האריקעין 'פלארענס' - בין כסה לעשור תשע"ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13993
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:21 pm

אזוי ארום האט געשריבן:זעט טאקע נישט אויס אז מיר גייען באקומען עפעס פין דעם. לויט די יורא מאדעל היינט אינדערפרי, זעהט אויס אז פלארענס וועט זיך ארומדרייען אין די דזשארדזיע און סאוט קאראליינע געגנט אין נאכאמאל אנפאלן אוי נארט און סאוט קאראליינע.

אדער וועט ער זיך ארויפרוקן זייער שטייט און אנפאלן אויף ניו יום הקדוש.

ס'גייט "נישט אנפאלן" אויף ניו יארק אום יוה"כ, די לשון "אנפאלן" קומט נישט אהער דא.
מיר גייען אבער יא באקומען "עפעס" פון דעם.

ס'איז אזוי ווי איך האב געשריבן צופרי, נאך נארט קאראליינע פארט עס אראפ קיין סאוט קאראליינע און דזשארדזשיע בשעת ס'ווערט צוביסלעך מער און מער אפגעשוואכט, פון דארט טיפער אריין אין לאנד און הייבט זיך אן ארויפדרייען צו די טענעסי וואלי און צו די אהייא ריווער וואלי, און פון דארט פארקירעוועט עס זיך צו די נארט איסט ראיאן, ווי מיר וועלן באקומען רעגן דערפון ארום די טעג פון ערב יו"כ און יו"כ.

די האריקעין האט היינט היפש געפייט מיט טרוקענע לופט וואס האט ביז דערווייל באוויזן אפצושוואכן דעם האריקעין, און ווי ס'זעהט יעצט אויס וועט עס שוין נישט זיין קיין פינעווער, אבער ס'איז נאך פארבליבן א שטיקל מעגליכקייט אז ס'זאל צוריקגיין צו א פירער, אבער דאס איז שוין אויך א קליינע שאנס דערווייל.


ווער ס'ווייסט נישט וואס דאס איז טענעסי וואלי און אהייא ריווער וואלי האב איך עטעטשט די פאלגענדע בילדער
download.png
download.png (2.33 KiB) געזעהן 2193 מאל

download.jpg
download.jpg (3.66 KiB) געזעהן 2193 מאל


אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

תגובהדורך אזוי ארום » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:37 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אזוי ארום האט געשריבן:זעט טאקע נישט אויס אז מיר גייען באקומען עפעס פין דעם. לויט די יורא מאדעל היינט אינדערפרי, זעהט אויס אז פלארענס וועט זיך ארומדרייען אין די דזשארדזיע און סאוט קאראליינע געגנט אין נאכאמאל אנפאלן אוי נארט און סאוט קאראליינע.

אדער וועט ער זיך ארויפרוקן זייער שטייט און אנפאלן אויף ניו יום הקדוש.

ס'גייט "נישט אנפאלן" אויף ניו יארק אום יוה"כ, די לשון "אנפאלן" קומט נישט אהער דא.
מיר גייען אבער יא באקומען "עפעס" פון דעם.

ס'איז אזוי ווי איך האב געשריבן צופרי, נאך נארט קאראליינע פארט עס אראפ קיין סאוט קאראליינע און דזשארדזשיע בשעת ס'ווערט צוביסלעך מער און מער אפגעשוואכט, פון דארט טיפער אריין אין לאנד און הייבט זיך אן ארויפדרייען צו די טענעסי וואלי און צו די אהייא ריווער וואלי, און פון דארט פארקירעוועט עס זיך צו די נארט איסט ראיאן, ווי מיר וועלן באקומען רעגן דערפון ארום די טעג פון ערב יו"כ און יו"כ.

די האריקעין האט היינט היפש געפייט מיט טרוקענע לופט וואס האט ביז דערווייל באוויזן אפצושוואכן דעם האריקעין, און ווי ס'זעהט יעצט אויס וועט עס שוין נישט זיין קיין פינעווער, אבער ס'איז נאך פארבליבן א שטיקל מעגליכקייט אז ס'זאל צוריקגיין צו א פירער, אבער דאס איז שוין אויך א קליינע שאנס דערווייל.


ווער ס'ווייסט נישט וואס דאס איז טענעסי וואלי און אהייא ריווער וואלי האב איך עטעטשט די פאלגענדע בילדער
download.png

download.jpg


די נאכמיטאג יורא מאדעל טוט עס פארשטערקערן ביים דערגרייכן די ניו יארק געגנט, אלס א טראפישע שטורעם מיט ווינטן פון ארום 40 מפש

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13993
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:43 pm

נישט צו קיין טראפישע שטורעם, נאר צו א מיני נאראיסטער שטורעם
(איינמאל ס'איז א טראפישע דעפרעשאן העכער לאנד קען עס שוין מער נישט ווערן קיין טראפישע שטורעם אדער האריקעין)
אבער דערווייל איז עס נאר איין ראן פון איין מאדל וואס ווייזט עס
אנדערע מאדלס ווייזן אז ס'וועט זיין בלויז רעגן אן קיין ווינטן

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

תגובהדורך אזוי ארום » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:47 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:נישט צו קיין טראפישע שטורעם, נאר צו א מיני נאראיסטער שטורעם
(איינמאל ס'איז א טראפישע דעפרעשאן העכער לאנד קען עס שוין מער נישט ווערן קיין טראפישע שטורעם אדער האריקעין)
אבער דערווייל איז עס נאר איין ראן פון איין מאדל וואס ווייזט עס
אנדערע מאדלס ווייזן אז ס'וועט זיין בלויז רעגן אן קיין ווינטן

ריכטיג אז עס איז איין מאדעל, אבער ווי איר ווייסט איז די יורא א ocean to land model און נישט ווי די GFS .

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

תגובהדורך אזוי ארום » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 9:10 pm

Dm7n0iBXgAAQtvH.jpeg
Dm7n0iBXgAAQtvH.jpeg (60.91 KiB) געזעהן 2002 מאל

2018 איז געווען א יאר מיט אסאך מער רעגן ווי average, נארט און סאוט קאראליינע זענען געווען א טייל פון דעם.
מיט נאך ארום 30-50 אינטשעס רעגן וואס זיי קענען באקומען פון Florence זענען זיי אין גאר גרויס טראבל, פארגעס פון די ווינטן און די הויכע כוואליעס נאכדעם וואס די שטורעם גייט זיך פארשטייטערן אדער גאר אפשטעלן אנקומען צום בארטן זיצן'דיג דארט פאר קנאפע 4 מאל High Tide וואס דאס וועט נאר פארערגערן די מצב.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3029
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 10:25 pm

!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פרישוואסער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 10:49 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אנטלויפט!!!

https://www.dropbox.com/s/o0e2q3rb8m3zr ... 3.mp4?dl=0



ouch!

זיס ווי האניג
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

תגובהדורך זיס ווי האניג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 10:52 pm

Now it's a strong cat 2 hurricane

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 11:13 pm


אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

תגובהדורך אזוי ארום » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 11:38 pm

אזוי ארום האט געשריבן:
WhatsApp Image 2018-09-12 at 3.31.52 PM.jpeg


דאס בילד ווערט אנגערופן soundings מען קען באקומען אסאך אינפארמאציע פון אזא בילד, אבער וואס אונז ווילן ווייזן איז די רויט ארום גערינגעלט ווי מען זען די ווינטן און די הויכע אטמאספער גייען פון דרום-מערב צו צפון־מזרח, דאס טוט אביסל צוברעכן די שטארקייט פונעם שטורעם

מיר האָבן היינט אינמיטן טאג געוויזן אז לויט די soundings זעט אויס אז דו שטורעם טוט זיך אונטערברעכן.
ווי עס זעט זענען מיר גערעכט געווען און Florence דרום זייט איז צופאלן ממש ביזן אויג.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:15 am

איש האשכולות האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1W1NvuXbW1zB0UwuygQ5bQcNepi0CJ7YR/view?usp=drivesdk

די כרוזים גייען ארויס..
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13993
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:34 am

ק.נ.א.וועטער האט געשריבן:נאך נארט קאראליינע פארט עס אראפ קיין סאוט קאראליינע און דזשארדזשיע בשעת ס'ווערט צוביסלעך מער און מער אפגעשוואכט, פון דארט טיפער אריין אין לאנד און הייבט זיך אן ארויפדרייען צו די טענעסי וואלי און צו די אהייא ריווער וואלי, און פון דארט פארקירעוועט עס זיך צו די נארט איסט ראיאן, ווי מיר וועלן באקומען רעגן דערפון ארום די טעג פון ערב יו"כ און יו"כ.

קניידל פארעם האט געשריבן:פון דאס פריערדיג בילד קוקט נישט אויס אז אין נעוו יארק וועט מען שפירן סיי וואס, רעגן אדער ווינטן, אפילו נאך די צוויי-דריי טאג פון וואס קנ"א האט גערעדט, מאקסימום וועט זיין ביז פענסילוועניע.

יעצט זעהט דיר שוין יא אויס?
צוגעלייגטע
093018_5day_cone_no_line_and_wind.png
093018_5day_cone_no_line_and_wind.png (89.4 KiB) געזעהן 1363 מאל

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:08 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א.וועטער האט געשריבן:נאך נארט קאראליינע פארט עס אראפ קיין סאוט קאראליינע און דזשארדזשיע בשעת ס'ווערט צוביסלעך מער און מער אפגעשוואכט, פון דארט טיפער אריין אין לאנד און הייבט זיך אן ארויפדרייען צו די טענעסי וואלי און צו די אהייא ריווער וואלי, און פון דארט פארקירעוועט עס זיך צו די נארט איסט ראיאן, ווי מיר וועלן באקומען רעגן דערפון ארום די טעג פון ערב יו"כ און יו"כ.

קניידל פארעם האט געשריבן:פון דאס פריערדיג בילד קוקט נישט אויס אז אין נעוו יארק וועט מען שפירן סיי וואס, רעגן אדער ווינטן, אפילו נאך די צוויי-דריי טאג פון וואס קנ"א האט גערעדט, מאקסימום וועט זיין ביז פענסילוועניע.

יעצט זעהט דיר שוין יא אויס?

ק. נ. א., אפשר קומט איר אריין יעצט אינדערפרי מיט א ברייטע באריכט איבערן שטורעם, און איבער וועלכע געגענטער עס וועלן עפעקטירט ווערן אריינגערכנט וואס נוי יארק וועט שפירן.
א גרויסן שכוח פאר אלעם!
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

פלארענס מאפע

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:12 am

די מאפע פון היינט אינדערפרי
צוגעלייגטע
image.png
image.png (255.25 KiB) געזעהן 1140 מאל
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

תגובהדורך אזוי ארום » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:10 am

florence.png
florence.png (90.9 KiB) געזעהן 1015 מאל

געפאלען צו 105 מפש

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

תגובהדורך אזוי ארום » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:10 am

WhatsApp Image 2018-09-13 at 10.49.48 AM.jpeg
WhatsApp Image 2018-09-13 at 10.49.48 AM.jpeg (394.67 KiB) געזעהן 1014 מאל

די שטורעם איז נאך אלץ מאכטפול, און עס האט זיך שטארק אויסגעברייטערט.
אבער אויך פארלוירן קראפט (זעה די טריקענע לופט מיט וואס די שטורעם שלאגט זיך)

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

תגובהדורך אזוי ארום » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:36 am

WhatsApp Image 2018-09-13 at 11.28.34 AM.jpeg
WhatsApp Image 2018-09-13 at 11.28.34 AM.jpeg (86.74 KiB) געזעהן 921 מאל

די נאציאנאלע האריקעין צענטער שרייבט און זייער דיסקאשין אז די ספעציעלע פליגער וואָס טוט אינטערזוכן די האריקעין פון אינעווייניג "האט נישט געטראפן ווינטן נאנט צום יבשה שטערקער ווי 92 מפש"

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:52 pm

לכאורה דארף שוין פעסט בלאזן ביי די קאסטל עריע ?

כאפ טויבען
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 4:53 pm

תגובהדורך כאפ טויבען » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 2:07 pm

מיר ווארטען מיט שפאנונג פאר אונזער נעטשריל דיזעסטער קארעספידאנט "הלשון" צו לאנדען אין די קאראליינעס און ברענגען לעבעדיגע בילדער באגלייט מיט טרעפליכע רמזים.. יהא בואו לברכה..

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 2:08 pm

אידישע נייעס ריפארטער איז אהינגעפארן?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5735
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 2:13 pm

צו פארנומען יעצט מיט די כפרות מוחים
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 2:55 pm

כאפ טויבען האט געשריבן:מיר ווארטען מיט שפאנונג פאר אונזער נעטשריל דיזעסטער קארעספידאנט "הלשון" צו לאנדען אין די קאראליינעס און ברענגען לעבעדיגע בילדער באגלייט מיט טרעפליכע רמזים.. יהא בואו לברכה..

סארי, נישט פאר סוכות...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 2:56 pm

הלשון האט געשריבן:
כאפ טויבען האט געשריבן:מיר ווארטען מיט שפאנונג פאר אונזער נעטשריל דיזעסטער קארעספידאנט "הלשון" צו לאנדען אין די קאראליינעס און ברענגען לעבעדיגע בילדער באגלייט מיט טרעפליכע רמזים.. יהא בואו לברכה..

סארי, נישט פאר סוכות...


און אויב די עולם וועט שיין בעטען?

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 2:59 pm

דעמאלס וועט מען עס אפשר טוהן חול המועד
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

קאווליר
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:07 pm

הלשון האט געשריבן:דעמאלס וועט מען עס אפשר טוהן חול המועד

אוי וויי. איך האב געזעהן "הלשון" בין איך שנעל אריינגעקומען אבער נאו איים דיסעפוינטעדט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, maybeeynot, אינוועסטער, ברעחדך קאפ, נאך פונדערהיים און 31 געסט