טויט פון סאודי'ער זשורנאליסט דורך סאודי אראביע אין טערקיי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:23 pm

ער האט נישט קיין שוואכקייט פאר קיין דיקטאטורן און ער איז נישט קיין אנטעסמיט, ער האט אויך נישט ספעציעל ליב די ווייסע ראסיסטן, ער האט א שוואכקייט אין מוח, נעבעך.

ער איז א "פאלנע משוגנס" מיט א פּאָר כללים און ווען איין כלל קלעשט מיטן צווייטן כלל פיקט וועלעכע עס איז חשוב'ער ביי אים.

ער האט געהאט א רבי אויף די כללים, דענק איך יעצט נישט זיין נאמען, ער איז מקיים "ומינה לא תזוע" אויף די פּאָר כללים.

דער מאן איז זייער פריטיקטעבל אויף יעדן אישו וויאזוי ער גייט ריעקטן.

מ'וואלט ווען באמת געדארפט שרייבן אן ארטיקל באריכות ובפרטיות מיט א געהעריגע אפשאצונג אויף זיין מוח שוואכקייט, אבער ער איז פשוט נישט ווערט די צייט.....

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:34 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווער איז געווען שטרענגער צו נאורט קארעא, טראמפ אדער אבאמא?

1 טראמפ האט גערעדט סאך ווילדער, אבאמא קען נישט רעדן אזוי ווילד. קיין איין נארמאלער מענטש וואלט נישט געזאגט אז ער האט א גרעסערע קנעפל.
2 ביידע זענען אייניג שטרענג. טראמפ האט -לויט ווי ווייט איך געדענק- נישט ארויפגעלייגט קיין ערענסטע סאנקציעס.


ווי קומט עס דא אריין?

זיכער האט טראמפ געהעכערט סאנקציעס! איך זע נאכנישט זיין שוואכקייט צו מאכטפולע מענטשן. נ.ק. איז טראמפ געווען שטרענגער, איראן איז טראמפ געווען שטרענגער, סאודי האט אבאמא נישט געלאזט ארויסגעבן 9/11 רעקארדס און טראמפ וויל נישט פארדאמען א מארד...

ערענסטע סאנקציעס? אז נישט איז ער נישט געווען שטרענגער.

--- ----

ער האט א פערזענליכע שוואכקייט צו מאכט. אריינגערעכנט צו דעם קליינעם פרעה פון נ.ק. וועם ער האט אנגערופן "סמארט קוקי" אנווייזענדיג אויף די פאקט אז ער האט באוויזן איבערצוקומען אלע שוועריגקייטן / קעגנער, און אז ער זיצט פעסט איבער נ.ק.
זיין התפעלותדיגער בליק בליק אויף קים'ס פעסטע האנט איבער נ.ק. לאזט אים אפילו נישט טראכטן איבער די פאקט אז דער קליינער קים האט עררייכט זיין מאכט דורך אויסגעמארדערן מאסן מענטשען. טראמפ זעט דא די סוקסעס פון איינקויפן מאכט! (איך גיי נישט אריין דא צו ער דארף עפעס טון דערצו, איך רעד פון די נקודה אז ער זעט אפילו נישט עפעס ראנג) בערך אזוי ווי ער האט געזאגט אז דאס וואס ער האט נישט געצאלט טעקס ווייזט אז ער איז קלוג!

ער איז אבער בהחלט נישט גרייט אז נ.ק. זאל האבן מיסילס וואס קענען שיסן נוקלעארע וואפן קיין אמעריקע השם ירחם. בהחלט נישט! ער וועט דאס פראבירן אפצושטעלן מיט אלע זיינע מעגליכקייטן!
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום מאנטאג נובעמבער 26, 2018 11:34 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:34 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ער האט נישט קיין שוואכקייט פאר קיין דיקטאטורן און ער איז נישט קיין אנטעסמיט, ער האט אויך נישט ספעציעל ליב די ווייסע ראסיסטן, ער האט א שוואכקייט אין מוח, נעבעך.


איין זאך איז ער נישט.
פאליטעקלי קארעקט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:36 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ער האט נישט קיין שוואכקייט פאר קיין דיקטאטורן און ער איז נישט קיין אנטעסמיט, ער האט אויך נישט ספעציעל ליב די ווייסע ראסיסטן, ער האט א שוואכקייט אין מוח, נעבעך.

ער איז א "פאלנע משוגנס" מיט א פּאָר כללים און ווען איין כלל קלעשט מיטן צווייטן כלל פיקט וועלעכע עס איז חשוב'ער ביי אים.

ער האט געהאט א רבי אויף די כללים, דענק איך יעצט נישט זיין נאמען, ער איז מקיים "ומינה לא תזוע" אויף די פּאָר כללים.

דער מאן איז זייער פריטיקטעבל אויף יעדן אישו וויאזוי ער גייט ריעקטן.

מ'וואלט ווען באמת געדארפט שרייבן אן ארטיקל באריכות ובפרטיות מיט א געהעריגע אפשאצונג אויף זיין מוח שוואכקייט, אבער ער איז פשוט נישט ווערט די צייט.....


גאנץ פיין געשריבן.

אגב, א לחיים צום צוויי טויזענסטן.

———
קול דערבארומדיג׳ער דופק
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:37 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ער האט נישט קיין שוואכקייט פאר קיין דיקטאטורן און ער איז נישט קיין אנטעסמיט, ער האט אויך נישט ספעציעל ליב די ווייסע ראסיסטן, ער האט א שוואכקייט אין מוח, נעבעך.


איין זאך איז ער נישט.
פאליטעקלי קארעקט.


יא, מסכים, 100%, פאליטקלי קארעקט מיט אים זענען שעטנז..........

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:44 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: שעטנז..........


איז ער פרעדיקטעבל אדער איז ער געשפינט און געדרייט?
מעיק אמעריקע גררר.... אנטשולדיגט, עהעם.. מעיק אפ יור מיינד!
--

מאזעלטאוו פאר דיינע שני אלפים

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1870
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:07 am

ער האט אנגערופן קים סמארט קוקי? דאס איז געווען נאכן אים אנרופן "ראקעט מען" און "איך האב נישט געזאגט אז ער איז נידריג און גראב..."

איך וואלטעס ענדערש אנגעקוקט ווי א שוואכקייט פאר זיינע דורכפעלער ווי איידער א שוואכקייט פאר נ.ק. פון וועמען ער האט געוויזן א שטייפע פויסט ווי קיינער בעפאר. ער פארנעמט שווער דעם פיל אז ער איז דורכגעפאלן. דאס אלעס.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:29 am

ער האט גערעדט ווילד, אבער ס'איז קלאר ניכר אז ער האט א געוויסע סארט פון רעספעקט/ווינדער איבער זיין "הצלחה" צו רעגירן איבער נ.ק.

דאס וואס ער האט אנגעוויזן אויף זיין הצלחה איבערצוקומען קעגנער - א קורצע צייט נאך די געוואגטע מארד אויף קים'ס ברודער - קומט פון טראמפ'ס אינערליכע חשיבות צו פאוער, עס איז נישט געווען טייל פון א שטעקן און מייער צוגאנג.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:55 am

טראמפ שעצט נישט קים, נאר ער פראבירט צו זיין נייס צו אים ווייל ער וויל מאכן א דיל מיט אים, ער כאפט נאר נישט אז פון זיין נייס און אים נישט אנרופן ראקעט מען ביזן רומען אלס א סמארט קוקי איז א שטיקל מהלך, נישט ממש אז ער פארשטייט עס נישט, נאר בשעתן זיך דאס אויסדריקן האט ער נישט געטראכט פארדעם, זיין קאפ פליט אים מיליאן מייל א שעה, און איינמאל ער האט דאס געזאגט גייט ער נישט צוריקבעקן ווייל טראמפ בעקט נישט צוריק...
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:30 am

הייסט עס אז זיי האבן טאקע געשאסן טעסט מיסילס די לעצטע יאר? פליז ...
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1870
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 6:05 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ער האט גערעדט ווילד, אבער ס'איז קלאר ניכר אז ער האט א געוויסע סארט פון רעספעקט/ווינדער איבער זיין "הצלחה" צו רעגירן איבער נ.ק.

דאס וואס ער האט אנגעוויזן אויף זיין הצלחה איבערצוקומען קעגנער - א קורצע צייט נאך די געוואגטע מארד אויף קים'ס ברודער - קומט פון טראמפ'ס אינערליכע חשיבות צו פאוער, עס איז נישט געווען טייל פון א שטעקן און מייער צוגאנג.

קלאר ווי די טאג? קיין בעסערע באווייזן פון דעם איז נישטא? הייסט אז אויף דעם איז געבויט דעם גאנצן היפאקריטישן טעמע איבער זיין 'שוואכקייט' צו סאודי אראביע....

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:54 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ער האט גערעדט ווילד, אבער ס'איז קלאר ניכר אז ער האט א געוויסע סארט פון רעספעקט/ווינדער איבער זיין "הצלחה" צו רעגירן איבער נ.ק.

דאס וואס ער האט אנגעוויזן אויף זיין הצלחה איבערצוקומען קעגנער - א קורצע צייט נאך די געוואגטע מארד אויף קים'ס ברודער - קומט פון טראמפ'ס אינערליכע חשיבות צו פאוער, עס איז נישט געווען טייל פון א שטעקן און מייער צוגאנג.

בקיצור, דו האסט שוין עפעס א "אפגעמאכטע אפשאצונג" אויף טראמפ (צו א אכטער צו א דרייער, וואט עווער עט איז), און אין יעדע זאך וואס ער טוהט גייסטו טרעפן דאס וואס עס שטימט לויט דיין אפגעמאכטע אפשאצונג אויף אים, און נישט אז דו גייסט אפמאכן דיין בליק אויף אים לויט וואס ער טוהט.

ביי דיר אין מח איז קלאר ניכר אז ווען ער זאגט אויף קים 'סמארט קוקי' קומט עס פון זיין שטארקע התפעלות פון זיין פאוער, איי וואס ער האט אים פאר דעם אנגערופן 'ראקעט מען' וכו' דאס איז געווען פשוטע כעס, לאמיר זאגן.

און לעומת זה איז דא אנדערע וואס קוקן עס אהן אז ווען ער האט געזאגט 'סמארט קוקי' האט ער אים געמיינט פשוט אריין צו חנפ'נען און אים אפקויפן.

איך וועל דיר זאגן, איך האלט אז ס'איז זיכער דא א פראצענט פון 'חשיבות' וואס ער האט פאר א פאוערפול מענטש, און עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם ווילאנג מען ווערט נישט שוואך פאר זיי, א מענטש האט רעכט צו האבן זיינע געפילן, אבער פון האבן ביי זיך אין הארץ א געוויסע מאס חשיבות ביז אז ער זאל ווערן "שוואך" פאר פאוער, איז א גאנג.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 11:17 am

טראמפ איז דאך א שרקעלעכע בטלן, ער ווייסט נישט וויאזוי מ'הענדעלט אזעלעכע סיטשועישענס, זיין פארגייער אבאמא ירום קרנים שלו האט גוט פארשטאנען וויאזוי מ'יז מסדר אזעלעכע חברה, און וויאזוי מ'ניגאושיעיטעד מיט זיי, ער וואלט שוין לאנג געשיקט פאר דעם שעיך א שיף מיט אפאר הונדרעט מיליאן קעש

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:17 pm

פעיק נוז האט געשריבן: איי וואס ער האט אים פאר דעם אנגערופן 'ראקעט מען' וכו' דאס איז געווען פשוטע כעס.


איך פארשטיי נישט די "קשיא" פון ראקעט מען. וויאזוי ווייזט עס אז ער איז נישט מחשיב פאוער?

איך וועל דיר זאגן, איך האלט אז ס'איז זיכער דא א פראצענט פון 'חשיבות' וואס ער האט פאר א פאוערפול מענטש, און עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם ווילאנג מען ווערט נישט שוואך פאר זיי, א מענטש האט רעכט צו האבן זיינע געפילן, אבער פון האבן ביי זיך אין הארץ א געוויסע מאס חשיבות ביז אז ער זאל ווערן "שוואך" פאר פאוער, איז א גאנג.

זאגסטו די זעלבע ווי מיר, איך האב שוין געשריבן אז טראמפ טוט אלעס און די וועלט צו סטאפן קים פון האבן נוקלעארע וואפן.
טראמפ איז נישט שוואך קעגן דיקטאטורן ווען ער האלט אז עס שאדט פאר די סעיפטי אדער עקענאמיע פון אמעריקע, (חוץ פוטין'ס אריינמישן זיך און די וואלן, וואס ער האלט נישט פאר א עכטע אישו)

זיין שוואכקייט זעט זיך אן ווען עס קומט צו קעמפן קעגן די עצם "דיקטאטורשאפט" ער האלט אז קים טויגט אייזן גוט און עס אינטערעסירט אים נישט אז ער איז א מערדער אויף זיינע אייגענע בירגער.

דער אמת איז אז איך בין אויך נתפעל פון זייער פארשריט און עררייכונג פון זייער ציהל, באמת, זיי זענען אנגעשראקן געווארן פון די ג-א-נ-צ-ע וועלט, ביטערע סאנקציעס, אבער זיי האבן עררייכט זייער ציהל פון האבן גאר פארגעשריטענע מיססילס און זיי האלטן גאר ווייט מיט נוקלעארע וואפן, איך בין נתפעל פון זייער אנטשלאסענקייט, זייער שטארקייט צו פייפן אויף די וועלט, די קלוגשאפט וואס זייערע דיפלאמאטן האבן ארויסגעוויזן, וכו'

אבער ווען איך זע דאס ארימקייט וואס הערשט אין לאנד, די ברוטאלע באנעמונג צו די בירגער, די נערישע פאר'געטערט'ע ברעין פוד וואס מען פיטערט דעם עולם, און איך זע א בילד ווי דער קים שפאצירט און לאנד מיט א גרויס שמייכל, אדער ווי ער זיצט ארומגענומען מיט גענעראלן 2 מאל זיין עלטער און מען זעט די אימה ופחד וואס איז אויסגעגאסן אויף זייערע פנים'ער, דאן כאפט מיר אן א גרויל און עקל, איך עקל זיך פון זיין שמייכל, פעך.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:30 pm

אדרבה, זאל איינער אנווייזן אויף סיי וועלכע פריערדיגע פרעזידענט וואס האט איינגעזען קלוגשאפט אין א דיקטאטור, איך רעד פון דאס עצם סוקסעס און דיקטאטורשאפט אזוי ווי טראמפ זאגט אויף קימעלע.

אדער ווייזט מיר אן סיי וועלכע פריערדיגע אנערקענטע פרעזידענט/ סענאטאר וכדו' וואס זאל אפלאכן ברבים פון א טענה אז פוטין מערדערט זיינע קעגנער, נאכדערצו מיט אזא מאדנע
טענה אז אמעריקע טוט די זעלבע זאך...

ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס טראמפ האט גערעדט אנטקעגן טשיינע'ס אינטערדריקונג פון דעמאקראטיע? קעגן נ.ק. ברוטאלע אינטערדריקונג? אפילו זיין אויסבראך אנטקעגן קאשאגי'ס מארד איז געווען מיט די שארפסטע ווערטער קעגן די נערישע קאווער אפ פון די שגץ שטיק! הערסט?

די איינציגע מאל ער איז געווען ריכטיג צושפילט אנטקעגן א דיקטאטור איז געווען ווען סיריע האט געשאסן כעמישע וואפן, און עס איז זייער פשוט פארוואס דארט איז אנדערש, עס איז א איראן געשטיצטער דיקטאטור וועלכע וואלט שוין לאנג געווען טאוסט ווען נישט רוסלאנד מיט איראן העלפן איר, אדער ווען נישט מדינת ישראל קען באשטיין אז באשאר על אסאד בלייבט אויפן בענקל. ער איז נישט קיין געלונגענער דיקטאטור, נישט קיין פאוערפול מענטש, און ער איז נאך דערצו א פריינט פון איראן, נישטא גארנישט וואס זאל איבערנעמן טראמפ!

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:48 pm

קלוגער האט געשריבן:טראמפ איז דאך א שרקעלעכע בטלן, ער ווייסט נישט וויאזוי מ'הענדעלט אזעלעכע סיטשועישענס, זיין פארגייער אבאמא ירום קרנים שלו האט גוט פארשטאנען וויאזוי מ'יז מסדר אזעלעכע חברה, און וויאזוי מ'ניגאושיעיטעד מיט זיי, ער וואלט שוין לאנג געשיקט פאר דעם שעיך א שיף מיט אפאר הונדרעט מיליאן קעש

אמעריקע האט קיינמאל אייגעפרוירן סאודישע געלט, און פון איראן יא, דאס וואס מ'האט געשיקט פאר איראן איז געווען זייער געלט

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:51 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: שעטנז..........


איז ער פרעדיקטעבל אדער איז ער געשפינט און געדרייט?
מעיק אמעריקע גררר.... אנטשולדיגט, עהעם.. מעיק אפ יור מיינד!
--

מאזעלטאוו פאר דיינע שני אלפים


איר זעהט אויס האט געלערט פשט אין די צוויי ווערטער "פאליטקלי קארעקט" אז מ'פארט אויף איין פאליטישע ליניע, למעשה אבער אין אונזער לעקסיקאן ווערט "פאליטקלי קארעקט" אפגעטייטשט אין צוויי וועגן:

1) מ'זאגט נישט עפעס וואס שמעקט נישט פאר'ן ציבור/פאלק בפרט אויב דער סטעיטמענט קען מאכן דעם זאגער פונעם סטעיטמענט אומפאפולער.
2) מ'זאגט נישט עפעס אדער מ'מטוט נישט עפעס וואס איז נישט עטיש/נארמאל ביי געווענטליכע מענטשן.

לדוגמא אויף נומער #1, ווענעווער טראמפ זעהט אדער הערט אז איינער האט נאר געקרומט מיט די נאז קעגן אים וועט ער נעמען זיין "כלל" אין די הענט אריין און יענעם יעניגן אטאקירן דאפעלט אין טריפלט אפילו אויב עס שמעקט נישט פאר'ן ציבור/פאלק. אין אסאך פעלער איז עס אפילו נעריש קינדיש און שלעכט, אבער, גייט אים נישט אן, דאס איז איינע פון זיינע כללים און מ'מוז גיין אויף דעם על החיים ועל המות. דאס בעסטע פאל קענט איר געדענקען דעם נערישן טעאריע מיט קרוז'ס טאטע.

לדוגמא אויף נומער #2, בסדר שבעולם איז, ווען איינער באזיגט דעם צווייטן למשל ער האט יענעם באזיגט אין וואהלן, א קארט קעיס וועט א פאליטישע מענטש וואס איז דער געווינער זיך נישט רייצן מיט זיין אפנאנט דער פארלירער. דער פארלירער איז שוין גענוג צוקלאפט און גענוג געכאפט פון זיין וואהלן פארלוסט. מענטשן אין אלגעמיין קוקן עס אן, וואס ווילסטו פון אים? דו האסט אים שוין באזיגט, פארוואזשע דארפסטו געבן אפאר שטויסעס אין קאפ ווען יענער ליגט שוין אויף דער ערד? אונזער טראמפ האט מנהג אז אלעמאל מוז ער זיך רייצן מיטן פארלירער. דא בין איך מסופק צו דאס נעמט איז איינע פון זיינע כללים אדער סתם מידות מגונות וואס ער פארמאגט אין זיך.

בריעכעם טיעע פאר אייער מאזעלטאוו.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:05 pm

איר זהעט אויס האט געלערנט פשט אין מיינע ווערטער אז איך פרעג א קשיא. איך האב געזוכט צו מאכן א וויץ. זעט אויס איך האב דאס נישט גוט געמאכט...
---

איך בין איינשטימיג מיט אייערע ווערטער, אזוי האלטן אפילו א סאך טראמפ שטיצער.
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: אונזער טראמפ האט מנהג אז אלעמאל מוז ער זיך רייצן מיטן פארלירער.

איך מיין אז ער זיכט נישט זיך צו "רייצן" ער קוקט זיי אראפ! א "לוזער" איז ביי אים עפעס א ... א לוזער

ער האט נישט אראפגעקוקט אויף טעד קרוז ווייל ער האט געזען אין אים א עכטע פייטער.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:19 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איר זהעט אויס האט געלערנט פשט אין מיינע ווערטער אז איך פרעג א קשיא. איך האב געזוכט צו מאכן א וויץ. זעט אויס איך האב דאס נישט גוט געמאכט...
.


נא איר האט געמאכט א גוטן וויץ.......... כא כא כא..... האט יעצט דער אונגארישער פריץ אויסגעבראכן אין א ווילדן געלעכטער..........

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך בין איינשטימיג מיט אייערע ווערטער, אזוי האלטן אפילו א סאך טראמפ שטיצער.
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: אונזער טראמפ האט מנהג אז אלעמאל מוז ער זיך רייצן מיטן פארלירער.

איך מיין אז ער זיכט נישט זיך צו "רייצן" ער קוקט זיי אראפ! א "לוזער" איז ביי אים עפעס א ... א לוזער

ער האט נישט אראפגעקוקט אויף טעד קרוז ווייל ער האט געזען אין אים א עכטע פייטער.


טאוטילי ענד ריספעקפולי דיסעגרי.

ווען עס קומט צו אים זעלבסט איז אפילו מענטשן וועם ער האט אויסגערימט אין דעם עבר ווערט אלס פארשווינדן, דער "אני ואפסי" פארנעמט דעפ אויבן אן און אלעס אנדיש איז אש און פארעך. והדברים ארוכים הן ואין לי עוד פנאי בימים הזה ובזמן ההם.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:23 pm

פארשוואונדונג פון סאודיער זשורנאליסט אין אן אשכול דאהי - דראמא שוין לאנג פארגעסן פונעם דזשורנאליסט, דא רעדט מען אויסשליסלעך פון טראמפ!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:41 pm

קניידעל ווערט שוין צוקאכט. אמת'דיג גערעדט, מען קען זייער גרינג משלב זיין די לעצטיגע שמועס צו די פארשווינדענע אשכול. מען איז דן פארוואס טראמפ רעאגירט צו די פארשווינדענע אשכול אזוי פארעווע און מען שמועסט אויס צו עס האט מיט WTDD . נישט עכט פארפארן.

אלענפאלס, עריז גערעכט, אין כאן המקום להאריך

קושטא
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:36 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
אדער ווייזט מיר אן סיי וועלכע פריערדיגע אנערקענטע פרעזידענט/ סענאטאר וכדו' וואס זאל אפלאכן ברבים פון א טענה אז פוטין מערדערט זיינע קעגנער, נאכדערצו מיט אזא ''מאדנע טענה'' אז אמעריקע טוט די זעלבע זאך...


מאדנע ? ס'איז שוין גארנישט אזוי מאדנע.

ביסט אפשר באקאנט מיט אזא קעיס ווי רובאשקין, ווי אזוי די פראסעקיוטערס אינאיינעם מיט די ריכטער האבן זיך נישט צוריק געהאלטן פון ''גארנישט''. אלעס ווייל דער באשלוס איז שוין געווען כתוב וחתום פון אנהייב אן, אז מ'גייט דעם מענטש חרוב מאכן און באגראבן.

דאס איז וואס אונז ווייס מיר ווייל ער איז א איד, אבער דאס גאנצע לאנד איז פיל פיל מיט אזאלכע קעיסעס.

די גאנצע אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם איז איין שטיק פארדארבענ'קייט, רשעות, מיט שפיכת דמים פון אומשולדיגע מענטשן, וואס שמאכטן אין טורמע פאר לאנגע יארן פאר נארישקייטן, נאר צוליב די תאוות הרציחה פון אפאר פראסעקיוטערס און א.ג. ריכטער.

קוק וואס די מוללער טים טוט לעצטענס, מאכן חרוב לעבנ'ס פון מענטשן אלעס פאר אביסל נקמה אין טראמפ.

סאיז א באקאנט ווארט. יוסטיץ אין רוסלאנד און אמעריקע איז די זעלבע, די חילוק איז נאר, אז אין אמעריקע איז דא מער פעפיר ווארק.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט, אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:42 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:זיין פוינט איז לאו דוקא אז איראן איז די ערגסטע ער וויל דיר ס"ה ווייזן אז די פוינט פון טראמפ'ס שוואכקייט צו דיקטאטורן איז א שטות והא ראיה דו האסט דיקטאטורן וואס ער האט קיין שום פראבלעם זיי אריינצושניידן ביזן זיבעטן ריפ.

איראן איז נישט אלס דיקטאטור אדער רוצח, נאר וועגן ביבי.



ער זאגט נישט אז טראמפ רודפ'ט אים צוליב זיין דיקטאטורשאפט נאר טראץ דעם-וואס וואלט לויט דיר געדארפט מאכן ער זאל אים גלייכן און אויסלויבן.

וילסט זאגן אז איראן איז אנדערש אז טראמפ האסט אים טראץ וואס ער איז א דיקטאטור צוליב מדינת ישראל? נאו פראבלעם.

סאו טראמפ האט א שוואכקייט צו דיקטאטורן חוץ ווען נישט. איי גאט איט.

ווער איז "דער דיקטאטור" אין איראן פארוועם טראמפ זאל זיין שוואך?

אדער איז ביבי מער א פעקטאר ווי אהבה צו דיקטאטורן, פונקט ווי לגבי אים גייט נישט אן די גרעסטע עיקר "אמעריקע פירסט".
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:46 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן: איי וואס ער האט אים פאר דעם אנגערופן 'ראקעט מען' וכו' דאס איז געווען פשוטע כעס.


איך פארשטיי נישט די "קשיא" פון ראקעט מען. וויאזוי ווייזט עס אז ער איז נישט מחשיב פאוער?

איך וועל דיר זאגן, איך האלט אז ס'איז זיכער דא א פראצענט פון 'חשיבות' וואס ער האט פאר א פאוערפול מענטש, און עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם ווילאנג מען ווערט נישט שוואך פאר זיי, א מענטש האט רעכט צו האבן זיינע געפילן, אבער פון האבן ביי זיך אין הארץ א געוויסע מאס חשיבות ביז אז ער זאל ווערן "שוואך" פאר פאוער, איז א גאנג.

זאגסטו די זעלבע ווי מיר, איך האב שוין געשריבן אז טראמפ טוט אלעס און די וועלט צו סטאפן קים פון האבן נוקלעארע וואפן.
טראמפ איז נישט שוואך קעגן דיקטאטורן ווען ער האלט אז עס שאדט פאר די סעיפטי אדער עקענאמיע פון אמעריקע, (חוץ פוטין'ס אריינמישן זיך און די וואלן, וואס ער האלט נישט פאר א עכטע אישו)

זיין שוואכקייט זעט זיך אן ווען עס קומט צו קעמפן קעגן די עצם "דיקטאטורשאפט" ער האלט אז קים טויגט אייזן גוט און עס אינטערעסירט אים נישט אז ער איז א מערדער אויף זיינע אייגענע בירגער.

דער אמת איז אז איך בין אויך נתפעל פון זייער פארשריט און עררייכונג פון זייער ציהל, באמת, זיי זענען אנגעשראקן געווארן פון די ג-א-נ-צ-ע וועלט, ביטערע סאנקציעס, אבער זיי האבן עררייכט זייער ציהל פון האבן גאר פארגעשריטענע מיססילס און זיי האלטן גאר ווייט מיט נוקלעארע וואפן, איך בין נתפעל פון זייער אנטשלאסענקייט, זייער שטארקייט צו פייפן אויף די וועלט, די קלוגשאפט וואס זייערע דיפלאמאטן האבן ארויסגעוויזן, וכו'

אבער ווען איך זע דאס ארימקייט וואס הערשט אין לאנד, די ברוטאלע באנעמונג צו די בירגער, די נערישע פאר'געטערט'ע ברעין פוד וואס מען פיטערט דעם עולם, און איך זע א בילד ווי דער קים שפאצירט און לאנד מיט א גרויס שמייכל, אדער ווי ער זיצט ארומגענומען מיט גענעראלן 2 מאל זיין עלטער און מען זעט די אימה ופחד וואס איז אויסגעגאסן אויף זייערע פנים'ער, דאן כאפט מיר אן א גרויל און עקל, איך עקל זיך פון זיין שמייכל, פעך.

בקיצור, סאו עס איז אומריכטיג צו זאגן אז טראמפ ווערט "שוואך" פאר דיקטאטורן, ענדערש זאג אז טראמפ האט נישט אזא שנאה צו דיקטאטורשאפט ווייל ער האט ביי נאטור רעספעקט פאר פאוערפול פירערשאפט, און ממילא פירט ער נישט קיין מלחמה מיט דיקטאטורשאפט בעצם.

אנדערע האבן געהאלטן אז טראמפ ווערט שוואך פאר א דיקטאטור און ממילא טוהט ער נישט וואס ער דארף טוהן ווען עס קומט צו קאנפראנטן א דיקטאטור, וואס דאס איז נישט אמת.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:49 pm

צל עובר האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:זיין פוינט איז לאו דוקא אז איראן איז די ערגסטע ער וויל דיר ס"ה ווייזן אז די פוינט פון טראמפ'ס שוואכקייט צו דיקטאטורן איז א שטות והא ראיה דו האסט דיקטאטורן וואס ער האט קיין שום פראבלעם זיי אריינצושניידן ביזן זיבעטן ריפ.

איראן איז נישט אלס דיקטאטור אדער רוצח, נאר וועגן ביבי.



ער זאגט נישט אז טראמפ רודפ'ט אים צוליב זיין דיקטאטורשאפט נאר טראץ דעם-וואס וואלט לויט דיר געדארפט מאכן ער זאל אים גלייכן און אויסלויבן.

וילסט זאגן אז איראן איז אנדערש אז טראמפ האסט אים טראץ וואס ער איז א דיקטאטור צוליב מדינת ישראל? נאו פראבלעם.

סאו טראמפ האט א שוואכקייט צו דיקטאטורן חוץ ווען נישט. איי גאט איט.

ווער איז "דער דיקטאטור" אין איראן פארוועם טראמפ זאל זיין שוואך?

כומעיני
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: evernote, ברזילי, ויציב ונכון, מי חכם און 52 געסט