איז די פרעזידענטס מענטעל העלטה די ערשטע און די לעצטע קויל?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בלינצע
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

רוב אנטי טראמפער דא זענען נישט קיין ליבעראלן, אין פאקט, די איינציגסטע זאך וואס איך האב הנאה פון א טראמפ פרעזעדענסי, איז די הילכיגע פראסק וואס די קראנקע ליבערעלס האבן געכאפט מיט זיין געווינס.
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:פארדעם האמיר דזשאוי ביידן וואס קאמפיינט שוין יעצט נאך פאר די פריימעריס אלס א מעסיגער עוורידזש דעי בלוי קאלער מעסיגער דעמאקראט.

ער רופט זיך דזשאוי פראם סקרענטאן.

קען זיין אז פאר דעם איז לעצטענס דער רב, דאס מיינט מען @מיללער, זייער קעגן טראמפ.

ביידען איז טאקע א צורידערטער, זיין כאראקטער האט אסאך ענדליכקייטן צו טראמפ. און אויב וועט ער נאך טאקע אמאל זיין פרעזידענט וועל איך עפענען און פארברענגען א ביידען ליגענט און פקחות אשכולות זיך צו קיפּן ביזי.

אבער נישט דעם כאראקטער האבן די טראמפ׳סטער׳ס אריינגעוועלט. די סיבה פארן אים אריינוועלן איז אווי מטעמים ברענגט שיין ארויס, און ווי שוין הונדערטער מאל איבערגקייט אויף אייוועלט אליינס, דאס איז געווען צוליב זיינע סטראטעגיע׳ס, צוגעזאגאכצער, און מאוומענט וואס ער האט אנגעפירט קעגן די קאראפטירטע עסטעבלישמענט און וואשינגטאן. אויב ביידען וועט לויפן און 2020 וועט ער טאקע זיין א כאראקטער קאמפעטישן מיט טראמפ, דאס מאכט אים אבער נישט געווינען, זיין רעזימעי איז ליידיג! ער וועט ער ס״ה רעפרעזענטירן די דעמעקראטישע (אבאמא) מעסעדזשעס, און דערווייל האבן זיי דאס נישט!

זיי מוחל זעצדעך אוועק און מאך א מעסעדזש. הויב אן קאמפיינען קעגן קאראפשען און וואשינטאן. און אויב פארלירסטע די עלעקשען זאלסטו וויסן אז דיין מעסעדזש איז נישט אנגענומען געווארן ביי די אמעריקאנע בירגער! ומכלל הן אתה שומע לאו


איך גלייב נישט אז דו האלטסט אז ביידען קומט אן צו די קנעכל פון טראמפ ווען מען רעדט פון צורידערטקייט. ביידען איז א העכסט נארמאלע מישוב'דיגער מענטש, אן קיינע קריאזן און מאדנע קאפריזן.

ער רעדט קיינמאל נישט פאר פייער און פאר וואסער, זיינע ווערטער ווערן געזאגט אין א נארמאלע סדר, און עס שטימט אייביג מיט די מציאות.

מערסטענס וואס מען קען זאגן אויף אים איז אז ער האט נישט קיין פילטער אויף זיין מויל, ער איז צומאל זייער אפן, און ער האלט זיך נישט אפ פון בדחנען אויף נאצעניאלע סטעידזש.

מיט דיין צווייטע חלק תגובה בין אין איינשטימונג, טראמפ האט נישט געווען צוליב זיין שגעון, ער האט אפעלירט צו א באזע.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בלינצע האט געשריבן:רוב אנטי טראמפער דא זענען נישט קיין ליבעראלן, אין פאקט, די איינציגסטע זאך וואס איך האב הנאה פון א טראמפ פרעזעדענסי, איז די הילכיגע פראסק וואס די קראנקע ליבערעלס האבן געכאפט מיט זיין געווינס.



נישט רוב, מיינסט אסאך...

עכ"פ איך זעה אסאך מענטשן וואס האבן פלוצלינג אנערקענט ווי גוט אבאמא'ס "ליבעראלע פאלעסיס" זענען... אלעס צוליב די שנאה צו טראמפ...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:רוב אנטי טראמפער דא זענען נישט קיין ליבעראלן, אין פאקט, די איינציגסטע זאך וואס איך האב הנאה פון א טראמפ פרעזעדענסי, איז די הילכיגע פראסק וואס די קראנקע ליבערעלס האבן געכאפט מיט זיין געווינס.



נישט רוב, מיינסט אסאך...

עכ"פ איך זעה אסאך מענטשן וואס האבן פלוצלינג אנערקענט ווי גוט אבאמא'ס "ליבעראלע פאלעסיס" זענען... אלעס צוליב די שנאה צו טראמפ...

גוט ארויסגעברענגט.
די חברה וואס אבאמא'סס פאליסיס זענען פלוצים הייליג געווארן זענען די בעסטע ביישפיל פון 'שנאה מקלקלת'
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מטעמים, זייער שיין געשריבן!

איך בין אבער מסופק צו טראמפ איז בכלל משוגע! יא ער טוט אמאל פאני זאכן וואס העלפט ארויס די מידיע נערעטיוו, אבער נאכן זעהן א קליפ פון אים פון יארן צוריק ווי ער רעדט איבער לויפן פאר פרעזידענט ווייסעך שוין נישט וואס צו טראכטן...

קודם כל, טראמפ איז עז קאנסיסטענט עז איט קען בי! יאארן וואס ער לויפט אויף די זעלבע אגענדע! טשיינע בא'גנב'ט אונז, די וועלט לאכט פון אונז, מ'נעמט עדווענטידזש פון אונז, מ'ציטערט נישט פון אונז וכד'... צו זאגן אז ער מאכט אויף פאלעסי אן דע פליי אדער אז אנדערע פיהרן די זאך איז סטופיד! אלעס גייט גענוי ווי ער האט געשריגן צענדליגער יארן צוריק!

שנית, און דאס איז קריטיש וויכטיג! ביי איין אינטערוויא זאגט דארט טראמפ "א נארמאלע מענטש קען נישט לויפן פאר פרעזידענט!" ער ברענגט ארויס אז יעדער וואס לויפט זאגט וואס איז פאליטיקל קארעקט, און קיינער האט נישט די גאטס צו פייטן די עסטעבלישמענט, די סטעטוס קווא... נאר א משוגענער קען געווינען! אבער א משוגענער קען נישט טוהן קיין גוטע דזשאב! און צום סוף פרעגט מען אים צו ער גייט אמאל לויפן, זאגטער אז אפשר...

די וועג וויזוי די קאמפיין איז צוגעגאנגן קוקט אויס ווי דא איזער אויך קאנסיסטענט, ער האט אפגעמאכט אז די נארמאלע לעינס, סיי די צענטער, סיי די שטארק רעכטע, אלעס איז פול! אין ארדער צו געווינען מוז מען טאקע זיין משוגע! ער האט פון אנפאנג געשאסן פאני פאליטיקלי אינקארעקט סטעיטמענטס! און ניטאמאל געטרייט צו זיין פאליטיקל קארעקט! מענאווערט די נייעס לויט זיין געשמאק... ס'איז דא א סאליד טשענס אז די גאנצע זאך איז א סטראטעגיע! לאמעך אויסקוקן ווי דער משוגענער, א נארמאלע קען דאך נישט געווינען! אזוי האט ער געווינען און פיהרט דורך זיין אגענדע גענוי ווי ער האט געזאגט יאארן צוריק אין אן אינטערוויא!

סאו אין קורצן: איך בין נאכנישט קאנסווינסד אז טראמפ האט געוואונען טראץ זיין משוגענקייט! נאר דוקא ווייל ער האט געטשוזד צו עקטן משוגענער אין געוויסע פעלער האט ער געוואונען!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

נתן אייזיקסאן האט געשריבן:גוט ארויסגעברענגט א איראניע פון איין זייט (דאס איז שוין די פאזיטיווע טוויסט, נעבעך). און יעצט, די צווייטע זייט...

אמת! טראמפ'ס נערוון גערירטקייט איז שוין ארויסגעברענגט אזויפיהל מאל, אז עס איבעלט שוין. אבער דא קומט ארויף די טעמע פון לא העכבר גנב אלא חורא גנב. טראמפ האט די לעגאלע רעכטן צו זיין משוגע, אבער די וויילער האבן די אחריות צו אפירזוכן א "נארמאלע און טאלאטפולע מענטש", און זיי האבן דאס פארפאסט. דאן האט די קאנגרעס און סענאט די אחריות צו צושטעלן א "טשעק און באלאנס" איבער דעם פרעזידענט, אבער זיי האבן ליידער געלייגט זייערע פאליטישע אינטערעסע פאר די לאנד.

למעשה, אלס א קאנסערוואטיווער פאליטיזירער, שעם איך מיך מיט דעם רויטן מטורף, מיט די געוועזענע דעמאקראטיע וואס וואלט אים געקענט אפשטעלן, און מיט די בירגער וואס פלעגן זיך אמאל שעמען ווען מ'האט געטוהן עפעס פארריקט... עס זענען געווען געציילטע וואס האבן דאס געזאגט נאך פאר ער האט גענומען עדווענטעדזש פון די וויילער'ס כעס און פארלוירנקייט, און פראסט אנגערופן די עצם וויילער אלס דער משוגה'נער, און די זענען געווען וואויל גערעכט, אבער דאך פאליטיש אומקארעקט (וועם גייט דאס אן, זינט טראמפ האט דאס געמאכט פאר עפעס אן עוולה?)

על כל פנים, ווען איינער דערהערט זיך זאגט אז "מ'מעג גנב'נען" אדער אז "אונז דארפן יעצט א משוגה'נער", איז א גוטע געלעגנהייט פאר א חשבון הנפש.

איך גיי מיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די טריט-ביי-טריט טאקינג-פאונט פארהער איבער יעדע שטות וואס טראמפ בארומט זיך, ווייל ס'איז נישט ווערט די באטעריע פון די סעטאליטן. ווי אויך גיי איך מיך נישט דערשרעקן פון די אטאקעס פון די טראמפיסטן וואס וועלן קאפענען מיט די פיס פאר'ן האבן די חוצפה צו רעדן קעגן די כ"ק פון די אראנדזשע הויס.

איך וועל מסיים זיין מיט א קליינע אנעקדאוט. היטלער ימ"ש (ניין, איך קום קיינעם נישט פארגלייכן צו דעם חיה!) איז טאקע געווען א אומפרעצידענטער מזיק (כאטש איך קען גלייבן אז זיין אפעטיט פאר בלוט איז געשטיגן מיט די כבוד און מאכט), אבער באמת זענען שולדיג די וואס האבן אים באפולמעכטיגט, די גערעכטע וויילער וואס האבן געזאגט אז כאטש ער איז א קראנקעט מאהלער וואס איז קוים ארויס פון טורמע, דארף יעצט דייטשלאנד דוקא אזא פירער שר"י. די אנדערע באאמטע וואס האבן אים (כאטש אנפאנג) געקענט אפשטעלן, אבער זענען געווען פארנומען צו פארמיידן בזיונות, א.א.וו.

דריי קורצע נקודות:
1) ס'נישטא קיין שום חיוב אדער אפי' סיבה צו ערוועלן א נארמאלער מענטש - כ''ז ער קען טון דעם דזשאב - אויסער אז ס'פאסט נישט. מ'קען אפי' נישט אימפיטשן א פרעזידענט ווייל ער איז נישט נארמאל, כ''ז ער קען געהעריג אויספירן די פליכטן. אמעריקע האלט - עכ''פ אזוי קוקן עס די פשוט'ע אמעריקאנע מאסן - ביי א מצב אז מען מוז צוקומען צו אזא סארט משוגע'נער וואס איז גרייט צו נעמען ריסקס צו ערלעדיגן זאכן, און דאס איז ביי זיי וויכטיגער אויפ'ן מאמענט ווי די פאליטישע פאליש. אי''ה נאכדעם וואס מען וועט האבן קעירגענומען פון טרעיד, אימיגראציע און די 'אנדערע פראבלעמען וואס פלאגן דאס לאנד שוין צענדליגער יארן. וועט מען נאכאמאל נעמען א געפאלישטן פאליטישע וואס טוט גארנישט.

2) אמעריקאנער איז נישט קיין געוועזענע דעמאקראטיע, נישט קיין חילוק וויפיל מאל דו וועסט עס איבערזאגן. דו קענסטו נישט אנווייזן אפי' איין איינציגסטע זאך מיט וואס אמעריקע איז היינו ווייניגער דעמאקראטיע ווי צען יאר צוריק. (די איינציגסטע זאך וואס איז איבערגעוויזן געווארן אז עכ''פ 'יש דברים בגוי' איז די פריוון פון די FBI ביוראקראטן ארויפצוצווינגען א פרעזידענט קעגן די ווילן פון פאלק און קעגן די געזעץ.)

3) עס פאסט נישט פאר א נייער שרייבער שוין צו שרייען אז מען טשעפעט אים און מען רודפ'ט אים ווייל ער איז אנטי טראמפ. עס ווייזט וויפיל ווארהייט עס ליגט אין די באשולדיגונגען.
לעצט פארראכטן דורך Think and Thank אום דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:רוב אנטי טראמפער דא זענען נישט קיין ליבעראלן, אין פאקט, די איינציגסטע זאך וואס איך האב הנאה פון א טראמפ פרעזעדענסי, איז די הילכיגע פראסק וואס די קראנקע ליבערעלס האבן געכאפט מיט זיין געווינס.



נישט רוב, מיינסט אסאך...

עכ"פ איך זעה אסאך מענטשן וואס האבן פלוצלינג אנערקענט ווי גוט אבאמא'ס "ליבעראלע פאלעסיס" זענען... אלעס צוליב די שנאה צו טראמפ...

רט
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

עפעס א שרייפל מוז אים פעלן אז ער שעמט זיך נישט אזוי צודרייט צו מאכן קבל עולם ומלואו

קענסט נישט זאגן אז ער שיכור'ט זיך אן פארדעם אזוי ווי געוויסע (היימישע) פערפארמערס ווייל ער טרינקטעך נישט...
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

עס איז סאך מער ווינדערליך צו זעהן ווי ביי טייל מענטשן איז טראמפ געווארן נארמאל, ווי דאס אז אבאמא'ס פאלעסיס זענען געווארן גוט ביי אסאך אנטי טראמפ.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וויכטיג, טענקס פאר די קאמפלימענט!

עס איז דא וואס האלטען אז טראמפ איז מענטעל משוגע, דאס הייסט ער שטייט אויף אינמיטען די נאכט און ער וועקט אויף מעטיוס זאגען אז ער האט געחלומט פון א שרעקעדיגע פליג און טאמער די מיליטער קען אראפ שיסען די פליג אפילו עס איז נאר אין א חלום.

די נעקסטע נאכט קאלט ער ווילבער ראסס צווישען איין בעסכיסע געלויף און די צווייטע פרעגן וואס מאכט זיין נעסדעק און צו פענס איז געוועהן א גוטע אויסוואל.

זיין דעילי קאל צו קריסטי פרעגן וואס ער האט געהאט פאר פרישטאג און נאכדעם קאלט ער אראפ אין קאך בעטן מען זאל אים מאכען דאס זעלביגע און קאלט הענעטי פרעגן וואס ער גייט רעדן און צו ער קוקט אויס גוט צו נישט, אמעראוסע שיקט ער א טעקסט זאגען אז ער גייט איר מער נישט קאלען.

יעדע האלבע שעה אויפען זייגער קוקט ער אויף די נייעס ער לויפט פון עם עס ען בי סי און מישט גלייך צו סי ען ען און צוריק צו פאקס ער עסט א באנטש פעסט פוד און זיצט אויפען קאוטש מיט זיין רעקל און שיך, א קאוק אין די רעכטע האנט און די טוויטער פאון אין די לינקע האנט זיין העמעד איז אנגעחזר׳ט מיט קעטשאפ און ווארפט א טענטראם יעדע מאל מען זאגט די ווארט ראשע אויף טעלעוויזשען.

בעליוו איט אר נאט עס איז דא מענטשען וואס גלייבען אז דאס איז די מציאות מיט טראמפ, צווישען סעטערדעי נייט לייוו און די אנדערע איז דא א שיינע פראצענט אמעריקאנע וואס גלייבען אין דעם.

מצד השני איז דא וואס האלטען אז ער איז שלעכט! שלעכט צו יודען, שלעכט צו די ספאנישע, שלעכט צו שווארצע, שלעכט צו נאטא, שלעכט צו קאנאדע, שלעכט צו טשיינע, שלעכט צו די ענווייראמענט, שלעכט פאר די עקאנאמיע, שלעכט פאר די ארימע, שלעכט פאר די וועלט און שלעכט צו מענטשען.

דאס איז אין פאקט די אנגענומענע מיינונג ביי די עליטע אין קאליפארניע און אין די מידיע און זיי ווייזען אן אז דאס איז זיין גאנצע היסטאריע ווען ער איז געוועהן שלעכט צו זיינע סאפלייערס ביים פיילען בענקראפסי, שלעכט צו זיינע סטודענטען און קאסטומערס און ביטער שלעכט צו די מענטשען וועם ער איז געלאפען קעגן.

נאכדעם איז דא מאנכע וואס זיי האלטען אז ער איז נישט שלעכט און נישט מענטעל אבער ער איז משוגע, משוגע מיינט אז ער טוהט זייער פאני זאכען וואס הייבט ברעמען, ער גייט ארויס פון די נארמאלע ראם פון די געווענליכע עקשאן וואס פאליטישענס טוהן:

ער האט געהאט צו טוהן מיט אזוי פיהל מענטשען ווי למשל מקעין היראו, גרעהעם פאון נאמבער, מעקסיקאו פארברעכער, ראמני טשאוקער, כהאן פאמיליע ועוד ועוד כי אי אפשר לפורטם כי רבים הם און דאס הייסט ביי מיר א משוגענער - אבער די אלע פאני זאכען שטערט נישט פאר די זשאב דעסקריפשען וואס ער דארף אנפולען און דאס איז מאכען אמעריקע שטערקער מיליטעריש און שטערקער עקאנאמיש און ווילאנג מען האלט די צוויי זאכען פארענט און סענטער בלייבט ער א גאר גוטע פיט פאר דעם זשאב.

צו זאגען אז ער איז סטראטעגיש איז פאר מיר א סטרעטש איך וואלט געזאגט אז געוויסע זאכען זענען אפשר סטראטעגיש אבער מיסודו איז זיין נאטור ארויס צו שטארען מיט זיינע אינטערסאנטע סייד נאוטס אויף יעדע אישו.
לעצט פארראכטן דורך מטעמים אום דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
וואף נישט געקענט בעסער ארויסברענגען!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
וואף נישט געקענט בעסער ארויסברענגען!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך האלט אז טראמפ'ס כאראקטער, זיין מעלה און חסרון איז אז ער טראכט נישט און האט נישט קיין זעלבסט קאנטראל. אלעס גייט לויט זיינע אינסטינקטן וואס ער טראסט זייער שטארק. ער טוט נישט דורך קיין ענין. ער גייט לויט זיין געפיל און אימפולסעס. אין געוויסע זאכן גייט ער גוט מיט זיין קאמען סענס געפיל, אבער פון צווייטן זייט איז א לאנד מיליאנען מאל מער קאמפליצירט ווי סיי וועלכע ביזנעס, מען דארף האבן טאקע און דיפלאמאטיע. מען דארף קענען פארשטיין די 100 וועגן וויאזוי איין שריט גייט אפעקטירן די גאנצע וועלט. די קלארע ישוב הדעת האט טראמפ נישט בכלל. אלעס גייט ביי אים 1+2=3 און ער פארשטייט נישט אז עס איז דא אסאך גרויע חלקים פון פאליסיס נישט אלעס איז שווארץ און ווייס. אסאך מאל רעדט ער ממש ווי א קליין קינד. ער מאכט באשלוסן ווי אן אייוועלט ליינער נישט אן אינטיליגענטער, אינפארמירטער דיפלאמאטיש. ער רעגט זיך און שרייט כאטש עס וואלט געווען בעסער פאר אים אסאך מאל צו האבן שכל און זיין שטיל. ער איז פשוט א מענטש אן צופיל מחשבה און זעלבסט קאנטראל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גוד, איך בין מיט דיר הינדערט פראצענט, א לאנד קען אבער נישט אנגיין מיט א מעכטיגע פירערשאפט וואס קען נאר טראכטען, אין פאקט צופיהל טראכטען איז היבש שולדיג פאר די גרידלאק אין וואשינגטאן, עס איז גערעכט צו זאגען אז די טראמפ שטיצער ווילען א טוהער ווי איידער א טראכטער.

אמעריקע וועט נישט ווערן שטערקער מיליטעריש און עקאנאמיש מיט גרויסע טראכטערס, עס איז די פאזיטיווע עקשאן וואס זיינע שטיצער זענען צופרידען פון.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

יעדער וואס זעהט טראמפס שמועס מיט וואודווארד פריוואט , ווי ער רעדט זייער נארמאל, און אטאקירט אים גארנישט פערזענליך, און נאכדעם זיינע פאבליק סטעיטמענטס ווי ער שרייט שוין אז ער איז א דעמאקראט אפעראטיוו , קען זעהן אז עס איז נישט פשוט אימפולסיוו , איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עס מסביר צו זיין, אבער עס איז נישט פשוט א צוווילדעוועטער משוגענער.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יואל שרייבער האט געשריבן:יעדער וואס זעהט טראמפס שמועס מיט וואודווארד פריוואט , ווי ער רעדט זייער נארמאל, און אטאקירט אים גארנישט פערזענליך, און נאכדעם זיינע פאבליק סטעיטמענטס ווי ער שרייט שוין אז ער איז א דעמאקראט אפעראטיוו , קען זעהן אז עס איז נישט פשוט אימפולסיוו , איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עס מסביר צו זיין, אבער עס איז נישט פשוט א צוווילדעוועטער משוגענער.

זיין אינסטינקט ביים רעדן פערזענליך איז געווענליך צו קויפן צו זיין זייט דורך זיין נייס, און נישט אין פנים, נאכן פילן אז ער האט אים פארראטען, רייסט ער אים אראפ. דאס איז זיין געווענליכע פעטערן
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דאס ווייזט אז ער האט "עפעס" סעלף קאנטראל

עט ליעסט איז ער נישט ממש אזוי משוגע ווי מ'וויל אים אראפלייגן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

דאס ווייזט אז ער א גלאטע פאליטישאן, וויי איז אונז...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

בלינצע האט געשריבן:רוב אנטי טראמפער דא זענען נישט קיין ליבעראלן, אין פאקט, די איינציגסטע זאך וואס איך האב הנאה פון א טראמפ פרעזעדענסי, איז די הילכיגע פראסק וואס די קראנקע ליבערעלס האבן געכאפט (מיט זיין געווינס) ווען קלינטאן האט פארלאפן דעם וועג פאר בערני סענדערס.

דאס האט געשפילט א כמעט הויפט ראלע און איר נאוועמבער פארלוסט!..

אויב געדענקסטע גוט, צוויי טאג נאך די עלעקשענס האט בערני אויף א נעצינאלע מידיע פראגרעם אימאפציעל גענומען ״קרעדיט״ אויף איר דורכפאל.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

נאכן ליינען דאס אלעס דא איז כדי געווען אפיר צו זיכן די פעימאס צווייפעל תגובה א קארגע חודש נאכדעם וואס טראמפ האט אנאונסט אז ער לויפט!
רשעות קאלטע סעלצער
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נאכן ליינען דאס אלעס דא איז כדי געווען אפיר צו זיכן די פעימאס צווייפעל תגובה א קארגע חודש נאכדעם וואס טראמפ האט אנאונסט אז ער לויפט!

ער זאגט דאך אזוי גוט און האט טאקע ריכטיג פאראויס געזאגט; איז כדאי צו ברענגען זיינע ווערטער נאכאמאל דא.
צווייפעל אוגוסט 11, 2015 האט געשריבן: איך זע נישט פארוואס יעדער איז ביזי אז טראמפ איז א וואנזיניגער משוגע'נער, אין פאקט, איז ער א אויסגעצייכנטער ביזנעסמאן, א כיטערע משוגע'נער, און א יאט מיט ביינער.

איך מיין אז עס קען ארבעטן מיט אים אלס פרעזידענט.

העכסטענס קען מען מאכן א פרעמיער, אזוי ווי אין מדינת ישראל, (נשיא- ריבלין) וואס ער וועט זיין א שטייטער נארמאלער מענטש, מיט א אויסגעצייכנטער היסטאריע פון רעדן העפליך, א גוטער דיבעיטער, א שיינער מענטש וכו' וכו'.

פאר פרעזידענט מעג זיין א משוגע'נער, א בולי, א מענטש מיט ציינער און ביינער, איינער וואס זאל קענען עקטן, איינער מיט א גוטע ביזנעס פארשטאנד וכו'.

ווען אין די וועלט וואלט נאר געווען נארמאלע מענטשן, וואלטן מען נאך געזיצן אריבער דעם אטלאנטיק און געאקערט מיט אקסן, ווען נישט בראווע משוגעים, וואלט קאלאמבוס זיך נישט אינטער גענומען די רייזע, וכו'.

ווען די וועלט איז סטאביל, אמעריקע איז סטאביל, ברויך מען א רואיגע פירער, ווען א שיף איז אויף רואיגע וואסערן, איז געווינטשן א שטילע ווינט, ווען א שיף אבער איז סטאק אין זומפ, ברויך מען א שטורעם ווינט!

די אלע נארמאלע קאנדידאטן, ברויכן בעצם נישט לויפן, גייען גארנישט צולייגן אדער אויפטון, די זעלבע פארלעזירטע וואשינגטאן סיסטעם, צוזאמען מיט די פאלשע דיפלאמאטיע, וועט ווייטער נאר שטארקמאכן כינע, רוסלאנד, איראן, און די איבעריגע ראדיקאלן.

טראמפ וועט אנקומען מיט וואזשנע המצאות, ווילדע איידיעס, וועט זיך ארומרייסן און ארוקריגן און זיך חבר'ן מיט יעדן, עפעס וועט זיך ווארשיינליך אנהייבן צו רירן.

אויב זעט מען אז עס איז צרות, סגייט פליען אטאם באמבעס, קען מען אים דעמאלט אימפיטשן.

שטימט פאר טראמפ! שטימט פאר א עכטע טויש אין אמעריקע!

אויך, איז מטעמים קולע אל השערה אויבען מיט די פאלגענדע תגובה, און שטעלט אלעס אין קאנטעקסט.
מטעמים האט געשריבן:וויכטיג, טענקס פאר די קאמפלימענט!

עס איז דא וואס האלטען אז טראמפ איז מענטעל משוגע, דאס הייסט ער שטייט אויף אינמיטען די נאכט און ער וועקט אויף מעטיוס זאגען אז ער האט געחלומט פון א שרעקעדיגע פליג און טאמער די מיליטער קען אראפ שיסען די פליג אפילו עס איז נאר אין א חלום.

די נעקסטע נאכט קאלט ער ווילבער ראסס צווישען איין בעסכיסע געלויף און די צווייטע פרעגן וואס מאכט זיין נעסדעק און צו פענס איז געוועהן א גוטע אויסוואל.

זיין דעילי קאל צו קריסטי פרעגן וואס ער האט געהאט פאר פרישטאג און נאכדעם קאלט ער אראפ אין קאך בעטן מען זאל אים מאכען דאס זעלביגע און קאלט הענעטי פרעגן וואס ער גייט רעדן און צו ער קוקט אויס גוט צו נישט, אמעראוסע שיקט ער א טעקסט זאגען אז ער גייט איר מער נישט קאלען.

יעדע האלבע שעה אויפען זייגער קוקט ער אויף די נייעס ער לויפט פון עם עס ען בי סי און מישט גלייך צו סי ען ען און צוריק צו פאקס ער עסט א באנטש פעסט פוד און זיצט אויפען קאוטש מיט זיין רעקל און שיך, א קאוק אין די רעכטע האנט און די טוויטער פאון אין די לינקע האנט זיין העמעד איז אנגעחזר׳ט מיט קעטשאפ און ווארפט א טענטראם יעדע מאל מען זאגט די ווארט ראשע אויף טעלעוויזשען.

בעליוו איט אר נאט עס איז דא מענטשען וואס גלייבען אז דאס איז די מציאות מיט טראמפ, צווישען סעטערדעי נייט לייוו און די אנדערע איז דא א שיינע פראצענט אמעריקאנע וואס גלייבען אין דעם.

מצד השני איז דא וואס האלטען אז ער איז שלעכט! שלעכט צו יודען, שלעכט צו די ספאנישע, שלעכט צו שווארצע, שלעכט צו נאטא, שלעכט צו קאנאדע, שלעכט צו טשיינע, שלעכט צו די ענווייראמענט, שלעכט פאר די עקאנאמיע, שלעכט פאר די ארימע, שלעכט פאר די וועלט און שלעכט צו מענטשען.

דאס איז אין פאקט די אנגענומענע מיינונג ביי די עליטע אין קאליפארניע און אין די מידיע און זיי ווייזען אן אז דאס איז זיין גאנצע היסטאריע ווען ער איז געוועהן שלעכט צו זיינע סאפלייערס ביים פיילען בענקראפסי, שלעכט צו זיינע סטודענטען און קאסטומערס און ביטער שלעכט צו די מענטשען וועם ער איז געלאפען קעגן.

נאכדעם איז דא מאנכע וואס זיי האלטען אז ער איז נישט שלעכט און נישט מענטעל אבער ער איז משוגע, משוגע מיינט אז ער טוהט זייער פאני זאכען וואס הייבט ברעמען, ער גייט ארויס פון די נארמאלע ראם פון די געווענליכע עקשאן וואס פאליטישענס טוהן:

ער האט געהאט צו טוהן מיט אזוי פיהל מענטשען ווי למשל מקעין היראו, גרעהעם פאון נאמבער, מעקסיקאו פארברעכער, ראמני טשאוקער, כהאן פאמיליע ועוד ועוד כי אי אפשר לפורטם כי רבים הם און דאס הייסט ביי מיר א משוגענער - אבער די אלע פאני זאכען שטערט נישט פאר די זשאב דעסקריפשען וואס ער דארף אנפולען און דאס איז מאכען אמעריקע שטערקער מיליטעריש און שטערקער עקאנאמיש און ווילאנג מען האלט די צוויי זאכען פארענט און סענטער בלייבט ער א גאר גוטע פיט פאר דעם זשאב.

צו זאגען אז ער איז סטראטעגיש איז פאר מיר א סטרעטש איך וואלט געזאגט אז געוויסע זאכען זענען אפשר סטראטעגיש אבער מיסודו איז זיין נאטור ארויס צו שטארען מיט זיינע אינטערסאנטע סייד נאוטס אויף יעדע אישו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”