האריקעין 'פלארענס' - בין כסה לעשור תשע"ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פריינד
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2018 9:04 pm

ווי עס זעהט יעצט אויס וועט די האריקען דירעקט אנטרעפן די קארליינעס
204611_5day_cone_no_line_and_wind.png
204611_5day_cone_no_line_and_wind.png (81.97 KiB) געזעהן 3339 מאל

הקשר
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 9:25 pm

תגובהדורך הקשר » מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2018 9:19 pm

פריינד האט געשריבן:ווי עס זעהט יעצט אויס וועט די האריקען דירעקט אנטרעפן די קארליינעס
204611_5day_cone_no_line_and_wind.png

ווידער ווי א שופר

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2018 10:16 pm

א גוטע וואך!

א וואך צוריק - א' סליחות - ווען מיר האבן געמאלדן אז ס'איז דא א מעגליכקייט אז 'פלארענס' וועט אנטרעפן די איסט קאוסט דעם סוף וואך, זענען מיר מסתמא געווען ממש א יחיד צו מעלדן אזא מעגליכקייט (מיר האבן עס דעמאלס אויך געמאלדן אויף קול מבשר - [פאר ווער עס ווייסט נישט, מיר שטעלן טעגליך צי די וועטער בליצן אויף נומער 0 פון די וועטער אפטיילונג - און צומאל אויך אויף די בולעטין אפטיילונג, אבער מיר געבן נישט קיין אינטערוויוס ביים וועטער טישל, דער וואס רעדט ביים וועטער טישל איז א צווייטער]).

אצינד האלט עס אז אלע רעדן שוין דערפון מיט באק ציינער, און ס'קוקט טאקע אויס פון רוב קאמפיוטער מאדלס אז ס'וועט קומענדיגן דאנערשטאג בין כסא לעשור אריינקלאפן ביי די קאראליינעס אלס א מעידזשער האריקעין (מעידזשער האריקעין מיינט קאטעגאריע 3 אדער העכער), אבער דאס איז נאך נישט קיין פיינעל, ס'איז נאך אלס דא א מעגליכקייט אז ס'וועט אריינקלאפן צווישן דעלעווער מערילענד און ווירדזשיניע אדער אפילו נאך העכער, אבער דערווייל קוקט נישט אויס אז ס'וועט דירעקט אריינקלאפן אין ניו דזשערזי אדער ניו יארק, מ'דארף אבער נאך אלס האלטן א וואכזאם אויג.

איך ווייס נישט צו איך וועל האבן צייט צו אפדעיטן דא ער"ה אדער צום גדלי', מ'וועט אבער אי"ה קענען הערן ווייטערדיגע מעלדונגען אויף 212-444-1100 ביי נומער 0 פון די וועטער אפטיילונג.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2018 10:43 pm

אז דו ביסט שוין יא דא... וואס גייט זיין די וועטער פאר לשנה טובה? די קינדער קען מען אנטון ווינטערדיג?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 12:04 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אז דו ביסט שוין יא דא... וואס גייט זיין די וועטער פאר לשנה טובה? די קינדער קען מען אנטון ווינטערדיג?

ווער האט נאר געזאגט אז גיין צו סליחות מיט א שאל איז א פארגאנגענהייט?
איך גלייב אז מארגן פארטאגס וועלן זיין אידן מיט א שאל, ספעציעל אין אפסטעיט

לגבי ר"ה, מ'דארף זיך אנגרייטן די רעגן מאנטל, ביידע טעג וועט זיין רעגענדיג, אבער די עיקר רעגן וועט זיין די ערשטע טאג
לגבי קיל אדער ווארעם, די ערשטע טאג וועט זיין אין די מיטעלע הויכע זעכציגער, און די צווייטע טאג אין די נידריגע אכציגער.

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 10:42 am

הרב ק. נ. א., גייט נאך זיין נאך א אפדעיט דא פאר ר"ה?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 11:59 am

אין די 11 אזייגער אפדייט היינט פון האריקיין סענטער
מאכן זיי א H ווען די האריקיין קומט צו די קארעליינאס דאס מיינט אז יעצט טראכטעו זיי אז עס וועט ניט אנקומען ווי א M
מייג'ער האריקיין נאר א האריקיין

זע בילד
צוגעלייגטע
כך.png
כך.png (85.58 KiB) געזעהן 2489 מאל

זיס ווי האניג
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

תגובהדורך זיס ווי האניג » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 12:28 pm

דאס איז שוין נאך די לענדפאל

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 2:13 pm

gfs

איך ווייס נישט אויב דאס איז די לעצטע אבער עס קוקט אויס ווי עס גיבט זיך א דריי ארויף און עס וועט אונז נישט גענצליך אפשוינען


בילד/

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3591
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 2:37 pm

מענין לענין. כ׳האב פארגאנגענע וואך געזעהן אין ליקוטי מהרי״ח א אינטערסאנטע זאך. די וועטער פונעם ערשטן טאג ראש השנה שפיגלט אפ דעם וועטער פון דורכאויס די יאר.

כ׳וועל באלד נאכאמאל נאכקוקן דעם לשון און פראבירן אהער צוברענגען
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5941
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 6:07 pm

עס שטייט אין די גמרא אויך, עס גייט ארויף סיי אויף רעגן און סיי אויף היץ, לויט דעם קומט א נאסע קילע יאר, נישט צו הייס מיט איבער גענוג רעגן ברוך השם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:15 pm

א גוטע וואך און א גוט יאר!

פלארענס וועט למעשה נישט אריינקלאפן אין ניו יארק, עס איז אויף די וועג צו די קאריליינעס וואו ס'וועט אנקומען דאנערשטאג, אצינד איז עס ביי א מאכטפולער שטארקייט פון קאטעגאריע 4 מיט ווינטן פון איבער 140 מפ"ש און איז ערווארטערט ארויפצוגיין העכער.

אינצווישן האט זיך אויפן אטלאנטיק פארמירט האריקעין אייזיק, ער וועט אנקלאפן די קאריביער אינזלן אין די קומענדיגע געציילטע טעג.

צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:22 pm

שכח פאר די אפדעיט.

קעמען שוין בויען די סוכה?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:23 pm

אפדעיט:
'פלארענס' איז יעצט א מעידזשער קאטעגאריע 4 האריקעין מיט מאקסימום סוסטעינד ווינטן פון 140 מייל א שעה, און ווינט גאסטס ביז 165 מייל א שעה.

די האריקעין קען זיך ווייטער פארשטערקערן אין די קומענדיגע 24 ביז 36 שעה, און קען מעגליך אויסשטייגן אלס קאטעגאריע 5 האריקעין פאר א שטיק צייט, און איז געריכטעט צו מאכן לענדפאל אין נארט קאראליינע אלס א מעידזשער האריקעין.

א דאנק א היי פרעשור סיסטעם העכער ניו יארק סטעיט וועט די שטורעם נאכן מאכן לענדפאל נישט ארויפקומען ווייטער צו די נארט, נאר וועט זיך דרייען רינגס און ארום אויפן זעלבן פלאץ זייענדיג געטרעפּט נישט האבענדיג קיין וועג ווי צו גיין, און וועט זיך אזוי דרייען פאר א טאג צוויי און אראפלאזן מאסיווע קוואנטומס פון רעגן, טייל געגענטער קענען באקומען ארום 3 פיס רעגן, דערנאך וועט זיך עס אראפריקן צו סאוט קארליינע און מעגליך אפילו אראפ צו דזשארדזשיע, און ווען די וועג וועט ווערן פריי צו גיין ווייטער וועט זיך עס אריינריקן טיפער אין לאנד אלס אפגעשוואכטע טראפישע דעפרעשאן, און דערנאך זיך פארקירעווען אין א דירעקשאן צו די נארט-איסט ראיאן, ווי ס'וועט ברענגען רעגן אין די טריי סטעיט געגנט - אבער ב"ה נישט קיין ווינטן - ארום ערב יו"כ און יו"כ.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:25 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:א גוטע וואך און א גוט יאר!

פלארענס וועט למעשה נישט אריינקלאפן אין ניו יארק, עס איז אויף די וועג צו די קאריליינעס וואו ס'וועט אנקומען דאנערשטאג, אצינד איז עס ביי א מאכטפולער שטארקייט פון קאטעגאריע 4 מיט ווינטן פון איבער 140 מפ"ש און איז ערווארטערט ארויפצוגיין העכער.

אינצווישן האט זיך אויפן אטלאנטיק פארמירט האריקעין אייזיק, ער וועט אנקלאפן די קאריביער אינזלן אין די קומענדיגע געציילטע טעג.

יישר כח!

לויט די יעצטיגע שאצונג ווי שטארק איז עס ערווארטעט צו זיין ביים אנטרעפן די יבשה?

וועטערמאן האקט.. לאמיר גיין ליינען
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3591
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:31 pm

נאך אזא וועטער דורכאויס יו״ט.. וואס קען שוין זיין.

זאלן מיר האבן אויסגעפועלט א גוט יאר.

שכח פאר די אפדעיטס.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:43 pm

אויב דאס וועט זיך טאקע שטארקן צו א קאטעגאריע 5, וועט עס זיין די פערטע האריקעין אין אמעריקאנער היסטאריע צו מאכן לאנדפאל דירעקט אויף איינע פון די אמעריקאנער שטאטן, אין שטארקייט פון קאטעגאריע 5.

די אנדערע דריי זענען געווען לעיבאר דעי - 1935; קאמילע - 1969; אנדראו - 1992.

אירמע און מאריא פון פאראיאר זענען אויך געווען קאטעגאריע 5, אבער נישט ביים אנטרעפן די פאראייניגטע שטאטן, נאר פארטא ריקא און די קאריביענס.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:50 pm

צו פארשטיין אביסל וואס אזא שטארקע האריקעין מיינט בכלל... סענדי איז געווען קאטעגאריע 1 ביים אריינזעצן אין ניו זשערזי, איירין איז בכלל נישט געווען קיין האריקען ביים לאנדפאל, נאר א טראפישער שטורם.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:00 pm

א מיליאן מענטשן זענען שוין באפוילן געווארן צו עוואקואירן פון די קאריליינע בארטענעס.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:09 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אויב דאס וועט זיך טאקע שטארקן צו א קאטעגאריע 5, וועט עס זיין די פערטע האריקעין אין אמעריקאנער היסטאריע צו מאכן לאנדפאל דירעקט אויף איינע פון די אמעריקאנער שטאטן, אין שטארקייט פון קאטעגאריע 5.

די אנדערע דריי זענען געווען לעיבאר דעי - 1935; קאמילע - 1969; אנדראו - 1992.

אירמע און מאריא פון פאראיאר זענען אויך געווען קאטעגאריע 5, אבער נישט ביים אנטרעפן די פאראייניגטע שטאטן, נאר פארטא ריקא און די קאריביענס.

דערווייל קוקט אויס אז "אויב" ס'וועט זיין א פינעווער, וועט עס נאר זיין אויפן וואסער, נישט בשעת'ן לענדפאל.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:12 pm

דער פרעזידענט יר"ה באטראכט דעם האריקעין וואס איז ערווארטערט, זיצנדיג אין אוועל אפיס.
צוגעלייגטע
merlin_143606490_ffb2080f-2430-4e3a-8436-1002547cd16f-jumbo.jpg
merlin_143606490_ffb2080f-2430-4e3a-8436-1002547cd16f-jumbo.jpg (201.29 KiB) געזעהן 1223 מאל

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:14 pm

א בליק אויפן אטלאנטיק מיט פלארענס, אייזיק און העלין.
צוגעלייגטע
skynews-hurricane-florence_4417719.jpg
skynews-hurricane-florence_4417719.jpg (105.85 KiB) געזעהן 1206 מאל

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:37 pm

וואסיז דער שופר דארט צווישן באסטאן און העללען?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:59 pm

א ספעציעלע aircraft פון NOAA וואס איז דעזיינט אריינצופליען אין האריקעינס, געפינט זיך יעצט אינסייד אינעם שטורעם, און האט נארוואס געמאסטן ווינטן פון 130 KT וואס קומט אויס צו ארום 150 מייל א שעה.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:04 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אפדעיט:


א דאנק א היי פרעשור סיסטעם העכער ניו יארק סטעיט וועט די שטורעם נאכן מאכן לענדפאל נישט ארויפקומען ווייטער צו די נארט,

וואס מיינט א היי פרעשור סיסטעם?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, New Jersey, police, yes yes, ליינער, מאירים, ממה נפשך, פארטראכטער, קארפענטער, קליינקעפיק און 53 געסט