אלי' מקוה יוד האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אין מיין ארימע מיינונג מאכט מען נישט אזא דיעל ווען מ'ווייסט אז מ'האט א פארדאן אראונד די קארנער.
פארוואס נישט? לאמעך ענדיגן טשיק טשאק און מ'זאל זיך קענען נעמען צום פארדאן... און ווי נאך פונדערהיים זאגט, ווען איינער ווערט געפונען שולדיג דורך א דזשורי קעמען אנקוקן א פארדאן מ'נעמצעך אן פאר קרימינאלן, משא"כ ווען איינער פליהט גילטי,קוקט מען עס אן לייכטער...
ער גייט סייווי אזוי נישט זעהן די ליכט פונעם טאג פאר א דעיקעיד אן א פארדאון, מיטן זאגן עכ"פ אז ער גייט קאאפערירן מיט מוללער ברענגט עס אראפ זיינע שאנסן פון א פארדאן.
דאס איז שוין חוץ די 45 מיליאן אין נכסים וואס ער גייט קיינמאל צוריקזעהן.
לאמער זעהן וואס זיינע אפשענס זענען...
פייטן מוללער פאר נאך אפאר חדשים, אויסציען די קעיס ווי לענגער, און געפונען ווערן שולדיג אין 6 חדשים ארום, און דעמאלטס אנהייבן ווארטן אויף א פארדאן, אדער שניידן 6 חדשים פון מוללער'ס ארבייט און אנהייבן האפן אויף א פארדאן...
אדרבה, לשטתך, ער גייט סייווי נישט קריגן אונטער 10 יאר, וואסי פשט אז ער האט פלוצלינג באשלאסן צו קאאפערירן אויפגיבן זיינע טשענסעס פאר א פארדאן? ענדערש ווארט נאך 6 חדשים און קריג א פארדאן?
מוז מען זאגן אז קאאפערירן מיינט מיט "זיין קעיס", די גאנצע לאביאירונג אינדוסטרי איז אין טראבל! מ'האט ריפוירד פאדעסטא, און די ווייסע הויז לויער אונטער אבאמא און נאך פאר אינוועסטיגעישן... און ער גייט קאאפערירן מיט די זאכן... סאו ער טוט אויף צוויי זאכן, איינס ער גייט ענדיגן שנעלער, און מסתם איינמיירן אפאר דעמעקראטן אינצווישן... און האפענטליך וועטער קריגן א פארדאן...