
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7667
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

העילי האט נעכטען בײ די על סמיט דיננער געזאגט אז די יודן האבן איר געזאגט אז זי איז אזא ודן פרײנט אז די יודן האבן איר באטיטלט מיטן צינאמען "שיקסע"
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

abeg האט געשריבן:העילי האט נעכטען בײ די על סמיט דיננער געזאגט אז די יודן האבן איר געזאגט אז זי איז אזא ודן פרײנט אז די יודן האבן איר באטיטלט מיטן צינאמען "שיקסע"
אטעטשמענטס
5CB09044-3728-4E3C-953D-C5E93CBD9406.jpeg
5CB09044-3728-4E3C-953D-C5E93CBD9406.jpeg (111.12 KiB) געזען 1486 מאל
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

פעיק נוז האט געשריבן:ביי א פריוואטע קאנסערוואטיווע קאנפערענץ האט די ארויסגייענדיגע יו.ען. אמבאסאדארקע ניקי העילי האט צום ערשטן מאל זיך ערלויבט צו ארויסגעבן סודות פון חדר איבער איר טערמין אלס אמבאסאדע צום יו.ען. און איינע פון אמעריקע׳ס העכסטע דיפלאמאטן, און האט זיך געוויצלט איבער איר בעל הבית פרעזידענט טראמפ.

העילי האט געשילדערט פאר די פארזאמלטע אז זי האט אנשטאט בארואיגן וועלט פירער איבער טראמפ׳ס נאטור פון נעמען אומגעראכטענע און איבערגעאיילטע שריט האט זי זיי געמאכט נאך מער באזארגט, און אזוי ארום עס גענוצט אלס דיפלאמאטישע וואפן.

זי האט פארציילט וויאזוי זי האט געווארנט די כינעזער באאמטע אז ״מיין פרעזידענט קען מען נישט אויסרעכענען, איך האב מורא אז ער וועט נעמען געאיילטע שריט און אטאקירן נארט קארעא״ און אזוי ארום האט זי געברענגט דערצו אז די כינעזער זאלן שטימען מיט אמעריקע איבער שטרענגערע סאנקציעס פאר נארט קארעא.

זי האט אויך געזאגט אז זי האט פרובירט צו בעטן פון טראמפ אז ער זאל זיך אויפפירן מער דיפלאמאטיש ווען ער איז געקומען האלטן זיין רעדע ביים יו.ען. ״מיסטער פרעזידענט, דאס איז נישט קיין טראמפ ראלי, דאס איז די יו.ען.״ האט זיך אים געזאגט, און לויט ווי זי זאגט האט דער פרעזידענט געלאכט און אנגענומען די קריטיק.

העילי ווערט אויסגעלויבט איבער די וועלט אלס א גלענצדנע דיפלאמאט, טראץ וואס זי האט נישט געהאט קיין ערפארונג פון פריער אין דיפלאמאטיע, זי האט געזאגט ביים דעם פארזאמלונג אז זי האט באקומען ראט אויף טריט און שריט פונעם געוועזענער סעקערטערי אף סטעיט הענרי קיסינדשער, מערקווירדיג אז אויך קיסינזשער פלעגט זיך באנוצן מיט דעם טאקטיק, און געווארנט וועלט פירער איבער דעם ״געפארפולער״ פרעזידענט ניקסאן.

שמעון ראלניצקי אין די שטערן האט אמאל שפעקעלירט אז טראמפ וויל נעמען די זעלבע סטראטעגיע ווי ניקסאן.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

עס איז שוין געווען באריכטעט דא לאאאננג צוריק אז טראמפ האט געזאגט פאר דעם אמעריקאנעם טרעיד פארהאנדלער מיט דרום קארעא אז ער זאל זיי זאגן אז טראמפ איז פיל מער משוגע ווי זיי מיינען און ס'נישט כדאי אים אויפצורעגן..
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”