נייעס און נאטיצן פון די פאול מענעפארט פראצעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:08 pm

@טשאדעלע אויף פאקס ניוז האלט מען אויך אז דער דזשאדזש איז בייעסד אקעגן מולער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:30 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:@הכל
אין מילים, דער גוי וואס קען נעבעך נישט ליינען דיינע באריכטן איז א רחמנות..

RT
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:55 pm

סליק לן מסכת קטיגור

מארגן פרייטאג פלאנען די פראקורארן צו ענדיגן פרעזענטירן זייער זייט פון די געשיכטע מיט די אויפטריט פון די לעצטע 4 עדות

עס וועלן אויפטרעטן דעניס רייקא און דזשעימס ברענען (א קאמבינאציע פון דזשימעס קלעפער און דזשאן ברענען, הא?!..) ביידע פון זיי אויף די ליסטע פון עדות וואס האבן באקומען אימיוניטי פארן אויפטרעטן
דער דריטער איז פאולא ליס אן אנאליסט פאר די טרעזשורי פינאנציעלע קריים אינפארסמענט דיוויזיע וועלכע האט שוין אויפגעטראטן און ווערט צוריקגעברענגט צוצושטעלן מער עדות'שאפט
דער פערטער וועט זיין דער קינאוט עדות ענדרו טשאדזשנאוסקי א הויכע באאמטער אין די פעדעראל סעיווינגס באנק און זיין ערשיינונג איז נישט געווען ביז איצט פובליצירט אין די ליסטע פארעפנטליכט דורך די פראקורארן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:14 pm

איז דא איינער וואס איז מסופק צו דער דזשאדזש איז בייעסד? זיכער אז ער איז! ער האט קלאר געזאגט פאר די פראסיקיושן אז מענפארט איז א קרבן ווייל זיי זוכן טראמפ...

וויזוי א ריכטער מעג זיין בייעס? גוטע פראגע, די פראבלעם האצעך נישט אנגעפאנגן היינט, די טרעוול בען איז געבלאקט געווארן דורך בייעסד דזשאדזשעס, ועוד ועוד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:58 pm

איך זאג נישט אז מען טאר נישט, מען רעדט פון אז זאל בעקפייערן מיט די דזשורי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:02 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איז דא איינער וואס איז מסופק צו דער דזשאדזש איז בייעסד? זיכער אז ער איז! ער האט קלאר געזאגט פאר די פראסיקיושן אז מענפארט איז א קרבן ווייל זיי זוכן טראמפ...

וויזוי א ריכטער מעג זיין בייעס? גוטע פראגע, די פראבלעם האצעך נישט אנגעפאנגן היינט, די טרעוול בען איז געבלאקט געווארן דורך בייעסד דזשאדזשעס, ועוד ועוד...

כ׳פארשטיי נישט!. פארגעט אבויט די פוינט וואס די זאגסט לגבי אריינפסוק׳נען מוללער׳ן פארן זיך אויפפירן אנאמעריקען מיטן רודפן מענעפארד ארויסצוקעשן טראמפ... לגבי בייעס, שטרויזאק האטעך אבער אליין געזאגט און קאנגרעס אז יעדער אינערהאלב פון די FBI און DOJ האט איינזייטיגע דיעות בעניני פאליטיק, ווען מ׳גייט אבער צו די ארבעט ״לאזסט מען עס אינדערהיים״.. (וואטעווער דעט מינס).. כ״ש א ריכטער..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:10 am

אה, און דו גלייבט שטרויזאק?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:18 am

כאפסט נישט די צינישקייט?

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:45 am

מען ווינדערט זיך נישט דא אויב ער האט א בייעס ביי די ארבעט. ס'נישט אז מען זעט עס ערגעץ אנדערש, און מען טראכט אז לכו' איז די זעלבע איבעראל. מען זעט עס דא "ביי" די ארבעט. קיינער קען עס נישט לייקענען.

אזויפיל האב איך יא געזען אויף פאקס אז זיי שרייבן אז ער איז אפט שטרענג קעגן פראסעקיוטערס, ס'נישט די ערשטע מאל דא.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:54 am

ביייעס אהער אין אהין.
נישטא קיין מענטש וואס איז נישט ביייעס.
להבדיל ביי איונז יעדער מיט זיין רבי איז ביייעס קעגען די בריודער אפילו א מענטש וואס מישט זיך נישט וועט ער טרעפען שלעכטס ביי א יענעם.
א שופט וואס ניצט נישט שכל ער ניצט די געזעץ מעג ער טראכטען וואס ער וויל אין אז די האלסט אז ער האט נישט גיט געלערנט די געזעץ קענסטו אפילן .
אבער א וויטנעס אדער א פאליס פראסקיטער קען מאכען
מעשיית וואס איז נישט אמת

יצחק ראזענפעלד
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובהדורך יצחק ראזענפעלד » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:03 am

יש ברירה האט געשריבן:מען ווינדערט זיך נישט דא אויב ער האט א בייעס ביי די ארבעט. ס'נישט אז מען זעט עס ערגעץ אנדערש, און מען טראכט אז לכו' איז די זעלבע איבעראל. מען זעט עס דא "ביי" די ארבעט. קיינער קען עס נישט לייקענען.

אזויפיל האב איך יא געזען אויף פאקס אז זיי שרייבן אז ער איז אפט שטרענג קעגן פראסעקיוטערס, ס'נישט די ערשטע מאל דא.

מע קען עס יא לייקענען, פינקט ווי שטרויזאק האט געקענט.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:10 am

קען מען לייקענען אז שטרויזאקס מעסידשעס זענען בייעסד קעגן טראמפ?

אגב, איך מיין אז בייעסד איז נישט די גוטע ווארט. אטאמאטיש ווען מען זאגט בייעס טראכט מען "פאליטיקעל בייעס" . איך האלט נישט אז ער טוט עס ווייל ער האט ליב טראמפ. סקוקט אויס ווי ער האט פיינט די פראסעקיוטער ווייל ער האלט אז עס איז נישט גערעכט וואס זיי טוען.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:32 am

סינישטא וואס צו האלטן, ער זאגטעס קלאר! ער האט זיי אנגעשריגן פאר די פראצעם האצעך אנגעפאנגן! ער האט געפרעגט איבער מוללער'ס אוטארעטי, ער האט געזאגט אז זיי זוכן נישט מענפארט נאר טראמפ... ער פיהלט וואס יעדע נארמאלע מענטש פיהלט! מענפארט קען זיין א קרימינאל, אבער פארוואס פראסיקיוט מען נאר טראמפ'ס מענטשן, בעת קלינטאן'ס מענטשן לאזט מען גיין?! סיז א דאבל סטענדערט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קהל עדתינו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:39 am

יש ברירה האט געשריבן:קען מען לייקענען אז שטרויזאקס מעסידשעס זענען בייעסד קעגן טראמפ?

אגב, איך מיין אז בייעסד איז נישט די גוטע ווארט. אטאמאטיש ווען מען זאגט בייעס טראכט מען "פאליטיקעל בייעס" . איך האלט נישט אז ער טוט עס ווייל ער האט ליב טראמפ. סקוקט אויס ווי ער האט פיינט די פראסעקיוטער ווייל ער האלט אז עס איז נישט גערעכט וואס זיי טוען.

ענדליך געזאגט די ריכטיגע פוינט!

וואס שטרויזאק האט געטון הייסט אביוז אוו פאוער דהיינו אז וועגן זיין שנאה צו טראמפ האט ער אים פרובירט צו באגראבן דורך זיין FBI מאכט - דאס הייסט אביוז אוו פאוער
דער דזאדזש האלט אז מוללער צילט מענעפארט אומיושרדיג דעריבער וויל ער זיכער מאכן אז מענעפארט ווערט נישט באשולדיגט בלויז צוליב די רשעות פונעם פראסעקיוטער - דאס איז פונקט די פארקערטע פון אביוז אדרבה זיין ארבעט איז צו פארזיכערן אז דער דיפענדענט ווערט נישט אומזינסט גערודפ'ט
For Full Private Bookkeeping service please contact personal or send email.
Many years of experience!
Dedicated and detailed!
Done professionally!

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » זונטאג אוגוסט 12, 2018 4:49 am

די דזאדזש האט אפגעשטיפט פרייטאג די אופטריטן פון די עדות
איינער מיט מער דעטאלן ?

פריינד
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:40 am

איז ריכטיג די שמועות אז מענעפארט האלט אינמיטן פארהאנדלען איבער א מעגליכע פלי בארגען?
סארס קול"מ

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:21 pm

פריינד האט געשריבן:איז ריכטיג די שמועות אז מענעפארט האלט אינמיטן פארהאנדלען איבער א מעגליכע פלי בארגען?
סארס קול"מ

stay tuned
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:04 pm

העמיר ווארטן אויף הבל׳ס אומקער.. די פרייטאג טאג האט ער נאכנישט באריכטעט..
צוגעלייגטע
6300DE0F-0BDB-430A-A248-9549E761E3D1.jpeg
6300DE0F-0BDB-430A-A248-9549E761E3D1.jpeg (29.07 KiB) געזעהן 562 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:20 pm

די פליצלימע ריקצוג און אפשטופן עדות קוק איך ענדערש אן אז די מוללער טיעם זיכט זיך פריש צו ארגענעזירן ווי איידער אז מענעפארט האט געמאלדן אז ער איז גרייט איינצוגיין אויף א פלי.

פארוואס כ׳טראכט אזוי איז פשוט, ווער ס׳האט מיטגעהאלטן די טרייעל ביז אהער פארשטייט אז ס׳איז ענדערש אויסגעשטעלט די מוללער טיעם זאל זיין דער וואס זיכט אלטורנעטיוו׳ס פונעם ביז יעצטיגן מהלך. די פראסעקיאשן איז דערווייל אביסל געגאנגען מיטן לינקן פיס, און מ׳האלט נאך פארן פארטייטיגונ׳ס סעסיע׳ס!

אדער קען זיין אז די מענעפארט טיעם האט איבערצייגט די מוללער טיעם אז זיי האבן גרייט א שטארקע פארטייטוגונג׳ס בעיס קעגן זייער ביז יעצטיגע שוואכערע פראסעקיאשן ווי ערווארטעט, זיי זענען אבער מסכים איינצוגיין אויף א פלי אויב באקומט מענעפארט א גוטן דיעל. ס׳קען זיך לויענען פאר ביידע, נעמענדיג און באטראכט אז מיט א גרענד דזשורי איז נישט מעגליך זיך אויסצורעכענען.

נאכאמאל, כ׳ווייס נישט, כ׳שפעקעליר נאר.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:32 pm

מיין שפעקולאציע איז אז ס'האט עפעס מיט איינע פון די דשורי'ס, צו מ'דארף ריפלעיסן איינעם, אדער עפעס ענליכס..

צוקער וואסער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:19 pm

BREAKING: Prosecution rests in fraud trial of former Trump campaign chairman Paul Manafort.
https://twitter.com/AP?ref_src=twsrc%5E ... r%5Eauthor

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:24 pm

וואס מיינט דאס?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:33 pm

JUST IN: Prosecution rests its case in fraud trial of former Trump campaign chairman Paul Manafort; jury dismissed for the day; court scheduled to resume at 9:30 a.m. ET Tuesday
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:37 pm

Rest מיינט אז זיי זענען פארטיג מיט די פראסעקיושען. אגב איז עס נישט ברעכענדע נייעס, ס׳איז שוין געווען אין די נייעס פאריגע וואך אז מאנטאג גייען זיי זיין פארטיג מיט זייער טייל. יעצט קומט די פארטיידיגונג.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:41 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:Rest מיינט אז זיי זענען פארטיג מיט די פראסעקיושען. אגב איז עס נישט ברעכענדע נייעס, ס׳איז שוין געווען אין די נייעס פאריגע וואך אז מאנטאג גייען זיי זיין פארטיג מיט זייער טייל. יעצט קומט די פארטיידיגונג.


איך האב אויך אזוי פארשטאנען אבער די ברעיקינג ניוז פון אסאך אוטלעטס קומט נישט אריין דא.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, Google [Bot], maybeeynot, דברים אלו, קנעטענע קיגעל, רינדעכיג און 35 געסט