טויט פון סאודי'ער זשורנאליסט דורך סאודי אראביע אין טערקיי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 8:55 am

ווי זאג איך דאס?
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

עציץ נקוב
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 9:09 am

כאפצעם האט געשריבן:וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס, זאגט ליגענט פארן גאנצן לאנד ווייל ער האט פאליטישע חשבונות?

אויב האט ער א גוטע ריעזאן פאר זיין נישט וועלן זיי באשטראפן פארצייל אונז עס און זיי מסביר פארן פאלק פארוואס די רילעישאנשיפ איז וויכטיגער פון מערדערייען. האסט מורא דער אמעריקאנער עולם וועט דאס נאך אלץ נישט אקצעפטירן? נו איז'זשע דעך פשט אז דו ביזט קיין פארטרעטער פון ציבור און פייפסט דיר אריין אויף אונז.

ווען איך האב געליינט די תגובה בין איך געווען זיכער אז דו רעדסט פון אבאמא מיט איראן וואס דאס פאסט זיך מער ארויף די תגובה נאכדעם האב איך באמערקט די קעפל פון די אשכול
אגב מען האט דא אראפגעשטעלט די טאן כאילו טראמפ האט נישט פארדאמט און דאס איז נישט אמת ער זאגט נאר אז ביזדערווייל איז נישטא קיין קלארע ראיות אז ער שטייט אינדערדעם און אנדערע קריגען זיך אן האלטען אז די ראיות זענען יא גענוג שטארק
נישט אזוי ווי אבאמא וואס דארט האט מען אפילו נישט געקענט זאגן צוויי צדדים נאר מען האט פלעין פארקויפט וואס מען האט געוואלט עקאו טשעמבער בלע"ז

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 9:32 am

די מיני שמועסן זענען אזוי אינטערסאנט, איראן מיט בענגאזי מיט סאודי אראביע און איראק, אדער גאר אפילו די מוללער אינוועסטיגעישן, דאס איז פון די סאמע גרעסטע סודות פון די מדינה, אבער דא ביי אונז האב מיר חברה מיט טאפ סעקיוריטי קלערענס, און אינסייד אינפארמאציע, ממש אויף די דקות שבדקות, פונקטליך וויפיל און ווי שטארק די עווידענס איז, איך ווייס נישט צו איך ברויך מיך שפירן אויסגעשפילט אז איך האב נישט די טאפ סיקרעט אינפארמעישן, אדער זיך גאר שפירן בגדול'ט אז איך איך דריי מיך מיט די חברה...

קאנסילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 9:51 am

כאפצעם האט געשריבן:וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס, זאגט ליגענט פארן גאנצן לאנד ווייל ער האט פאליטישע חשבונות?


בערך די זעלבע ווערטשאפט וואס אבאמא האט געטיען ביי די איראן דיעל, ליגענט געזאגט פאר גאנץ אמעריקע צילוב זיינע פאליטישע חשבונות, געדענקסט?!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:24 am

כ'ווייס נישט וועלעכע ליגענט אבער אידערוועי, מאכט עס דען נישט שטארקער די קשיא? האט נישט טראמפ געדארפט זיין דער וואס פאררעכט דעם עוולה?
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:35 am

די CIA זאגט נישט אז די קרוין פרינץ שטייט אינטער דעם זײ שאצן אז די קרוין פרינץ שטייט אינטער דעם

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:04 am

להגדיל שמו האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס, זאגט ליגענט פארן גאנצן לאנד ווייל ער האט פאליטישע חשבונות?

אויב האט ער א גוטע ריעזאן פאר זיין נישט וועלן זיי באשטראפן פארצייל אונז עס און זיי מסביר פארן פאלק פארוואס די רילעישאנשיפ איז וויכטיגער פון מערדערייען. האסט מורא דער אמעריקאנער עולם וועט דאס נאך אלץ נישט אקצעפטירן? נו איז'זשע דעך פשט אז דו ביזט קיין פארטרעטער פון ציבור און פייפסט דיר אריין אויף אונז.

אויסגעשאסען בתפארתו...
איינער קען אפשר אהער לינקען די מעשה מיט בענגאזי?

בכלל נישט גלאך צו בענגזי,
דארט האט דאך די סי איי עי מיט געארבעט

עציץ נקוב
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:06 am

כאפצעם האט געשריבן:כ'ווייס נישט וועלעכע ליגענט אבער אידערוועי, מאכט עס דען נישט שטארקער די קשיא? האט נישט טראמפ געדארפט זיין דער וואס פאררעכט דעם עוולה?

פרעג ben rhodes כמעט אלע וועט ער וויסן צו זאגען און די פאר וואס האבן נישט מיט אים קענסטו גוגלן
ניין עס מאכט נישט שטערקער די קשיא ווייל אזוי איך האב שוין פריערד געשריבן אז דא איז עס נישט קיין זיכערע ליגנט ווייל זיי זאגען אז עס א ראיה און טראמפ זאגט אז עס איז נישטא קיין זיכערע ראיות קען מען זיך קריגען
אבער אבאמא האט זיכער פארקויפט ליגנט

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:23 am

כאפצעם האט געשריבן:כ'ווייס נישט וועלעכע ליגענט אבער אידערוועי, מאכט עס דען נישט שטארקער די קשיא? האט נישט טראמפ געדארפט זיין דער וואס פאררעכט דעם עוולה?

וועלכע ליגנטס קענסטו נאכקוקן אין מיין איראן דיעל אשכול.
און ניין, עס מאכט נישט שטערקער די קשיא נאר פארענטפערט עס. יעצט פרעגסטו א נייע קשיא היתכן טראמפ פארריכט דאס נישט, אבער דיין אריגינעלע קשיא (וואספארא מין ווערטשאפט דאס איז) איז פארענטפערט מיטט'ן פאקט אז דיין הירא פרעזידענט האט אזוי געווערטשאפט רעגולערלי.
Innocent until proven Republican

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 12:08 pm

כאפצעם האט געשריבן:ער האט נישט מורא פון בעקלעש ווייל עס ווייזט אים אלס א מעכטיגע טאטע.. אבער דא צייגט עס די פארקערטע, א שוואכלינג פון ערשטן קלאס, האט מורא צו טיילן א פעטשל ווייל אפשר, אולי, איז דא א שאנס דער סאודיער וועט בייז ווערן (וואס איז שוין אנגעוויזן געווארן אלס א נארישע פחד ווייל זיי האבן סאך מער צו דערלייגן מיט אפהאקן באציאונגען).

צו די שרעק איז וועגן פריוואטע ביזנעס דיעלינגס אדער סתם א פערסאנעל קאנעקשאן וואס ער פילט ער האט זיך איינגעקניפט ווייסעך נישט אבער עס קוקט אויס נעבעכדיג.


ער האט מורא אז זיי וועלן אפהאקן באציאונגען? מען פארלאנגט פון אים אז ער זאל אפהאקן באציאונגען, און ער וויל נישט, נאכדעם נעמט ער זיך שוין אן פאר זיי כדרכו, ווייל יעצט איז עס שוין "זיין" זאך.

שטימט מער ווי אלע קאנספיראציע טעאריעס.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 12:10 pm

איך זיך נאך די העדליינס אין די מידיא , דעמאקראטן באשולדיגן "אן קיין שום באווייזן" אז טראמפ האט פינאנציעלע אינטערעסן אין סאודי אראביע, נאר אויף עלעקשאן פראוד דארף מען האבן באווייזן?

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 12:15 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:מען פארלאנגט פון אים אז ער זאל אפהאקן באציאונגען

אזוי גאר, ווער פארלאנגט דאס?
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 1:44 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך זיך נאך די העדליינס אין די מידיא , דעמאקראטן באשולדיגן "אן קיין שום באווייזן" אז טראמפ האט פינאנציעלע אינטערעסן אין סאודי אראביע, נאר אויף עלעקשאן פראוד דארף מען האבן באווייזן?

עלעקשאן פראוד, באווייזן? יא, ס'איז דא פיינע באווייזן אויף עלעקשאן פראוד אין 'נארט קארעליינע' און גראדע זענען די פראודסטער רעפובליקאנער.

יש בו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:02 pm

איינס פון די מהלכים קען זיין אז טראמפ ווארט ארויסצוקומען מיט די שלום פלאן פאר מדי"י, ווי באקאנט שפילט סאודיע א הויפט ראלע,
דערנאך וועט ער אויסהערן די באריכט פון די סי איי עי,
אויף דעם איז יא טראמפ מער אנגעוויזן אויף סאודיע ווי סאודיע אויף אמעריקע
אל תסתכל בקנקן אלא במה ש׳יש בו

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:42 pm

יש בו האט געשריבן:איינס פון די מהלכים קען זיין אז טראמפ ווארט ארויסצוקומען מיט די שלום פלאן פאר מדי"י, ווי באקאנט שפילט סאודיע א הויפט ראלע,
דערנאך וועט ער אויסהערן די באריכט פון די סי איי עי,
אויף דעם איז יא טראמפ מער אנגעוויזן אויף סאודיע ווי סאודיע אויף אמעריקע

דו קאנספיראציע טעאריסט! ווי וואגסטו זיך צו זאגן אנדערש פון די אפענע פאקטן אז קושנער פירט אן אונטערערדישע ביזנעס מיט סאודי אראביע?!
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:48 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך זיך נאך די העדליינס אין די מידיא , דעמאקראטן באשולדיגן "אן קיין שום באווייזן" אז טראמפ האט פינאנציעלע אינטערעסן אין סאודי אראביע, נאר אויף עלעקשאן פראוד דארף מען האבן באווייזן?


ער האט אליינס געזאגט אז ער טוט דארט ביזנעס, קען זיין אז עס איז ליגענט, קען זיין עס איז אמת, מען וועט עס אי"ה אויספארשן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:09 pm

צל עובר האט געשריבן:ווייל ער האט אליינס אזוי געזאגט כמה פעמים.

קום אריין קלאר
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:13 pm

צל עובר האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:איך זיך נאך די העדליינס אין די מידיא , דעמאקראטן באשולדיגן "אן קיין שום באווייזן" אז טראמפ האט פינאנציעלע אינטערעסן אין סאודי אראביע, נאר אויף עלעקשאן פראוד דארף מען האבן באווייזן?


ער האט אליינס געזאגט אז ער טוט דארט ביזנעס, קען זיין אז עס איז ליגענט, קען זיין עס איז אמת, מען וועט עס אי"ה אויספארשן.

ער טוהט ביזנעס אין אסאך לענדער, סאו אין לאנד וואו ער טוהט ביזנעס אין, און ער וועט האבן עני סיטואציע מיט יענע לאנד גייט עס אטוימאטיש זיין קלאר - אקעי נישט קלאר, כמעט קלאר, אז אלעס וואס ער גייט נאר טוהן דרייט זיך נאר ארום זיינע פריוואטע אינטערעסן אפי' אויב יעדע חדר יונגל פארשטייט פארוואס טראמפ טוהט וואס ער טוהט?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:16 pm

דא פארשטייען דאך אפילו זיינע סענעטארן, א שטייגער גרעהעם, אויך נישט.

און לכתחילה טאר ער טאקע נישט טון ביזנעס אין קיין שום לאנד.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:41 pm

צל עובר האט געשריבן:דא פארשטייען דאך אפילו זיינע סענעטארן, א שטייגער גרעהעם, אויך נישט.

פיין פארשטייען זיי! זיי זענען נישט מסכים דערצו, אבער טראמפ איז פרעזידענט נישט זיי!
מען האט שוין דא אויפגעברענגט מער ווי איין מאל אז אויב האט טראמפ א חלום פון א מיטל מזרח שלום דארף ער האבן די גוט ווילן פון סאודי אראביע אויף א גאר שטארקן פארנעם.

צל עובר האט געשריבן:און לכתחילה טאר ער טאקע נישט טון ביזנעס אין קיין שום לאנד.

פונקט קאפויער! די געזעץ וואס פארבאט קאנפליקטס אף אינטערעסט מאכט א בפירוש'ע אויסנאם פאר'ן פרעזידענט, היות זיין מאכט איז אזוי ברייט וועט מען אין יעדע זאך וואס ער טוט קענען טרעפן א קאנפליקט אף אינטערעסט! (אזוי ווי עס פאסירט טאקע.) עס איז קיינמאל איז די היסטאריע געווען אז א פרעזידענט זאל פארקויפן זיינע אויסלענדישע געשעפטן ווייל ער ווערט פרעזידענט, און קיינער האט עס אפי' נישט געפאדערט - אויסער ביי דאנאלד טראמפ.

גראדע האט ער אויפגעגעבן די פאקטישע פירערשאפט פון זיינע געשעפטן פאר'ן ווערן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט, אבער דאס איז לפנים משורת הדין.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 8:56 pm

ער מוז טאקע נישט, און יעצט זעה'מיר אלע די חורבן.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 9:07 pm

גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

ווי האט נאר יענער געזאגט, עפעס אז ער געהערט צום פארטיי הנקרא פאקטן?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 12:21 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:איך זיך נאך די העדליינס אין די מידיא , דעמאקראטן באשולדיגן "אן קיין שום באווייזן" אז טראמפ האט פינאנציעלע אינטערעסן אין סאודי אראביע, נאר אויף עלעקשאן פראוד דארף מען האבן באווייזן?

עלעקשאן פראוד, באווייזן? יא, ס'איז דא פיינע באווייזן אויף עלעקשאן פראוד אין 'נארט קארעליינע' און גראדע זענען די פראודסטער רעפובליקאנער.

מיינסט די דעמאקראטנ'ס ליעקן ערלי וואוט ריזאלטס?
Innocent until proven Republican


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט