אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 8:01 pm

הכל הבל האט געשריבן:דער איראנער אויסערן מיניסטאר זאריף רעקאמענדירט פרעזידענט טראמפ צו פרובירן רעספעקט אנשטאט דראאונגען און סאנקציעס

שיין שיין.

דענק איך אמאל א לאנד וואס שרייט טויט פאר אמעריקא.

# רעספעקט.

דעסק
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

תגובהדורך דעסק » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:45 pm

אינטערשריפט האט געשריבן:
דעסק האט געשריבן:אדום איז רוים

דאכט זיך מיר אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געזאגט אז אדום זענען די ציונים ימ"ש

אדום איז רוים, קוק אין אלע ספרים און מדרשים

דעסק
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

תגובהדורך דעסק » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:49 pm

איראן האט שוין גענוצט די סטראשונקעס און מאנעוורעס אין די פארגאנגענהייט צו בלאקירן די הארמוז וואסער וועג. אמעריקע'ס שטעלונג איז אלץ געווען אז זי וועט נישט טאלערירן אזא אקט און נעמען מיליטערישע שריט

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 11:39 am

כינע ווארפט אפ אמעריקעס פארלאנג צו שניידן איראנער אויל אימפארט

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 3:52 pm

איראנער פרעזידענט רוהאני: איראן אפן פאר פארהאנדלונגען אויב אמעריקע איז ערנסט דערביי

קהל עדתינו
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 4:06 pm

הכל הבל האט געשריבן:איראנער פרעזידענט רוהאני: איראן אפן פאר פארהאנדלונגען אויב אמעריקע איז ערנסט דערביי

wow אזוי שנעל?!
For Full Private Bookkeeping service please contact personal or send email.
Many years of experience!
Dedicated and detailed!
Done professionally!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 4:15 pm

וואס מיינט ערענסט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Trump reinstates Iran sanctions, slams 'horrible' nuclear deal

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 5:23 pm

Trump reinstates Iran sanctions, slams 'horrible' nuclear deal

President Trump on Monday renewed sanctions on Iran as he followed through on vows to unravel the Obama-era nuclear deal with Tehran.

“Our policy is based on a clear-eyed assessment of the Iranian dictatorship, its sponsorship of terrorism, and its continuing aggression in the Middle East and all around the world,” Trump said in a statement.

The move comes three months after Trump pulled out of the deal and is part of an effort to apply “maximum economic pressure” on the regime, according to the administration.

The order drew a swift rebuke from European allies, though, whose foreign ministers said they "deeply regret" the re-imposition of U.S. sanctions on Iran. The European Union issued a "blocking statute" Monday to protect European businesses from the sanctions.

A senior administration official told the Associated Press the United States is "not particularly concerned" by such EU efforts to protect European firms.

In a statement Monday, Trump restated his opinion that the 2015 international accord to freeze Iran's nuclear program in return for lifting sanctions was a "horrible, one-sided deal." He said it left the Iranian government flush with cash to use to fuel conflict in the Middle East.

Secretary of State Mike Pompeo also said renewed U.S. sanctions on Iran will be rigorously enforced and remain in place until the Iranian government radically changes course.

Speaking to reporters en route from a three-nation trip to Southeast Asia, Pompeo said Monday's re-imposition of some sanctions is an important pillar in U.S. policy toward Iran. He said the Trump administration is open to looking beyond sanctions but that would "require enormous change" from Tehran.

"We're hopeful that we can find a way to move forward but it's going to require enormous change on the part of the Iranian regime," he said Sunday. "They've got to behave like a normal country. That's the ask. It's pretty simple."

The first set of U.S. sanctions coming back on Monday target Iran's automotive sector as well as gold and other metals.

A second batch of U.S sanctions targeting Iran's oil sector and central bank will be re-imposed in early November.

The Associated Press contributed to this report.

http://www.foxnews.com/politics/2018/08 ... -deal.html
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 5:27 pm

נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן זאגט אז די אדמיניסטראציע גרייט זיך צו לייגן פרעצעדענטלאזע דרוק אויף איראן

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 5:44 pm

הכל הבל האט געשריבן:נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן זאגט אז די אדמיניסטראציע גרייט זיך צו לייגן פרעצעדענטלאזע דרוק אויף איראן

דאס הייסט ערענסט. און וואס איראן האט געמיינט.

נישט ווי אבאמא וואס האט געמאכט א נישט ערענסטע דיעל, נאר כדי צו האבען דער דיעל; און עס איז אים נישט אנגעגאנגען די קאנסיקווענסעס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אהבת השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:19 pm

היינט איז אריין אין קראפט די ערשטע רונדע פון עקאנאמישע סאנקציעס קעגן איראן, דאס ערשטע אין א רייע סאנקציעס וואס אמעריקע גרייט זיך צו באנייען נאכדעם וואס זי האט אנולירט דעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן.

ביים ארויסטרעטן פונעם נוקלעארן אפמאך צוריק אין מאי האט פרעזידענט טראמפ געגעבן פאר די בענק און פינאנאציעלע אינסטיטוציעס 90 טעג זיך צו אנגרייטן פאר די באנייאונג פון די סאנקציעס, און היינט לויפט אויס דער צייט פעריאדע און צענדליגער אמעריקאנער און אייראפעישע פירמעס דארפן ארויסציען זייערע אינוועסטירונגען פון איראן.

דער יעצטיגע רונדע פון סאנקציעס באגרעניצט די צוטריט פון איראן צו מארקעט פון אמעריקאנער דאלארן, און עס איז פארבאטן פאר סיי וועלכע פירמע וואס טוט ביזנעס אין איראן צו האלטן באנק קאנטעס אין אמעריקע.

פרעזידענט טראמפ האט אין א סטעיטמענט באגריסט די פאקט אז צענדליגע פירמעס און לענדער האבן אפגעהאקט עקאנאמישע באציאונגען מיט איראן אין די לעצטע וואכן, און האט ווידער אוננטערגעשטראכן אז איראן וועט אויסשטיין נאך שווערע סאנצקיעס אויב זי טוישט נישט איר אויפפירונג פון דע-סטאביליזירן דעם מיטל מזרח.

אהבת השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 9:39 am

דער איראנער רעזשים האט רעאגירט מיט שטארקן אויפברויז און פארדאמונג, נאכדעם וואס די אמעריקאנער עקאנאמישע סאנקציעס אויף איראן זענען נעכטן צוריק אריין אין אפעקט, אלס רעזולטאט פון פרעזידענט טראמפ'ס ארויסציאונג פונעם אינטערנאציאנאלן נוקלעארן אפמאך.

טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, דזשאן באלטאן, זאגט אז איראן האט א ברירה זיך צו זעצן צום פארהאנדלונגס טיש און אויסארבעטן א דיעל, ווייל אמעריקע זוכט נישט קיין רעזשים טויש. איראן האט אבער שארף רעאגירט, אז אמעריקע קען מען מער נישט געטרויען.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 9:55 am

שמאטע האט געשריבן:The order drew a swift rebuke from European allies, though, whose foreign ministers said they "deeply regret" the re-imposition of U.S. sanctions on Iran. The European Union issued a "blocking statute" Monday to protect European businesses from the sanctions.


וואס איז די בלאקינג סטאטוס? די אי. יו. האט א כח צו בלאקירן אמעריקאנע סאנקציעס?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 10:36 am

יאצמעך האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:The order drew a swift rebuke from European allies, though, whose foreign ministers said they "deeply regret" the re-imposition of U.S. sanctions on Iran. The European Union issued a "blocking statute" Monday to protect European businesses from the sanctions.


וואס איז די בלאקינג סטאטוס? די אי. יו. האט א כח צו בלאקירן אמעריקאנע סאנקציעס?

א בלאקינג סטעטשו, איז אזוי ווי "סענקשוערי סיטיס". דאס הייסט, אז די אייראפעיאישע יוניאן האט ארויפגעלייגט א פארבאט (א בלאק) פאר אירע לענדער צו אויספאלגן די אמעריקאנע סאנקציעס.
(אזוי ווי סענקשוערי סיטיס לייגן ארויף א פארבאט אויף איר פאליציי פארס צו העלפן די פעדעראלע אגענטן).
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19641
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 10:49 am

טענקס שמאטע! למעשה מאכטעס נישט קיין סאך אויס, קיין איין ביזנעס גייט נישט אינוועסטן אין א לאנד וואס מ'ווייסט נישט וואס גייט זיין מארגן! א ביזנעס זוכט סטאבילעטי! אין איראן איזעס נישטא! חוץ א מעשה אז א ביזנעס וואס טוט ביזנעס מיט איראן קען מיט אמעריקא מער נישט טוהן קיין ביזנעס... סאו טעקניקלי טוטעס נישט קיין סאך אויף...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 2:22 pm

שמאטע האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:The order drew a swift rebuke from European allies, though, whose foreign ministers said they "deeply regret" the re-imposition of U.S. sanctions on Iran. The European Union issued a "blocking statute" Monday to protect European businesses from the sanctions.


וואס איז די בלאקינג סטאטוס? די אי. יו. האט א כח צו בלאקירן אמעריקאנע סאנקציעס?

א בלאקינג סטעטשו, איז אזוי ווי "סענקשוערי סיטיס". דאס הייסט, אז די אייראפעיאישע יוניאן האט ארויפגעלייגט א פארבאט (א בלאק) פאר אירע לענדער צו אויספאלגן די אמעריקאנע סאנקציעס.
(אזוי ווי סענקשוערי סיטיס לייגן ארויף א פארבאט אויף איר פאליציי פארס צו העלפן די פעדעראלע אגענטן).

די אייראפעשיע יוניאן גייט עס אינפארסן אויף עפעס א וועג?

אויף קול מבשר האט ער געמאלדן אז יוראפ גייט ארויפלייגן סאנקציעס אויף קאמפעניס וואס צוען זיך ארויס פון טוהן מיט איראן צוליב די אמעריקאנער סאנקציעס, איזעס טאקע אזוי?
1 + 1 = חלה דעקל...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 3:34 pm

קענען זיי בכלל ליגאל אזוי טוהן?

וואס זיי טוהען איז פאליטיק; חוץ אז זיי וועלען טענה'ן אז עס איז נעשינעל סעקיוריטי.

יענעם'ס פאליטיקס דארף קיינער נישט אויס פאלגען (זינט די מאגנע קארטע).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אהבת השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 4:57 pm

קורצער ס"ה
״ווער עס טוט ביזנעס מיט איראן, וועט נישט טון קיין ביזנעס אין די פאראייניגטע שטאטן״ האט פרעזידענט טראמפ געשריבן אויף טוויטער, און דערביי געגעבן א קלארן אולטימאטום, און קלארגעשטעלט אז אמעריקע וועט נישט פארציכטן אויף די סאנקציעס און נישט דולדן קיינע פארלעצונגען.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס א רייע סאנקציעס קעגן איראן זענען באנייט געווארן אין ליכט פון דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעצויגן אמעריקע פונעם אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן איראן און 6 וועלטסמאכטן אונטער וועלכע די גלאבאלע סאנקציעס זענען אראפגענומען געווארן פון איראן אין אויסטויש פאר א איינפרירונג פון איר נוקלעארן פראגראם.

די באנייעט סאנקציעס

נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט געמאלדן אין מאי אז ער ציט זיך ארויס פונעם איראנער אפמאך האט ער געגעבן 90 טאג פאר די עקאנאמישע מארקעט זיך צו צופאסן צום נייעם רעאליטעט, און נעכטן האט ער אונטערגעשריבן א דעקרעט וואס לייגט ארויף שארפע באגרעניצונגען אויף די איראנער עקאנאמיע און שליסט אפ די צוטריט צו אמעריקאנער פינאנציעלע אינסטיטוציעס פאר די וועלכע מאכן ביזנעס מיט איראן.

דאס איז בלויז די ערשטע פאזע פון די סאנקעציעס, און די צווייטע איז ערווארטעט צו אריינגיין אין עפעקט קומענדיגע נאוועמבער ווען אמעריקע וועט גענצליך פארבאטן דאס האנדל און באנוץ פון איראנער אויל, א זאך וואס קען זיין א טויט קלאפ פאר די איראנער עקאנאמיע און קען גענצליך פארקריפלן דאס לאנד.

פירמעס ציען זיך ארויס פון איראן

די באנייאונג פון די סאנקציעס האט געהאט א באלדיגן עפעקט און עטליכע ריזיגע פירמעס האבן געמאלדן אז זיי ענדיגן זייערע אינוועסטירונגען און ביזנעס און איראן, דאס גרעסטע פון זיי איז דער דייטשער אויטא פראדוצירער ״דיימלער״ וועלכע מאכט די מערצעדעס און נאך קארס, וואס האט אויפגעלעזט א ריזיגע פראדוקציע פלענט וואס זי האט געפלאנט אין איראן.

רוחאני: גרייט שוין פאר פארהאנדלונגען

פרעזיעדנט טראמפ האט געזאגט אז ער זוכט מיט די סאנקציעס צו ברענגען איראן צום פארהאנדלונגס טיש און ברענגען ״גלאבאלע שלום״ אויף וועלכער דער איראנער פרעזידענט רוחאני האט רעאגירט זאגנדיג אז איראן האט קיינמאל נישט פארשלאסן דעם טיר און אז ער רופט פרעזידענט טראמפ זיך צו אראפזעצן ״באלדיג״ צום טיש מיט אים פאר פארהאנדלונגען.

אבער דער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער זשאן באלטאן האט אוועקגעמאכט דעם אנבאט פון איראן אלס הוילע פראפאגאנדע, אנווייזנדיג אז אינעם זעלבן רעדע האט רוחאני אראפגעריסן דעם פרעזידענט אז ער איז נישט פארטרויבאר און אז ער האלט נישט קיין ווארט.

אהבת השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 4:57 pm

דער הויפט דיפלאמאט פןו צפון קארעא דער אויסערן מיניסטער רי יאנג-האָ האט נעכטן אפגעשטאט א באזוך אין טעהראן, אין שאטן פון די באנייטע סאנקציעס וואס אמעריקע האט ארויפגעלייגט אויפ׳ן איסלאמישן רעפובליק צוליב איר נוקלעארן פראגראם און איר שטיצע פאר טעראר איבער׳ן מיטל מזרח.

דער אויסערן מיניסטער האט זיך געטראפן מיט׳ן איראנער פרעזידענט רוחאני און זיין קאנטער-קאלעגע אויסערן מיניסטער זשאוואד זאריף, און ביים עפנטליכן פרעסע קאנפערענץ האט דער אויסערן מיניסטער געזאגט אז זיי האבן געשמועסט איבער די פארהאנדלונגען צווישן צפון קארעא און וואשינגטאן.

דער באזוך ווערט געזען ווי אן אויסדרוק פון שטיצע און סימפאטיע פאר איראן, א לאנגיעריגע פריינט פאר נארט קארעא. און קומט א טאג נאכדעם וואס דער נאציאנאלער זיכערהייט פארזיצער זשאן באלטאן האט אויסגעדריקט אומצופרידנהייט איבער די פארשריט פון די פארהאנלונגען צווישן וואשינגטאן און פיאנגיענג, זאגנדיג אז דערווייל האלט צפון קארעא ווייט פון איינהאלטן אירע פארשפרעכונגען.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 5:05 pm

איראן האט שוין געשיקט א דעליגאציע קייו נארט קאריע בעפאר די טראמפ/קים באגעגעניש. איראן ארבעט אויף קעסיל און כלים מיט וועמען ער קען נאר, צו מאכען א דריטע וועלט יד אחת אויס צושפילען די סאנקציעס.

און פארדעם איז ער געקומען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

דעסק
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

תגובהדורך דעסק » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 5:08 pm

און די פארקרומטע EU ארבעט מיט מיט זיי

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 6:42 pm

די EU מיז נעבעך "סעיווען פעיס" (ראטעווען ס'פנים) פארן זיין די וועלכע הויפטן וועלכע האבן צושטאנדגעברענגט די איראן נוקליער דיעל...

יותר מה שהפר רוצה להניק הפרה רוצה להניק...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אהבת השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:26 am

די אינערליכע אנגעצויגנקייטן אין איראן זענען נעכטן געגאנגען צו א פרישן שטאפל, ווען דער געוועזענער איראנער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינעזשאד האט ארויסגעגעבן א ווידעא מעסעדזש, אין וועלכע ער רופט דעם אמטירנדן פרעזידענט כאסאן רוכאני זאל זאפארט רעזיגנירן. אכמעדינעזשאד זאגט אז דאס איראנער פאלק האט מער נישט קיין צוטרוי אין רוכאני, און זיין זיצן אויפ'ן פרעזידענט בענקל מאכט שאדן פאר'ן לאנד. אכמעדינעזשאד'ס שארפער מעסעדזש איז געקומען אינעם זעלבן טאג, וואס דער איראנער פארלאמענט האט ארויסגעווארפן רוכאני'ס ארבעטס מיניסטער, אין א זיג פאר די עקסטרעמע, וועלכע האבן יענעם נישט געגליכן.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 11:07 am

און איך זאג אז דאס אידישע פאלק ליידט נעבעך אצינד פון גלות "פרס ומדי".
פרס איז איראן, און מד"י איז די הערשאפט וואס געוועלטיגט ליידער אויף אונזער הייליג לאנד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:37 pm

אהבת השם האט געשריבן:די אינערליכע אנגעצויגנקייטן אין איראן זענען נעכטן געגאנגען צו א פרישן שטאפל, ווען דער געוועזענער איראנער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינעזשאד האט ארויסגעגעבן א ווידעא מעסעדזש, אין וועלכע ער רופט דעם אמטירנדן פרעזידענט כאסאן רוכאני זאל זאפארט רעזיגנירן. אכמעדינעזשאד זאגט אז דאס איראנער פאלק האט מער נישט קיין צוטרוי אין רוכאני, און זיין זיצן אויפ'ן פרעזידענט בענקל מאכט שאדן פאר'ן לאנד. אכמעדינעזשאד'ס שארפער מעסעדזש איז געקומען אינעם זעלבן טאג, וואס דער איראנער פארלאמענט האט ארויסגעווארפן רוכאני'ס ארבעטס מיניסטער, אין א זיג פאר די עקסטרעמע, וועלכע האבן יענעם נישט געגליכן.

לכאורה איז דאס א שפיל אז דאס פאלק זאל מיינען אז דער פראבלעם איז רוכאני. עס איז צו שטיפען נאך צייט און דערווייל בלעימען אמעריקע מיט רוכאני אז זיי זענען די שילד, און דערובער דארפען זיי בלייבען געטריי כאמעני.

#דעספעראציע
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, איצל פיצל, אלי' מקוה יוד, טשעירמאן, מה שמו, פארטראכטער, פרעג נישט, שמש און 45 געסט