גאן קאנטראל דעבאטע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

איזעי האט געשריבן [/quote] גערעכט עס איז דא אסאך מארדן דאהי, קודם כל ווייסטו מן הסתם אז די לאנדאנע זענען רוהיגערע מענטשן, און עס איז דא דארט ווייניגער היפי'ס און האומלעס, און סתם באנדיטן. צווייטנס, שרייבסטו אז מען שיסט דארט ווייניג אין די גאסן, און וואס טוט זיך אין די הייזער? אינדאר? שיסט מען מער? און וואס טוען די פאליציי, אדער א פריוואטער מענטש, ווען איינער קאנפראנטירט זיי מיט א גאן?

אויסער אלעם, פארוואס אין ענגלאנד איז דא ווייניגער שיסערייען לאזט זיך דינגען, אבער דאס איז זיכער אז די רויבער'ס וועלן זיך שוין טרעפן זייערע וועגן צו שאפן געווער, אויסער אז מען צוקוועטשט מיט א צווענגל די אלע פאבריקן וואס מאכן אדער אימפארטירן / עקספארטירן געווער, וואס איך גלייב נישט וועט געשען, אפי' אונטער די שטרענגע גאן קאנטראל געזעצן, וואס איז אויסער אלעם אנדערש פון איין סטעיט צו די צווייטע.[/quote]


איך ווייס נישט פון וועלעכע ענגלאנד דו רעדסט אבער אין דעי ענגלאנד ווי איך פאר כסדר... איז דא אסאך מער באנדיטן מיט האנטוך קעפ וואס זענען זיך גרייט אויפצורייסן אין הרגענ'ן מענטשן רעכטס אין לינקס,
אין האסט מיך געכאפט ביים ווארט מען שיסט נישט אין די גאסן אין נישט אין די הייזער.
פאר דעם דארף מען איינפירן א שטרענגע פעדעראלע ביל אקעגן גאן געזעצן.
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:מעקסיקא די עלטער זיידע פון דראג באנדעס ,,מענטשן ווערען דארט געהארגעט אויף א מינוטליכער פארנעם ,פון ווי קומט צו זיי וואפען
פיר אויס אליין
יא!יא! פון יונייטעד סטעיטס אויף אמעריקע

נו וודאי, ווען די אמעריקאנע רעגירונג אליין שטעלט עס צו, כדי ארויפצו-ווארפן די שולד אויף אמעריקאנע וואפן פארקויפער ...
און לאמיר טאקע קוקן אויף מעקסיקא. זיי האבן א פולקאמע וואפן פארבאט אויף אלע בירגער. נו, ס'העלפט אוודאי, וואס?!

--
אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם דא פארקריכט פונעם ענין. די לעצטע נייעס איז געווען פון א רויבער וואס האט זיך איינגעבראכן, און דערלאנגט אויך פאר'ן מאן געזונטע קלעפ. כדי צו מארדן פעלט נישט אויס קיין וואפן, גענוג א מעסער. יעצט גיי פארבאט אלע מעסערס. ווי אזוי האט די פרוי געקענט באשיצן איר האב און גוט'ס? נאר מיט איר ביקס. און דאס האט זי געטוהן.
יעצט ברענגט איר מיר ראיות פון ענגלאנד .וואס גייט מיר אן ענגלאנד? ...זאלן זיי זיך ספראווען מיט זייערע פראבלעמען .

אויב מיר וועלן דאס שוין דיסקוסירן, לאמיר אנהייבן מיט א שטיקל הקדמה. איך וויל אויך בעטן דער עולם זאל ביטע רעדן צו די זאך. מיר זענען דא נישט אין ישיבה, וואו ווער ס'שרייט העכער און ווער ס'פליקט יענעם בעסער אריין איז דער געווינער.

אין אמעריקע האבן מיר א צווייטע אמענדמענט, די איינציגסטע חלק פון די קאנסטיטוציע וועלכע ליבעראלן אטאקירן אפן. ס'איז אביסל קאמיש צו זעהן ווי זיי פארשטייען נישט אז ווען נישט דעם 2'טן אמענדמענט קענען זיי שלאגן כפרות מיט דעם ערשטן אמענדמענט אויך. די פאקט באווייזט אויך אז אלע דיקטאטארן האבן צום ערשט אוועקגענומען די וואפן פונעם המון עם, ערשט דערנאך האבן זיי געקענט מארדן פון זיי וויפיל זיי האבן געוואלט. אזוי האבן זיי געטוהן אמאל, און אזוי טוען זיי נאך היינט. און די לינקע זענען משוגע פאר קאנטראל, פארליבט אין יעדן מערדער-דיקטאטאר, (עיין ערך מאַאָ, סטאלין, טשע, ועוד.) דערפאר ווילן זיי אוועקנעמען די ביקסן פון אמעריקאנער בירגער.

עה! דאס קען נישט פאסירן דא אין אמעריקע! ריכטיג? נישט ריכטיג! ס'האט שוין פאסירט, אין ניו ארליענס נאך האריקעין קאטרינא. ווען דער מעיאר און פאליציי שעף האבן איינגעזעהן אז זיי קענען נישט קאנטראלירן די גענג'ס וואס רויבן און פלינדערן אויף רעכטס און לינקס, האבן זיי באשלאסן צו האנדלען על דעת עצמם, קעגן די קאנסטיטוציע, און געשיקט די פאליציי און נעשאנעל גארד צו קאנפיסיקירן די וואפן פון לעגאלע וואפן אייגענטימער וועלכע האבן באשיצט זייערע פראפערטי!

די ביטערע איראניע האט זיך באלד ארויסגעוויזן, ווען פון די לעגאלע וואפן אייגענטימער זענען דאן צענדליגע בארויבט געווארן דורך שווארצע גענגס, טייל קוים עטליכע טעג דערויף. די לעגאלע וואפן אייגענטימער האבן אפילו נישט באקומען קיין רעסיט פאר זייער וואפן. די פאליציי און נעשאנעל גארד האבן אריינגעשטורעמט און עס צוגענומען. פארהאן דערויף אן א שיעור עדות און ווידיאוס. נאך א לאנגע קאמף פון עטליכע יאר האט דער מעיאר מודה געווען אז ער האט געהאנדלט קעגן די קאנסטיטוציע.

האבן זיי זיך אויסגעלערנט, די ניו ארליענס פירערשאפט? ניין.

נאך איין קלייניגקייט. איידער איר ווילט מיר אפפרעגן, ביטע לייענט דורך די גאנצע תגובה, אלע לינקס, און נאכדעם זאגט וואס איר האט צו זאגן. נישט אזוי ווי עס פירן זיך לעצטענס עטליכע פון די ניי-געקומענע דא, אזוי ווי דער מנהג פון היץ-קעפ, צו אטאקירן אן קיין טעם און פרובירן זיך ארויפכאפן אויף א ווארט, אבי צוריקגעשאסן.

ויישר כחכם למפרע.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

מ רעד נישט פון אינגאנצען פארבאטען וואפען
מ רעד אזויפיל פון מאכען שווערער צו באקומען
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:מ רעד נישט פון אינגאנצען פארבאטען וואפען
מ רעד אזויפיל פון מאכען שווערער צו באקומען


אין קורצן, אז דער רויבער וועט עס קענען האבן, און איך נישט.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

פונק ווי די פארשטייסט אז אויב וואלט מען ערלויבט דראגעס און אמעריקע ,וואלט הונדערט מאל מער דראגעס געווען און די גאסען ,צוליב די גרונגקייט וואס וואלט געווען עס איינצוהאנדלען ,און פארבלעמען דערפון וואלט זיך געדאפעלט און געטריפעלט
די גאן אישו איז די זעלבע זאך ,אין הכי נמי אז מערדעריי וואלט אייביג געווען ,אבער אויף א פיל א רודיצורט פארנעם וואלט עס ווען געווען אויב פארבאט מען עס ,פשוט ווייל עס איז שווערער צוטריט צו עס

די אלע לענדער וואס האבען שטרענגע געזעצען יכוח (חוץ מעקסיקא וואס האט א שכן אמעריקע ווי עס איז גרונגער צו קויפען א ביקס ווי צו קויפען באנענעס און גראסערי)
איך געדענק פאריאר ווי צוויי מענטשען און לאנדאן זענען געשאסען געווארען,דאלמאסט איז לאנדאן געפארען אויף רעדער ,
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

למעשה איז דאך דא א צווייטע אמענדמענט וואס גיט די רעכט פאר יעדעם צו האלטן וואפן, איז אפשר דאן געווען ווייניגער פארברעכער ווי היינט? אדער האט מען דאן נאכנישט געקענט אזוי גוט אנטוואפענען די פארברעכער? איך גלייב שווער.

ענדערש גלייב איך אז זיי האבן איינגעזען אז אזוי וועט זיין בעסער, קען זיין זיי זענען נישט געווען גערעכט.
אבער דערווייל זעט מיר אויס, אז זיי זענען קלוגער געווען ווי די היינטיגע ליבעראלן, אלנפאלס, אויף דעם באזיס איז אמעריקע געגרינדעט געווארן, און קיינער האט נישט קיין רעכט עס צו טוישן, ווער עס איז נישט צופרידן קען זיך אוועקציען אויף ענגלאנד.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:פונק ווי די פארשטייסט אז אויב וואלט מען ערלויבט דראגעס און אמעריקע ,וואלט הונדערט מאל מער דראגעס געווען און די גאסען ,צוליב די גרונגקייט וואס וואלט געווען עס איינצוהאנדלען ,און פארבלעמען דערפון וואלט זיך געדאפעלט און געטריפעלט
די גאן אישו איז די זעלבע זאך ,אין הכי נמי אז מערדעריי וואלט אייביג געווען ,אבער אויף א פיל א רודיצורט פארנעם וואלט עס ווען געווען אויב פארבאט מען עס ,פשוט ווייל עס איז שווערער צוטריט צו עס

אפשר זאל יאך מיר ענדערש א ראיה נעמען די דורך געפאלענע פאר-באט אויף אלקעהאל'ישע געטראנק'ען, Prohibition ?
ועמך כולם צדיקים
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

איזעי האט געשריבן:למעשה איז דאך דא א צווייטע אמענדמענט וואס גיט די רעכט פאר יעדעם צו האלטן וואפן, איז אפשר דאן געווען ווייניגער פארברעכער ווי היינט? אדער האט מען דאן נאכנישט געקענט אזוי גוט אנטוואפענען די פארברעכער? איך גלייב שווער.

ענדערש גלייב איך אז זיי האבן איינגעזען אז אזוי וועט זיין בעסער, קען זיין זיי זענען נישט געווען גערעכט.
אבער דערווייל זעט מיר אויס, אז זיי זענען קלוגער געווען ווי די היינטיגע ליבעראלן, אלנפאלס, אויף דעם באזיס איז אמעריקע געגרינדעט געווארן, און קיינער האט נישט קיין רעכט עס צו טוישן, ווער עס איז נישט צופרידן קען זיך אוועקציען אויף ענגלאנד.

א ריאה פון צוויי הונדערט יאר צוריק
דאלמעסט איז די פחד געווען גרויעס אז א דיקטעטער וועט פטרכאפען די מאכט
פארגעס נישט מען האט דאלמאסט געהאלטן נאך א מלחמה מיט ענגלאנד
די מענטשען זענען געקמומען פין ברוטאלע הערשאפטן
איז עס א פארגלייך צו היינט
די אלקהאל געזעץ קומט אוויך פון די קלוגע קאנסטעטאציע
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

באדעם ליין אדער האט יעדער א ביקס (אפילו קינדער זיי דארפן זיך אויך פארטיידיגן) אדער האט קיינער נישט קיין ביקס איך פיק קיינער
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:די אלקהאל געזעץ קומט אוויך פון די קלוגע קאנסטעטאציע

וועלכע יאהר האט מען עס צו געלייגט ?

שטודירט אביסל היסטאריע.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:למעשה איז דאך דא א צווייטע אמענדמענט וואס גיט די רעכט פאר יעדעם צו האלטן וואפן, איז אפשר דאן געווען ווייניגער פארברעכער ווי היינט? אדער האט מען דאן נאכנישט געקענט אזוי גוט אנטוואפענען די פארברעכער? איך גלייב שווער.

ענדערש גלייב איך אז זיי האבן איינגעזען אז אזוי וועט זיין בעסער, קען זיין זיי זענען נישט געווען גערעכט.
אבער דערווייל זעט מיר אויס, אז זיי זענען קלוגער געווען ווי די היינטיגע ליבעראלן, אלנפאלס, אויף דעם באזיס איז אמעריקע געגרינדעט געווארן, און קיינער האט נישט קיין רעכט עס צו טוישן, ווער עס איז נישט צופרידן קען זיך אוועקציען אויף ענגלאנד.

א ריאה פון צוויי הונדערט יאר צוריק
דאלמעסט איז די פחד געווען גרויעס אז א דיקטעטער וועט פטרכאפען די מאכט
פארגעס נישט מען האט דאלמאסט געהאלטן נאך א מלחמה מיט ענגלאנד
די מענטשען זענען געקמומען פין ברוטאלע הערשאפטן
איז עס א פארגלייך צו היינט
די אלקהאל געזעץ קומט אוויך פון די קלוגע קאנסטעטאציע


וואס??!! דו ווילסט מיר זאגן אז עס איז דא אן אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע וואס פארבאט דאס טרינקען אלקאהאל? (ביי די אראבער ווייס איך איז דא אזא געזעץ...)

וועגן דעם פארכאפן די מאכט ביזטו אפשר גערעכט, אבער בכלל זה איז אויך נכלל אז יעדער זאל האבן די מעגליכקייט זיך צו באשיצן אין פאל פון נויט, וואס דער מעגליכקייט נעמט מען אונז אוועק.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מאנסיאנער האט געשריבן:באדעם ליין אדער האט יעדער א ביקס (אפילו קינדער זיי דארפן זיך אויך פארטיידיגן) אדער האט קיינער נישט קיין ביקס איך פיק קיינער


אויב מען קען עס אינפארסירן ביזטו גערעכט, איך בין נאר נישט אזוי זיכער אז מען קען אנטוואפענען פארברעכער, אבער קען זיין אז יא.
איך ווייס נאר אזויפיל אז די רעכטע / קאנזערוואטיוון ווילן באשיצן די רעכטן פון גאן'ס און די לינקע / ליבעראלן ווילן עס אוועקנעמען.
די זעלבע זאך וואס מאכט מיר טראכטן אז עס טויג נישט די גאן קאנטראל, וועט דיר אפשר מאכן האלטן אז עס טויג יא....
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מאנסיאנער האט געשריבן:באדעם ליין אדער האט יעדער א ביקס (אפילו קינדער זיי דארפן זיך אויך פארטיידיגן) אדער האט קיינער נישט קיין ביקס איך פיק קיינער


יעצט דארף מען נאר זעהן אז די רויבערס דראג דילערס זאלן מסכים זיין, און די זאך איז מסודר...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

איך פארשטיי נישט אינגאנצען זאל מען ווייטער לאזען אז יעדער זאל האבען גרינגעצוטריט צו וואפען אז א ערל פאלט אמאל אריין און א כעס זאל ער זיך קענען חו גרינג צופירען די הענט

און קיינער פון די היזיגע גאן שטיצער האט נאכנישט אפגעוואנדען די פאקט אז אין ענגלאנד איז די מארד ראטע ניטאמאל א דריטעל פרעצעטאל ווי אמעריקע ,אדאנק די שטרענגע גאן קאנטראל

פאר אונז אידעלך ווי כמעט קיינער האט נישט קיין וואפען איז זיכער בעסער א גענצליכע פארבאט אויף וואפען,,יעצט זענען מיר קרח מכאן ולכאן ,אונז פארמאג מיר נישט און די פארברעכערס יא

ווי קענען מיר אידעלעך נעמען א שטעלונג פרא גאן ווען עס נישט די טובה פון אחינו בית ישראל
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:ווי קענען מיר אידעלעך נעמען א שטעלונג פרא גאן ווען עס נישט די טובה פון אחינו בית ישראל


זיי נישט באזארגט, אויף ווי ווייט איך בין באקאנט, מאכט בכלל נישט אויס אונזער מיינונג דא אויף אייוועלט, און איך מיין אז קיינער פון די שרייבער'ס דא האבן נאך נישט גענומען קיין אקטיווע שריט אפצושטופן גאן קאנטראל געזעצן.

(גראדע, האב איך שוין כמה פעמים באקומען אי.מעיל'ס מיט הארציגע בקשות זיך מצרף צו זיין צו דעם מלחמה קעגן גאן קאנטראל געזעצן, פון פארשידענע קאנזערוואטיווע בלאג'ס ווי איך בין אויפגעסיינט, אבער איך האב עס אלעמאל איגנארירט, איך וויל נישט נעמען קיין שטעלונג אויף למעשה)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אינגאנצען זאל מען ווייטער לאזען אז יעדער זאל האבען גרינגעצוטריט צו וואפען אז א ערל פאלט אמאל אריין און א כעס זאל ער זיך קענען חו גרינג צופירען די הענט

און קיינער פון די היזיגע גאן שטיצער האט נאכנישט אפגעוואנדען די פאקט אז אין ענגלאנד איז די מארד ראטע ניטאמאל א דריטעל פרעצעטאל ווי אמעריקע ,אדאנק די שטרענגע גאן קאנטראל

פאר אונז אידעלך ווי כמעט קיינער האט נישט קיין וואפען איז זיכער בעסער א גענצליכע פארבאט אויף וואפען,,יעצט זענען מיר קרח מכאן ולכאן ,אונז פארמאג מיר נישט און די פארברעכערס יא

ווי קענען מיר אידעלעך נעמען א שטעלונג פרא גאן ווען עס נישט די טובה פון אחינו בית ישראל



עני מנהל עוועילעבל? לויט ווי איך פארשטיי פון די תגובה קען ערעב קאץ נישט זעהן יודל מענדלזאהן'ס תגובה...

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:מעקסיקא די עלטער זיידע פון דראג באנדעס ,,מענטשן ווערען דארט געהארגעט אויף א מינוטליכער פארנעם ,פון ווי קומט צו זיי וואפען
פיר אויס אליין
יא!יא! פון יונייטעד סטעיטס אויף אמעריקע

נו וודאי, ווען די אמעריקאנע רעגירונג אליין שטעלט עס צו, כדי ארויפצו-ווארפן די שולד אויף אמעריקאנע וואפן פארקויפער ...
און לאמיר טאקע קוקן אויף מעקסיקא. זיי האבן א פולקאמע וואפן פארבאט אויף אלע בירגער. נו, ס'העלפט אוודאי, וואס?!

--
אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם דא פארקריכט פונעם ענין. די לעצטע נייעס איז געווען פון א רויבער וואס האט זיך איינגעבראכן, און דערלאנגט אויך פאר'ן מאן געזונטע קלעפ. כדי צו מארדן פעלט נישט אויס קיין וואפן, גענוג א מעסער. יעצט גיי פארבאט אלע מעסערס. ווי אזוי האט די פרוי געקענט באשיצן איר האב און גוט'ס? נאר מיט איר ביקס. און דאס האט זי געטוהן.
יעצט ברענגט איר מיר ראיות פון ענגלאנד .וואס גייט מיר אן ענגלאנד? ...זאלן זיי זיך ספראווען מיט זייערע פראבלעמען .

אויב מיר וועלן דאס שוין דיסקוסירן, לאמיר אנהייבן מיט א שטיקל הקדמה. איך וויל אויך בעטן דער עולם זאל ביטע רעדן צו די זאך. מיר זענען דא נישט אין ישיבה, וואו ווער ס'שרייט העכער און ווער ס'פליקט יענעם בעסער אריין איז דער געווינער.

אין אמעריקע האבן מיר א צווייטע אמענדמענט, די איינציגסטע חלק פון די קאנסטיטוציע וועלכע ליבעראלן אטאקירן אפן. ס'איז אביסל קאמיש צו זעהן ווי זיי פארשטייען נישט אז ווען נישט דעם 2'טן אמענדמענט קענען זיי שלאגן כפרות מיט דעם ערשטן אמענדמענט אויך. די פאקט באווייזט אויך אז אלע דיקטאטארן האבן צום ערשט אוועקגענומען די וואפן פונעם המון עם, ערשט דערנאך האבן זיי געקענט מארדן פון זיי וויפיל זיי האבן געוואלט. אזוי האבן זיי געטוהן אמאל, און אזוי טוען זיי נאך היינט. און די לינקע זענען משוגע פאר קאנטראל, פארליבט אין יעדן מערדער-דיקטאטאר, (עיין ערך מאַאָ, סטאלין, טשע, ועוד.) דערפאר ווילן זיי אוועקנעמען די ביקסן פון אמעריקאנער בירגער.

עה! דאס קען נישט פאסירן דא אין אמעריקע! ריכטיג? נישט ריכטיג! ס'האט שוין פאסירט, אין ניו ארליענס נאך האריקעין קאטרינא. ווען דער מעיאר און פאליציי שעף האבן איינגעזעהן אז זיי קענען נישט קאנטראלירן די גענג'ס וואס רויבן און פלינדערן אויף רעכטס און לינקס, האבן זיי באשלאסן צו האנדלען על דעת עצמם, קעגן די קאנסטיטוציע, און געשיקט די פאליציי און נעשאנעל גארד צו קאנפיסיקירן די וואפן פון לעגאלע וואפן אייגענטימער וועלכע האבן באשיצט זייערע פראפערטי!

די ביטערע איראניע האט זיך באלד ארויסגעוויזן, ווען פון די לעגאלע וואפן אייגענטימער זענען דאן צענדליגע בארויבט געווארן דורך שווארצע גענגס, טייל קוים עטליכע טעג דערויף. די לעגאלע וואפן אייגענטימער האבן אפילו נישט באקומען קיין רעסיט פאר זייער וואפן. די פאליציי און נעשאנעל גארד האבן אריינגעשטורעמט און עס צוגענומען. פארהאן דערויף אן א שיעור עדות און ווידיאוס. נאך א לאנגע קאמף פון עטליכע יאר האט דער מעיאר מודה געווען אז ער האט געהאנדלט קעגן די קאנסטיטוציע.

האבן זיי זיך אויסגעלערנט, די ניו ארליענס פירערשאפט? ניין.

נאך איין קלייניגקייט. איידער איר ווילט מיר אפפרעגן, ביטע לייענט דורך די גאנצע תגובה, אלע לינקס, און נאכדעם זאגט וואס איר האט צו זאגן. נישט אזוי ווי עס פירן זיך לעצטענס עטליכע פון די ניי-געקומענע דא, אזוי ווי דער מנהג פון היץ-קעפ, צו אטאקירן אן קיין טעם און פרובירן זיך ארויפכאפן אויף א ווארט, אבי צוריקגעשאסן.

ויישר כחכם למפרע.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אינגאנצען זאל מען ווייטער לאזען אז יעדער זאל האבען גרינגעצוטריט צו וואפען אז א ערל פאלט אמאל אריין און א כעס זאל ער זיך קענען חו גרינג צופירען די הענט

און קיינער פון די היזיגע גאן שטיצער האט נאכנישט אפגעוואנדען די פאקט אז אין ענגלאנד איז די מארד ראטע ניטאמאל א דריטעל פרעצעטאל ווי אמעריקע ,אדאנק די שטרענגע גאן קאנטראל

פאר אונז אידעלך ווי כמעט קיינער האט נישט קיין וואפען איז זיכער בעסער א גענצליכע פארבאט אויף וואפען,,יעצט זענען מיר קרח מכאן ולכאן ,אונז פארמאג מיר נישט און די פארברעכערס יא

ווי קענען מיר אידעלעך נעמען א שטעלונג פרא גאן ווען עס נישט די טובה פון אחינו בית ישראל


משא"כ ווען ס'גייט יא זיין קאנטראלל וועלן די פארברעכער נישט האבן? אגב, די פארברעכער ווייסן נישט אז דער יוד האט נישט קיין גאן.


א זייטיגע זאך, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מ'קען זאגן אז די ליבעראלע אידעלאגיע איז איינשטומיג מיט אונז יודן, אין דזשענעראל זענען זיי פארקערט... (סיי מאראלישע אישוס און סיי גלאובאל ווארמינג און נאך...)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א זייטיגע זאך, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מ'קען זאגן אז די ליבעראלע אידעלאגיע איז איינשטומיג מיט אונז יודן, אין דזשענעראל זענען זיי פארקערט... (סיי מאראלישע אישוס און סיי גלאובאל ווארמינג און נאך...)


איינשטימיג מיט אונז אידן אז וואס? מיינסטו צו זאגן אז אונז אידן האלטן פון שטרענגע גאן קאנטראל געזעצן? איך קלער אז דו ביזט אויך א אידיש קינד.
מיר דאכט זיך אז גארנישט וואס די ליבעראלן האלטן איז איינשטימיג מיט אונז אידן. (כאטשיג נישט אלע קאנסערוואטיווע שיטות זענען יא)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:פאר אונז אידעלך ווי כמעט קיינער האט נישט קיין וואפען איז זיכער בעסער א גענצליכע פארבאט אויף וואפען,,יעצט זענען מיר קרח מכאן ולכאן ,אונז פארמאג מיר נישט און די פארברעכערס יא

ווי קענען מיר אידעלעך נעמען א שטעלונג פרא גאן ווען עס נישט די טובה פון אחינו בית ישראל


לשטת הרב קאץ... און איך דיסעגרי, ווי שוין געשריבן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

פיין לאמיר זיך נישט דינגען אויפען עצם מציאות פון האבען געווער
זאל עס אבער כאטשיק באטראכט ווערען ווי א קאר און האבען געזעצען ווי א קאר,, צו פארמיידען אז אזא וואניזגער וואס האט געשאסען און אריזאנא זאל האבען צוטריט צו וואפען
א קאר האט שטייפע געזעצן
וואס א חלק דערפון לייגט זיך אפילו נישט אויף שכל אויף דעמאקראטישע שטאנדפונקט
ווי די סיס בעלטס געזעץ ,וואס מישט זיך די גאווערמענט אריין צו איך האב סיט בעלטס צו נישט,,דאס לייגט קיינעם נישט אריין אין א סכנה נאר זיך זעלבס,,אויב אזאוי פארבאט אינגאנצען רייכערן וואס דאס לייגט דאך אריין די ארומיגע אויך אין א סכנה

צום פונקט

לאמיר נעמען אלע סוקסעס סטאריס וואס ענדעלט צו ר יודלס מעשה ,ווי אימעציר האט דערהארגעט א רויבער וואס האט אים אנגעגריפען,,פיין

נעם צוזאם אלע בענעפיטן ,סוקסעסן,גוטע זאכן וואס די רעוואלווער פאר אלע ציווילע אן א אויסנאם ,האט שוין דעליווערט פאר אמעריקע מאז היתה אמעריקע לגוי,לייג אריין יודלס מעשה אויך

פון די אנדערע זייט נעם צוזאם

אלע פארבלעמען,,בלוט פארגוסגען,,פאבליק שחיטות,,רויבערייען,מערדערייען,,צרות פאר די מענטשהייט
קוק די רעקארד פון פארבלעמען ,און בענעפיטס און מאך א סך הכל

איך מיין אז עס איז יצאו שכרו בהפסדו
די רעקארד פון פארבלעמען איז גרעסער ווי די רעקארד פון בענעפיטן

איך מיין יודל אז אויב עס וועט לאמיר זאגען פארקומען א שחיטה ערגעץ ווי אין די פאראיינגטע שטאטען ווי בלויז איינער איז אומקומען

איך מיין אז די וועסט עס נישט ריפארטאן דא אויף איי וועלט,אזאווי די מעשה פון די רויבער וואס איז דערשאסען געווארען
פארוואס!
ווייל די מעשה אז א אומשולדיגע איז אומגעקומען איז מעשה בכל יום
,,אבער דיין מעשה אז א גאן איז גאר געווען א בענעפיט איז גאר א חידוש,,אין טאקע דערפאר ברענגסטו עס אראפ,ווייל אזא סוקסעס פון וואפען איז א זעלטענע פאסירונג
און צום שלוס מעין א פתיחה
זאל דער וואפען באטראכט ווערן פונקט ווי א קאר וואס האט שטרענגע געזעצען וויל א קאר קען זיין א גרויסע סכנה ,אויב לאזט מען עס הפקר צו טאהון יעדער לפי רוחו,,
טראץ עס פאסירט נאך אלץ אומגלוגען מיט אויטאס פארשייט אבער יעדער ,אז עס וואלט געקענט זיין פיל העכער אז נישט די אלע געזעצן
גאן איז א שעדליכע וואפען אין דארף קאנטעלירט ווערן עטליסט ווי א קאר
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

קאסערוויטיווען האבען שוין באקעמפט גאן קאנטראל געזעצן ווי צו לימעטן וויפעל קוילען מ'קען ארויסשוסען אויף אמאל,,צוליב אויב איינמאל א שמיטה וועט אויסקומען אז איינער וועט זיין ארומגענומען מיט אסאך רויבערס זאל ער זיך קענען דיפענדען אן אפהאלט

אבער אויף די פארבלעם אז א מערדער וועט קענען שיסען אן קיין אפהאלט דאס האט איגערירט ,,ווי אין אין אריזאנא איז די מערדער הערשט אראפגעהאלטן געווארען ווען די קוילען האט זיך אויסגעניצט

ווי אויך פארשידענע געזעצן וואס אז מען זאל דארפען אריינקריצען בווכאשטשטן און א רעוואלווער צו קענען גרינגער נאכגיין פארברעכער איז אויך באקעמפט געווארען
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:פיין לאמיר זיך נישט דינגען אויפען עצם מציאות פון האבען געווער
זאל עס אבער כאטשיק באטראכט ווערען ווי א קאר און האבען געזעצען ווי א קאר,, צו פארמיידען אז אזא וואניזגער וואס האט געשאסען און אריזאנא זאל האבען צוטריט צו וואפען
א קאר האט שטייפע געזעצן
וואס א חלק דערפון לייגט זיך אפילו נישט אויף שכל אויף דעמאקראטישע שטאנדפונקט
ווי די סיס בעלטס געזעץ ,וואס מישט זיך די גאווערמענט אריין צו איך האב סיט בעלטס צו נישט,,דאס לייגט קיינעם נישט אריין אין א סכנה נאר זיך זעלבס,,אויב אזאוי פארבאט אינגאנצען רייכערן וואס דאס לייגט דאך אריין די ארומיגע אויך אין א סכנה

צום פונקט

לאמיר נעמען אלע סוקסעס סטאריס וואס ענדעלט צו ר יודלס מעשה ,ווי אימעציר האט דערהארגעט א רויבער וואס האט אים אנגעגריפען,,פיין

נעם צוזאם אלע בענעפיטן ,סוקסעסן,גוטע זאכן וואס די רעוואלווער פאר אלע ציווילע אן א אויסנאם ,האט שוין דעליווערט פאר אמעריקע מאז היתה אמעריקע לגוי,לייג אריין יודלס מעשה אויך

פון די אנדערע זייט נעם צוזאם

אלע פארבלעמען,,בלוט פארגוסגען,,פאבליק שחיטות,,רויבערייען,מערדערייען,,צרות פאר די מענטשהייט
קוק די רעקארד פון פארבלעמען ,און בענעפיטס און מאך א סך הכל

איך מיין אז עס איז יצאו שכרו בהפסדו
די רעקארד פון פארבלעמען איז גרעסער ווי די רעקארד פון בענעפיטן

איך מיין יודל אז אויב עס וועט לאמיר זאגען פארקומען א שחיטה ערגעץ ווי אין די פאראיינגטע שטאטען ווי בלויז איינער איז אומקומען

איך מיין אז די וועסט עס נישט ריפארטאן דא אויף איי וועלט,אזאווי די מעשה פון די רויבער וואס איז דערשאסען געווארען
פארוואס!
ווייל די מעשה אז א אומשולדיגע איז אומגעקומען איז מעשה בכל יום
,,אבער דיין מעשה אז א גאן איז גאר געווען א בענעפיט איז גאר א חידוש,,אין טאקע דערפאר ברענגסטו עס אראפ,ווייל אזא סוקסעס פון וואפען איז א זעלטענע פאסירונג
און צום שלוס מעין א פתיחה
זאל דער וואפען באטראכט ווערן פונקט ווי א קאר וואס האט שטרענגע געזעצען וויל א קאר קען זיין א גרויסע סכנה ,אויב לאזט מען עס הפקר צו טאהון יעדער לפי רוחו,,
טראץ עס פאסירט נאך אלץ אומגלוגען מיט אויטאס פארשייט אבער יעדער ,אז עס וואלט געקענט זיין פיל העכער אז נישט די אלע געזעצן
גאן איז א שעדליכע וואפען אין דארף קאנטעלירט ווערן עטליסט ווי א קאר


איך מעג "מיינען" אנדערש?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

איך האב געשריבען א "הסבר" צו מיין "מיינען" לייען ביזען סוף ,,
מעגסט מיינען ,אבער אויב די ווילסט מעגסטן שרייבען דיין הסבר
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:איך האב געשריבען א "הסבר" צו מיין "מיינען" לייען ביזען סוף ,,
מעגסט מיינען ,אבער אויב די ווילסט מעגסטן שרייבען דיין הסבר

גם אני מצטרף.

ווען יענער ווענדט דיר אפ אן א הסבר, דאן פארשטייסטו נישט וויאזוי ער קען זיך אפי' דינגען, אויב אזוי זיי דו אויך מסביר פארוואס דו מיינסט אנדערש.

אויב דו האסט שוין פריער געענפערט דערויף, דאן שרייב אז דו האסט שוין איבערגעוויזן אנדערש, נישט סתם אז "דו מיינסט אנדערש".
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די סיבה וואס איז האב געשריבן די ווארט "מיין" איז געווען כדי צו ציען אויפמערקזאמקייט פון דיין זייט... יודל מענדלזאהן האט געברענגט אפאר לינקס וואס ווייזט אז דאס איינצוימען די רעכטן פון וואפן אין ענגלאנד האט נישט געהאלפן רעדוצירן באוואפענטע אנפעלער, פארקערט גאר, ס'האט שטארק געהעכערט, ער האט געברענגט לינק פון די נו ארליענס מעשה, און דו "מיינסט" אז ס'דארף זיין פארקערט... אלעס געבעיסד אויף וואס דו מיינסט און דו שטעלסטעך פאר... אין מעקסיקא וואו וואפן איז פארבאטן איז די שיסן ראטע אויפן העכסטן פארנעם, און איך זאל נאך מסביר זיין פארוואס איך מיין אנדערש...

ווען מ'האט פארבאטן דראגס האצעכעס נישט געסטאפט, אלקהאל האצעך נישט געסטאפט, משא"כ גאנס וועט עס יא העלפן? אפשר מעג איך פארשטיין וויזוי?

ווייטער מאכן אייגענע שטודיעס איז נישט אינטערסאנט, וויפיל מענטשן ברעכן זיך נישט איין אין הייזער ווייל זיי ווייסן אז דער בעה"ב קען האבן א גאן? דו קענסט די שטודיעס?

איין זאך איז זיכער, ביי רוב שחיטות וואס מ'הערט, ענדיגט זיך די שחיטה ווען דער שיסער נעמט זיך דאס לעבן, אדער ווען איינע פון די ארומיגע האבן א גאן און שיסן דעם שיסער. ליידער ליידער איז דער וואס האט א גאן און שיסט דעם שיסער ע"פ רוב נאר די פאליציי וואס ווען זיי קומען אן איז שוין געווענדליך צו שפעט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”