בלאט 3 פון 5

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 9:39 am
דורך farshlufen
ס'איז ווי אלעמאל ווען מ'ערווארט א ישועה, ס'איז שוין פון לאנג דא נאך צוגעגרייט משעתא קמייתא דורכן הייליגען גרויסן באשעפער, נאר א וואלקענדל פארדעקט עס, מיט אביסל רעכטע אמונה וועט די וואלקענדל אנטלויפן און ס'וועט זיין לעכטיג און פריילעך אין אלע אידישע שטובער.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 9:44 am
דורך סאדאם חוסעין
פארשטיי איך נישט די מעשה, מוצאי יום כיפור נאך מערב האט די עולם פיין מקדש געווען די לבנה, נעכטען נאך מערב ווען איך בין ארויס פון ביהמ"ד איז ווייטער געווען מנינים, זעהט אויס אז איך פארשטיי נישט אלעס, קען זיין אז עס איז א חילוק פון אפסטעיט אין די סיטי.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 9:50 am
דורך טשאדעלע באדעלע
סאדאם חוסעין האט געשריבן:פארשטיי איך נישט די מעשה, מוצאי יום כיפור נאך מערב האט די עולם פיין מקדש געווען די לבנה, נעכטען נאך מערב ווען איך בין ארויס פון ביהמ"ד איז ווייטער געווען מנינים, זעהט אויס אז איך פארשטיי נישט אלעס, קען זיין אז עס איז א חילוק פון אפסטעיט אין די סיטי.

דאס אז בשעת ווען אין די קאראליינעס איז געשען א חורבן האט ביי דיר די זין געשיינט אויף אלע באקן פארשטייסטע יא?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 9:57 am
דורך farshlufen
יא ביינונז אין שטאט אין וויליע.

מוצאי איז געוועזן פעסט פארוואלקענט.

נעכטן איז יא געוועזן קלארע ספאטס אבער ווינציג האבן עספיעט צו כאפן די לבנה.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:27 am
דורך יואל שרייבער
איך זעה אז weather.Com זאגט אז פרייטאג צונאכט וועט זיין אפאר שעה קלאר און מוצ"ש פארוואלקענט בעת וואס עקיו-וועטער זאגט פונקט פארקערט וועם זאל איך גלייבן? אפשר ביידע נישט?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:35 am
דורך יאצמעך
יואל שרייבער האט געשריבן:איך זעה אז weather.Com זאגט אז פרייטאג צונאכט וועט זיין אפאר שעה קלאר און מוצ"ש פארוואלקענט בעת וואס עקיו-וועטער זאגט פונקט פארקערט וועם זאל איך גלייבן? אפשר ביידע נישט?

גלייבן זאלסטו אין הייליגען בורא!

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:57 pm
דורך א גולם
אין וויליאמסבורג ווען מהאט געינדיגט אין מיין שיל מוצאי יו"כ איז געווען א פיינע לבנה ב"ה

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:10 pm
דורך דער קוטשער
נאר קלאר צו מאכן, מ'קען געהעריג מאכן קידוש לבנה שבת (פרייטאג צו נאכט'ס) און אזוי גייט מען אי"ה טוען היינט נאכט אויב איז דא א לבנה.

ווער עס וויל א מקור, קען קוקן און פלעינע מטה אפרים, און למעשה זאגן אזוי היינט פרייטאג אלע דיינים.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:14 pm
דורך שמשון הגיבור
אזא בילד וועט ממש זיין א היכא תמצא, קידוש לבנה נאכן דאווענען. והוא ישלח במעשי ידינו ברכה והצלחה, א גוט שבת א גוטן חודש...

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:25 pm
דורך דער קוטשער
דענק איך, אז אויב איז דא א לבנה ביים זמן, מאכט מען דעמאלט'ס און מ'ווארט נישט אויף נאכ'ן דאווענען.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:41 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
דער קוטשער האט געשריבן:דענק איך, אז אויב איז דא א לבנה ביים זמן, מאכט מען דעמאלט'ס און מ'ווארט נישט אויף נאכ'ן דאווענען.

דאס אידאך געווען נישט לאנג צוריק ערגעץ אינמיטן זומער אדער פאר זומער, סהאצעך געטוהן א לבנה געכאפעכץ

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:45 pm
דורך דער קוטשער
איך רעד פון שבת,
איך געדענק מ'איז אמאל ארויס פרייטאג צו נאכט'ס אין קליינעם חצר ביינונז אין ביהמ"ד, (עטליכע אויפ'ן קליינעם דעכל..) נישט צו דארפן טראגן די סידורים אין גאס.
יאאאר'ן צוריק, פרעג מיך נישט ווען. דענק נישט מער.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:48 pm
דורך Think and Thank
תשל"ח איז נישט געווען קיין לבנה ביז די ערשטע נאכט יו"ט, האט האדמו"ר מסאטמאר זי"ע געמאכט קידוש לבנה פאר מעריב (עכ"פ לויט טייל גירסאות).

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:52 pm
דורך יליד אונגארן
Think and Thank האט געשריבן:תשל"ח איז נישט געווען קיין לבנה ביז די ערשטע נאכט יו"ט, האט האדמו"ר מסאטמאר זי"ע געמאכט קידוש לבנה פאר מעריב (עכ"פ לויט טייל גירסאות).

וואס הייסט לויט טייל גירסאות ? ס'איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק אין ס'זענען דא טויזענטער אידן וואס געדענקן גוט יענעם יאר אין האבן מיטגעהאלטן וואס די רבי האט געטון

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:17 pm
דורך Wow a1
איך מאב מיט געהלטן א קידוש לבנה פראטיג צינאכס ביי ראחמסארווקע רבי פין ירושלים

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:24 pm
דורך Think and Thank
Wow a1 האט געשריבן:איך מאב מיט געהלטן א קידוש לבנה פראטיג צינאכס ביי ראחמסארווקע רבי פין ירושלים

פירוש: איך האב מיטגעהאלטן א קידוש לבנה פרייטאג צונאכטס ביים ראחמיסטריווקער רבי פון ירושלים.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:27 pm
דורך Wow a1
Thanks and tank
Thanks

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:32 pm
דורך פינחס
יליד אונגארן האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:תשל"ח איז נישט געווען קיין לבנה ביז די ערשטע נאכט יו"ט, האט האדמו"ר מסאטמאר זי"ע געמאכט קידוש לבנה פאר מעריב (עכ"פ לויט טייל גירסאות).

וואס הייסט לויט טייל גירסאות ? ס'איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק אין ס'זענען דא טויזענטער אידן וואס געדענקן גוט יענעם יאר אין האבן מיטגעהאלטן וואס די רבי האט געטון

מעשים בכל יום מען ציינו די דמיון איז שטארק

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:38 pm
דורך פעטער שמואל
Think and Thank האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:איך מאב מיט געהלטן א קידוש לבנה פראטיג צינאכס ביי ראחמסארווקע רבי פין ירושלים

פירוש: איך האב מיטגעהאלטן א קידוש לבנה פרייטאג צונאכטס ביים ראחמיסטריווקער רבי פון ירושלים.


ומתרץ, לא קשיא: הא לן (לבני א"י) והא להו (לבני חו"ל)

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:42 pm
דורך יענקעלע
Wow a1 האט געשריבן:Thanks and tank
Thanks

פירוש: Think and Thank
Thanks

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 8:41 pm
דורך איפה פייביש
א שיינער לבנה געווען היינט ב"ה

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 8:41 pm
דורך Haklal
יאפ יאפ ב"ה

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 9:11 pm
דורך farshlufen
א גוטן חודש, א לעכטיגער חודש.

געלויבט דעם גרויסן "ראה והתקין צורת הלבנה"

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:27 pm
דורך כווייס נישט אלעס
איך האב עס פארשפעטיגט, כהאף יום טוב ביינאכט וועט זיין
א שאד.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:36 pm
דורך ראפאט קראמפלי
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:איך האב עס פארשפעטיגט, כהאף יום טוב ביינאכט וועט זיין
א שאד.


גארנישט פארשפעטיגט, ס'וועט מן הסתם אין די קומענדיגע שעה זיין א[פאר] שיינע לבנה.