אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 2:26 pm

פארוואס קען נישט סאודי אראביע אליינס קעיר נעמען, פארוואס דארף זיך אמעריקע אריין מישען.

האקט...

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 2:27 pm

עס גייט זיין א war איבער וועמענס טאטע האט א בלוטעדיגע פאסיק, עס גייט קומען שארפערע סטעיטמענטס פון ביידע זייטן יעדן טאג, און דא גייט זיך עס ענדיגן.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

טראמפ שטעלט "העכסטע אין היסטאריע" סאנקציעס אויף איראן

תגובהדורך א גולם » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 10:50 am

trump.jpg
trump.jpg (39.46 KiB) געזעהן 2407 מאל


וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער האט פארארדענט ארויפצושטעלן פרישע סאנקציעס אויף איראן, דאסמאל צילנדיג איראן'ס צענטראלע באנק מיט די "העכסטע סאנקציעס אין אמעריקאנער היסטאריע".

טראמפ'ס מעלדונג קומט נאכדעם וואס ער האט פאריגן דינסטאג פארארדענט טרעזשורי סעקרעטאר סטיווען מענוטשין צוזאמצושטעלן א ליסטע פון גאר הארבע עקאנאמישע סאנקציעס קעגן איראן, אין רעאקציע צו זייער אטאקע אויף סאודי אראביע.

אין די זעלבע צייט האט די טראמפ אדמיניסטראציע נאכנישט אויפגעגעבן אויף די מעגליכקייט אז עס וועט זיין א מיליטערישע אנטווארט קעגן איראן איבער די אטאקע אויף די סאודיער אויל פעלדער. דאס ווייסע הויז ווארט צו הערן אפציעס פונעם פענטאגאן.


פין ד.ד.א

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 12:11 pm

ישרן האט געשריבן:עס גייט זיין א war איבער וועמענס טאטע האט א בלוטעדיגע פאסיק, עס גייט קומען שארפערע סטעיטמענטס פון ביידע זייטן יעדן טאג, און דא גייט זיך עס ענדיגן.

;l;p- ;l;p-

פדיון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:39 pm

תגובהדורך פדיון » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 6:56 pm

האט ראכאני גערעדט ביי יו ען אקעגן טראמפ?

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:42 pm

דער אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור האט היינט געמאלדן אז איראן האט אנגעהויבן צו בארייכערן אוראניום אויף א גרעסערן שטאפל, וואס דאס איז א פרישער דורכברעך אינעם 2015 נוקלעארן אפמאך. דאס קומט אין די צייט ווי די איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני איז אין ניו יארק, פאר די דזשענעראל אסעמבלי.

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:24 am

די איראנער רעגירונג האט נעכטן אנגעהויבן גיסן צעמענט, פאר א צווייטן נוקלעארן רעאקטאר ביי דער בושהאר פלענט, אן איינריכטונג וואס איראן צייגט אז צוליב דעם האט זי געבראכן די אוראניום בארייכערונג שטאפל צוימונג וואס איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף איר דורכ'ן יאר 15' דיעל.

די בושהאר פלענט ווערט אונטערגעשטיצט דורך אוראניום וואס ווערט פראדוצירט אין רוסלאנד, און איז אונטער שטענדיגע אינספעקשאנס דורך די יו-ען. איראן זאגט אז זי האט געהויבן איר בארייכערונג שטאפל צו 5 פראצענט, וויבאלד זי האט געוואלט קענען סופלייען אוראניום פאר'ן נייעם בושהאר רעאקטאר.

דאס בויען דעם צווייטן רעאקטאר אין בושהאר, קומט אין א צייט וואס איראן ווערט פארדאמט פאר א סעריע אנדערע פארלעצונגען פונעם נוקלעארן אפמאך, אריינגערעכנט דאס אנהייבן נוצן מער פארגעשריטענע סענטריפיודזשעס. אויך האט איראן בלאקירט צוטריט פאר איין יו-ען אינספעקטאר.

איד דעלי

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:47 pm

איראנער גענעראלן האבן שוין געהאלטן אינמיטן פלאנירן מאסיווע אטאקע אויף אמעריקאנער באזעס,

א באַריכט ברענגט פון קוועלער אינערהאַלב די איראַנער מיליטער, אַז א גרופּע איראַנער הויכראַנגיקע גענעראַלן האָבן זיך געטראָפן פאַר פינף זיצונגען אין א ספּעציעלן בונקער, וואו זיי האָבן פּלאַנירט א מאַסיווע באָמבאַרדירונג אויף אַמעריקאַנער באַזעס.

#קאלמע
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:50 pm

לעכטל האט געשריבן:איראנער גענעראלן האבן שוין געהאלטן אינמיטן פלאנירן מאסיווע אטאקע אויף אמעריקאנער באזעס,

א באַריכט ברענגט פון קוועלער אינערהאַלב די איראַנער מיליטער, אַז א גרופּע איראַנער הויכראַנגיקע גענעראַלן האָבן זיך געטראָפן פאַר פינף זיצונגען אין א ספּעציעלן בונקער, וואו זיי האָבן פּלאַנירט א מאַסיווע באָמבאַרדירונג אויף אַמעריקאַנער באַזעס.

#קאלמע

בלייבט עפעס שטיין אינדערמיט. וואס האט פאסירט מיטן פלאן? ווי אזוי ווייסט מען דאס?

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:00 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איראנער גענעראלן האבן שוין געהאלטן אינמיטן פלאנירן מאסיווע אטאקע אויף אמעריקאנער באזעס,

א באַריכט ברענגט פון קוועלער אינערהאַלב די איראַנער מיליטער, אַז א גרופּע איראַנער הויכראַנגיקע גענעראַלן האָבן זיך געטראָפן פאַר פינף זיצונגען אין א ספּעציעלן בונקער, וואו זיי האָבן פּלאַנירט א מאַסיווע באָמבאַרדירונג אויף אַמעריקאַנער באַזעס.

#קאלמע

בלייבט עפעס שטיין אינדערמיט. וואס האט פאסירט מיטן פלאן? ווי אזוי ווייסט מען דאס?


און די לעצטע מינוט האבן זיי באשלאסן אדורך צו פירן די אטאקע אויף סאד-אראביע, מורא האבן'דיג אז די נקמה אקציע פון אמעריקא וועט זיין צו שטארק.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:02 pm

וועלכע אטאקע? די אויף די אויל פעלדער?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:05 pm

פעיק נוז האט געשריבן:וועלכע אטאקע? די אויף די אויל פעלדער?

עס זעהט מיר אויס אזוי,
אבער די באריכט איז יעצט אויפגעשווימען.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:06 pm

אינטרעסאנט.
יישר כח

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:07 pm

לעכטל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:וועלכע אטאקע? די אויף די אויל פעלדער?

עס זעהט מיר אויס אזוי,
אבער די באריכט איז יעצט אויפגעשווימען.

לכאורה האט עס מיט דעם וואס עס איז לעצטנס געווען א גרויסע ליעק פון איראנער אינפארמעישן, סאו אפשר זענען יעצט ארויסגערינען זייערע דעמאלטס'דיגע פלענער.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:29 am

אדער האט עס ארויסגעליעקט פון איינעמס אויבן

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:48 pm

לעכטל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:וועלכע אטאקע? די אויף די אויל פעלדער?

עס זעהט מיר אויס אזוי,
אבער די באריכט איז יעצט אויפגעשווימען.

לכאורה א אטאקע אויף אמעריקע וואס האט זיך געוואלט נוקם זיין פאר אראפ שיסן א אמעריקאנער דראון.

דאס איז די באריכט דעמאלט אין דער ניו יארק טיימס, און מען זעהט טאקע ווי עס איז געווען א הייסע דיבאטע אינעם ווייסן הויז צו יא צו נישט באמבארדירן איראן. און ווען דער פרעזידענט האט באקומען די אינפארמאציע אז איראן איז שוין גרייט מיט א פלאן אויף א מאסיווע נקמה האט עס דער פרעזידענט אפגערופן.

https://www.nytimes.com/2019/06/20/worl ... drone.html

President Trump approved military strikes against Iran in retaliation for downing an American surveillance drone, but pulled back from launching them on Thursday night after a day of escalating tensions.

As late as 7 p.m., military and diplomatic officials were expecting a strike, after intense discussions and debate at the White House among the president’s top national security officials and congressional leaders, according to multiple senior administration officials involved in or briefed on the deliberations.

Officials said the president had initially approved attacks on a handful of Iranian targets, like radar and missile batteries.

The operation was underway in its early stages when it was called off, a senior administration official said. Planes were in the air and ships were in position, but no missiles had been fired when word came to stand down, the official said.

ווי עס זעהט אויס האבן זיי א צוויי חדשים שפעטער גענוצט די זעלבע פלענער קעגן סאודי אראביע.

https://en.wikipedia.org/wiki/2019_Abqa ... ais_attack
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:08 pm

א גאר זעלטענע זאך האט נעכטן פאסירט, ווען אמעריקע און איראן האבן דורכגעפירט אן ארעסטאנטן אויסטויש צווישן זיך.

איראן האט באפרייט זיע ווענג, אן אמעריקאנער בירגער וועלכער איז געהאלטן געווארן ארעסטירט אין איראן פאר די לעצטע דריי יאר אויף שפיאנאזש קלאגעס, און אמעריקע האט באפרייט דעם איראנער מאסוד סולימאני, וועמען זיי האבן באשולדיגט אין פרובירן ליפערן האקעלע פראדוקטן קיין איראן.

דער אויסטויש איז אנגעפירט געווארן דורך דיפלאמאטישע ווערק פון די שווייצער רעגירונג.

דעילי איד
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אנע פשרות
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

תגובהדורך אנע פשרות » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:31 pm

פעיק נוז האט געשריבן:א גאר זעלטענע זאך האט נעכטן פאסירט, ווען אמעריקע און איראן האבן דורכגעפירט אן ארעסטאנטן אויסטויש צווישן זיך.

איראן האט באפרייט זיע ווענג, אן אמעריקאנער בירגער וועלכער איז געהאלטן געווארן ארעסטירט אין איראן פאר די לעצטע דריי יאר אויף שפיאנאזש קלאגעס, און אמעריקע האט באפרייט דעם איראנער מאסוד סולימאני, וועמען זיי האבן באשולדיגט אין פרובירן ליפערן האקעלע פראדוקטן קיין איראן.

דער אויסטויש איז אנגעפירט געווארן דורך דיפלאמאטישע ווערק פון די שווייצער רעגירונג.

דעילי איד


האט איראן זיך אונטערגענומען מער נישט צו שרייען טויט צו אמעריקע?

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:41 pm

אנע פשרות האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:א גאר זעלטענע זאך האט נעכטן פאסירט, ווען אמעריקע און איראן האבן דורכגעפירט אן ארעסטאנטן אויסטויש צווישן זיך.

איראן האט באפרייט זיע ווענג, אן אמעריקאנער בירגער וועלכער איז געהאלטן געווארן ארעסטירט אין איראן פאר די לעצטע דריי יאר אויף שפיאנאזש קלאגעס, און אמעריקע האט באפרייט דעם איראנער מאסוד סולימאני, וועמען זיי האבן באשולדיגט אין פרובירן ליפערן האקעלע פראדוקטן קיין איראן.

דער אויסטויש איז אנגעפירט געווארן דורך דיפלאמאטישע ווערק פון די שווייצער רעגירונג.

דעילי איד


האט איראן זיך אונטערגענומען מער נישט צו שרייען טויט צו אמעריקע?

ווי ווייט איך ווייס מעג מען שרייען טויט צו אמעריקע אפילו דא, און וואס האט עס מיט אן ארעסטאנטן אויסטויש?

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:13 pm

פעיק נוז האט געשריבן:א גאר זעלטענע זאך האט נעכטן פאסירט, ווען אמעריקע און איראן האבן דורכגעפירט אן ארעסטאנטן אויסטויש צווישן זיך.

איראן האט באפרייט זיע ווענג, אן אמעריקאנער בירגער וועלכער איז געהאלטן געווארן ארעסטירט אין איראן פאר די לעצטע דריי יאר אויף שפיאנאזש קלאגעס, און אמעריקע האט באפרייט דעם איראנער מאסוד סולימאני, וועמען זיי האבן באשולדיגט אין פרובירן ליפערן האקעלע פראדוקטן קיין איראן.

דער אויסטויש איז אנגעפירט געווארן דורך דיפלאמאטישע ווערק פון די שווייצער רעגירונג.

דעילי איד


מען האט מיטגעשיקט סקיטס מיט דאלארען כנהוג אינטער אבאמא?

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:56 am

דער איראנער אויסערן מיניסטער מוכאמעד זשאוואד זאריף האט נעכטן געזאגט, אז נאך דעם סוקסעספולן ארעסטאנטן אויסטויש וואס איז דורכגעפירט געווארן שבת צווישן אמעריקע און איראן, שטייט די איראנער רעגירונג גרייט פאר א גרעסערע ארעסטאנטן אויסטויש און באפרייאונג, אבער מען ווארט צו הערן קודם פון אמעריקע.

ענליכע ווערטער האט מען געהערט פונעם איראנער רעגירונג ווארטזאגער אלי ראביא, וועלכער האט אבער צוגעלייגט אז סיי וועלכע געשפרעכן וועלן נאר זיין איבער ארעסטאנט אויסטוישן, און נישט קיין ברייטערע דיפלאמאטישע געשפרעכן פון א דיעל איבער נוקלעארע וואפנס אדער ענליכעס.

דעילי איד
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 10:20 am

ווי איז די איראק אשכול ווען מען דארף עס?
אמעריקע באשולדיגט איראן אין די היינטיגע אטאקע אויף עמבעסי אין איראק.

איראן האט עס געטיען אלץ נקמה קעגן אמעריקע'ס אטאקע קעגען איר (נישט געווען באריכטעט אויף אייוועלט)

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 4:31 pm

דא
viewtopic.php?f=6&t=41159
איז דער נעקסטע סטעפ אין דער אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, גימפעל, קיטשי און 42 געסט