דו נוצט אובער? (Uber) זיי דארפן דיין הילף!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

דו נוצט אובער? (Uber) זיי דארפן דיין הילף!

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 12:22 pm

די סיטי וויל אונז זאלן אלע צוריק גיין צו די באנען און פארשמירטע טעקסיס אדער קאר סערוויסעס.

העלף ארויס טוה דיין חלק, רוף דיין קאנסילמאן.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (51.16 KiB) געזעהן 1114 מאל

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 pm

אפילו אויב דו האסט נישט קיין סמארטפאן ב''ה, האב אינזין א צווייטן און רוף פאר דיין חבר/ברודער/שכן. ולמצוה גדולה יחשב!

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 12:46 pm

קול מבשר מעלדט היינט צופרי אז די סיטי קאנסול האט אפגעווארפן אלע פארלאנגען פון אובער, און גייט פאראויס צו באשטעטיגן דעם ביל.

תפילת שוא?
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:01 pm

איך פארשטיי די קאונסיל זייער גוט, אובער איז די טאקע גוט פאר די רייזענדע אבער האט שוין אפגעשפארט אזויפיל אנדערע קאר סערוויסעס, און עס נעמט אוועק אזויפיל דשאבס (נישט ממש ווייל און פאקט ווערט עס מער, אבער פאר פיל וויינגער באצאלט ווי ביז יעצט)
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:52 pm

אחת ואחת האט געשריבן:איך פארשטיי די קאונסיל זייער גוט, אובער איז די טאקע גוט פאר די רייזענדע אבער האט שוין אפגעשפארט אזויפיל אנדערע קאר סערוויסעס, און עס נעמט אוועק אזויפיל דשאבס (נישט ממש ווייל און פאקט ווערט עס מער, אבער פאר פיל וויינגער באצאלט ווי ביז יעצט)

איז דאס נארמאל? קען מען מאכן געזעצן וואס איז קעגן דעם רבים צוליב יחידים?

מעגן זיי מאכן א געזעץ וואס פארבאט צו פארקויפן ברויט אין ברוקלין ווייל א גרויסע פארברעק וועט פארלירן 10000 ארבייטער?

אויך רעכענען זיי זיך בכלל נישט מיט די פינף באראס, געלע טעקסיס ארבעטן נאר אין דאונטאון! טא וואס ווילן זיי פון אונזער נשמה????
לעצט פאראכטן דורך בעריש'ל אום דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6621
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:54 pm

פאר יעדע קאר סערוויס דרייווער וואס האט פארלוירן א טריפ צוליב אובער, האט עס א צווייטער באקומען, ניין?
וואו איז דָוִי?

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:58 pm

די רעגירונג מעג זיך אריינמישן אין פריוואטע ביזנעס ?
דא איז רוסלאנד?
איך וויל פשוט פארשטיין!

אוועטאר
פריטלעך
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:03 pm

ווי איך פארשטיי איז די אישא דא אז אובער וויל צופרידן שטעלן די רייזענדע צו באקומען א קאר די שנעלסטע וואס מעגליך, שפאנען זיי איין ווי מער קארס צו האבן יעדע מינוט אויף יעדע גאס. די פראבלעם איז אז למעשה זיצן אסאך קארס ליידיג אין טרעפן זיך מיט א שוואכערע אינקאם סוף וואך צוליב וואס זיי זענען נישט אזוי ביזי צוליב וואס עס זענען דא מער דרייווערס ווי רייזענדע.
קארעקט מי איף איי'ם ראנג.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:06 pm

פריטלעך האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז די אישא דא אז אובער וויל צופרידן שטעלן די רייזענדע צו באקומען א קאר די שנעלסטע וואס מעגליך, שפאנען זיי איין ווי מער קארס צו האבן יעדע מינוט אויף יעדע גאס. די פראבלעם איז אז למעשה זיצן אסאך קארס ליידיג אין טרעפן זיך מיט א שוואכערע אינקאם סוף וואך צוליב וואס זיי זענען נישט אזוי ביזי צוליב וואס עס זענען דא מער דרייווערס ווי רייזענדע.
קארעקט מי איף איי'ם ראנג.

פונקט דאס האב איך געוואלט זאגן ש'כח פארן אויסקלארען
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
מחשב
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:08 pm

איך פארשטיי נישט, סך הכל גייען זיי רעגולעטן וויפיל קארס אובער און ליפט מעגן האבן, נו, העט זיין אביסל ווייניגער טרעפיק אויף די גאסן, און עס וועט נעמען נאך 30 סעקונדעס ביז דו וועסט באקומען דיין קאר. מה כל הרעש?


פארוואס זאל עס ווערן מער עקספענסיוו?
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:52 pm

פאטעטא קוגל האט געשריבן:די רעגירונג מעג זיך אריינמישן אין פריוואטע ביזנעס ?
דא איז רוסלאנד?
איך וויל פשוט פארשטיין!

איך מיין אז די אויסרייד איז (ליין אלע תגובות וועסטו פארשטיין) אז די וועג וויאזוי זיי ארבעטען איז דא מער קארס אויפן ראוד, און מען מוז רעדערצירן די טרעפיק
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:56 pm

מחשב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, סך הכל גייען זיי רעגולעטן וויפיל קארס אובער און ליפט מעגן האבן, נו, העט זיין אביסל ווייניגער טרעפיק אויף די גאסן, און עס וועט נעמען נאך 30 סעקונדעס ביז דו וועסט באקומען דיין קאר. מה כל הרעש?


פארוואס זאל עס ווערן מער עקספענסיוו?

פארוואס נאך דרייסיג סעקונדעס? אפשר נאך צען מינוט?

אויך גייט עס ווערן אסאך טייערער. די פרייזן ווענדן זיך לויטן פארלאנג. ווייניגער קארס עוועילעבל צאלט מען מער.

אוועטאר
מחשב
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:57 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, סך הכל גייען זיי רעגולעטן וויפיל קארס אובער און ליפט מעגן האבן, נו, העט זיין אביסל ווייניגער טרעפיק אויף די גאסן, און עס וועט נעמען נאך 30 סעקונדעס ביז דו וועסט באקומען דיין קאר. מה כל הרעש?


פארוואס זאל עס ווערן מער עקספענסיוו?

פארוואס נאך דרייסיג סעקונדעס? אפשר נאך צען מינוט?

אויך גייט עס ווערן אסאך טייערער. די פרייזן ווענדן זיך לויטן פארלאנג. ווייניגער קארס עוועילעבל צאלט מען מער.



די שאלה ווענד זיך וואס די רעגולאציעס פונקטליך וועלן זיין.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:59 pm

וואס א חילוק? בעסער וועט עס נישט ווערן.

אוועטאר
פריטלעך
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 3:34 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:פאר יעדע קאר סערוויס דרייווער וואס האט פארלוירן א טריפ צוליב אובער, האט עס א צווייטער באקומען, ניין?

איז דיין קשיא פארענטפערט נאך מיין תגובה (2:03)?

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 3:53 pm

איך שטעל מיך פאר אז היימישע אידן פארלירן אויך געלט צוליב אובער , סיי די אייגנטימער פון די קאר סערוויס קאמפאניס, און אויך היימישע דרייווער וואס ווילן דרייוון נאר פאר היימישע אידן.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 5:06 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך שטעל מיך פאר אז היימישע אידן פארלירן אויך געלט צוליב אובער , סיי די אייגנטימער פון די קאר סערוויס קאמפאניס, און אויך היימישע דרייווער וואס ווילן דרייוון נאר פאר היימישע אידן.

און דערפאר מעג מען אפשטעלן פראגרעס?

אויך האבן בעלי עגלה פארלוירן זייער פאסטן ווען קארס האבן גענומען דאס אויבן אן אין טרעוועל.

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 6:34 pm

מען זאגט אז צאנזער רב האט נישט געוואר אז עס זאל זיין א באן סטאנציע אין צאנז כדאי די בעלי עגלות זאלן נישט פארלירט קיין פרנסה.
און אפילו אהן דעם, איך זעה נישט די גרויסע בענעפיט פון אובער אז אידן זאלן דארפן פארלירן פרנסה דערפאר.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 12:32 am

איז דא חסידישע אדער היימישע אידן וואס דרייוון פאר אובער?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד. וועסטו אנקומען אי"ה

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 12:38 am

יואל שרייבער האט געשריבן:מען זאגט אז צאנזער רב האט נישט געוואר אז עס זאל זיין א באן סטאנציע אין צאנז כדאי די בעלי עגלות זאלן נישט פארלירט קיין פרנסה.
און אפילו אהן דעם, איך זעה נישט די גרויסע בענעפיט פון אובער אז אידן זאלן דארפן פארלירן פרנסה דערפאר.

אידן סעילס לייט וואס דארפן נוצן אובער פאר פרנסה, איינס פון א טויזענט משלים.

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 12:42 am

פארוואס קען מען נישט נוצן סתם א קאר סערוויס?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 1:31 am

יואל שרייבער האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט נוצן סתם א קאר סערוויס?


אינו דומה.
איך קען איינער וואס טוט ליעסינג, וויאזוי קומט די קאר אן צום מענטש פונעם דיעלער? איז דא א גאנצע גרופ פון בחור׳לעך וואס טוען דאס פאר אפאר גרייצער, ער שיקט זיי א אובער און עס פארט א באן, שטעל זיך פאר אז ער דארף ארומרופן פינעף קאר סערוויסעס פאר יעדע ליעס, און יעדע קאר סערוויס לייגט אויף האלד צו געוואר ווערן די פרייז.. וכו׳

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 2:15 am

יואל שרייבער האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט נוצן סתם א קאר סערוויס?

האסט אפשר די נאמבער פון א קאר סערוויס אין מיל בעסין? אדער פלאשינג? אדער סטעטן איילאנד?

nmi
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 7:38 am

יואל שרייבער האט געשריבן:.
און אפילו אהן דעם, איך זעה נישט די גרויסע בענעפיט פון אובער אז אידן זאלן דארפן פארלירן פרנסה דערפאר.

קודם כל האסטו ביי זיי סך בעסערע סערוויס. והשנית די קענסט זיי טרעקן און ארויסגיין 10 סקונדעס פאר זיי קומען אן און נישט שטיין אין די היצן א האלבע שעה ווען זיי זאגן דיר טרי מינוט און נאכדעם כאפן פונעם דרייווער ווייל ער האט דיר נישט באמערקט די ערשטע מינוט. והשלישית ס'קען מיר קאסטן ביי זיי צומאל אונטער $2 בעת די געהעריגע טשארדשען $8

nmi
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 7:42 am

nmi האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:.
און אפילו אהן דעם, איך זעה נישט די גרויסע בענעפיט פון אובער אז אידן זאלן דארפן פארלירן פרנסה דערפאר.

קודם כל האסטו ביי זיי סך בעסערע סערוויס. והשנית די קענסט זיי טרעקן און ארויסגיין 10 סקונדעס פאר זיי קומען אן און נישט שטיין אין די היצן א האלבע שעה ווען זיי זאגן דיר טרי מינוט און נאכדעם כאפן פונעם דרייווער ווייל ער האט דיר נישט באמערקט די ערשטע מינוט. והשלישית ס'קען מיר קאסטן ביי זיי צומאל אונטער $2 בעת די געהעריגע טשארדשען $8

נאך א מעלה האסטו אז נישט קיין חילוק ווי די בוסט און וועליכע צייט וועסטו אלץ האבן א קאר באת ווען די קענסט קאלן א פאר אנדערע און קיינער האט נישט יעצט/דארט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, דריידל, יאנקעל פעדראטשיק, ליפשיטץ, מה שמו, מענדל, משמש, נו גוט נו שוין, קהל עדתינו, קנעפעל, שטיגליץ און 70 געסט