האריקעין 'פלארענס' - בין כסה לעשור תשע"ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

האריקעין 'פלארענס' - בין כסה לעשור תשע"ט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:09 pm

לויט ווי אונזער וועטער קארעספאדענט פון די נעשנעל ק.נ.א. וועטער ביורא ווארנט קען אנקלאפן א מאכטפולער האריקען אין די קומענדיגע וואך.
לעצט פאראכטן דורך אסדר לסעודתא אום פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:15 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:09 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אפדעיט:
יורא מאדל - דירעקטע לענדפאל אויף נארט קאראליינע קומענדיגן דאנערשטאג פארמיטאג-מיטאג אלס מעידזשער האריקעין
אנדערע געגענטער פון נארט קאראליינע ביז דרום ניו דזשערזי קענען אויך שטארק ליידן דערפון אבער ניו יארק סיטי מיידט אויס די ערגסטע

קענעדיען מאדל - דירעקטע לענדפאל אויף נארט קאראליינע קומענדיגן דאנערשטאג נאכמיטאג/פארנאכטס אלס מעידזשער האריקעין
דרום ניו דזשערזי קענען אויך א משהו ליידן דערפון, אבער ניו יארק סיטי ווערט גענצליך אפגעשוינט

GFS מאדל פון היינט אינמיטן טאג - דירעקטע לענדפאל אויף סענטראל לאנג איילענד קומענדיגן דאנערשטאג נאכמיטאג אלס מעידזשער האריקעין, ניו יארק סיטי ווערט אויך גאר שטארק באטראפן, די האדסאן וואלי ראיאן נישט אזוי געפערליך, די קעסטקילס נאר א משהו.
די מזרח ברעג פון ניו דזשערזי ווערט אויך גאר שטארק באטראפן.

GFS מאדל פון היינט פארנאכטס - די האריקעין קומט נאנט צו די קאוסט, אבער חוץ הויכע כוואליעס ביי די בארטענעס וועט מען בכלל נישט וויסן אז א גרויזאמער האריקעין מאכט הקפות און דרייט זיך ארויף און אראפ די מיד אטלאנטיק קאוסט פאר עטליכע טעג אין א רייע ביז ס'ווערט ענדליך אנטרינען צוריק טיפער אריין אין ים.

די שאנסן אז די האריקעין וועט באטרעפן די איסט קאוסט איז היינט העכער ווי נעכטן... לאמיר האפן אז דאס וועט זיך נאך יא אוועקדרייען, אבער דערווייל קוקט אויס מער און מער אז דאס איז א שטורעם וואס וועט מאכן העדליין נייעס אין די קומענדיגע 7 ביז 10 טעג.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:40 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:לויט ווי אונזער וועטער קארעספאדענט פון די נעשנעל ק.נ.א. וועטער ביורא ווארנט קען אנקלאפן א מאכטפולער האריקען אין די קומענדיגע וואך.

וועלעכע געגענטער?
אין אדם שלא יכול יש אדם שלא רוצה
קרעדיט רולי דיקמאן, כח הרצון

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:41 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז די טשאנסן זענען יעצט העכער אז א מאכטפולע שטורעם זאל אומפעקטן די היימישע געגענטער. לויט די צוויי קראנטסטע מאדאלן, יוראו און קענעדיען וועט נוי יארק מערסטענס אפגעשוינט ווערן
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:51 pm

מקווה איד האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לויט ווי אונזער וועטער קארעספאדענט פון די נעשנעל ק.נ.א. וועטער ביורא ווארנט קען אנקלאפן א מאכטפולער האריקען אין די קומענדיגע וואך.

וועלעכע געגענטער?

ק.נ.א שרייבט לויט צוויי מאדלס איז עס נארט קארעליינא
און לויט איין מאדאל איז דאס לאנג איילענד

אוועטאר
יאקאן דינעלי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2018 12:23 pm

תגובהדורך יאקאן דינעלי » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:00 pm

עכט היימיש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז די טשאנסן זענען יעצט העכער אז א מאכטפולע שטורעם זאל אומפעקטן די היימישע געגענטער. לויט די צוויי קראנטסטע מאדאלן, יוראו און קענעדיען וועט נוי יארק מערסטענס אפגעשוינט ווערן

ער ווייסט וואס רעדט, ווארט מיט שפאנונג, ער האט שוין אינעם עבר באוויזן וואונדער....

נו גוט נו שוין
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:33 pm

זיי קענען זאגן וואס זיי ווילן, איבעראיאר העמער זען וואס טוט זיך.
די מאקסימום פאראויסשאץ איז געווענדליך נישט מיר ווי א צוויי דריי וואכן דאכטצעך, נו מרעדט דאך דא פון איבעראיארן?! נו וואס האבן זיי אריינצורעדן??
ווי איז לייק??

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13993
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:50 pm

עכט היימיש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז די טשאנסן זענען יעצט העכער אז א מאכטפולע שטורעם זאל אומפעקטן די היימישע געגענטער. לויט די צוויי קראנטסטע מאדאלן, יוראו און קענעדיען וועט נוי יארק מערסטענס אפגעשוינט ווערן

שתי תשובות בדבר:
חדא איך האב "נישט" געשריבן "די היימישע געגענטער"
איך האב געשריבן "די איסט קאוסט"!
אין אידיש מיינט עס "די מזרח ברעג" פון אמעריקא.

השנית, א קאמפיוטער מאדל איז "נישט" קיין פארקעסט!
יא איר ליינט גוט, ס'איז נישט קיין פארקעסט
ס'איז בלויז "טולס" פאר פארקעסטער'ס צו פארקעסטן די וועטער

די זעלבע יורא מאדל וואס ווייזט יעצט נארט קאראליינע, האט אין די לעצטע פאר טעג שוין אויך געוויזן סאוט קאראליינע, און דזשארדזשיע. און מארגן וועט עס ווייזן א דריטע סטעיט און איבערמארגן א פערטע סטעיט... דאס וואס א מאדל ווייזט יעצט, איז נישט קיין פארקעסט, ס'איז בלויז טולס פאר פארקעסטער'ס.

אויב אזוי וועט איר פרעגן וואס טויגן די מאדלס?
די תירוץ איז, איה"נ פארן המון עם איז עס סתם א קאפ דרייעניש. אבער וועטער עקספערטן נוצן די דעטא פון די מאדלס אלס טולס פארצושאצן די וועטער, און לויט וויאזוי דער בוכ"ע האט אונז באשאנקען די חושים צו נוצן די דאזיגע טולס קוקט אויס שטארק מעגליך אז די דאזיגע שטורעם איז עפעס וואס מ'דארף ערנסט נאכפאלגן, און זיין גרייט אז די דאזיגע שטורעם וועט טיילווייז אימפעקטן אדער גאר מאכן א דירעקטע לענדפאל ערגעץ וואו אין די איסט קאוסט.
נאכאמאל! ס'איז דערווייל נישט קיין פארקעסט, ס'איז נאר די הכנה צו א פארקעסט וואס דערווייל קוקט עס אויס מער און מער ווי ס'גייט אין דעם ריכטונג.
און ווען איך זאג איסט קאוסט מוז עס נישט מיינען דווקא די היימישע וויליאמסבורג בארא פארק, ס'קען אויך מיינען די קאראליינעס, ס'קען מיינען מערילענד, ס'קען מיינען דעלעווער, און ס'קען פערצופאל אויך מיינען ניו דזשערזי אדער ניו יארק, אבער איסט קאוסט איז לאו דוקא די היימישע טאפ ווי מיר וואוינען.

איי וועט איר פרעגן פארוואס דארף א האריקעין אין נארט קאראליינע אדער מערילענד באזארגן דעם היימישן איד פון וומ"ס?
די תשובה איז, ווייל אפילו אויב ס'וועט אנפאלן אויף די קאראליינעס מוז נישט זיין אז ניו יארק וועט בלייבן אומבארירט, ס'קען שטארק מעגליך זיין אז ס'וועט זיך יא היפש שפירן דאהי מיט שווערע רעגן און שטארקע ווינטן, און אפילו אויב נישט ניו יארק, קען זיין אז די היימישע לעיקוואד געגנט פון ניו דזשערזי יא.

תמצית הדברים: אזוי ווי ס'זעהט אויס מער און מער [אין מיינע אויגן] אז ס'גייט אין א ריכטונג וואס קען שטערן די פארנומענע לעבנס שטייגער אין די איצטיגע פארנומענע ימים טובים טעג, דעריבער איז ראטזאם זיך פארצוברייטן און מאכן פלענער על כל האריקעין שלא תבא, ווייל בעסער צו זיין סעיוו ווי סארי והחכם עיניו בראשו, ס'איז אבער נישט קיין אפיציעלע פארקעסט, און ס'איז דערווייל בכלל נישט קיין זיכערע זאך אז די האריקעין וועט בכלל אנקומען דאהי.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:52 pm

שכח פאר די קלארע בליק
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:08 pm

יאקאן דינעלי האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז די טשאנסן זענען יעצט העכער אז א מאכטפולע שטורעם זאל אומפעקטן די היימישע געגענטער. לויט די צוויי קראנטסטע מאדאלן, יוראו און קענעדיען וועט נוי יארק מערסטענס אפגעשוינט ווערן

ער ווייסט וואס רעדט, ווארט מיט שפאנונג, ער האט שוין אינעם עבר באוויזן וואונדער....

ס'איז אמת אז ער ווייסט אבער כ'האף אז די וואונדער וועלן זיך נישט אפשפילן אויף מיינע ביינער....

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:11 pm

האט אינזין ראש השנה עס זאל נישט מאכן עגמת נפש פאר קיין איד. די סוכות און פרויען מיט זייער אנגעסטאקטע פריזערס
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:19 am

דענק מיר נאך די האריקעין שלש עשרה מידות אין די סוף נ יארן
מהאט געזאגט תשליך אויף לי עוו. און סוכות זענען געפלויגן

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:26 am

פלארענס איז יעצט שוין מער נישט קיין האריקעין נאר א טראפישער שטורעם, נאכן דורכפארן קילע וואסערן. עס וועט אבער צוריק פארשטארקערט ווען בקרוב, אנקומענדיג צו די ווארימערע וואסערן.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 9:14 am

Ventusky.com שיקט אים קיין נארט קאראליינע קומענדיגע דאנערשטאג מיט א מעכטיגע זעץ, רח״ל.
צוגעלייגטע
E5941551-10E4-4ED2-8F8F-95355B9E4BDD.jpeg
E5941551-10E4-4ED2-8F8F-95355B9E4BDD.jpeg (424.02 KiB) געזעהן 2588 מאל

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:30 am

ווען קומט ארויס די פרישע טעגליגע מאדאלן?
קוקט מיר אויס אז מיר וועלן מיזן אויסווארטן ביז מוצאי ראש השנה תשע"ט צו הערן צו איינער שטטיט אינטער אינזער טיר, אדער אז עס קומט נישט גארנישט
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:41 am

פארוואס ראש השנה? ביזן לעצטן מינוט קען מען נישט וויסן. ועע''ע האריקעין איירין וואס מיר ווארטן נאך דערויף....

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:47 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס ראש השנה? ביזן לעצטן מינוט קען מען נישט וויסן. ועע''ע האריקעין איירין וואס מיר ווארטן נאך דערויף....

האריקען איירין?
איך מיין ביזט דיר תועה, האריקען איירין האט געקאסט די לעבן פון אפאר אידן און האט מאכטפול אומפעקט די נארט איסט ראיאן
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 11:00 am

עכט היימיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס ראש השנה? ביזן לעצטן מינוט קען מען נישט וויסן. ועע''ע האריקעין איירין וואס מיר ווארטן נאך דערויף....

האריקען איירין?
איך מיין ביזט דיר תועה, האריקען איירין האט געקאסט די לעבן פון אפאר אידן און האט מאכטפול אומפעקט די נארט איסט ראיאן

ס'איז אנגעקומען א פערטל די שטארקייט פון וואס מ'האט זיך געראכטן. די רגע ס'איז אנגעקומען קיין ניו יארק איז מען געוואויר געווארן ווי שטארק מ'האט איבערגעטריבן...

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 11:31 am

שכויח ק.נ.א. פאר די באריכטן!

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:00 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס ראש השנה? ביזן לעצטן מינוט קען מען נישט וויסן. ועע''ע האריקעין איירין וואס מיר ווארטן נאך דערויף....

האריקען איירין?
איך מיין ביזט דיר תועה, האריקען איירין האט געקאסט די לעבן פון אפאר אידן און האט מאכטפול אומפעקט די נארט איסט ראיאן

ס'איז אנגעקומען א פערטל די שטארקייט פון וואס מ'האט זיך געראכטן. די רגע ס'איז אנגעקומען קיין ניו יארק איז מען געוואויר געווארן ווי שטארק מ'האט איבערגעטריבן...

לא קשיא הא באפסטעיט והא בסיטי. איירין איז געווען פיל שטארקער אין קר"י מאנסי אומגעגנט.
אז איר מיינט אנדערש, דאן ליינט ביטע איבער מיין תגובה. אז איר ווענדט מיך אפ, וועל איך בדרך כלל זיך נישט באמיען אייך צו ענטפערן.

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:58 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס ראש השנה? ביזן לעצטן מינוט קען מען נישט וויסן. ועע''ע האריקעין איירין וואס מיר ווארטן נאך דערויף....

האריקען איירין?
איך מיין ביזט דיר תועה, האריקען איירין האט געקאסט די לעבן פון אפאר אידן און האט מאכטפול אומפעקט די נארט איסט ראיאן

ס'איז אנגעקומען א פערטל די שטארקייט פון וואס מ'האט זיך געראכטן. די רגע ס'איז אנגעקומען קיין ניו יארק איז מען געוואויר געווארן ווי שטארק מ'האט איבערגעטריבן...

לא קשיא הא באפסטעיט והא בסיטי. איירין איז געווען פיל שטארקער אין קר"י מאנסי אומגעגנט.

אמת, אין אפסטעיט האט געדארפט זיין שוואכער ווי אין שטאט, אין שטאט איז נישט אנגעקומען די עיקר וואס האט געדארפט אנקומען.

blue moon
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:16 pm

קרייסלער האט געשריבן:דענק מיר נאך די האריקעין שלש עשרה מידות אין די סוף נ יארן
מהאט געזאגט תשליך אויף לי עוו. און סוכות זענען געפלויגן


דאכט זיך אז עס איז געווען תש"ס. זעמער פונקט געווען אויפן וועג אהיים פונעם קאשויער רב זצ"ל. נאכען פראווענען סליחות, שלש עשרה מידות, גאנץ תהילים און תשליך. אַ גרויסער שטיין האט זיך אראפגעריסען פון דעם בעירן מאונטען-סיקס. פונקט אין מיין ווינדשילד אריין.
מיר האבען עס ב"ה איבערגעלעבט.
( עס איז געווען דריי פיר יאר פאר די קולמע עפאכע. דרעזדנער האט מיך נישט געריפען פאר אַ אינטעוויא).

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13993
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 3:34 pm

די שלש עשרה מדות האריקעין - האריקעין פלאד - איז געווען אנהייב תש"ס

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13993
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 4:31 pm

די לעצטערע טרעקס פון א רייע ספעציעלע האריקעין מאדלס
06L_tracks_18z.png
06L_tracks_18z.png (132.55 KiB) געזעהן 1777 מאל


'פלארענס' איז ערווארטעט זיך צוריק צו פארשטארקערן אלס א מאכטפולע האריקעין אין די קומענדיגע טעג
ווי שטארק וועט עס זיין?
די סקעיל פון א מערהייט פון די ספעציעלע האריקעין מאדלס ווייזט אז ס'קען זיין א קאטעגאריע 3 אדער 4
און ס'עקזיסטירט אפילו די מעגליכקייט פאר א קאטעגאריע 5
צוגעלייגטע
06L_intensity_18z.png
06L_intensity_18z.png (86.76 KiB) געזעהן 1777 מאל

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 4:45 pm

פאר די וואס ווייסן נישט, א קאטעגאריע 4 מיינט, אז נישט נאר סוכות וועלן פליען, נאר אויך הייזער. איך וויל ניטאמאל רעדן פון א קאטעגאריע 5.... דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט