טויט פון סאודי'ער זשורנאליסט דורך סאודי אראביע אין טערקיי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:27 pm

Think and Thank האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אדרבה, זאל איינער אנווייזן אויף סיי וועלכע פריערדיגע פרעזידענט וואס האט איינגעזען קלוגשאפט אין א דיקטאטור, איך רעד פון דאס עצם סוקסעס און דיקטאטורשאפט אזוי ווי טראמפ זאגט אויף קימעלע.

אדער ווייזט מיר אן סיי וועלכע פריערדיגע אנערקענטע פרעזידענט/ סענאטאר וכדו' וואס זאל אפלאכן ברבים פון א טענה אז פוטין מערדערט זיינע קעגנער, נאכדערצו מיט אזא מאדנע
טענה אז אמעריקע טוט די זעלבע זאך...



צל עובר האט געשריבן:בקיצור די גאנצע שמועס, אמעריקע האט אלעמאל זיך אהער געשטעלט, און טאקע בעיקר רעיגן מיט בוש, אלס די מאראלישע לאנד וואס שטעלט זיך קעגן איוועל, דאס האט טראמפ גע'ענדיגט, קאמפליעטלי.


צל עובר האט געשריבן:איך רעד נישט פון וואס מען האט געטון, איך רעד פון וואס מען פרעטענד, אזא סטעיטמענט ווי טראמפ'ס סטעיטמענט, איז נאך נישט געווען.


דער מייסד פון פראגרעסיוויזם, פרענקלין דעלאנא רוזוועלט, האט געזאגט אויפ'ן צווייט-גרעסטן מאסן מערדער אין די וועלט'ס היסטאריע יאזעף סטאלין ימ''ש אז ער איז א “truly representative of the heart and soul of Russia" און אז ער איז “a man of the people."
(דערמאנט אביסל פון אן אנדערע פרעזידענט'ס לויב אויף קים יאנג און אז ער איז "A talented man who loves his country very much.")

פרעזידענט ניקסאן האט צוגעגליכן מאאו צעדאנג, דער גרעסטע מאסן מערדער אין היסטאריע (חוץ אפשר קין וועלכע האט אויסגע'הרג'עט א פערטל וועלט...), צו דזשארדזש וואשינגטאן און אנדערע פירער פון די אמעריקאנער רעוואלוציע.

דזשאן עף קענעדי האט אויסגעלויבט די פראגרעס וואס פרעזידענט פארק טשאנג הי פון דרום קארעא (דער פאטער פון דער נארוואס ארויסגעשטויסענעם פרעזידענט פונ'ם זעלבן לאנד) האט געמאכט אין זיין לאנד. דער דאזיגע פראגרעס האט, צווישן אנדערע, אריינגערעכנט זיין פארזאמלען קרוב צו הונדערט טויזנט מענטשן צום אויסשיסן ווען זיין אייגענער אינטעלידזשענס טשיף האט אינטערווענירט און אים געשאסן צום טויט.
#פארשריט

@צל דאסי פאר דיר:
ראנאלד רעיגען האט געזאגט אויף דעם מאסן מערדער פון גואטעמאלע ריאס מאנט:
“I know that President Rios Montt is a man of great personal integrity and commitment,”

דער זעלבער רעיגען האט אויסגעלויבט דער אינדאנעזיער פרעזידענט סוהארטא פאר זיין 'קלוגע און שטאנדהאפטיגע פירערשאפט.' די דאזיגע פירערשאפט האט אריינגענומען טויט סקוואדס וועלכע האבן דערמארדעט א האלב מיליאן מענטשן און געלייגט 750,000 מענטשן אין קאנצענטראציע לאגערן.

אום אויגוסט 2015 האט פרעזידענט באראק אבאמא, דער פאנטרעגער פון די ליבעראלער פרייהייט באוועגונג, אויסגערומט דער דיקטאטאר פון עטיאפיע - צוויי מאל - פאר'ן 'געווינען דעמאקראטישע וואלן'.


און די דאזיגע ארטיקל פון די וואשינגטאן פאוסט איז איין שטיק ליגנט, בפשטות במזיד.

------------------------

וואס נאך איז נייעס?

איך רעד פון דאס עצם סוקסעס און דיקטאטורשאפט אזוי ווי טראמפ זאגט אויף קימעלע.

אדער ווייזט מיר אן סיי וועלכע פריערדיגע אנערקענטע פרעזידענט/ סענאטאר וכדו' וואס זאל אפלאכן ברבים פון א טענה אז פוטין מערדערט זיינע קעגנער, נאכדערצו מיט אזא מאדנע
טענה אז אמעריקע טוט די זעלבע זאך...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 1:09 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:פעיק, איך רעד פון קאנפראנטירן די ענין פון דיקטאטורשאפט, טראמפ טוט עס נישט, ווי געזאגט אויב א דיקטאטור באדראעאט אמעריקע וועט טראמפ נישט זיין שוואך, אבער אויב פוטין הרג'עט זיינע קעגנער וועט ער אים נישט קאנפראנטירן, און דאס איז די נושא איצט אויפן טיש.

דאס איז וואס איך זאג, טראמפ'ס נישט קאנפראנטן ס"א האט גארנישט מיט קיין שוואכקייט צו דיקטאטורן, עס האט גאנץ אנדערע סיבות, און ער האט נישט קיין "שוואכקייט" צו דיקטאטרן.

יעדעס מאל וואס טראמפ האט זיך צוריק געהאלטן פון קריטיקירן א דיקטאטור וואס מען האט געשריגן אויף אים אז ער ווערט שוואך פאר דיקטאטורן, האט ער אלס געהאט א סיבה פארוואס ער האט נישט קריטיקירט, און כמעט קיין איינע פון אלע מאל איז נישט געווען די נושא די דיקטאטורשאפט זעלבסט.

אגב. גיב מיר א דוגמא ווי עס איז אויסגעקומען פאר טראמפ צו קאנפראטירן דיקטאטורשאפט זעלבסט, און ער האט עס נישט געטוהן, און די איינציגסטע סיבה וואס עס קען זיין אויף זיין נישט קריטיקירן, איז ווייל ער האט א שוואכקייט צו דיקטאטורן.


העי, טו דאס נישט צו מיר, האסט דאך שוין אנערקענט אז טראמפ האט א געוויסע חשיבות צו מאכט, האסט שוין אפילו מסכים געווען אז די פאלגענדע ווערטער איז אויסגעהאלטן
פעיק נוז האט געשריבן:
אז טראמפ האט נישט אזא שנאה צו דיקטאטורשאפט ווייל ער האט ביי נאטור רעספעקט פאר פאוערפול פירערשאפט, און ממילא פירט ער נישט קיין מלחמה מיט דיקטאטורשאפט בעצם.

און איצט פארלאנגסטו נאך ראיות?
גיב מיר א דוגמא ווי עס איז אויסגעקומען פאר טראמפ צו קאנפראטירן דיקטאטורשאפט זעלבסט, און ער האט עס נישט געטוהן, און די איינציגסטע סיבה וואס עס קען זיין אויף זיין נישט קריטיקירן, איז ווייל ער האט א שוואכקייט צו דיקטאטורן.


עניוועי, איך בין דאך א גוטער, וועל איך דיר געבן נאך איין דוגמה

ווען טראמפ איז געווען גרייט אראפצורייסן סאודי אראביע איבער די מארד האט ער זיי נישט אראפגעריסן פאר'ן הרג'ן אן אמעריקאנער בירגער, אדער פאר אינטערדריקן פרייהייט פון ווארט, אנטשטאט האט ער זיי אראפגעריסן פאר זייער זינלאזער קאווער אפ ,זאגענדיג "עס איז געווען די ערגסטע קאווער אפ אין די היסטאריע"

די סיבה איז פשוט, טראמפ רעגט זיך נישט אזוי שטארק ווען סאודי אראביע מען נעמט קעיר פון א צייטונג שרייבער א טראבל מעיקער, דאס איז נישט עפעס אויף וואס ער גייט מאכן א סטעיטמענט אנטקעגן בין סאלאמאן.

אבער ווען זיי טוען אזא אומדערהערטע שלאבערישע ארבעט ווי זיי האבן געטון, זיי האבן זיך אויסטערליש פארשמירט דאס פנים פאר די וועלט, ארויסגעוויזן א שטוינענדע אומקאמפעטענץ, דאס רעגט שוין אויף טראמפ, דאס איז עפעס אויף וואס טראמפ קוקט אראפ, און ער איז גרייט געווען צו פארשעמען סאודי אראביע און ארויסגעבן א סטעיטמענט פאר די וועלט צו זאגן אז סאודי אראביע "טויגט אויף כפרות"

האב איך שוין געברענגט א דוגמה...

היות קיינער האט מיר נישט געברענגט קיין הסברים אנדערש, איז ביזדערווייל דער פראופייל אויף טראמפ און מיין מח געבליבן מיט די הבנה אז "טראמפ האט נישט א פראבלעם צו סוקסעספולע דיקטאטורשאפט ווייל ער האט ביי נאטור רעספעקט פאר פאוערפול פירערשאפט, און ממילא פירט ער נישט קיין מלחמה מיט דיקטאטורשאפט בעצם"
יעדער וואס וויל קען זאגן זיינע סברות ווי איך בין זיך טועה, אבער עס איז מיר שוין נישט אינטערעסאנט צו מעיין זיין אין די נושא, העכסטענס וועל איך לעבן אין א טעות...

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 1:28 pm

Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@פעיק ניוז, כאמעיני שטעלט זיך נישט ארויס בכלל אלס פאליטישער פירער אז טראמפ זאל קענען נתפעל ווערן פון זיין חכמה, ער איז דארט אזוי ווי להבדיל אין היימישע שטעטלעך, דער רבי.

נאו וועי! כאמעיני איז אין איראן ווי להדיל ר' עובדי' יוסף זצ"ל איז געווען פאר די ש"ס פארטיי, און נאך מער.

וואס זאג איך אנדערש, איך רעד נישט פון להבדיל אידן אין אלגעמיין, איך רעד פון די סיסטעם אין די היימישע שטעטלעך, ספעסיפיקלי קרית יואל און סקווירא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 1:32 pm

Think and Thank האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אדרבה, זאל איינער אנווייזן אויף סיי וועלכע פריערדיגע פרעזידענט וואס האט איינגעזען קלוגשאפט אין א דיקטאטור, איך רעד פון דאס עצם סוקסעס און דיקטאטורשאפט אזוי ווי טראמפ זאגט אויף קימעלע.

אדער ווייזט מיר אן סיי וועלכע פריערדיגע אנערקענטע פרעזידענט/ סענאטאר וכדו' וואס זאל אפלאכן ברבים פון א טענה אז פוטין מערדערט זיינע קעגנער, נאכדערצו מיט אזא מאדנע
טענה אז אמעריקע טוט די זעלבע זאך...


צל עובר האט געשריבן:בקיצור די גאנצע שמועס, אמעריקע האט אלעמאל זיך אהער געשטעלט, און טאקע בעיקר רעיגן מיט בוש, אלס די מאראלישע לאנד וואס שטעלט זיך קעגן איוועל, דאס האט טראמפ גע'ענדיגט, קאמפליעטלי.


צל עובר האט געשריבן:איך רעד נישט פון וואס מען האט געטון, איך רעד פון וואס מען פרעטענד, אזא סטעיטמענט ווי טראמפ'ס סטעיטמענט, איז נאך נישט געווען.


דער מייסד פון פראגרעסיוויזם, פרענקלין דעלאנא רוזוועלט, האט געזאגט אויפ'ן צווייט-גרעסטן מאסן מערדער אין די וועלט'ס היסטאריע יאזעף סטאלין ימ''ש אז ער איז א “truly representative of the heart and soul of Russia" און אז ער איז “a man of the people."
(דערמאנט אביסל פון אן אנדערע פרעזידענט'ס לויב אויף קים יאנג און אז ער איז "A talented man who loves his country very much.")

פרעזידענט ניקסאן האט צוגעגליכן מאאו צעדאנג, דער גרעסטע מאסן מערדער אין היסטאריע (חוץ אפשר קין וועלכע האט אויסגע'הרג'עט א פערטל וועלט...), צו דזשארדזש וואשינגטאן און אנדערע פירער פון די אמעריקאנער רעוואלוציע.

דזשאן עף קענעדי האט אויסגעלויבט די פראגרעס וואס פרעזידענט פארק טשאנג הי פון דרום קארעא (דער פאטער פון דער נארוואס ארויסגעשטויסענעם פרעזידענט פונ'ם זעלבן לאנד) האט געמאכט אין זיין לאנד. דער דאזיגע פראגרעס האט, צווישן אנדערע, אריינגערעכנט זיין פארזאמלען קרוב צו הונדערט טויזנט מענטשן צום אויסשיסן ווען זיין אייגענער אינטעלידזשענס טשיף האט אינטערווענירט און אים געשאסן צום טויט.
#פארשריט

@צל דאסי פאר דיר:
ראנאלד רעיגען האט געזאגט אויף דעם מאסן מערדער פון גואטעמאלע ריאס מאנט:
“I know that President Rios Montt is a man of great personal integrity and commitment,”

דער זעלבער רעיגען האט אויסגעלויבט דער אינדאנעזיער פרעזידענט סוהארטא פאר זיין 'קלוגע און שטאנדהאפטיגע פירערשאפט.' די דאזיגע פירערשאפט האט אריינגענומען טויט סקוואדס וועלכע האבן דערמארדעט א האלב מיליאן מענטשן און געלייגט 750,000 מענטשן אין קאנצענטראציע לאגערן.

אום אויגוסט 2015 האט פרעזידענט באראק אבאמא, דער פאנטרעגער פון די ליבעראלער פרייהייט באוועגונג, אויסגערומט דער דיקטאטאר פון עטיאפיע - צוויי מאל - פאר'ן 'געווינען דעמאקראטישע וואלן'.


און די דאזיגע ארטיקל פון די וואשינגטאן פאוסט איז איין שטיק ליגנט, בפשטות במזיד.

------------------------

וואס נאך איז נייעס?

דו ביזט גערעכט מיט די פוינט. איך צי צוריק.

אבער למעשה האבן זיי זיך אפיציעל אוועקגעשטעלט אלס די פארטיידיגער פון גערעכטיקייט, וואס טראמפ טוט נישט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 1:36 pm

אז די רעדסט שוין פון רוזעוועלט, ער האט געהאט א אמעריקע פירסט פאליסי וואס האט געלאזט היטלער ימ"ש פירן אייראפע יארן, ביז אמעריקע האט שוין אויך געכאפט, ער האט נישט אריינגעלאזט עכטע רעפיודזשיס לכל הדיעות, הי"ד.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 1:44 pm

צל עובר האט געשריבן:אז די רעדסט שוין פון רוזעוועלט, ער האט געהאט א אמעריקע פירסט פאליסי וואס האט געלאזט היטלער ימ"ש פירן אייראפע יארן, ביז אמעריקע האט שוין אויך געכאפט, ער האט נישט אריינגעלאזט עכטע רעפיודזשיס לכל הדיעות, הי"ד.

RT

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 1:48 pm

מענין לענין שלא בענין סאודי אראביע, להגד שבחו של טראמפ וואס האט האסטיג געקענסעלט די פוטין מיטונג היינט ביים ג'י צוואנציג סאמיט.

איך געדענק נישט איינמאל אז טראמפ זאל נאכגעבן פאר פוטין אין זיין קאמפ מיט אוקריינע, טראמפ האט שוין עטליכע מאל גערעדט שארף דערוועגן

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:26 pm

דממה דקה האט געשריבן:וואס ווילסטו פון קענעדי ער איז שוין געשאסן געווארן 1963

און אשר על כן ווערן זיינע סטעיטמענט אויס?

FYI, ווען רוזוועלט איז געשטאנען איז קענעדי נאך געווען אין די ווינדלען.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:29 pm

צל עובר האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@פעיק ניוז, כאמעיני שטעלט זיך נישט ארויס בכלל אלס פאליטישער פירער אז טראמפ זאל קענען נתפעל ווערן פון זיין חכמה, ער איז דארט אזוי ווי להבדיל אין היימישע שטעטלעך, דער רבי.

נאו וועי! כאמעיני איז אין איראן ווי להדיל ר' עובדי' יוסף זצ"ל איז געווען פאר די ש"ס פארטיי, און נאך מער.

וואס זאג איך אנדערש, איך רעד נישט פון להבדיל אידן אין אלגעמיין, איך רעד פון די סיסטעם אין די היימישע שטעטלעך, ספעסיפיקלי קרית יואל און סקווירא.

בכלל נישט. אויב דער מעיאר פון קר''י באשליסט צו פייפן אויפ'ן רבי'ן קען דער רבי גיין קלאפן בארן, בעת וואס כומעיני'ס א ווארט איז דער גרעסטע לעגאלע קראפט אין איראן, און אויב דער פרעזידענט טראכט אפי' אנדערש קען ער גיין קלאפן בארן - אן זיין קאפ..
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 2:36 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אדרבה, זאל איינער אנווייזן אויף סיי וועלכע פריערדיגע פרעזידענט וואס האט איינגעזען קלוגשאפט אין א דיקטאטור, איך רעד פון דאס עצם סוקסעס און דיקטאטורשאפט אזוי ווי טראמפ זאגט אויף קימעלע.

אדער ווייזט מיר אן סיי וועלכע פריערדיגע אנערקענטע פרעזידענט/ סענאטאר וכדו' וואס זאל אפלאכן ברבים פון א טענה אז פוטין מערדערט זיינע קעגנער, נאכדערצו מיט אזא מאדנע
טענה אז אמעריקע טוט די זעלבע זאך...



איך רעד פון דאס עצם סוקסעס און דיקטאטורשאפט אזוי ווי טראמפ זאגט אויף קימעלע.

.

אקעי, האמיר לכבודך ארויסגענומען די שטיקלעך וועלכע לויבן דיקטאטארן פערזענליך נוסח סמארט קוקי און געלאזט בלויז לויב אויף די דיקטעיטערשיפ זעלבסט:

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:דער מייסד פון פראגרעסיוויזם, פרענקלין דעלאנא רוזוועלט, האט געזאגט אויפ'ן צווייט-גרעסטן מאסן מערדער אין די וועלט'ס היסטאריע יאזעף סטאלין ימ''ש אז ער איז “a man of the people."
(דערמאנט אביסל פון אן אנדערע פרעזידענט'ס לויב אויף קים יאנג און אז ער איז "A talented man who loves his country very much.")


דער זעלבער רעיגען האט אויסגעלויבט דער אינדאנעזיער פרעזידענט סוהארטא פאר זיין 'קלוגע און שטאנדהאפטיגע פירערשאפט.' די דאזיגע פירערשאפט האט אריינגענומען טויט סקוואדס וועלכע האבן דערמארדעט א האלב מיליאן מענטשן און געלייגט 750,000 מענטשן אין קאנצענטראציע לאגערן.

אום אויגוסט 2015 האט פרעזידענט באראק אבאמא, דער פאנטרעגער פון די ליבעראלער פרייהייט באוועגונג, אויסגערומט דער דיקטאטאר פון עטיאפיע - צוויי מאל - פאר'ן 'געווינען דעמאקראטישע וואלן'.
[/quote]
Innocent until proven Republican

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 3:03 pm

Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@פעיק ניוז, כאמעיני שטעלט זיך נישט ארויס בכלל אלס פאליטישער פירער אז טראמפ זאל קענען נתפעל ווערן פון זיין חכמה, ער איז דארט אזוי ווי להבדיל אין היימישע שטעטלעך, דער רבי.

נאו וועי! כאמעיני איז אין איראן ווי להדיל ר' עובדי' יוסף זצ"ל איז געווען פאר די ש"ס פארטיי, און נאך מער.

וואס זאג איך אנדערש, איך רעד נישט פון להבדיל אידן אין אלגעמיין, איך רעד פון די סיסטעם אין די היימישע שטעטלעך, ספעסיפיקלי קרית יואל און סקווירא.

בכלל נישט. אויב דער מעיאר פון קר''י באשליסט צו פייפן אויפ'ן רבי'ן קען דער רבי גיין קלאפן בארן, בעת וואס כומעיני'ס א ווארט איז דער גרעסטע לעגאלע קראפט אין איראן, און אויב דער פרעזידענט טראכט אפי' אנדערש קען ער גיין קלאפן בארן - אן זיין קאפ..

איך פארשטיי באמת נישט די גאנצע שמועס דא.

נאר איין הערה, אין קר''י אדער סקווירא אויב זאל דער מעיאר פייפן אויפן רבי'ן וועט ער נישט אויספירן, דער עולם איז באלעבוס נישט דער ערוועלטער מעיאר, און דער עולם וועט זיך אינגאנצן צו שטעלן צום רבי'ן, לכל הפחות ביי קומענדיגע וואלן וועט דער מעיאר זיין א פארגאנגעהייט.

-
היות מען רעדט פאר א ברייטער ציבור, דערינטער סענסיטיווע מענטשן, דארף מען קלארשטעלן אז דאס איז נאר א משל... קיינער איז נישט מדמה ח''ו סקווירא אדער קר''י רבי צום טמנ'עם גוי להבדיל אא'ה. און קיינער חלומט נישט אז דער סקווירא אדער קר''י מעיאר גייען זיך צוקריגן מיטן רבין...

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 3:08 pm

איך האב געוואלט ארויסברענגן אז כומעיני איז נישט פאליטישער בעה"ב, ער איז אזוי ווי להבדיל אלף אלפי אלפים, דער רבי אין איראן.

צל עובר האט געשריבן:בקיצור די גאנצע שמועס, אמעריקע האט אלעמאל זיך אהער געשטעלט, און טאקע בעיקר רעיגן מיט בוש, אלס די מאראלישע לאנד וואס שטעלט זיך קעגן איוועל, דאס האט טראמפ גע'ענדיגט, קאמפליעטלי.

@פעיק ניוז, כאמעיני שטעלט זיך נישט ארויס בכלל אלס פאליטישער פירער אז טראמפ זאל קענען נתפעל ווערן פון זיין חכמה, ער איז דארט אזוי ווי להבדיל אין היימישע שטעטלעך, דער רבי.

און אפילו אויב יא איז נאך דא די ביבי פעקטאר.


דאס איז מיין תגובה וואס @טינק ענד טענק האט געקוואויט.

איצטערט שטייסטו שוין פארוואס עס קומט אריין?

דיין הערה איז זייער וויכטיג.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 3:16 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:פעיק, איך רעד פון קאנפראנטירן די ענין פון דיקטאטורשאפט, טראמפ טוט עס נישט, ווי געזאגט אויב א דיקטאטור באדראעאט אמעריקע וועט טראמפ נישט זיין שוואך, אבער אויב פוטין הרג'עט זיינע קעגנער וועט ער אים נישט קאנפראנטירן, און דאס איז די נושא איצט אויפן טיש.

דאס איז וואס איך זאג, טראמפ'ס נישט קאנפראנטן ס"א האט גארנישט מיט קיין שוואכקייט צו דיקטאטורן, עס האט גאנץ אנדערע סיבות, און ער האט נישט קיין "שוואכקייט" צו דיקטאטרן.

יעדעס מאל וואס טראמפ האט זיך צוריק געהאלטן פון קריטיקירן א דיקטאטור וואס מען האט געשריגן אויף אים אז ער ווערט שוואך פאר דיקטאטורן, האט ער אלס געהאט א סיבה פארוואס ער האט נישט קריטיקירט, און כמעט קיין איינע פון אלע מאל איז נישט געווען די נושא די דיקטאטורשאפט זעלבסט.

אגב. גיב מיר א דוגמא ווי עס איז אויסגעקומען פאר טראמפ צו קאנפראטירן דיקטאטורשאפט זעלבסט, און ער האט עס נישט געטוהן, און די איינציגסטע סיבה וואס עס קען זיין אויף זיין נישט קריטיקירן, איז ווייל ער האט א שוואכקייט צו דיקטאטורן.


העי, טו דאס נישט צו מיר, האסט דאך שוין אנערקענט אז טראמפ האט א געוויסע חשיבות צו מאכט, האסט שוין אפילו מסכים געווען אז די פאלגענדע ווערטער איז אויסגעהאלטן
פעיק נוז האט געשריבן:
אז טראמפ האט נישט אזא שנאה צו דיקטאטורשאפט ווייל ער האט ביי נאטור רעספעקט פאר פאוערפול פירערשאפט, און ממילא פירט ער נישט קיין מלחמה מיט דיקטאטורשאפט בעצם.

איך האלט אז טראמפ האט א חשיבות צו פאוער, דאס בעיסד איך אויף וויאזוי איך לערן אפ זיין פערסאנאליטי, דאס איז ער.

יעצט, די פראבלעם וואס איך האב נאר איז, אז יעדעס מאל וואס ער האט נישט אראפגעריסן א דיקטאטור דארט וואו מען האט געוואלט אז ער זאל אראפרייסן, האט מען אלעמאל געשריגן אז דאס קומט מחמת זיין "שוואכקייט" צו דיקטאטורן,
אויף דעם זאג איך אז יעדעס מאל איז געווען א סיבה פארוואס ער האט עס נישט געטוהן, דאס אז מען האט אזוי געשריגן אויף טראמפ איז א פאקט, אפשר נישט דו אבער אסאך אנדערע יא.

יעצט לגבי די חלק אז ער רייסט נישט אראפ דיקטאטורשאפט זעלבסט, דאס איז נאכנישט איבערגעוויזן געווארן אין די מציאות, דו האלטסט אז ער וואלט עס נישט געטוהן בעיסד אויף דיין מיינונג אז ער איז מחשיב פאוער און פירערשאפט? איך הער דיין מיינונג, אבער איך קוק עס נישט אהן אזוי, איך האלט אז ער איז טאקע מחשיב פאוער אבער ער איז נישט מחשיב קיין דיקטאטורשאפט, און דאס וואס איך האב געשריבן אין די קוואט וואס דו האסט געברענגט האב איך געשריבן 'לדעתך'.
און איצט פארלאנגסטו נאך ראיות?


גיב מיר א דוגמא ווי עס איז אויסגעקומען פאר טראמפ צו קאנפראטירן דיקטאטורשאפט זעלבסט, און ער האט עס נישט געטוהן, און די איינציגסטע סיבה וואס עס קען זיין אויף זיין נישט קריטיקירן, איז ווייל ער האט א שוואכקייט צו דיקטאטורן.


עניוועי, איך בין דאך א גוטער, וועל איך דיר געבן נאך איין דוגמה

ווען טראמפ איז געווען גרייט אראפצורייסן סאודי אראביע איבער די מארד האט ער זיי נישט אראפגעריסן פאר'ן הרג'ן אן אמעריקאנער בירגער, אדער פאר אינטערדריקן פרייהייט פון ווארט, אנטשטאט האט ער זיי אראפגעריסן פאר זייער זינלאזער קאווער אפ ,זאגענדיג "עס איז געווען די ערגסטע קאווער אפ אין די היסטאריע"

די סיבה איז פשוט, טראמפ רעגט זיך נישט אזוי שטארק ווען סאודי אראביע מען נעמט קעיר פון א צייטונג שרייבער א טראבל מעיקער, דאס איז נישט עפעס אויף וואס ער גייט מאכן א סטעיטמענט אנטקעגן בין סאלאמאן.

אבער ווען זיי טוען אזא אומדערהערטע שלאבערישע ארבעט ווי זיי האבן געטון, זיי האבן זיך אויסטערליש פארשמירט דאס פנים פאר די וועלט, ארויסגעוויזן א שטוינענדע אומקאמפעטענץ, דאס רעגט שוין אויף טראמפ, דאס איז עפעס אויף וואס טראמפ קוקט אראפ, און ער איז גרייט געווען צו פארשעמען סאודי אראביע און ארויסגעבן א סטעיטמענט פאר די וועלט צו זאגן אז סאודי אראביע "טויגט אויף כפרות"

האב איך שוין געברענגט א דוגמה...


כאפסט נישט, אויב זאל טראמפ אראפרייסן סאודי אראביע פארן אים הארגענען זעלבסט, איז ער דאך אטוימאטיש מודה אז זיי האבן אים געהארגעט, און דאס וויל ער דאך נישט, ממילא האט ער באשלאסן נאר צו זאגן אז ווער עס זאל אים נאר נישט האבן געהארגעט האט געטוהן זייער א שוואכע ארבעט.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 3:21 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:מענין לענין שלא בענין סאודי אראביע, להגד שבחו של טראמפ וואס האט האסטיג געקענסעלט די פוטין מיטונג היינט ביים ג'י צוואנציג סאמיט.

איך געדענק נישט איינמאל אז טראמפ זאל נאכגעבן פאר פוטין אין זיין קאמפ מיט אוקריינע, טראמפ האט שוין עטליכע מאל גערעדט שארף דערוועגן

איי ער האט רעספעקט פאר פאוער?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 3:33 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
כאפסט נישט, אויב זאל טראמפ אראפרייסן סאודי אראביע פארן אים הארגענען זעלבסט, איז ער דאך אטוימאטיש מודה אז זיי האבן אים געהארגעט, און דאס וויל ער דאך נישט, ממילא האט ער באשלאסן נאר צו זאגן אז ווער עס זאל אים נאר נישט האבן געהארגעט האט געטוהן זייער א שוואכע ארבעט.

דאס איז נישט קיין סברה בכלל. סאודי אראביע האט שוין מודה געווען אז זיי האבן אים ערמארדערט. און די קריטיק קען גיין אויף דעם מערדער אן דערמאנען דעם פרינץ אזוי ווי עס קען גיין אויפן בעל הקאווער אפ

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:24 pm

סענעטאר רוביא האט היינט גערעדט 11 מינוט אין סענאט, ווי ער האט זייער שיין מסביר געווען זיין מהלך לגבי סאודי אראביע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:53 pm

צל עובר האט געשריבן:סענעטאר רוביא האט היינט גערעדט 11 מינוט אין סענאט, ווי ער האט זייער שיין מסביר געווען זיין מהלך לגבי סאודי אראביע.

אז?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 6:00 pm

מען ברויך זיי שטעלן אין פלאץ זייער וויכטיג, מען ברויך פייטן פאר יומען רייטס סיי פאר מאראליטי סיי פאר אמעריקע'ס אינטערעסן, אבער אויפהערן שטיצן די מלחמה אין תימן איז נישט דער וועג, ער בעט די סענעטארן וואס האבן געשטימט אז מען זאל ווייטער גיין מיט די ביל, וואס איז טאקע זייער א שטאקע מעסעדזש פאר די אדמיניסטראציע, זאלן שטימען קעגן דעם ביי די עקטשועל וואויט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 7:53 pm

און וואס איז יא דער וועג לויט אים?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 8:13 pm

אינוואויקן מעגניצקי עקט, קלאר מאכן אז איט דאזנט ווארק דיס וועי, סענקשענס, וכדומה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 8:30 pm

די איינוואוינער פון די געגענט און וואשינגטאן די סי ארום די סאודישע אמבאסאדא האבן היינט געשטימט צו טוישן די נאמען פון גאס פארנט פון די אמבאסאדא געביידע צו "דזשאמאל קאשאגי"

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 9:40 pm

הכל הבל האט געשריבן:די איינוואוינער פון די געגענט און וואשינגטאן די סי ארום די סאודישע אמבאסאדא האבן היינט געשטימט צו טוישן די נאמען פון גאס פארנט פון די אמבאסאדא געביידע צו "דזשאמאל קאשאגי"

חחחחח

קענען טאקע אפאר מענטשען אזוי לייכטערהייט אנפראסקענען סאודי אראביע? ווער עס וואוינט אויף יענע 2 גאסן קען טוישן די נאמען?
קענען די איינוואוינער בשכנות פון די רוסישע אמבאסאדע טוישן די נאמען פון די גאס צו "נאטא" ?

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 2:02 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@פעיק ניוז, כאמעיני שטעלט זיך נישט ארויס בכלל אלס פאליטישער פירער אז טראמפ זאל קענען נתפעל ווערן פון זיין חכמה, ער איז דארט אזוי ווי להבדיל אין היימישע שטעטלעך, דער רבי.

נאו וועי! כאמעיני איז אין איראן ווי להדיל ר' עובדי' יוסף זצ"ל איז געווען פאר די ש"ס פארטיי, און נאך מער.

וואס זאג איך אנדערש, איך רעד נישט פון להבדיל אידן אין אלגעמיין, איך רעד פון די סיסטעם אין די היימישע שטעטלעך, ספעסיפיקלי קרית יואל און סקווירא.

בכלל נישט. אויב דער מעיאר פון קר''י באשליסט צו פייפן אויפ'ן רבי'ן קען דער רבי גיין קלאפן בארן, בעת וואס כומעיני'ס א ווארט איז דער גרעסטע לעגאלע קראפט אין איראן, און אויב דער פרעזידענט טראכט אפי' אנדערש קען ער גיין קלאפן בארן - אן זיין קאפ..

איך פארשטיי באמת נישט די גאנצע שמועס דא.

נאר איין הערה, אין קר''י אדער סקווירא אויב זאל דער מעיאר פייפן אויפן רבי'ן וועט ער נישט אויספירן, דער עולם איז באלעבוס נישט דער ערוועלטער מעיאר, און דער עולם וועט זיך אינגאנצן צו שטעלן צום רבי'ן, לכל הפחות ביי קומענדיגע וואלן וועט דער מעיאר זיין א פארגאנגעהייט.

-
היות מען רעדט פאר א ברייטער ציבור, דערינטער סענסיטיווע מענטשן, דארף מען קלארשטעלן אז דאס איז נאר א משל... קיינער איז נישט מדמה ח''ו סקווירא אדער קר''י רבי צום טמנ'עם גוי להבדיל אא'ה. און קיינער חלומט נישט אז דער סקווירא אדער קר''י מעיאר גייען זיך צוקריגן מיטן רבין...

גענוי דאס איז דער חילוק. אין סקווירא וועט מען יענעם ארויסוואוטן ביי די נעקסטע וואלן מיט א לענדסלייד און דער נעקסטער מעיאר וועט מוזן צוריקדרייען וואס יענער האט געטון, בעת וואס להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות פעמים הטובות נסים - אופס... אין איראן, נישט נאר וואס דער פרעזידענט וועט תיכף פליען צוזאמען מיט זיין לעבן, נאר אפי' אן זיין פליען האט זיין ווארט נישט קיין קראפט, לעגאל אדער פאליטיש, קעגן כומעיני'ס ווארט.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 10:47 pm

פאמפעיא טענה'ט זייער שטארק אויף בליצער אז עס איז נישט דא קיין שום דירעקט עווידענס אז בין סאלמאן האט געהייסן הרג'נען קאשוגדזשי. איבער וואס די CIA קאנקלוזשען וויל ער נישט רעדן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » זונטאג דעצמבער 02, 2018 4:35 pm

צל עובר האט געשריבן:פאמפעיא טענה'ט זייער שטארק אויף בליצער אז עס איז נישט דא קיין שום דירעקט עווידענס אז בין סאלמאן האט געהייסן הרג'נען קאשוגדזשי. איבער וואס די CIA קאנקלוזשען וויל ער נישט רעדן.

דו און איך ווייסן ווי שטארק דער אמעריקאנער פאלק גלייבט פאמפעיא. דאס איז נאך קיינמאל בעפאר נישט געווען אז מ'זאל פלעין נישט גלייבן אן אויסערן מיניסטער, און ער איז שילדיג אין דעם. פאקט צוזאם ליגענט איינס אויפן צווייטן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א מוח און 61 געסט