נ"י טיימס: Rosenstein Suggested He Secretly Record Trump and Discussed 25th Amendment

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

מעקעיב זאגט אין די "שיטות הגאונים" (60 מינוט) אינטערוויא אז עס איז פארגעקומען ערענסטע באראטונגען און שטורמישע זיצונגען איבער סימן כ"ה. און אז דער סגן הסנהדרין האט אים מערערע מאל אויפגעברענגט די נושא.

דער סגן שטעלט ארויס א הודעה במקצת, א הודעה שלא מן הטענה, זאגענדיג: מחשבה רעה אינו מצטרף למעשה!

א טאג דערנאך טוישט מעקעיב זיין ניגון צו א מער 'נידריגע פאל', און איז "מודה" אז "ער איז קיינמאל נישט געווען אנוועזענד ווען ראזענשטיין האט אנגעבליך דערמאנט סימן כ"ה, ער האט נאר דערציילט וואס ער האט 'פארשטאנען' פון וואס מען האט אים געזאגט"....

איינער וועסט אפשר אויב דאס איז דער זעלבער וועמען מען האט אויך געזאגט - קלאר. אפאר מאל. און פונעם בעל העובדא אליינס - אז די ראשע קאלוזשען 'איידיע' איז "באזירט אויף באבקעס" און איז "פירות ערלה ונטע רבעי" און האט נישט קיין האפט... אבער דאן האט ער נישט "פארשטאנען" וואס מען "זאגט אים קלאר ברחל בתך הקטנה"....

#אומקאמפאטענט.
לעצט פארראכטן דורך שמאטע אום מיטוואך פעברואר 20, 2019 7:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף מיך »

שמאטע האט געשריבן:מעקעיב זאגט אין די "שיטות הגאונים" (60 מינוט) אינטערוויא אז עס איז פארגעקומען ערענסטע באראטונגען און שטורמישע זיצונגען איבער סימן כ"ה. און אז דער סגן הסנהדרין האט אים מערערע מאל אויפגעברענגט די נושא.

דער סגן שטעלט ארויס א הודעה במקצת, א הודעה שלא מן הטענה, זאגענדיג: מחשבה רעה אינו מצטרף למעשה!

א טאג דערנאך טוישט מעקעיב זיין ניגון צו א מער 'נידריגע פאל', און איז "מודה" אז "ער איז קיינמאל נישט געווען אנוועזענד ווען ראזענשטיין האט אנגעבליך דערמאנט סימן כ"ה, ער האט נאר דערציילט וואס ער האט 'פארשטאנען' פון וואס מען האט אים געזאגט"....

איינער וועסט אפשר אויב דאס איז דער זעלבער וועמען מען האט אויך געזאגט - קלאר. אפאר מאל. און פונעם בעל העובדא אליינס - אז די ראשע קאלוזשען 'איידיע' איז "באזירט אויף באבקעס" און איז "פירות ערלה ונטע רבעי" און האט נישט קיין האפט... אבער דאן האט ער נישט "פארשטאנען" וואס מען "זאגט אים קלאר ברחל בתך הקטנה"....

#אומקאמפאטענט.


אבי מיין ווייב זאגט אז איך האב נאכנישט געלערענט היינט
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

כאפצעם האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:מקעיב: מעגליך אז טראמפ ארבעט פאר די רוסישע רעזשים!!

Wow... מקעיב האלט אזוי דאס איז גאנץ ערענסט, אזא באגלייבטער רעספעקטירטע פערזאן

גערעכט, כ'בין זיכער האסט טאקע נישט אנגענימען די גאנצע מעשה וואס ער פארציילט איבער ראזנשטיין און די 25'ט אמענדמענט..

דאס אז די FBI האט געטון אלעס אין זייער פאוער אונטערצוברענגען טראמפ דארף איך נישט מעקעיב זאל מיר דאס זאגן אבער ווען ער באשטעטיגט מיינע געפינסן איז נאך בעסער
ולעצם התגובה גלייַכן מיר נישט אז אויף א נאטירלעכע נייעס קוואל ווי אייוועלט זאל מען נאכברענגען דעיס מימרא אזוי ווי די מידיע וויל דאס פארקויפן ווי כאילו מ'רעדט דא פון א ציכטיג ריינע מענטש וואס נאך אסאך אינפארמאציע איז אים נתעורר געווארן ס'קען זיין טראמפ ארבעט פאר רוסלאנד
כ'רעדט שוין נישט פון די טיפשות און לעכערליכקייט פון די סטעיטמענטס וואס ער זאגט דאס נאר ווײטער אנצוהאלטן דעם שמועס
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

פלטיאל האט געשריבן:דאס איז די אמענדמענט:

קאוד: וועל אויס אלע

Whenever the Vice President and a majority of either the principal officers of the executive departments or of such other body as Congress may by law provide, transmit to the President pro tempore of the Senate and the Speaker of the House of Representatives their written declaration that the President is unable to discharge the powers and duties of his office, the Vice President shall immediately assume the powers and duties of the office as Acting President.

Thereafter, when the President transmits to the President pro tempore of the Senate and the Speaker of the House of Representatives his written declaration that no inability exists, he shall resume the powers and duties of his office unless the Vice President and a majority of either the principal officers of the executive department or of such other body as Congress may by law provide, transmit within four days to the President pro tempore of the Senate and the Speaker of the House of Representatives their written declaration that the President is unable to discharge the powers and duties of his office. Thereupon Congress shall decide the issue, assembling within forty-eight hours for that purpose if not in session. If the Congress, within twenty-one days after receipt of the latter written declaration, or, if Congress is not in session, within twenty-one days after Congress is required to assemble, determines by two-thirds vote of both Houses that the President is unable to discharge the powers and duties of his office, the Vice President shall continue to discharge the same as Acting President; otherwise, the President shall resume the powers and duties of his office.


במח"כ פון הרב דערשאוויץ קוקט עס יא אויס אין מיינע אויגן אז די אמענדמענט רעדט פון א פאל ווען דער פרעזידענט איז גייסטיש אומסטאביל צו אויספירן זיינע פליכטן (לאפוקי פון אומפונקציאנירבאר).

דער צווייטער פאראגראף רעדט פון א פאל ווי דער פרעזידענט שלאגט אפ די טענה אז ער קען נישט פונקציאנירן, און טענה'ט להד"ם. יעצט, אויב איז עס וואר אז דער אמענדמענט רעדט בדייקא אין א פאל ווען דער פרעזידענט קען באמת נישט פונקציאנירן, דאן וויאזוי איז שייך אז דער פרעזידענט זאל דאס קענען אפשלאגן?

וועמענס איידעם איז ער, דער דערשאוויץ?

קודם וועלקאם בעק פלטי! קום אריין אפטער, אפי' דו ביזט אויסגעשפראכן אנטקעגן טראמפ'ן...


יעצט צום ענין. אין די 25'סטע אממענדמענד סעקשען 3 און 4 שטייט בלויז די ווערטער: the President is unable to discharge the powers and duties of his office
לויט די פשוטע פשט מיינט עס אז די פרעזידענט איז נישט ביכולת אויסצופירן זיין פליכט, שטייט נישט קיין ווארט איבער משוגע.
און אין פאקט איז סעקשאן 3 שוין גענוצט געווארן עטליכע מאל ווען פרעזידענטן זענען אדורכגעגאנגען אפעראציעס אדער קאלאנאסקאפיס וכדו', דאמאלטס האט די פרעזידענט אליינס געשיקט א בריוו צום ספיקער אז ער קען נישט אויספירן זיינע פליכטן בשעת'ן פראצעדור, און אין פאקט זענען די דעמאלטסדיגע וויצע פרעזידענטן געווען די עקטינג פרעזידענט.


ועל אחרון אחרון, דערשאוויץ איז אן איידעם ביי "כהן", פון בארא פארק... (נישט ממש זיין שווער איז פון בארא פארק, נאר ער אליין קומט פון וויליאמסבורג און ב"פ...)
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

[align=center]וועלט-פאסירונגען
אין דעם טאג אין יאר 967' האט מען באשטעטיגט די 25'סטע קאנסטיטוציע אמענדמענט, וואס ערלויבט די קאבינעט צו באזייטיגן א פרעזידענט וואס איז גייסטיש אומסטאביל.[/align]

פון ד.א.ד
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”