אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » פרייטאג יוני 21, 2019 4:34 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:יאפ! א_וואו אלעמאל, טראמפ איז אנפרעדיקטעבל!!! די וואס קריטיקירן אייביג, וועלן יעצט ווייטער קריטיקירן, אמער ער טוט נישט וויזוי זיי האלטן אז מ'דארף טוהן... שטייצעך סיז אלעמאל דא אויסנאמען...

איך האלט ווי אנדערע האבן שוין געשריבן דא, ער האט דא אנגעדרייט א ווינט כאילו ער שוין כמעט אטאקירט, נאר פאר סאם ריעזאן צוריקגעצויגן, דאס שיקט א מעסידזש פאר איראן אז אן אטאקע איז רעדי און קען געשעהן עני סעקאנד! די פעין פון ערווארטן אן אטאקע, נישט וויסענדיג וואס ווען און וואו, איז פאר זיי געפערליך... ספעציעל ווען אין דע מיען טיים זענען זיי אונטער שווערע סאנקציעס און די עקאנעמי זינקט אונטער...

עכ"פ טראמפ שפיהלט אויף זייער און יעדענס נערוון... דאס איז עקזעקטלי וואס ער האט געזאגט ביים קאמפיינען, איך וועל נישט לאזן וויסן מיינע פלענער פאר די ענעמיס אז זיי זאלן קענען פלאנירן פאראויס...

ס'קען אויך זיין אז טראמפ האט געוואלט זעהן וויזוי זיי ריעקטן, כאפן זיי בכלל אויף אמעריקאנע פליגער? שיקן זיי ערגעץ סיגנאלן צו אטאקירן אמעריקאנע אינטערעסן? מעלדן זיי פאר רוסלאנד אדער טשיינע? ער האט אנגעדרייט אלעס אז סאל אויסקוקן ריעל צו זעהן זייער רעאקציע... דאס איז אבער נאר א מעגליכקייט, די ערשטע חלק איז קלאר! דאס איז טראמפ!

ביז אהער האמיר געהאט נאך אנדערע מעכטיגע הסברות פון אונזערע קלוגע פותרי חלומות פרעה, אזויווי מר. פאנטייטן וחביריו. און קיינער איז אזא פשוט'ע מילתא דמסתברא "יאפ! א_וואו אלעמאל", נישט בייגעפאלן.

אבער דאס איז איינמאל זיכער:
יאפ! וויכי א_וואו וואלעמאל!!!

נעקסט...
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » פרייטאג יוני 21, 2019 4:42 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
אימפעט האט געשריבן:ודפח"ח. נעקסט...

און וואס האלט איר?

איך ווארט אויף דעי גויאישע טשאדעלע...

האפמיר ער וועט אונז נישט אנטוישן...

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דעי גויאישע טשאדעלע שמועסט עס גוט אויס.

נ.ב. ווער ס׳וויל נישט פארשטיין האט רעכט.

https://www.dropbox.com/s/xkeznjujoagso ... 7.mp4?dl=0
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג יוני 21, 2019 4:45 pm

איז טאקע דא יעצט אין איראן UN inspectors ??
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » פרייטאג יוני 21, 2019 5:00 pm

למעשה אחר הדברים האלה
קען איך נישט פארשטיין פארוואס זיי האבן טאקע נישט ביז היינט אראפ געשאסען קיין דראנס נישטא וואס זיך צוזארגען
און אויכט פארשטיי איך נישט פארוואס רוסלאנד און טשיינע און אנדערע לענדער ווי צפון קאריע שיסן נישט אויף אמעריקאנע פליגערס און דראונס

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » פרייטאג יוני 21, 2019 5:02 pm

כאפצעם האט געשריבן:אזוי נישמיר נישדיר.. אראפגעווישט.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס
אבער איך בין סתם נייגעריק צו די געלט וואס מען האט אראגעווישט ביי מולערס אויספארשונג גיי דיר אויכט אן

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג יוני 21, 2019 5:03 pm

יא איך האט געשריבן:למעשה אחר הדברים האלה
קען איך נישט פארשטיין פארוואס זיי האבן טאקע נישט ביז היינט אראפ געשאסען קיין דראנס נישטא וואס זיך צוזארגען
און אויכט פארשטיי איך נישט פארוואס רוסלאנד און טשיינע און אנדערע לענדער ווי צפון קאריע שיסן נישט אויף אמעריקאנע פליגערס און דראונס

אי"ה ווען איראן וועט כאפן דערפאר זאלסטו צוריק קומען און איבערליינען דיין תגובה...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג יוני 21, 2019 5:04 pm

די שעפעלעך אינעם וואלד דרייען זיך ארום אנגעצויגן, זיי מיטשענען זיך לעצטענס מיט א וואלף פראבלעם, יעדער שני וחמישי פארציקט א צווייטער וואלף א שעפעלע פינעם סטאדע, 

ביי איינער פין זייער מיטינגנס איז איין שעפעלע אויפגעקומען מיט א געוואליגער געדאנק,  
מ'זאל שטעלען א לייב וועכטער, הייערען א לייב וואס זאל אכטונג געבן אויף זיי.
געזאגט אין געטוען, די שעפעלעך לאזן זיך ארויס זיכן א שטארקן לייב, איבעריג צו זאגן אז יעדע לייב האט געוואלט די ארבעט, אזא פאסטען מאכט זיך נישט יעדען טאג, 

שוין, מ'האט ענדליך געטראפן די ווייסע לייב, א ברייט ביינערדיגע לייב, בארבאריש אין בלוט דארשטעריק, אין ער האט זיך גענומען ארבעטן בנאמנות, יעדער וואלף וואס איז געקומען תחום שבת איז פארנוכטערט געווארן.
אריבער א שטיק צייט אין די שעפעלעך מאכן זיך א חשבון אז די מהלך ארבעט נישט, צופיל אומשילדיג בלוט פארגאסן, מ'דארף זיך אויפירן מיט מער רחמנות, מ'מיז פייערן די ווייסע לייב, 

מ'האט אויפגענומן די שווארצע לייב, די ערשטע זאך וואס ער האט געטוען אז ער האט צאמגענומען אלע וועלף אויף א מיטינג אין זיי אויפגעקלערט, אז מיר זענען נישט דא זיך צו שלאגן נאר צוזאמען מיטארבעטן, איז זיך אנטשולדיגט אויף די אלע יארן, 
עס האט נישט גענומען קיין סאך צייט ביז די וועלף האבן געכאפט אז יעצט קומט די פעטע יארן,  מ'קען כאפן וויפיל מ'וויל ואין פוצה פה ומטרף, 
די שעפעלעך האבן שנעל געכאפט אז דאס איז אויכט קיין מהלך, מ'קען נישט לאזן טוען וואס מ'וויל, געפייערט די שווארצע לייב!

איז געקומען די רויטע לייב אין געמאכט א חשבון, רעדן שיין מיט די וועלף ארבעט נישט, מלחמה האלטן ארבעט אויכט נישט, 
מ'גייט רעדן שטרענג אין ארויס שיקן פייגלעך זיי צו סטראשענען מיטן ערגסטען אין אזוי פארמיידן מלחמה, יעדער וועט מיינען אז איך בין שטארק אין מעכטיג אין דערווייל וועל איך נישט אויפהייבן קיין מעסער.
אין ס'האט געארבעט,  ביז…. ביז איין וואלף האט מחליט געווען צו פראבירן אין ארויסגעכאפט א קליין שעפעלע, אה… יעדעמס אויגן איז גלייך געוואנדן צום רויטן לייב, 
די לייב זעהט ס'איז צרות, ער נעמט צאם זיינע שטוב חיות איז זאגט, ס'מיז זיין אז ס'איז געשען דא טעות, קען נישט זיין אז די וואלף האט אזא העזה, 
אבער הער לייב, רופט זיך אן א שעפעלע,  איך זעה אז די וועלף זינגען אין טאנצן אויף זייער געווינס, גארנישט קיין טעות.
די לייב זעהט ס'נישט קיין תכלית, מ'קען נישט אויס קוקן ווי וואלד'ס נער, ער נעם צאם זיינע חברים אין ריפט אויס אז מ'גייט אין מלחמה אין יעדער זאל זיין גרייט צוויי אזייגער פינקלעך, 
די עולם גרייט זיך אן, ווען פינעף מינוט ביפאר צווייע שפאצירט זיך אריין די לייב אין זאגט, מורי ורבותי נישט היינט, איך האב נישט קיין שום פראבלעם עכט צו גיין אין מלחמה אבער הע, 'איך' האב מחליט געווען אז נישט… 

איי יי יי (בנוסח ר' שלום) די נמשל איז מובן מאליו,
מיר בירגער האבן געהאט דריי פרעזידענטס זינט 2000, בוש איז געגאנגען מיט די אראבער אין מלחמה אין די פאלק האט עס נישט ליב געהאט, אבאמא האט געוואלט זיין שיינער גוי, אין האט באצאלט א טייערע פרייז, דע אראבישער פרילינג אין אייסעס, 
איז געקומען די רויטער אין מחליט צו שפילן מיסטער בולי פאר איראן אין צפון קאריע, אין ביידע האבן שוין אנדעקענט אז ס'איז דאמירן בעלמא
לעצט פאראכטן דורך כתמר יפרח אום פרייטאג יוני 21, 2019 7:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » פרייטאג יוני 21, 2019 5:05 pm

nmi האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:למעשה אחר הדברים האלה
קען איך נישט פארשטיין פארוואס זיי האבן טאקע נישט ביז היינט אראפ געשאסען קיין דראנס נישטא וואס זיך צוזארגען
און אויכט פארשטיי איך נישט פארוואס רוסלאנד און טשיינע און אנדערע לענדער ווי צפון קאריע שיסן נישט אויף אמעריקאנע פליגערס און דראונס

אי"ה ווען איראן וועט כאפן דערפאר זאלסטו צוריק קומען און איבערליינען דיין תגובה...

ליוט ווי אזוי זאכען קוקען אויס וועל איך עס קיינמאל נישט דארפן איבער ליינען

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יוני 21, 2019 5:27 pm

כתמר יפרח, זייער א פאסיג משל. ביסט אבער מודה אז דער רויטע לייב האט נאך געמאכט די בעסטע דזשאב. וכן הכא.

ונזכה ונחיה ונראה.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

ישראל חיים
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:08 pm

תגובהדורך ישראל חיים » פרייטאג יוני 21, 2019 5:30 pm

מיין מיינונג איז אז דאס איז נאר געווען צו צומישן די שטן און אונזער טראמפ יר"ה גייט זיי נאך פיין אריינגעבן. ווען סיריע האט גענוצט כעמישע וואפן פאראיאר דאכטס איז אויך געווען די זעלבע סטוציע, ער גייט יא באמבאדירן נישט באמבאדירן ער איז גארנישט בעסער ווי אבאמא וכו' וכו'. ס'האט גענומען טאקע א וואך אבער ס'איז געקומען א האגל פון טאמאהאק מיסעלס ווי ס'ברויך צוזיין. (אזוי ליגט מיר אין קאפ, אז ס'איז הערשט געווען א וואך שפעטער) דערפאר זאגט מיר מיין געוויסן ביסן אז ס'גייט קומען א שארפע אנטווארט פון אמעריקע גאר בקרוב. הנעלנד"כ

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג יוני 21, 2019 6:02 pm

א פאפירענע טיגער איז דאס ריכטיגע ווארט וואס מ'קען ניצן אויף אונזער נאט קעיס טראמפ.

ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער ווייזט ארויס אז חוץ טוויטן ווילדע פראזן, קען ער גארנישט.

ער האט געסטראשט מיט אלעם בייזן צו אנידערשטימען דעם 'אבאמא קעיר לאו' אבער וויט נאו סאקסעס, ער האט געמוזט קפטולירן ווי די דייטשן נאך די קריג צו אמעריקאנער.

מיט זיין פייט מיט פלאוסי וועגן זיין זינלאזע וואנט. ער האט פארפירט, געקאפעט ווי א תינוק בן יומן. וואס איז געווען צום סוף? "ער האט זיך אויסגעטוען דעם רעקל און ארויפ-געשארצט די ארבל און געכאפט אזעלכע צוויי פעטש" (קרעדיט יחצאל).

והאחרון הכביד, נישט נאר ער האט באקומען פחדים ווען עס איז געקומען למעשה, ער דארף דאס נאך מודיע זיין פאר די גאנצע וועלט אין א פארעם פון א טוויט. שוטה שבעולם!!

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג יוני 21, 2019 6:03 pm

יא איך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אזוי נישמיר נישדיר.. אראפגעווישט.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס
אבער איך בין סתם נייגעריק צו די געלט וואס מען האט אראגעווישט ביי מולערס אויספארשונג גיי דיר אויכט אן

ניין עס איז ווערט געווען יעדע פעני.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יוני 21, 2019 6:19 pm

איך האלט אז טראמפ וועט אזוי טוהן אדער אזוי טוהן... וואסע א נאפקע מינע וואס כ'האלט?? כ'האלט נישט גארנישט ביז כ'זעה עקשען ביז איך זעה נישט ער זאל עפעס טוהן קען איך נישט זיין צופרידן מיט זיין רעספאנס.

אבער פון צווייטן זייט דארף מען איהם געבן אפאר טעג צו ענטפערן, מ'מוז נישט באשטראפן אויפן פלאץ אין די ערשטע 24 שעה ס'מעג נעמען א וואך צוויי, אבער א שטארקע שטראָף דארף זיין!

אין די סאציאלע פי-אר וועלט קוקט עס אויס זייער נישט גוט פאר איהם אז ער נעמט נישט קיין באלדיגע שריט, ס'קאן גאר זיין אז וועגן דעם האט ער איינגערעדט פארן עולם א מעשה אז ער האט יא געפלאנט צו נעמען באלדיגע שריט נאר עס אפגערופן צוליב ציווילע טויטפעלער, און טראמפ האט געהאפט אז מיט דעם וועט ער סעיווען זיין אימעדזש אויף ביזן אונטערנעמען עכטע שריט, אבער זיין חשבון איז גראדע נישט געלונגען, מענטשן - אינקלודעד מיר - קוקן איהם גאר אהן אלץ א טשיקען צוליב דעם.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יוני 21, 2019 6:38 pm

יא איך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אזוי נישמיר נישדיר.. אראפגעווישט.

איך בין סתם נייגעריק צו די געלט וואס מען האט אראגעווישט ביי מולערס אויספארשונג גיי דיר אויכט אן

קודם ניין, ווען איך ספענד געלט באדערט מיר עס פיל ווייניגער ווי א גנב כאפט עס מיר אוועק, און איך בין נאך צושפאט אלס שלימזל.

צווייטענס, די מוללער אויספארשונג איז ארויס מיט ריוח, אנעקסירנדיג די מענעפאורט אוצר.

שמעלץ טאפ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

תגובהדורך שמעלץ טאפ » פרייטאג יוני 21, 2019 6:55 pm

דעס אז טראמפ האט אנגעגעבן א סיבה פארן צוריקציען איז לכאורה געווען א נארישקייט, ווייל נפשות גייט עס סיי ווי קאסטן.

אדרבה זאג נישט גארנישט לאז גאנץ איראן זיין אנגעצויגן פאר צווי וואכן און דערנאך דערלאנגן אפאר קלינגעדיגע פעטש.

אוועטאר
Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » מוצ"ש יוני 22, 2019 10:36 pm

Anyone knows anything about a cyber attack

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מוצ"ש יוני 22, 2019 10:52 pm

Belz123 האט געשריבן:Anyone knows anything about a cyber attack

@KollelNiyes: The U.S. Militare today launched a massive cyberattack on #Iran's missile control system, in reaction for shooting down a U.S. Drone.

m.twitte...

balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » מוצ"ש יוני 22, 2019 10:56 pm

Any other sources?
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » מוצ"ש יוני 22, 2019 11:22 pm

Any updates how effective it was?

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מוצ"ש יוני 22, 2019 11:39 pm

balkishron האט געשריבן:Any other sources?



All major networks reporting it
Liberalism is a mental disorder

balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » זונטאג יוני 23, 2019 12:00 am

Was it successfull?
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » זונטאג יוני 23, 2019 12:06 am

א פראגע?
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג יוני 23, 2019 12:27 am

יא איך האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:למעשה אחר הדברים האלה
קען איך נישט פארשטיין פארוואס זיי האבן טאקע נישט ביז היינט אראפ געשאסען קיין דראנס נישטא וואס זיך צוזארגען
און אויכט פארשטיי איך נישט פארוואס רוסלאנד און טשיינע און אנדערע לענדער ווי צפון קאריע שיסן נישט אויף אמעריקאנע פליגערס און דראונס

אי"ה ווען איראן וועט כאפן דערפאר זאלסטו צוריק קומען און איבערליינדיין תגובה...

ליוט ווי אזוי זאכען קוקען אויס וועל איך עס קיינמאל נישט דארפן איבער ליינען

@KollelNiyes: The U.S. Militare today launched a massive cyberattack on #Iran's missile control system, in reaction for shooting down a U.S. Drone.

ווי קולמא מעלדט איז דאס א אלטע פלאן שוין, אין טראמפ האט עס יעצט באשטעיטיגט...
ווי אויך קומט גאר שארפע סאנקציעס
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג יוני 23, 2019 12:28 am

@realDonaldTrump: I never called the strike against Iran "BACK," as people are incorrectly reporting, I just stopped it from going forward at this time!
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג יוני 23, 2019 12:30 am

"פאליטקלי קארעקט" [quote="יא איך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אזוי נישמיר נישדיר.. אראפגעווישט.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס
אבער איך בין סתם נייגעריק צו די געלט וואס מען האט אראגעווישט ביי מולערס אויספארשונג גיי דיר אויכט אן

ניין עס איז ווערט געווען יעדע פעני.[/quote]
איך ווייס נישט וואס די ביסט, אבער "פאליטקלי קארעקט" ביסטו נישט..
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, Jobless, א גוטן, אזוי וויל איך, יוד אלף, פרעג נישט און 36 געסט