נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 3:27 pm

ברעיקינג: עס ווערט היינט געמאלדן אז פרעמיער זשאנסאן איז זיך אדורכגעקומען מיט די אייראפע'אישע פירער אויף אן אפמאך איבער ברעקזיט. די אפמאך האט באקומען די צושטימונג פון איירלאנד און אויך אלע אנדערע לענדער, יעצט בלייבט איבער פאר די פארליאמענט - סיי אין ענגלאנד, סיי אין די "אייראפעאישע פארליאמענט" - צו באשטעטיגן (ראטיפיצרן) די אפמאך פאר עס קען אריינגיין אין קראפט.

אין די בריטישע פארליאמענט איז ערוואטערט אז פרעמיער באריס זשאנסאן וועט זיך מוטשען מיט גאר שטארקע קעגנערשאפט, ווען די נארט-איירישע די.יו.פי. פארטיי - וואס האט א סופליי-און-קאנפידענס אפמאך מיט די קאנסערוואטיווען - האט געמאלדן אפן און גראב אז זיי וועלן שטימען קעגן די אפמאך. ווי אויך הערט מען פון געוויסע לעיבאר פאליטיקאנטן וואס זעענען ארויסגעקומען גאר שארף קעגן די יעצטיגע אפמאך, עס פארשרייענדיג אלס ערגער פון פרוי מעי'ס אפמאך, וואס איז אנידערגעשטימט געווארן אין דריי באזונדערע פעלער.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 3:43 pm

אין אנדערע נייעס, האט זשאו מאוהעם, א באקאנטער אנטי-ברעקזיט קאמפיינער, אריינגעגעבן א קלאגע אין סקאטישן געריכט אקעגן זשאנסאן'ס אפמאך מיט די אי.יו. מאוהעם טענה'ט אז די גאנצע אפמאך דארף ווערן דערקלערט אלס אומלעגאל, צוליב וואס אונטער די אפמאך וועלן צוקומען קאסטומס אונטערזוכונגען צווישן נארטערן-איירלענד און די איבעריגע טייל פון די יו.קעי., א זאך וואס איז אויסדרוקליך פארבאטן געווארן דורכן פארליאמענט אין די "טעקסעישאן אקט" (סעקשאן 55).
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 8:45 pm

וואס איז די ראשי פרקים פון די נייע אפמאך?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אוקטובער 22, 2019 11:34 pm

אלעקסיי יישר כוח פאר דיינע שטענדיגע קלארע אפדעיטס.

פארגאנגענעם שבת איז געווען אן היסטאריש פארלימענט סעסיע (די לעצטע מאל ס'געווען א סעסיע אום שבת איז געווען 36 יאר צוריק...!) נאכדעם וואס דזשאנסאן האט ארויסגעלייגט די נייע דיעל פאר אן אפשטימונג.
אבער ער איז אדורכגעפאלן אינעם פארלימענט נאכדעם וואס די פארלימענט האט קודם שמאלערהייט אפראווד אן אמענדמענט וואס פארלאנגט אז די דיעל זאל קודם דארפן אדורכגיין אלע לעגיסלאציע שטאפלן בעפאר ברעקזיט, אזאך וואס איז כמעט אוממעגליך צו געשעהן בעפאר די דעדליין פון אקטאבער 31,

אלץ רעזולטאט איז דזשאנסאן געווען געצווינגן צו שיקן א בריוו צו די אייראפעאישע פאראיין און בעטן פאר פארלענגערונג.
און ער האט עס טאקע געטוהן, ער האט געשיקט א קאפי פון די בריוו וואס די פארלימענט האט געשריבן, אבער ער האט עס נישט אונטערגעשריבן... ווי אויך האט ער געשיקט צוזאמען מיט דעם א צווייטער בריוו אין וואס ער איז מסביר אז ער האט געדארפט שיקן דעם ערשטן בריוו צוליב די געזעץ, אבער ער בעט די אייראפעאישע לענדער אז מ'זאל נישט פארלענגערן די דעדליין, נאר אנשטאט זאלן זיי פרעשורן די פארלימענט מעמבער'ס צו אימפלימענטירן די ביל בעפארן יעצטיגן דעדליין.
ער זאגט אז מ'דארף זעהן אז ברעקזיט זאל שוין ענדליך געשעהן, און אזוי וועט מען קענען אנהייבן צו פאוקעסן אויף אנדערע גאר וויכטיגע אישוס פאר די וואוילזיין פון די איינוואוינער אין די לענדער.


היינט האט דזשאנסאן צום ערשטן מאל ארויפגעברענגט אינעם האוז אוו קאמאנס זיין איבערגעמאכטע דיעל פאר א וואויט נאכדעם וואס מ'האט עס נישט אויפגעברענגט שבת צוליב אן אומגינסטיגער אמענדמענט וואס איז געווען צוגעטשעפעט דערצו.
די דיעל איז אדורך אינעם פארלימענט פארן צווייטן ריעדינג, אבער די פארלימענט האט אפגעווארפן די פארלאנג פון די גאווערמענט צו לימיטען די דיבעיט צייט אויפן ביל צו בלויז 3 טעג.


יעצט ווארט מען צו הערן וואס די אייראפעער האבן באשלאסן איבער פארלענגערן די דעדליין.


דאס איז מער ווייניגער אלעס אויבערפלעכליך, און מיר וועלן ווארטן אויף אלעקסיי אויף מער א דעטאלירטע און קלארערע באריכט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 1:38 am

ישר כח.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 2:49 pm

דזשאנסאן וויל פארופן פרישע וואלן אויף דעצעמבער 12.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 3:31 pm

NEW: Labour will REJECT the PM's offer of an early election. Jeremy Corbyn will announce tonight. Comes following an emergency meeting of his Shadow Cabinet.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 1:51 pm

די אי-יו פארשטייער האבן זיך היינט אינדערפרי געטראפן איבערצושמועסן אויב זיי זאלן געבן אן עקסטענשאן און דילעיען די ברעקזיט דעדליין.


די אי-יו לענדער ווילן שוין זעהן ענגלאנד אינדעראויסן פונעם פאראיין, אבער קיינער וויל נישט זיין דער וואס מ'זאל קענען בלעימען אין א נאו דיעל ברעקזיט.
זיי האבן אלע צוזאמען באשלאסן צו געבן א פארלענגערונג, אבער זיי זענען געבליבן צוטיילט מיט די פראגע אויף ווי לאנג די עקסטענשאן זאל זיין,
יעדער האט מסכים געווען אויף א דריי חדשים פארלענגערונג מיט אן אפשען פאר ענגלאנד ארויסצוגיין פריער אויב זיי אפראוון די דיעל, א חוץ פראנקרייך וואס וויל נישט געבן אזא לאנגע עקסטענשאן נאר וויל ליבערשט געבן א פארלענגערונג פון בלויז עטליכע וואכן צו א מאקסימום פון א חודש.

אויף צו אנציען די נערווען און לערנען די ענגלענדער טאנצן... האבן זיי באשלאסן זיך צוזאמען צוקומען קומענדיגע דינסטאג צוויי טעג בעפאר די דעדליין און דעמאלטס קומען צו אן החלטה..
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 2:05 pm

די אי.יו. גייט שוין נישט פארלירן פון דעם, די איינציגסטע וואס גייען פארלירן זענען די ענגלענדער וואס גייען דארפן ווארטן אין די אייראפעאישע לופטפעלדער סאאאך לענדער וכדומה.. ווי אויך אז זיי האבן נישט קיין געהעריגע גאווערמענט פירערשאפט..
אחוץ אז זיי האבן דאס געטוען מיטן חשבון אז מ'גייט צוריק אנפאנגען צו געבן טויט שטראף...
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוקטובער 27, 2019 4:32 pm

.

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 11:43 am

צוויי בריטישע אפאזיציע פארטייען האבן נעכטן געזאגט, אז מען זאל דורכפירן די פרישע נאציאנאלע וואלן נאך פריער ווי פרעמיער מיניסטער דזשאנסאן האט געוואלט, וויבאלד זיי ווילן זיכער מאכן אז ענגלאנד פארלאזט נישט דעם אייראפעאישן יוניאן אנדעם וואס עס זאל זיין א ברעקזיט אפמאך אין אפעקט. די "סקאטיש נאציאנאל פארטיי" און די "ליבעראלע דעמאקראטן" זאגן אז די וואלן זאלן פארקומען דעצעמבער 9, דריי טעג פריער ווי דזשאנסאן האט פארגעשלאגן, און זיי ווילן מ'זאל אפשיבן דעם ברעקזיט דאטום צו יאנואר 31, אזוי אז ס'זאל זיין צייט נאך די וואלן צו באשטעטיגן א ברעקזיט אפמאך.

איך דעלי

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 11:55 am

אין א שטארקע קלאפ פאר דזשאנסאן זענען די אי-יו מיטגלידער איינגעגאנגען אויף אן עקסטענשאן אויף ביז יאנואר 31, מיט אן אפשען פאר ענגלאנד ארויסצוגיין פריער אויב זיי אפראוון די גירושין דיעל.

אין אנדערע ווערטער, דזשאנסאן'ס סיגנעטור פאליסי פון ארויסגיין אקטאבער 31 due or die, איז דורכגעפאלן.



אין אנדערע נייעס קומט פאר היינט אן אפשטימונג אינעם ענגלישע פארלימענט איבער פארשלאג פון דזשאנסאן אז מ'וועט פאררופן פרישע גענעראלע וואלן אויף דעצעמבער 12 מיטן תנאי אז די פארלימענט מעמבער'ס זענען מסכים צו געצוימטע עטליכע טעג צו דעבאטירן זיין דיעל וואס איז שוין אפראווד געווארן אינעם פארלימענט פארן ערשטן רידינג.
ער האפט אז יעצט וועט עס אדורכגיין וויבאלד די עיקר טענה אנטקעגן א פרישע עלעקשען איז געווען אז קודם זאל מען זיין פארזיכערט אנטקעגן א נאו דיעל ברעקזיט, אבער יעצט מיט די עקסטענשאן וועלן זיי יא מסכים זיין.

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:.

אלעסקיי, וואו ביסטו? פארוואס ווילן די צוויי אפאזיציע פארטייען פריערדיגע וואלן?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 7:23 am

ס'קומט אלגעמיינע וואלן דעצעמבער 12. קארבין האט איינגעשטימט פאר וואלן נאך די אי.יו. האט איינגעשטימט צו פארלאנגען די ברעקזיט פהאנדלונגען ביז מיטן יאנואר.

BREAKING: Britain set for December poll as Corbyn lifts Labour's opposition to early election bill - live news https://t.co/z2uLbnEwdY
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Programming, א גולם, איש האשכולות, גאלדגרוב, וויכטיג מאכער, טשיינע רב, יסוד ארי, נודניק, ראש הקהל און 51 געסט