טויט פון סאודי'ער זשורנאליסט דורך סאודי אראביע אין טערקיי

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אקעי, סאו מ'שטייט יעצט אז ער האט טאקע געשטיצט בין לאדינ'ס טעראר קאמפיין קעגן אמעריקע אין די ניינציגער יארן, ער האט טאקע געשריבן אז די טאליבאן איז א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע בעת וואס אמעריקע הרג'עט אומשולדיגע מענטשן אונטער'ן שלייער פון מלחמה קעגן טעראר, ער האט טאקע געשריבן אז אמעריקע האט דיזערווט 9/11, אבער... אין די אראבישע וועלט הייסט דאס ליבעראל...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צדיק היה בדורותיו.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

זיין טוויטער פעידזש
אטעטשמענטס
IMG-20181018-WA0000 (1).jpg
IMG-20181018-WA0000 (1).jpg (105.48 KiB) געזען 2156 מאל
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

[img]
[/img]
אטעטשמענטס
aaaa.JPG
aaaa.JPG (22.55 KiB) געזען 2089 מאל
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Think and Thank האט געשריבן:אקעי, סאו מ'שטייט יעצט אז ער האט טאקע געשטיצט בין לאדינ'ס טעראר קאמפיין קעגן אמעריקע אין די ניינציגער יארן, ער האט טאקע געשריבן אז די טאליבאן איז א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע בעת וואס אמעריקע הרג'עט אומשולדיגע מענטשן אונטער'ן שלייער פון מלחמה קעגן טעראר, ער האט טאקע געשריבן אז אמעריקע האט דיזערווט 9/11, אבער... אין די אראבישע וועלט הייסט דאס ליבעראל...

https://www.businessinsider.com/missing ... ts-2018-10
דו קויפסט סאודישע טראללינג און מאכסט גאנץ אן איינזייטיגע נאראטיוו.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

שעפעלע, קאשאגי'ס טוויטער אקאונט איז נישט קיין סאודישע טראלינג.
אפי' די ארטיקל וואס דו לינקסט (וואס איך וואלט לכאורה געדארפט אנרופן טערקישע טראלינג), האט אויך נאר געטראפן צום ערשטן מאל וואס ער רעדט קעגן בין לאדין נאך 9/11, פארט האלטן זיי זיך נישט צוריק פון פארמאכן די ליינער אז נאר אין די 1989'ס האט ער אים געשטיצט.

איינזייטיג מיינסטו אז כאב נישט ארויסברענגען פארוואס אמעריקע האט טאקע דיזערווט 9/11?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Think and Thank האט געשריבן:שעפעלע, קאשאגי'ס טוויטער אקאונט איז נישט קיין סאודישע טראלינג.

איינזייטיג עז אין נישט ארויסברענגען פארוואס אמעריקע האט טאקע דיזערווט 9/11?

איך קוק עס מער אן ווי ארויסברענגן די פאלעסטינער ליידן פון די אראבישע קוק ווינקל. מוזט נישט האלטן אזוי אדער פארשטיין, אבער עס מאכט נאכנישט פאר שטיצן טעראריזם.

גראדע אין די אמתדיג לינקע קרייזן וועסט טרעפן אסאך שארפערע סטעיטמענטס און זיי שטיצן נאכנישט טעראר.... איך זאג נישט אז ער האט יעדן טאג געפרעפעלט פאר אמעריקע'ס וואוילזיין, אבער עניינים מער אויפענמיינדעד און טאלעראנט ווי רוב סאודישע בירגער.

פארגעסט אז ווען ער האט אינטערוויוט און געשטיצט בין לאדינ'ס האט אמעריקע נאך אויך געשטיצט בין לאדין קעגן די סאוויעטן און ער איז דאן אהיימגעקומען פון קאלעדזש אין אמעריקא ווי בין לאדינ'ס איז געווען דער העלדן אנטקעגן די סאוויעטן. ער האט מער פון רוב מידיא פערזענליכקייטן אין די אראבישע וועלט געהאפט אנטקעגן עקסטרעמיסטן און טעראר.
עס מאכט נישט קיין סענס אים צו אנקוקן פון אן אמעריקאנער לעבנס, אויסער אויב עס נאכט דיר גרינגער צו פארנעמען טראמפ'ס רואיגקייט ווען מען שרייבט פינגערס פון מענטשן לעבעדיגערהייט.
אויב גייסטו אויף די וועג, דארף מען די גאנצע סאודישע מלוכה זיכער לינטשען, פארש אביסל נאך זייערע מיינונגען און היסטאריע.

נטרונא האלט אויך און איין רעדן ווי די שטיצע פאר מדינת ישראל ברענגט טעראר קעגן אמעריקע. האלסט אז עס מיינט אז זיי זענען טעראריסטן?

עס איז באקאנט אז סאודישע באקס און טראלס פאוסטן אלס פרא טראמפ קאנסערוואטיוון האצבע און גאנצע ליגענטס צו פארשטיין קאשאגי, און נאכדעם פילן עס אויף טייל אויטענטישע אין די רעכטע לאגערן.
ביזנעס אינסיידער איז נישט טערקן...
לעצט פארראכטן דורך Goodmorning אום דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 10:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

גודד מארנינג, אין 2014 האט ער געשריבן אין א טוויט אז די טאליבאן איז א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע בעת וואס אמעריקע הרג'עט אומשולדיגע מענטשן אונטער'ן שלייער פון מלחמה קעגן טעראר. דאס איז געווען ווען אמעריקע האט נאך געשטיצט די טאליבאן? אדער אפשר איז די טאליבאן נישט קיין טעראר גרופע?

אויב עס מאכט דיר בעסער פילן אז דו פארטיידיגסט א פרייהייט קעמפער וועלכער האט זיך קעגנגעשטעלט טעראר, דיסריגארד מיין תגובה.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויסערן מיניסטער מייק פאמפעא געבעטן פון פרעזידעניט טראמפ צו גיבן נאך עטליכע טעג פאר סאודי אראביע צו ענדיגן זייער אויספארשונג איבער די טויט פון מר. קאשאגי
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איז ער שוין געווען אין טערקיי?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:אויב כ'אב נישט קיין מעסטעיק, איז די פריעדלעכע סאודי אראביע פון די איינציגסטע לענדער - אדער איינציגסטע ווי ס'יז אומלעגאל פאר א יוד אריינצוקומען אין לאנד

טעות


גערעכט, די פארבאט איז נאר אויף איזרעאלישע בירגערס, אבער אין מעקקא איז פארבאטען פאר אלע יודען

אין מעקקא איז פארבאטן פאר יעדן כופר אריינצוקומען, נאר מוסלמענער זענען ערלויבט.
בילד
דאס איז די שילד אויפן וועג וואס פירט קיין מעקא...


ביידעוועי האביך אמאל געהערט פון ר' סיני מאלוביצקי כ'מיין בשם ר' סעדיה גאון אז דאס וואס די תורה זאגט אין פ' נח ביי די בני שם ( בראשית י ל): ויהי מושבם מִמֵּשָׁא בּאֲכָה סְפָרָה הר הקדם. טייטש די א.ד. גאון אז מֵשָׁא דאס איז מעקקא, און סְפָרָה דאס איז מעדיננא.


קלאר אזוי אינעם פירוש רב סעדי׳ גאון על התורה.
אינעם אברבנאל ברענגט ער אויך אזוי אראפ בשם הגאון אבער נאר אויפן חלק פון משא אז עס איז מעקקא און לייגט טאקע צו אז עס איז דאס פלאץ ווי די ישמעאלים גייען
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

Think and Thank האט געשריבן:שעפעלע, קאשאגי'ס טוויטער אקאונט איז נישט קיין סאודישע טראלינג.
אפי' די ארטיקל וואס דו לינקסט (וואס איך וואלט לכאורה געדארפט אנרופן טערקישע טראלינג), האט אויך נאר געטראפן צום ערשטן מאל וואס ער רעדט קעגן בין לאדין נאך 9/11, פארט האלטן זיי זיך נישט צוריק פון פארמאכן די ליינער אז נאר אין די 1989'ס האט ער אים געשטיצט.

איינזייטיג מיינסטו אז כאב נישט ארויסברענגען פארוואס אמעריקע האט טאקע דיזערווט 9/11?


אין דעם טוויט וואס דו ברענגסט שרייבט ער נישט אז אמעריקע האט דעזערווט 9/11 , אפילו נישט עפעס ענליך צו דעם.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Think and Thank האט געשריבן:גודד מארנינג, אין 2014 האט ער געשריבן אין א טוויט אז די טאליבאן איז א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע בעת וואס אמעריקע הרג'עט אומשולדיגע מענטשן אונטער'ן שלייער פון מלחמה קעגן טעראר. דאס איז געווען ווען אמעריקע האט נאך געשטיצט די טאליבאן? אדער אפשר איז די טאליבאן נישט קיין טעראר גרופע?

אויב עס מאכט דיר בעסער פילן אז דו פארטיידיגסט א פרייהייט קעמפער וועלכער האט זיך קעגנגעשטעלט טעראר, דיסריגארד מיין תגובה.

https://www.washingtonpost.com/opinions ... f8e8d2a857
נאכאמאל, קוקסטו פון אן אמעריקאנער בליק. די טאליבענער האבן נישט געשיקט טעראריסטן דא, בין לאדין האט. זייער עקסטרעמע אינפארסירונג פון איסלאם איז נישט צופיל אנדערש ווי אין סאודי אראביע. יא, זיי האבן געהאט מער סימפאטיע צו בין לאדין ווי צו אמעריקע, אבער פאקטיש האט אמעריקע אינוואדירט זייער לאנד און זיי האבן פראבירט צו באשוצן זייער מאכט. אמעריקע'ס מלחמה האט פאקטיש חרוב געמאכט אפגאניסטאן ביז היינט נאך, און געקאסט די לעבן פון אן אומגעהויערע צאל ציווילע.
יא, איך און דו פארשטייען פארוואס אמעריקע איז גערעכט, אבער אלע אראבער קוקן עס אן אינגאנצן אנדערש. כאטש סאודי אראביע האט אפיציעל געשטיצט די נייע אפגאניסטאן רעגירונג, האבן זיי ווייטער געשיקט געלט צו פאנדן די טאליבענער. מען דארף נעמען א זאך אין קאנטעקסט.
איך בין נייגעריג צו זען די טוויט, איך זעה גארנישט וויפיל איך זוך.
שויתי ה' לנגדי תמיד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טרעזשורי סעקרעטאר מענוטשין ציהט זיך ענדגילטיג ארויס פון געסקעדזשועלט באטייליגונג ביים סאודישן קאנפרענץ
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

הכל הבל האט געשריבן:אויסערן מיניסטער מייק פאמפעא געבעטן פון פרעזידעניט טראמפ צו גיבן נאך עטליכע טעג פאר סאודי אראביע צו ענדיגן זייער אויספארשונג איבער די טויט פון מר. קאשאגי

איך בין אפסעט אויף פאמפעא, נישט ווייל ער האט דאס געזאגט פאר טראמפ, נאר ווייל ער האלט טאקע אז אינז זעמיר אזאנע פלאכע חברה אינז צו פארקויפן לאקשן? געפעלט מיר, סאודי אראביע פארשט א מארד וואס זיי האבן געטאן....
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גערעכט, זיי מאכן עס ניטאמאל גוט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א מעמבער פון די סאודישע קעניגליכע עיר פארס וועמענס נאמען פיגורירט אויף די ליסטע פון 15 פארדעכטיגטע פארמישט אינעם טויט פון מר. קאשאגי איז געשטארבן אין א קאר עקסידענט אין ריאד לויט א באריכט אין די טערקישע מידיא
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

עקסידענט.... :roll:

א שאד צו מאכן 15 באזונדערע עקסידענטס, זאל דער מערדער בין סאלאמאן ארויפלייגן אלע 15 אויף איין באס און אריינפארן בטעות אין ים אריין...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אומגלויבליך וואס דער מארד האט אפגעטון צו סאודי ארביע!

צענדליגער ביזנעס פירער האבן זיך ארויסגעצויגן פון דעם סאמיט, טשעיס, אובער, וכדומה.

ווער עס האלט מיט טעכנאלאגישער ביזנעס נייעס ווייסט ווי שטארק די סאודישער מלוכה ארבעט צו ווערן א מאכטפולער שפילער אינעם צוקנופט, זיי האבן דורכגעפירט מאסיווע רעפורמען בכדי צו געפעלן די מערב וועלט (ערלויבט פרויען צו דרייוון, ביטער באקעמפט קארופציע אין די קעניגליכע משפחה, ועוד) זיי זענען טיף אינוועסטירט און אלע טעכנאלאגיע פארשריט, אריינגערעכנט בעטערי קארס, און אצינד האבן זיי געוויזן אז פון א קאץ קען מען נישט מאכן קיין מענטש. אוי האבן זיי חרטה!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אלעס צוליב איין טעות, זיי האבן פארזעהן אז א כלה ווארט אים אין אינדרויסן. ווען עס וואלט געווען בגפו יבא וואלט געווען בגפו (אין א באַקס) יצא, און שטארק מעגליך אז קיינער וואלט נישט געוואר געווארן איבער זיין שיקזאל.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אומגלויבליך וואס דער מארד האט אפגעטון צו סאודי ארביע!

צענדליגער ביזנעס פירער האבן זיך ארויסגעצויגן פון דעם סאמיט, טשעיס, אובער, וכדומה.

ווער עס האלט מיט טעכנאלאגישער ביזנעס נייעס ווייסט ווי שטארק די סאודישער מלוכה ארבעט צו ווערן א מאכטפולער שפילער אינעם צוקנופט, זיי האבן דורכגעפירט מאסיווע רעפורמען בכדי צו געפעלן די מערב וועלט (ערלויבט פרויען צו דרייוון, ביטער באקעמפט קארופציע אין די קעניגליכע משפחה, ועוד) זיי זענען טיף אינוועסטירט און אלע טעכנאלאגיע פארשריט, אריינגערעכנט בעטערי קארס, און אצינד האבן זיי געוויזן אז פון א קאץ קען מען נישט מאכן קיין מענטש. אוי האבן זיי חרטה!

זיי זענען דען אזוי נאריש? איך טראכט צו עס איז נישט געווען טערקיי אדער איראן וואס האט עס אונטערגעשטעלט. פארוואס לוינט זיך זיי אזוי ווייט צו גיין פאר א דזשורנאליסט?
אויך מאכן אזא טעות אןן פארזעהן א כלה איז זייער אינטערעסאנט. אויך, וואונדערט מיר אז לויט באריכטן האט ער געלאזט די אייפאון אינדרויסן. איינער וואס האט אביסל מורא וואלט דאך נישט געגאנגען אן א מיטל צו ארויסרופן
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך בין זייער סורפרייזעד פון די רעאקציע, זיי האבן זיך זיכער נישט געקענט פארשטעלן אז די רעאקציע וועט אויסזען ווי עס זעט איצט אויס.

די סאודי אישו נעמט טיילווייזע קרעדיט פאר די היינטיגע סטאק מארקעט צושאקלונג.
זקן מלא רחמים.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

לכאורה ווייל ער האט געוואוינט אין אמעריקא און געשריבן פארן פאוסט האט עס באקומען נאך מער אויפמערקזאמקייט
שויתי ה' לנגדי תמיד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איבער די אנפראגע אויב קאשאגי איז טויט?
טראמפ איצט : פילייכט אזוי קוקט עס אויס צו מיר
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

הכל הבל האט געשריבן:א מעמבער פון די סאודישע קעניגליכע עיר פארס וועמענס נאמען פיגורירט אויף די ליסטע פון 15 פארדעכטיגטע פארמישט אינעם טויט פון מר. קאשאגי איז געשטארבן אין א קאר עקסידענט אין ריאד לויט א באריכט אין די טערקישע מידיא

דער בעריכט ווערט געברענגט אין אמעריקאנע מידיא?

{איך פארשטיי ניט פארוועס דער וואס האט געמארדעט דעם מערדערער, האט ניט מורא אז מען וועט עם מערדערען פאר זיין ידיעה אין דעם מערדער פון דער מערדערער?}
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”