אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

תגובהדורך אינטערשריפט » דאנארשטאג יולי 26, 2018 8:27 pm

איז איראן טאקע גרייט צו גיין אין מלחמה ה"י ?

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » פרייטאג יולי 27, 2018 12:57 am

וואס איז פשט פון די שפראך אז דאס קען ח''ו גורם זיין א 3טע וועלט מלחמה? קען איינער אריינקומען מיט די חשבון אונטער דעם?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 27, 2018 1:02 am

וועלכע חשבון פון וואס? כך היא דרכו של עולם.

בוקמארק מיין תגובה, טראמפ גייט זיצן מיטן איראנער פרעזידענט ביז חנוכה בעז''ה. מ'קען שוין זוכן א פלאץ פארן סאמיט.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » פרייטאג יולי 27, 2018 4:23 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:וועלכע חשבון פון וואס? כך היא דרכו של עולם.

בוקמארק מיין תגובה, טראמפ גייט זיצן מיטן איראנער פרעזידענט ביז חנוכה בעז''ה. מ'קען שוין זוכן א פלאץ פארן סאמיט.


ער האט שוין געבעטן אבער רוכאני האט נישט מסכים געווען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג יולי 29, 2018 3:34 pm

איראן האט ווייטער אנגעהאלטן איר גאר שארפע רעטאריק און סטראשונקעס קעגן אמעריקע, אריינגערעכנט א טעקסט מעסעדזש פונעם גענעראל קאסאם סולימאני, וועלכער האט געשריבן צו טראמפ "מיר זענען גרייט", פאר א מיליטערישן קאנפליקט מיט אמעריקע. מען האט אבער געהערט פונעם אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס, אז אמעריקע האט נישט אנגענומען קיין פאליסי צו זוכן רעזשים צוזאמפאל אדער רעזשים טויש אין אמעריקע. ווי מעטיס זאגט, איז אמעריקע'ס ציל צו טאן וואס מען קען נאר, איינצוצוימען איראן'ס ווילדע שריט וועלכע טוט שטערן די סטאביליטעט אינעם מיטל מזרח.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג יולי 29, 2018 3:37 pm

איך האב געליינט און איינע פון די היימישע צייטונגען וואס האט געשריבן אין אן אנאליז אז טראמפ האט פלוצלינג אהן קיין ווארענונג פון פאראויס ארויס געשיקט א טוויט צו טראשענען איראן אהן דעם וואס איראן זאל האבן געמאכט סיי וועלכע פראוואקאציע פון פארדעם אז ממש עס האט געהויבן די ברעמען אפי' פון זיינע נאנטע וואס פינקטליך דער מענטש וויל דא,

איי מין וועמענ'ס נער מיינען זיי איך בין?...
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג יולי 29, 2018 4:09 pm

פעיק נוז האט געשריבן:איך האב געליינט און איינע פון די היימישע צייטונגען וואס האט געשריבן אין אן אנאליז אז טראמפ האט פלוצלינג אהן קיין ווארענונג פון פאראויס ארויס געשיקט א טוויט צו טראשענען איראן אהן דעם וואס איראן זאל האבן געמאכט סיי וועלכע פראוואקאציע פון פארדעם אז ממש עס האט געהויבן די ברעמען אפי' פון זיינע נאנטע וואס פינקטליך דער מענטש וויל דא,

איי מין וועמענ'ס נער מיינען זיי איך בין?...

איך האב אויך געהויבן ברעמען ליינעדיג די דאזיגע ווערטער, איבערהויפט ווען זיי געבן נאך אפשענס וואס דער פערזידענט קען מיינען מיט דעם טוויטער אויסברויך.

איינס. אז איינער האט אים אפשר געוויזן די ווערטער פון איראנער פרעזידענט און דאס האט אים אויפגערעגט, אבער איין מינוט ס'איז דאך גארנישט געווען זאגסטעך? אה ס'איז יא געווען עפעס א מעסידש.. און "איינער" האט אים עס אפשר געוויזן.

צוויי, אז דער פרעזידענט קלערט אפשר צו נוצן די זעלבע טאקטיק וואס ער האט גענוצט קעגן נארט קאריע, אבער דארט איז דאך נאך אויך נישט אויפגעוויזן געווארן אויף 100% אז עס ארבעט....

איך שטיי און קוק איין נייעס און באשרייבונג נאכן צווייטן, וואס פאר א פערד מיינט די אויסגאבע אז אירע ליינער זענען? יעדע קעפל איז אנטי טראמפ, אפילו די נייעס איז בכלל נישט שלעכט, פון פיינענץ ביז נארט קאריע, אי יו, אא"וו, ווי אויך ווערט צוגעלייגט א שלעכטע אויספיר אויב די נייעס איז שוין צו גוט געווען.

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

תגובהדורך אינטערשריפט » זונטאג יולי 29, 2018 7:04 pm

איז איראן פון גוג ומגוג?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יולי 29, 2018 7:12 pm

מיר ווייסן נישט ווער עס איז גוג ומגוג.

הגם איראן איז אויף דעם געאגראפישן ארט וואו פרס איז געווען, ווייסן מיר אבער אז בא סנחריב ובלבל את הכל.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 29, 2018 7:53 pm

אמר רבי יצחק שנה שמלך המשיח נגלה בו כל מלכי האומות העולם מתגרים זה בזה, מלך פרס מתגרה במלך ערביא, והולך מלך ערביא לאדום ליטול עצה מהם והחזיר מלך פרס והחריב את כל העולם כולו, וכל אומות העולם מתרעשים ומתבהלים ונופלים על פניהם ויאחוז אותם צירים כצירי יולדה, וישראל מתרעשים ומתבהלים ואומרים להיכן נלך ולהיכן נבוא, ואומר להם בניי אל תתייראו כל מה שעשיתי לא עשיתי אלא בשבילכם, מפני מה אתם מתייראים אל תיראו הגיע ימי גאולתכם, ולא כגאולה ראשונה כך גאולה אחרונה, כי גאולה ראשונה היה לכם צער ושיעבוד מלכיות אחרים, אבל גאולה אחרונה אין לכם צער ושיעבוד מלכיות אחרים

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

תגובהדורך אינטערשריפט » זונטאג יולי 29, 2018 7:58 pm

דממה דקה האט געשריבן:אמר רבי יצחק שנה שמלך המשיח נגלה בו כל מלכי האומות העולם מתגרים זה בזה, מלך פרס מתגרה במלך ערביא, והולך מלך ערביא לאדום ליטול עצה מהם והחזיר מלך פרס והחריב את כל העולם כולו, וכל אומות העולם מתרעשים ומתבהלים ונופלים על פניהם ויאחוז אותם צירים כצירי יולדה, וישראל מתרעשים ומתבהלים ואומרים להיכן נלך ולהיכן נבוא, ואומר להם בניי אל תתייראו כל מה שעשיתי לא עשיתי אלא בשבילכם, מפני מה אתם מתייראים אל תיראו הגיע ימי גאולתכם, ולא כגאולה ראשונה כך גאולה אחרונה, כי גאולה ראשונה היה לכם צער ושיעבוד מלכיות אחרים, אבל גאולה אחרונה אין לכם צער ושיעבוד מלכיות אחרים

פרס איז איראן ווער זענען די רומים?

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 29, 2018 7:59 pm

שטייט נישט רומיים, שטייט אדום.

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

תגובהדורך אינטערשריפט » זונטאג יולי 29, 2018 8:01 pm

דממה דקה האט געשריבן:שטייט נישט רומיים, שטייט אדום.

אדום מיט רומים איז 1?

דעסק
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

תגובהדורך דעסק » זונטאג יולי 29, 2018 10:32 pm

אדום איז רוים

דעסק
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

תגובהדורך דעסק » זונטאג יולי 29, 2018 10:34 pm

איך פארשטיי נישט וואס די רעדע דא איז בכלל. די גאנצע פרשה האט זיך אנגעהויבן ווען דער איראנער פרעזידענט האט עטליכע טעג צוריק געסטראשע אמעריקע אז "א מלחמה מיט איראן, ווען זיין די מאמע פון אלע מלחמות" און געסטראשעט טראמפ "שפיל נישט מיט'ן לייב'ס וויידל".
ווער האט אנגעהויבן?
נו האט ער געזאגט אז איראן "זאל זיך נישט דערוואגן אנצוהייבן מיט אמעריקע"

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג יולי 30, 2018 9:01 am

אמעריקאנער אויטאריטעטן זאגן, אז פרעזידענט טראמפ ארבעט שטילערהייט מיט עטליכע אראבישע גרויסמאכטן, מיט'ן ציל צו גרינדן א פולשטענדיגע אראבישע מיליטערישע אליאנץ, וואס וועט אוועקשטעלן א פראנט קעגן איראן און אירע אגרעסיעס אינעם מיטל מזרח.

לויט די וואס זענען באקאנט מיט די פלענער וויל טראמפ, אז די אראבישע לענדער זאלן גרינדן א פאראייניגטע מיליטערישע קערפערשאפט, אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי עס עקזיסטירט "נאטא" אין אייראפע. די "אראבישע נאטא" וועט ארייננעמען געמיינזאמע טרענירונג, קאאפעראציע איבער מיסיל שוץ און קאנטער-טעראריזם.

די געשפרעכן וואס ווערט געפירט אוועקצושטעלן די "אראבישע נאטא", ווערט געפירט צווישן אמעריקע און זעקס אראבישע גאלף לענדער, אריינגערעכנט סאודי אראביע, יונייטעד אראב עמירעיטס, באכרעין און קואוועיטס. עגיפטן און ירדן וועלן אויך שפילן דערין א פאטענציעלע ראלע.

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

תגובהדורך אינטערשריפט » מאנטאג יולי 30, 2018 7:04 pm

טראמפ וויל זיך טרעפן מיט איראנער פירער

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

תגובהדורך אינטערשריפט » מאנטאג יולי 30, 2018 7:20 pm

דעסק האט געשריבן:אדום איז רוים

דאכט זיך מיר אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געזאגט אז אדום זענען די ציונים ימ"ש

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » מאנטאג יולי 30, 2018 10:08 pm

אויב טראמפ קען אראביש קען ער אנקימען,
אבאמה האט נישט געקענט!
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 30, 2018 10:55 pm

אויף RT פאריגע וואך האב איך געזעהן באריכטן אז אין די צייט פונם יו ען גענעראל אסעמבלי האט טראמפ 8 מאל געבעטן א מיטינג מיט די איראנער פרעזידענט רוחאני, וואס האט דאס יעדעס מאל אפגעווארפן.

https://www.google.com/amp/s/www.rt.com ... ected/amp/

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 31, 2018 4:46 pm

דער איראנער אויסערן מיניסטאר זאריף רעקאמענדירט פרעזידענט טראמפ צו פרובירן רעספעקט אנשטאט דראאונגען און סאנקציעס

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:21 am

דער ניו יארק טיימס האט נעכטן באריכטעט א גאר מערקווירדיגע זאך, אז אין איראן זעלבסט דרייען זיך שמועות, אז געשפרעכן צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און די איראנער רעגירונג פון פרעזידענט כאסאן רוכאני האבן זיך שוין ווירקליך אנגעהויבן.

די שמועות זענען באזירט אויפן פאקט וואס דער אויסערן מיניסטער פון די קליינע אראבישע לאנד אמאן, מיניסטער יוזעף בין אלאווי בין אבדולא, האט באזוכט אין וואשינגטאן די-סי פאריגע וואך, און די וואך פרייטאג איז ער ערווארטעט אויף א באזוך אין טעהראן.

אמאן איז באקאנט אלס א לאנד וואס ווערט גענוצט פאר געשפרעכן צווישן אמעריקע און איראן, און ווען די אבאמא אדמיניסטראציע האט אנגעהויבן די געשפרעכן פאר'ן נוקלעארן דיעל, האט זי אויך גענוצט אמאנער דיפלאמאטן פאר דעם צוועק.

דער זעלבער ניו יארק טיימס באריכט ברענגט נאך אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, און דאס איז אז טראץ וואס די איראנער רעזשים לאכט אפ פון טראמפ'ס פארשלאג פאר א זיצונג מיט רוכאני, וויל אבער דאס איראנער פאלק אז ס'זאל פאסירן, ווייל גוטע באציאונגען מיט אמעריקע, וועט זיי בענעפיטירן.

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:46 pm

איראן פלאנירט גרויסארטיגע מיליטערישע טרענירונגען אינעם פערסישן גאלף

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 9:38 am

אמעריקאנער מיליטערישע באאמטע זאגן, אז זיי דערווארטן אז איראן וועט היינט דורכפירן מיליטערישע מאנעוורעס אין די וואסער שטראזן ארום איראן, צו צייגן אז זי קען דאס בלאקירן.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 6:42 pm

אין א שריט וואס ווערט מעגליך געזען ווי א דראאונג צו אמעריקע האבן די איראנער מיליטער און רעוואלוציאנערע גווארדיע געעפנט היינט א מאסיווע מיליטערישע מאנעווערע אינעם פערסישן גאלף, ביים הארמאז קאנאל, א גאר סטראטעגישע פונקט פאר אינטערנאציאנאלע האנדל, און רוב גלאבאלע אויל עקספארטן פארן דארט אריבער.

א ווארטזאגער פאר׳ן פענטאגאן האט געזאגט אז אמעריקע פאלגט נאך פון די נאנט די איראנער אקטיוויטעטן און וועט נעמען נויטיגע שריט אויב די מאנעווערעס וועלן שטערן די פרייע באוועגונג פון אינטערנאציאנאלע שיפן און סחורות.

איראן האט עטליכע מאל געווארנט אז אויב אמעריקע וועט נעמען מיליטערישע שריט קעגן איר וועט זי בלאקירן דעם שמאלן הארמאז קאנאל, א זאך וואס קען ברענגען אן אינטערנאציאנאלע ענערגיע מאנגל און שאפן אינטערנאציאנאלע כאאס. און ווי עס שיינט איז די יעצטיגע פראבע געצילט צו סימולירן אזא סיטואציע.

דער פארטיידיגונגס מיניסטער דזשעימס מעטיס האט אויך געלאזט הערן א שארפע ווארנונג פאר איראן אז אויב זיי וועלן שטערן די אדורכגאנג פאר שיפן דורכאויס די פראבעס וועט אמעריקע זיך נישט צוריקהאלטן פון נעמען מיליטערישע שריט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, yid101, א גוטן, אנטי לינקער, בעריש'ל, ווייסע זאקן, יראת שמים, פארטראכטער און 35 געסט