אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:09 pm

דער ״ניו יארק טיימס״ האט נעכטן אויפגעדעקט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט אויסגעברייטערט א פראגראם וועלכע האט זיך אנגעהויבן אונטער די בוש אדמיניסטראציע, נעמליך צו אונטערשטעלן שפיצלעך און מאסיווע סייבער אטאקעס צו סאבאטאזשירן דעם איראנער מיסיל פראגראמען.

דאס ווערט געטון דורך אריינרוקן פעלערהאפטיגע באשטאנדטיילן צו די פירמעס וועלכע פארקויפן געצייג צום איראנער מיליטער, און דורך פארדרייען די קאמפיוטערס אין די איינריכטונגען, און אומברענגען וויסנשאפטלער און באאמטע וועלכע זענען קריטיש וויכטיג פאר די פראדוקציע.

דער איראנער סאטעליט פראגראם - וועלכע איז פארבינדן צו איר מיסיל פראגראם - האט דעם חודש געהאט צוויי פעלערהאפטיגע פראבעס, און טראץ וואס זי גייט שוין פאר צען יאר איז זי זייער צוריקגעשטאנען, און אין די צייט וואס אינטערנאציאנאל שטייט די צאל פעלערהאפטיגע פראבעס ביי ארום 5% שטייט דאס אין איראן ביי 67% א דאנק די סאבאטאדש באמיאונגען.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:16 pm

...
לעצט פאראכטן דורך שמשון הגיבור אום דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:24 pm

שמשון הגיבור האט געשריבן:קרעדיט; אידישע ווינקל

?
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:32 pm

פעיק נוז האט געשריבן:?


אנטשולדיג.
טעות לעולם חסדו
ס׳האט אויפן ערשטן בליק אויסגעקוקט געקאפיט פון דארט.
לעצט פאראכטן דורך שמשון הגיבור אום דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:32 pm

גראדע קומט עס פון "פיינע נייעס"
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 5:14 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דער ״ניו יארק טיימס״ האט נעכטן אויפגעדעקט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט אויסגעברייטערט א פראגראם וועלכע האט זיך אנגעהויבן אונטער די בוש אדמיניסטראציע, נעמליך צו אונטערשטעלן שפיצלעך און מאסיווע סייבער אטאקעס צו סאבאטאזשירן דעם איראנער מיסיל פראגראמען.

דאס ווערט געטון דורך אריינרוקן פעלערהאפטיגע באשטאנדטיילן צו די פירמעס וועלכע פארקויפן געצייג צום איראנער מיליטער, און דורך פארדרייען די קאמפיוטערס אין די איינריכטונגען, און אומברענגען וויסנשאפטלער און באאמטע וועלכע זענען קריטיש וויכטיג פאר די פראדוקציע.

דער איראנער סאטעליט פראגראם - וועלכע איז פארבינדן צו איר מיסיל פראגראם - האט דעם חודש געהאט צוויי פעלערהאפטיגע פראבעס, און טראץ וואס זי גייט שוין פאר צען יאר איז זי זייער צוריקגעשטאנען, און אין די צייט וואס אינטערנאציאנאל שטייט די צאל פעלערהאפטיגע פראבעס ביי ארום 5% שטייט דאס אין איראן ביי 67% א דאנק די סאבאטאדש באמיאונגען.

און ניו יארק טיימס ארבעט פאר איראן צו מאכען זיכער אז מען זאל עס נישט קענען טון

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 08, 2019 4:10 pm

אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט דער איראנער פרעזידענט רוהאני געמאלדן אז "איראן ציהט זיך אפיציעל ארויס פונעם 2015 נוקלעארן אפמאך"!

איראן וועט געבן פאר די אינטערנאציאנאלע געמיינדע 60 טאג צו אויפצוקומען מיט א מהלך ארום די אמעריקאנער סאנקציעס - נאך וואס טראמפ האט געמאלדן אז די וועיווער'ס פאר די לענדער וואס זענען איראן'ס הויפט קאסטומער'ס אויף אויל וועלן ווערן געענדיגט - אז נישט וועט זי צוריק אנהייבן בארייכערן אוראניום צו די שטאפלן פון פאר דעם אפמאך, וואס וועט איר ערלויבן צו אנוויקלן נוקלעארע וואפן.

פרעזידענט רוחאני האט אראפגעשפילט דעם באדייט פונעם שריט זאגנדיג אז איראן זוכט נישט קריג, נאר ענדערש א מער הארטע ליניע פון דיפלאמאטיע.

אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז דער איראנער אויסערן מיניסטער געפונט זיך היינט אין מאסקווע, אין א צייכן אז איראן איז קאארדינירט מיט רוסלאנד מיט אירע שריט.

אייראפעאישע לענדער האבן געמאלדן אז זיי וועלן באטראכטן צו צוריקשטעלן די שטייפע סאנקציעס אזוי ווי עס איז געווען בעפאר 2015 און אזוי אויך האט דאס ווייסע הויז געמאלדן אז זיי וועלן אין די קומענדיגע טעג מעלדן א פרישע רונדע פון סאנקציעס קעגן איראן.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום מיטוואך מאי 08, 2019 11:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 08, 2019 5:00 pm

ימים ידברו צו האט עס געפירט צו א הארטע ליניע פון דיפלאמאטיע, אדער צוגעאיילט א קריג. זיי טראכטען אויף די מאמענט ווי צו ווייזען שטארקייט, אן צו אריין טראכטען ריכטיג אין די קאנסיקווענצען.

יעצט קען שוין אמעריקע אפיצעיל באמבארדירען איראנער און נארט קאריעס נוקליארע און מיסעל פראדוקציע (זיי ארבעטען האנט אין האנט). דער איראנער אויסערן מיניסטער איז געפארען קיין מאסקווע דאס צו פארמיידען.

די פרעזען'ס פון אמעריקע'ס נעווי לעבען איראן און די אנגעצויגענע אטמאספעיר שמעקט פולווער אין דער לופטען. זאל דער באשעפער האלטען דער רעכטע האנט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג מאי 09, 2019 2:29 pm

SPUSMN האט געשריבן:ימים ידברו צו האט עס געפירט צו א הארטע ליניע פון דיפלאמאטיע, אדער צוגעאיילט א קריג. זיי טראכטען אויף די מאמענט ווי צו ווייזען שטארקייט, אן צו אריין טראכטען ריכטיג אין די קאנסיקווענצען.

יעצט קען שוין אמעריקע אפיצעיל באמבארדירען איראנער און נארט קאריעס נוקליארע און מיסעל פראדוקציע (זיי ארבעטען האנט אין האנט). דער איראנער אויסערן מיניסטער איז געפארען קיין מאסקווע דאס צו פארמיידען.

די פרעזען'ס פון אמעריקע'ס נעווי לעבען איראן און די אנגעצויגענע אטמאספעיר שמעקט פולווער אין דער לופטען. זאל דער באשעפער האלטען דער רעכטע האנט.

גייט גארנישט זיין

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 09, 2019 2:39 pm

איך בין מסכים אז עס קען זיין אז עס גייט גארנישט זיין, אבער לויט די הארטקייט פון ביידע זייטן קוקט אויס ווי עפעס גייט דא געשעהן, עס מוז נישט, אבער עס קען..
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:36 pm

אין רעאקציע צו אולטימאטום פון 60 טעג וואס איראן האט אוועקגעשטעלט פאר די אייראפעישע פירער, צו טרעפןו א וועג ארום די אמעריקאנער סאנקציעס, נאכדערצו נאך וואס אמעריקע האט געמאלדן אז זיי גייען מאכן די סאנקציעס נאך שווערער, האבן ענגלאנד, דייטשלאנד און פראנקרייך ארויסגעגעבן א סטעטמענט אין וועלכע זיי ווארפן אפ דעם אולטימאטום און ווארענען איראן אז אויב זיי וועלן פארלעצן דעם אפמאך דאן וועט דאס ברענגען שווערע קאנסעקווענצן.

די אויסערן מיניסטארשע פונעם אייראפעאישן פאראיין פרעדריקע מאגהעריני האט עפנטליך אפעלירט צו איראן צו צוריקטרעטן פון דעם סטעיטמענט, און געזאגט אז אייראפע וועט באטראכטן מיטלען צו העלפן איראן איבערקומען אמעריקאנער סאנקציעס אויב זי פארפליכטעט זיך ווידער צום אפמאך.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:42 pm

באלטאן האט פארופן א מיטונג פאריגע וואך וועגן איראן

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:45 pm

טראמפ: עס איז דא א ערנסטע געפאר פון איראן וואס די פאלק וויל נישט וויסן, ער האפט עס זאל נישט אויסברעכן א מלחמה מיט איראן און די נאנטע געלעגענהייט....

יענקל אלצווייסער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

תגובהדורך יענקל אלצווייסער » דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:45 pm

איינער קען מיר ערקלערן, פארוואס עס האט אויסגעפעהלט די אלע שטיק פון די טראמפ אדמיניסטראציע קעגן איראן. אויב האסטו חשבונת מיט זיי, דאן פיר דורך שטילע מלחמות און געהיימע מיסיעס. אמעריקע פארמאגט פילייכט גענוג וועגן צו שיקן דירעקטע דראונגן צו די איראנער אז זיי זאלן איינזיצן. לדעתי זעט מיר אויס ווי די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט דא אויפצופלאקערן א הייסע קריג, פארוואס נישט?! ס'איז ענליך צו די קאנספיראציע טעאריעס אז בוש דער צווייטער האט אינוואדירט איראק, כדי דראסיטיש צו הייבן זיין נידריגע צופרידנהייט ראטע ביים פאלק.
לעצט פאראכטן דורך יענקל אלצווייסער אום דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:51 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 09, 2019 4:59 pm

איך האלט נישט אז א מלחמה מיט איראן וועט הייבן זיינע נומערן, די אמעריקאנער עולם איז נישט אין די מוהט פון א מלחמה.

איך פערזענליך האלט אויך נישט פון מלחמה, ביי נ"ק איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל נ"ק איז גארנישט מען דארף דעסטרויען זייערע וואפן און פארטיג זיי וועלן זיך נישט קענען אויפהייבן דעם קאפ נאכדעם, און די תוצאות וועלן זיין אז עס וועט מוזן געשעהן טוישונגען אין לאנד למוטב.

ווידער ביי איראן איז עס נישט אזוי פשוט, א מלחמה מיט איראן איז זייער קאמפליצירט און זייער דענדזשרעס, עס איז זייער שווער צו זאגן אז אמעריקע קען 'עכט' געווינען א מלחמה, אפשר יא.... הו קנאו'ס...
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:11 pm

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:איינער קען מיר ערקלערן, פארוואס עס האט אויסגעפעהלט די אלע שטיק פון די טראמפ אדמיניסטראציע קעגן איראן. אויב האסטו חשבונת מיט זיי, דאן פיר דורך שטילע מלחמות און געהיימע מיסיעס. אמעריקע פארמאגט פילייכט גענוג וועגן צו שיקן דירעקטע דראונגן צו די איראנער אז זיי זאלן איינזיצן. לדעתי זעט מיר אויס ווי די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט דא אויפצופלאקערן א הייסע קריג, פארוואס נישט?! ס'איז ענליך צו די קאנספיראציע טעאריעס אז בוש דער צווייטער האט אינוואדירט איראק, כדי דראסיטיש צו הייבן זיין נידריגע צופרידנהייט ראטע ביים פאלק.

אבאא וואס האט געהאט דיקטאטאריעל פאוערס דא אין אמעריקע האט נישט געקענט מאכען איראן איין זיצען נאר געמוזט שיקען רענסאם ערעפלאנען מיט ביליאנען דאלערען אין קעש צו באפרייען אמעריקאנער סאלדאטען. איראן האט גלייך נאך דעם ווייטער געטשעפעט אמעריקאנער שיפען דארט און לכאורה געווען די וואס האבען סעבוטאדזד די צוויי אמעריקאנער מלחמה שיפען וואס זענען ארויס פון קאמישען.

זעהסטו שוין אז מיט גוטען'ס גייט עס נישט.

עס איז פארקערט; אבאמא'ס שטיק האט נישט גע'ארבעט, און טראמפס דיפלאמאטיע פון האלטען א גרויסען שטעקען (און עס ניצען אויב מען דארף) קען יא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:34 pm

פעיק נוז האט געשריבן:איך האלט נישט אז א מלחמה מיט איראן וועט הייבן זיינע נומערן, די אמעריקאנער עולם איז נישט אין די מוהט פון א מלחמה.

איך פערזענליך האלט אויך נישט פון מלחמה, ביי נ"ק איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל נ"ק איז גארנישט מען דארף דעסטרויען זייערע וואפן און פארטיג זיי וועלן זיך נישט קענען אויפהייבן דעם קאפ נאכדעם, און די תוצאות וועלן זיין אז עס וועט מוזן געשעהן טוישונגען אין לאנד למוטב.

ווידער ביי איראן איז עס נישט אזוי פשוט, א מלחמה מיט איראן איז זייער קאמפליצירט און זייער דענדזשרעס, עס איז זייער שווער צו זאגן אז אמעריקע קען 'עכט' געווינען א מלחמה, אפשר יא.... הו קנאו'ס...

עס איז דא צוויי פראנטען אין איראן, איינס איז די מיליטער דארט און די מולעס וואס קאנטראלירען זיי, און די צווייטע איז די אינטערדרוקטע ציווילע באפעלקערונג.

אמעריקע וויל דיפיעטען די מאכט פון די מולעס אבער גלייך צייטיג שטיצען א אויף שטאנד איבער די רעגירונג; אבער עס איז א שטיקעל תרתי דסתרי, ווייל מיט קוועטשען דער רעזיעם טוהט מען גלייכצייטיג אויך קוועטשען דער המון עם וואס ווערען אויף געברויזט אויף אמעריקע "אויך".

נאכדעם איז דא דער אן-נאון פעקטער און דאס איז אז ס'הייסט אז דער כאמעיני איז אויף זיין טויט בעט. יעצט ווי אזוי ס'וועט זיך אויס שפילען זיין לויה און מאכט איבערגאנג ווייסט קיינער נישט; עס קען זיין א שעת הכושר פאר אמעריקאנער אינטערווענשען.

ווער ווייסט; מיר בעטען אז דער באשעפער זאל האלטען דער רעכטע האנט און עס זאל קיין איד נישט שאטען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:46 pm

אקעי סאו אויב אמעריקע וויל א רעזשים טשעידזש קען עס נישט געשעהן מיט א דירעקטע אריינמישונג נאר אזוי פון אינטערוויילעכטס זעהן אז "עס זאל געשעהן", א מלחמה וועט נישט ארבעטן לדעתי, סיי ווייל א מלחמה איז קאמפליצירט מיט צופיל מאכטן וואס וועלן דארפן זיין אריינגעמישט וואס דאס וועט עס פארהאנקערן, און סיי אזוי ווי דו זאגסט, עס איז נישט דא דארט קיין גואיידא וואס שטייט אויף אמעריקע'ס זייט מצד די בירגער און פארפירט אז מען דארף איינפירן דעמאקראטיע און זיין פריינטליך מיט די איבריגע וועלט. סאו אמעריקע האט א שווערע פעלד אויף וואס צו רייטן.

און לגבי די זאך אז כומעיני איז קראנק, האב איך נישט געוואוסט דערפון, באט אידער-וועי איז די מהלך אין אזא פאל אפצוקויפן די בירגער מיט שיינעם.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום פרייטאג מאי 10, 2019 1:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג מאי 09, 2019 9:29 pm

SPUSMN האט געשריבן:
יענקל אלצווייסער האט געשריבן:איינער קען מיר ערקלערן, פארוואס עס האט אויסגעפעהלט די אלע שטיק פון די טראמפ אדמיניסטראציע קעגן איראן. אויב האסטו חשבונת מיט זיי, דאן פיר דורך שטילע מלחמות און געהיימע מיסיעס. אמעריקע פארמאגט פילייכט גענוג וועגן צו שיקן דירעקטע דראונגן צו די איראנער אז זיי זאלן איינזיצן. לדעתי זעט מיר אויס ווי די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט דא אויפצופלאקערן א הייסע קריג, פארוואס נישט?! ס'איז ענליך צו די קאנספיראציע טעאריעס אז בוש דער צווייטער האט אינוואדירט איראק, כדי דראסיטיש צו הייבן זיין נידריגע צופרידנהייט ראטע ביים פאלק.

אבאא וואס האט געהאט דיקטאטאריעל פאוערס דא אין אמעריקע האט נישט געקענט מאכען איראן איין זיצען נאר געמוזט שיקען רענסאם ערעפלאנען מיט ביליאנען דאלערען אין קעש צו באפרייען אמעריקאנער סאלדאטען. איראן האט גלייך נאך דעם ווייטער געטשעפעט אמעריקאנער שיפען דארט און לכאורה געווען די וואס האבען סעבוטאדזד די צוויי אמעריקאנער מלחמה שיפען וואס זענען ארויס פון קאמישען.

זעהסטו שוין אז מיט גוטען'ס גייט עס נישט.

עס איז פארקערט; אבאמא'ס שטיק האט נישט גע'ארבעט, און טראמפס דיפלאמאטיע פון האלטען א גרויסען שטעקען (און עס ניצען אויב מען דארף) קען יא.

די שאלה איז נאר צו ער גייט טאקע ניצן דעם שטעקן... פון רעדן ביז טוהן איז א ריזיגען חילוק און פון שיקן שיפן ביז טוהן איז אויך א גרויסן חילוק

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:49 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט דער איראנער פרעזידענט רוהאני געמאלדן אז "איראן ציהט זיך אפיציעל ארויס פונעם 2015 נוקלעארן אפמאך"!

איראן וועט געבן פאר די אינטערנאציאנאלע געמיינדע 60 טאג צו אויפצוקומען מיט א מהלך ארום די אמעריקאנער סאנקציעס - נאך וואס טראמפ האט געמאלדן אז די וועיווער'ס פאר די לענדער וואס זענען איראן'ס הויפט קאסטומער'ס אויף אויל וועלן ווערן געענדיגט - אז נישט וועט זי צוריק אנהייבן בארייכערן אוראניום צו די שטאפלן פון פאר דעם אפמאך, וואס וועט איר ערלויבן צו אנוויקלן נוקלעארע וואפן.

דאס איז נישט ריכטיג. איראן האט אפיציעל בארייכערט אוראניום צו 20%, וואס איז היבש ווייט פון די 905 וואס עס פעלט זיך אויס צו בויען א באמבע.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מאי 10, 2019 11:24 am

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געהאט געזאגט: "וואס איך וואלט געוואלט זעהן מיט איראן, איך וואלט זי געוואלט זעהן מיר קאלן".

אויף דעם ארויף האט היינט א הויכראנגקיגער מיניסטער אינערהאלב די רעוואלוציענערע גארד - געזאגט: "עס וועלן נישט זיין קיין שום פארהאנדלונגען מיט אמעריקע".
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מאי 10, 2019 12:01 pm

נעכטן האט מען געהערט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט געלייגט א האנט אויף שפיאנאזש אינפארמאציע, אז הויכראנגיקער איראנער רעזשים באאמטע האבן געגעבן באשטעטיגונג פאר פרא-איראן באוואפנטע גרופעס אינעם מיטל מזרח, צו אטאקירן אמעריקאנער טרופן.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 10, 2019 12:08 pm

ליין איך יעצט די לעצטע בלאט, רעזשים change???
:roll:, מ'האט זיך נאכנישט אויסגעלערנט? איראק, ליביע, כמעט סיריע!
איינרעדן די פאלק מיט גוטן?? איר ווייסט וואס איז געשען אין איראק?!
פון דעם האב איך נאך הנאה געהאט פון טראמפ ווי געשריבן, ווייל ער האט געזאגט אז ער האט געשריגן אקעגן איראק מלחמה, און פאקטיש ארויסגענומען די טרופן פון סיריע.
פארוואס קען מען נישט אויסהערן די גרעסטע פראפסערעס אויף די מיטל מיזרח??
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 10, 2019 12:54 pm

זיך אויסצוקלארן, מ'האט דא געשמועסט וועגן רעזשים change אין איראן, וואס האט שוין אזוי סאך מאל געפלאפט מילד גערעדט סיי אין איראק, אין ליביע, און כמעט אין סיריע, מ'דארף וויסן ווי אזוי די מיטל מזרח ארבעט איך קען עס נישט עקספלעינען פונקטליך ווייל איך בין נישט די גרעסטע עקספערט, אבער דאס זאגן די גרעסטע עקספערטס, "די וועג ווי אזוי די אליאנץ האט נאך די ערשטע וועלט מלחמה צוטיילט די מיטל מזרח, מאכט אז די לענדער מוזן האבן דיקטאטורן (טאקע נישט אלע)", און דאס שרייט ראנד פאול, אין איראק האט מען אויך גערעדט שיין צו די בירגער און געווען זיכער זיי גייען אונז אויפנעמען שיין, וואס איז געשען נאכן אראפווארפן די רעזשים? זיי האבן דיך געוויזן די רוקן! איך ווייס אז די איראנע יונגעטליכע פאנגען שוין אן צו מאכן קליינע פראטעסטן, אבער די זעלבע זענען די וואס האבן אראפגעווארפן זייער (כמעט פולע) דעמאקראטיע פערציג יאר צוריק, און מיט טראמפ בין איך געווען גוט אין דעם נושא ווייל ער האט געזאגט ער האט געשריגן אקעגן איראק קריג, און פאקטיש ארויסגענומען טרופן פון סיריע, אבער איך פאנג שוי אן צו טראכטן אז עס האט גארנישט מיט זיין פאליסי נאר ס'וועגן אנדערע ריזענס..... אבער איך האף אז עס האט נישט און גייט נישט באקומען זיין צושטימונג.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג מאי 10, 2019 1:22 pm

פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געהאט געזאגט: "וואס איך וואלט געוואלט זעהן מיט איראן, איך וואלט זי געוואלט זעהן מיר קאלן".
אויף דעם ארויף האט היינט א הויכראנגקיגער מיניסטער אינערהאלב די רעוואלוציענערע גארד - געזאגט: "עס וועלן נישט זיין קיין שום פארהאנדלונגען מיט אמעריקע".

דער חכם פון איראן האט אויך צוגעלייגט אז מיט איין מיסיל קען מען אפווישן אמעריקעס נעווי פלאטע
:grin: :grin:


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גראסערי מאן, ממה נפשך, פוילישער קארגער און 51 געסט