נייעס און נאטיצן פון די פאול מענעפארט פראצעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 4:20 pm

פארבינדן האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:[quote="יוא


דזשוריס ווערן אויפגעהאלטן אונטער קאורט אויפזיכט, סאו דאס איז נישט קיין קאנסוירן... און דאס אז זיי פראבירן בכלל אים אזוי צו פרעימען, דאס איז עקזעקטלי וואס פראסעקיוטערס טיען שטענדיג!

זשורי'ס ווערן געהאלטן אונטער אויפזיכט 24 שעה א טאג?

איי דאונט טינק סאו

אלבערט פר"מ האט שוין עטליכע מאל געשריבן אז זשוריס קענען ווערן געהאלטן ביי וויכטיגע פראצעסן 24 שעות אונטער אויפזיכט, באקומען א האטעל רום ווי זיי דארפן איינשטיין, און ווערן קאנטראלירט וואספארא צייטונגען זיי מעגן ליינען,

אגב האף איך אז ער וועט נעקסטע וואך באריכטן פון די פראצעס ווי נאר ער קען, אלע בלינקערייען פון די זשורערס אויגן וכו'
1 + 1 = חלה דעקל...

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 9:24 pm

מענעפארטס בוכהאלטער וועלכע פלעגט זיך אויך אפגעגעבן מיט זיינע שטייערן פארציילט אז זי האט קיינמאל נישט געוואוסט איבער זיינע 14 אויסלענדישע אקאונטס מיט וועלכע ער פלעגט באצאלן זיינע לוקסעריעזע בילס
צווישן אנדערן האט זי אויך פארציילט אז מענעפארט איז געווען פינאנציעל געבראכן אין 2016 למספרם אין פארפירט די בענק איבער זיין פינאנציעלע צושטאנד צו באקומען בעסערע טערמינען אויף הלוואות

(הערת הכותב, איך ווייס נישט אויב מענעפארטס אדוואקאטן גרופע שליסט איין עפעס אידישע קעפ אבער איך וואלט זיי צוריקגעפרעגט אז אויב איז ריכטיג אז די בוכהאלטער האט נישט געוואוסט פון די אויסלענדישע אקאונטס קען דאך זיין אז יענע אקאונטס זענען ווייטער געווען געשוואלן צו יענע צייט און דעריבער האט ער קיינמאל פארפירט די בענק איבער זיין ריכטיגע פינאנציעלע שטאנד... אין איין ווארט ווי אזוי קען מען אים באשולדיגן אין זיין רייך און ארעם אין די זעלבע צייט אפשניט? דו קענסט עס נישט האבן ביידע וועגן..
הגם די פראקורארן וואלטן עס געוויס אפגעווארפן אז די בענק רעכענען בלויז אויף זיין לעגאלע אייגנטום ווען זיי פארבארגן און האבן זיך פארלאזט אויף די סומע וואס ער האט אנגעגעבן אלץ באריכטעט אויפן שטייער בויגן)

איבער די געיטס אויפטריט האט דער ריכטער ציניש אפגעלאכט פון די פראקורארס נעכטיגע שפעקולאציע -אז מען וועט אים מעגליך נישט אראפרופן- זאגנדיג אז זיין פרוי האט קיינמאל נישט אפגעקויפט די מעגליכקייט אז געיטס וועט נישט עדות זאגן
עס איז איצט ערווארטעט אז די געיטס אויפטריט וועט זיין די הויכפונקט אין די פראקורארן עדות פרעזענטאציע
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:43 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:42 pm

שכח @הבל פאר די כסדר'דיגע תוכן'פולע אפדעיטס!

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:42 pm

ממה נפשך האט געשריבן:שכח @הבל פאר די כסדר'דיגע תוכן'פולע אפדעיטס!

יישר!

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:53 pm

ממה נפשך האט געשריבן:שכח @הבל פאר די כסדר'דיגע תוכן'פולע אפדעיטס!
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:54 pm

הכל הבל האט געשריבן:מענעפארטס בוכהאלטער וועלכע פלעגט זיך אויך אפגעגעבן מיט זיינע שטייערן פארציילט אז זי האט קיינמאל נישט געוואוסט איבער זיינע 14 אויסלענדישע אקאונטס מיט וועלכע ער פלעגט באצאלן זיינע לוקסעריעזע בילס
צווישן אנדערן האט זי אויך פארציילט אז מענעפארט איז געווען פינאנציעל געבראכן אין 2016 למספרם אין פארפירט די בענק איבער זיין פינאנציעלע צושטאנד צו באקומען בעסערע טערמינען אויף הלוואות

(הערת הכותב, איך ווייס נישט אויב מענעפארטס אדוואקאטן גרופע שליסט איין עפעס אידישע קעפ אבער איך וואלט זיי צוריקגעפרעגט אז אויב איז ריכטיג אז די בוכהאלטער האט נישט געוואוסט פון די אויסלענדישע אקאונטס קען דאך זיין אז יענע אקאונטס זענען ווייטער געווען געשוואלן צו יענע צייט און דעריבער האט ער קיינמאל פארפירט די בענק איבער זיין ריכטיגע פינאנציעלע שטאנד... אין איין ווארט ווי אזוי קען מען אים באשולדיגן אין זיין רייך און ארעם אין די זעלבע צייט אפשניט? דו קענסט עס נישט האבן ביידע וועגן..
הגם די פראקורארן וואלטן עס געוויס אפגעווארפן אז די בענק רעכענען בלויז אויף זיין לעגאלע אייגנטום ווען זיי פארבארגן און האבן זיך פארלאזט אויף די סומע וואס ער האט אנגעגעבן אלץ באריכטעט אויפן שטייער בויגן)

איבער די געיטס אויפטריט האט דער ריכטער ציניש אפגעלאכט פון די פראקורארס נעכטיגע שפעקולאציע -אז מען וועט אים מעגליך נישט אראפרופן- זאגנדיג אז זיין פרוי האט קיינמאל נישט אפגעקויפט די מעגליכקייט אז געיטס וועט נישט עדות זאגן
עס איז איצט ערווארטעט אז די געיטס אויפטריט וועט זיין די הויכפונקט אין די פראקורארן עדות פרעזענטאציע

זיי האבן נישט נאך עפעס באשולידגענגן אויסער געלט?
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:58 pm

די פראצעס איז אויסשליסליך איבער פינאנצן
א שפעטערדיגע געריכט פראצעס איבער אנדערע קלאגעס ערווארט אים אין א וואשינגטאן די סי געריכט

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:59 pm

טענקס הבל, איך האב שטארק הנאה
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:01 pm

מטעמים האט געשריבן:טענקס הבל, איך האב שטארק הנאה

אייער פארגעניגן איז מיין פארגעניגן!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:09 pm

די גאנצע מענעפארט סטארי האט נישט ביי מיר קיין שטארקע אינטערעס, אבער אויב לערנט מען זיך איין זאך, איז עס אז די זשאסטיס דעפארטמענט אין אמעריקע איז קעראפטעד און מיינט לאו דוקא זשאסטיס.

די זשאסטיס דעפארטמענט איז ברוטאל, זיי רעכענען זיך נישט מיט קיין געפיהל, זיי זענען פוהל מיט פריוואטע אינטערעסען און נגיעות, בייעסד פאר איינעם לטובה און פאר א צווייטען לרעה און ווען זיי גייען ארויף אויף די שפירען פון איינעם איז יענער געווענליך פארטיג פאר לייף.

וואלט איך עדווייזד טראמפ וואלט איך אים גע׳עצה׳ט צו אפיציעל עפענען א נייע פעדעראלע דעפארטמענט וואס זאל ארבייטען מיט די זשודישערי דעפארטמענט, נעם א משל די סיקרעט סערוויס וואס זאל טוהן די אינוועסטיגעטיוו ארבייט פאר די קאורטס און צוביסלעך פארשפארען די עף בי איי, אלע גוטע חברה פון די עף בי איי זאל מען אריבערברענגען צו די נייע דעפארטמענט און די אלטע זאל מען פאר מאכען אינטער א פאראדע פון יארען פון שאנדע.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:25 am

בייעס איז א ריזיגע פראבלעם אין א זשאסטיס דעפארטמענט! נישט קיין חילוק פון וועלכע מענטש מען רעדט, דעמאקראט, רעפובליקען, שווארצע, איירישע, איטאליענע אדער להבדיל אידישע קינדער.

די זשאסטיס דעפארטמענט האט געקלעירד בילל קלינטאן פון טוהן עפעס אומלעגאל, עס איז קאנגרעס וואס האט גענומען די פוירזשערי אישו צו אימפיעטשמענט.

בילל קלינטאן איז א שמוציאן און נאכאלס א גוטע פרעזידענט, קוקענדיג אויף צוריק וועלן רוב אירע מודה זיין אז די רעפובליקענס וואלטען אים נישט געדארפט אימפיעטשען פאר דעם.

נאך קלינטאן האט מען געזיכט א מאראלישע גוי, און אמעריקע האט פיין געוואוט, בוש 43 א ערענסטער גוי מיט אלע פיטשיווקעס פון אפגעהיטענקייט, וויאזוי האט זיך זיין פרעזידענסי אויסגעארבייט? שרעקליך.

צוריק צו מענעפארט און די זשאסטיס דעפארטמענט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:37 am

מטעמים האט געשריבן:וואלט איך עדווייזד טראמפ וואלט איך אים גע׳עצה׳ט צו אפיציעל עפענען א נייע פעדעראלע דעפארטמענט וואס זאל ארבייטען מיט די זשודישערי דעפארטמענט, נעם א משל די סיקרעט סערוויס וואס זאל טוהן די אינוועסטיגעטיוו ארבייט פאר די קאורטס און צוביסלעך פארשפארען די עף בי איי, אלע גוטע חברה פון די עף בי איי זאל מען אריבערברענגען צו די נייע דעפארטמענט און די אלטע זאל מען פאר מאכען אינטער א פאראדע פון יארען פון שאנדע.

אז א דאקטאר זאל לאזן טרערן אויף א חולה וואס ווארפט זיך פאר יסורים איז נישט טרעפליך. זיי זעען דאס יעדן טאג, דאס איז עקטשעלי זייער פרנסה, זיי לעבן דערמיט יעדן טאג. ער זעעט נישט קיין פעישענס, ער זעעט בלויז קעיס נאמבער׳ס.

די זעלבע איז מיט פראסעקיאטער׳ס. 8 שעה א טאג 6 טעג א וואך זעען זיי בלויז קעיסעס. און זייער דזשאב איז אויפצובויען דעם קריים ביזן הימל. רחמניות!?.. סעקזעסטירט נישט אזא זאך!.. זיי ווייסן אפילו נישט וואס דאס מיינט. די איינציגסטע פלאץ ווי די קענסט אפשר פועלן איז ביים דזשאדש.

די פראבלעם איז אבער דא אז מ׳האט ארויסגעפיקט א מענטש אנדעם וואס ס׳זאל בלינקען א רויטע לעמפעלע אויף זיין נאמען, נאר בלויז ווייל ער קען אפשר זיין איינער וואס ווייסט עפעס מער איבער עפעס וואס מ׳ווייסט אז ס׳איז נישט פארגעקומען!. און דאס איז קאלאזשען!! נישט קיין דזשאוק׳ס.. דאס איז געווען די אפציעלע תירץ וואס די מוללער טיעם האט גע׳ענפערט דעם דזשאדזש נאכן כאפן א פסק פארן אים ברענגען די מענעפארט קלאגעס. דאס הייסט גענומען פראסעקיאשען מאכט און עביאזד אויף א אומדערהערטער פארנעם. רשעות!!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:47 am

מטעמים האט געשריבן:בייעס איז א ריזיגע פראבלעם אין א זשאסטיס דעפארטמענט! נישט קיין חילוק פון וועלכע מענטש מען רעדט, דעמאקראט, רעפובליקען, שווארצע, איירישע, איטאליענע אדער להבדיל אידישע קינדער.

טויזענט פערצענט. אבער מטעמים טייערע. נישט קיין חילוק וואספארא דזשאסטיס סיסטעם זאלסט נאר האבן וועסטו אלטס האבן דעם פראבלעם. נישט אזוי?.. סאו וויזוי איז בכלל שייך צו פיקסן די דזשאסטיס סיסטעם?..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:58 am

די הייליגע עף בי איי, סי איי עי , דזשאסטיס דעפארטמענט וכל שום וחניכא דאית להו, האבן יארן לאנג גערודפט סיוויל רייטס אקטיוויסטן, אנטי וואר אקטיוויסטן, און כמעט אלע לינקע שיטות, דאס איז געווען ווילאנג די רעכטע זענען געווען ביי די מאכט און פארנומען אלע הויכע פאזיציעס, יעצט האבן זיך צייטן געטוישט, די לינקע זענען ביי די מאכט און זיי געבן צוריק.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 9:26 am

די אישו איז אז די "אינוועסטיגעטערס" זענען אויך (אדער ארבייטען האנט ביי האנט) די "פראסעקיוטערס". וואס דאס מיינט, אז אנשטאט די אינוועסטיגעטערס זאלן בלויז זיין פארנומען מיטן "טרעפן די פאקטן". טוען זיי באמת "אויסארבייטען" און "מניפילעטען" וויאזוי די פאקטן זאלן פארטייטשט ווערן!

(און פארדעם האט פרוי דשאסטיס פארבינדענע אויגן, זי זאל נישט זען וויאזוי אירע אגענטען פירן זיך אויף :wink: )
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

בלינצע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 9:30 am

מטעמים האט געשריבן:בייעס איז א ריזיגע פראבלעם אין א זשאסטיס דעפארטמענט! נישט קיין חילוק פון וועלכע מענטש מען רעדט, דעמאקראט, רעפובליקען, שווארצע, איירישע, איטאליענע אדער להבדיל אידישע קינדער.

די זשאסטיס דעפארטמענט האט געקלעירד בילל קלינטאן פון טוהן עפעס אומלעגאל, עס איז קאנגרעס וואס האט גענומען די פוירזשערי אישו צו אימפיעטשמענט.

בילל קלינטאן איז א שמוציאן און נאכאלס א גוטע פרעזידענט, קוקענדיג אויף צוריק וועלן רוב אירע מודה זיין אז די רעפובליקענס וואלטען אים נישט געדארפט אימפיעטשען פאר דעם.

נאך קלינטאן האט מען געזיכט א מאראלישע גוי, און אמעריקע האט פיין געוואוט, בוש 43 א ערענסטער גוי מיט אלע פיטשיווקעס פון אפגעהיטענקייט, וויאזוי האט זיך זיין פרעזידענסי אויסגעארבייט? שרעקליך.

צוריק צו מענעפארט און די זשאסטיס דעפארטמענט.


ביז די יוסטיץ דעפארטמענט האט אים געקלעירד, איז ער אדורך יארן פון פיינונגען דורך די יוסטיץ דעפארטמענט. אין יענע צייט זענען געווען די רעפובליקאנער וואס האבן עס געשעצט, יעצט איז עס די דעמאקראטן וואס שטיצן דאס.

טראמפ קען אויך ווערן געקלעירד דורך די יוסטיץ דעפארטמענט.

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 9:41 am

היינט וועלן אויפטרעטן אקאונטענטס

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 9:43 am

מולער צוריק פון וואקאציע

געזען געווארן היינטיגן פרימארגן ערשיינען צו די ארבעט

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 3:55 pm

ויהי ביום החמישי

היינט נאכמיטאג וועט ריק געיטס אויפטרעטן
געיטס איז געווען מענעפארטס רעכטע האנט און ווערט באצייכנט ווי די הויפט עדות אין די איצטיגע קעיס

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 3:57 pm

בלינצע האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:בייעס איז א ריזיגע פראבלעם אין א זשאסטיס דעפארטמענט! נישט קיין חילוק פון וועלכע מענטש מען רעדט, דעמאקראט, רעפובליקען, שווארצע, איירישע, איטאליענע אדער להבדיל אידישע קינדער.

די זשאסטיס דעפארטמענט האט געקלעירד בילל קלינטאן פון טוהן עפעס אומלעגאל, עס איז קאנגרעס וואס האט גענומען די פוירזשערי אישו צו אימפיעטשמענט.

בילל קלינטאן איז א שמוציאן און נאכאלס א גוטע פרעזידענט, קוקענדיג אויף צוריק וועלן רוב אירע מודה זיין אז די רעפובליקענס וואלטען אים נישט געדארפט אימפיעטשען פאר דעם.

נאך קלינטאן האט מען געזיכט א מאראלישע גוי, און אמעריקע האט פיין געוואוט, בוש 43 א ערענסטער גוי מיט אלע פיטשיווקעס פון אפגעהיטענקייט, וויאזוי האט זיך זיין פרעזידענסי אויסגעארבייט? שרעקליך.

צוריק צו מענעפארט און די זשאסטיס דעפארטמענט.


ביז די יוסטיץ דעפארטמענט האט אים געקלעירד, איז ער אדורך יארן פון פיינונגען דורך די יוסטיץ דעפארטמענט. אין יענע צייט זענען געווען די רעפובליקאנער וואס האבן עס געשעצט, יעצט איז עס די דעמאקראטן וואס שטיצן דאס.

טראמפ קען אויך ווערן געקלעירד דורך די יוסטיץ דעפארטמענט.


קלינטאן איז אדורך א צענטל וואס טראמפ מאכט מיט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 4:05 pm

אן אומשולדיגע פראגע פון אן אומוויסנדער, צו וואס דארף מען עדות בכלל, איז נישט די קריים דאקומענטירט?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 4:12 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אן אומשולדיגע פראגע פון אן אומוויסנדער, צו וואס דארף מען עדות בכלל, איז נישט די קריים דאקומענטירט?

ניין נישט אלעס
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 4:12 pm

מען קוקט שטארק ארויס אויף די געיטס אויפטריט זינט די מענעפארט פארטיידיגונגס גרופע האט לעצטע וואך איבערראשט די פראקורארן אננעמענדיג א סטראטעגיע פון ווארפן די שולד פון עפענען די אויסלענדישע אקאונטס אויף געיטס
די פראקורארן האבן געוואלט נוצן די גרויסע סומעס וואס מענעפארט האט באצאלט פון אויסלענדישע אקאונטס אלץ באווייז אז ער האט געעפענט די אקאונטס און עס גענוצט צו דעקן פארשידענע פארשווענדערישע אויסגאבן מיטן ציהל זיך ארויסצודרייען פון שטייערן
די פארטיידיגונג האט אבער אראפגעשטעלט א פוס מיטן ארגומענט אז עס איז נישט דא קיין באווייז אז די אקאונטס באלאנגען צו מענעפארט און געיטס איז גאר דער וואס האט עס געעפענט
די פאקט אז מענעפארט האט גענוצט די אקאונטס איז נישט גענוג צו קענען אנקלאגן מענעפארט זינט די קרימינאלע אקט איז בלויז די עפענען און באזיצן די אקאונט אן איינמעלדן די אויטאריטעטן דערפון
איינמאל געיטס האט שוין דורכגעפירט די אקט מעג שוין סיי ווער נוצן די געלט און די געלט וועט נישט אסור בהנאה פאר מענעפארט אדער סיי וועם געיטס ערלויבט עס צו נוצן
אצינד ערווארט מען צו זעהן וואס גיעטס וועט פארציילן און אויב ער וועט ערשיינען מיט באוווייזן צוריקצושליידערן די פייל אויף מענעפארט אדער בלויז קלארשטעלן אז אלע אקטיוויטעטן איז געקומען אויף די גוטהייסונג פון מענעפארט וואס דאן וועט די פארטיידיגונג טיעם פרובירן אויפצוווייזן אז ער זאגט ליגן און די דזשורארס וועלן דארפן באשליסן וועם צו גלויבן און אויב געיטס בלויזע ווערטער איז גענוג באווייז צו באשולדיגן מענעפארט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אוגוסט 06, 2018 4:16 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 4:14 pm

די אלע קאונטס וואס איך דא געברענגט עטליכע טעג צוריק, זענען אלע דאקומענטירט.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 4:16 pm

הכל הבל האט געשריבן:מען קוקט שטארק ארויס אויף די געיטס אויפטריט זינט די מענעפארט פארטיידיגונגס גרופע האט לעצטע וואך איבערראשט די פראקורארן אננעמענדיג א סטראטעגיע פון ווארפן די שולד אויף די אויסלענדישע אקאונטס אויף געיטס
די פראקורארן האבן געוואלט נוצן די גרויסע סומעס וואס מענעפארט האט באצאלט פון אויסלענדישע אקאונטס אלץ באווייז אז ער האט געעפענט די אקאונטס און עס גענוצט צו דעקן פארשידענע פארשווענדערישע אויסגאבן מיטן ציהל זיך ארויסצודרייען פון שטייערן
די פארטיידיגונג האט אבער אראפגעשטעלט א פוס מיטן ארגומענט אז עס איז נישט דא קיין באווייז אז די אקאונטס באלאנגען צו מענעפארט און געיטס איז גאר דער וואס האט עס געעפענט
די פאקט אז מענעפארט האט גענוצט די אקאונטס איז נישט גענוג צו קענען אנקלאגן מענעפארט זינט די קרימינאלע אקט איז בלויז די עפענען און באזיצן די אקאונט אן איינמעלדן די אויטאריטעטן דערפון
איינמאל געיטס האט שוין דורכגעפירט די אקט מעג שוין סיי וער נוצן די געלט און די געלט וועט נישט אסור בהנאה פאר מענעפארט אדער סיי וועם געיטס ערלויבט עס צו נוצן
אצינד ערווארט מען צו זעהן וואס גיעטס וועט פארציילן און אויב ער וועט ערשיינען מיט באוווייזן צוריקצושליידערן די פייל אויף מענעפארט אדער בלויז קלארשטעלן אז אלע אקטיוויטעטן איז געקומען אויף די גוטהייסונג פון מענעפארט וואס דאן וועט די פארטיידיגונג טיעם פרובירן אויפצוווייזן אז ער זאגט ליגן און די דזשורארס וועלן דארפן באשליסן וועם צו גלויבן און אויב געיטס בלויזע ווערטער איז גענוג באווייז צו באשולדיגן מענעפארט

קורץ און שארף א יישר כח
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט