נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:46 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:יישר כוח פארן אויסקלארן!
און אדרבה אפשר שארט איהר ארויף דעם ארבעל אין הייבט אהן צו באריכטן מהנעשה ונשמע אין בריטאניע.

עטליכע הערות.
זיי זענען ארויסגעווארפן שוין יעצט פון די פארטיי אז זיי קענען מער נישט זיצן מיט די פארטיי.

ביידעוועי וואס מיינט די Whip וואס די טראי פארטיי האט צוגענומען פון די 21 רעבעלן?


טאקע דאס אז זיי קענען נישט לויפן אויפן פארטיי ליניע
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:18 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דזשערעמי קארבין - פירער פון די אפאזיציע לעיבאר פארטיי - האט טאקע געזאגט ביי א רעדע אז ער איז גרייט און וויליג זיך צו פארמעסטן אין א זשענעראל עלעקשאן, איז אבער די פארטיי פירערשאפט ביטער צוריסן אינערליך צו ס'לוינט זיך אדער נישט - הגם אז לכאורה וועלן זיי נישט קענען אפזאגן אזא פארשלאג... די געוועזענע לעיבאר פארטיי פירער און פרעמיער טאני בלעיר האט טאקע נעכטן געזאגט ביי א גרויסארטיגע רעדא אז קארבין זאל זיך נישט לאזן ארייננארן אין פאסטקע.

וואָס איז די פאסטקע און פארוואס זאל די אפאזיציע נישט שטיצן פרישע וואלן?

ווי איך פארשטיי איז די עיקר זארג אז קארבין'ס אומפאפולאריטעט וועט אפשרעקן אסאך וויילער פון די לעיבאר פארטיי און געבן אן אויבערהאנט פאר די קאנסערוואטיוו'ס. ווי אויך, איז דא באריכטן אז די ברעקזיט פארטיי (וואס איז געגרינדעט געווארן פאר די איינע סיבה פון ארויסנעמען ענגלאנד פון די אי.יו. - און האט אפגעהאלטן שטוינענדע זיגן ביי די פארלאפענע אייראפעישע וואלן) וועט זיך צאמשטעלן מיט די קאנסערוואטיווע פארטיי און נישט ארויסשטעלן קאנדידאטן צו לויפן אין פארזיכערטע דיסטריקטס, אזוי וועלן זיי קענען פאראייניגן אלע ברעקזיט שטיצער צו וואוטען פאר די זעלבע פארטיי, משא"כ די וואס זענען קעגן ברעקזיט וועלן זיך לכאורה צוטיילן מיט די וויילער - ווייל די לעיבאר פארטיי שטיצט אפיציעל דעם געדאנק פון ברעקזיט, אבער די ליבעראל-דעמאקראט פארטיי זאגט קלרא אז זיי ווילן אפשטעלן דעם גאנצן עסק, וועלן די אפאזיציע פארטייען נישט זיין אזוי פאראייניגט
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:27 am

יעצט וועט באשריבן אין די נייעס (שוין געווען אויף קול מבשר, נאר מ'מעג עס דא אויך שרייבן) אז אויב די וואלן וועלן פארקומען ווי געפלאנט - אקטאבער 14 - וועט זיין א פראבלעם פאר אידישע וויילער, וויבאלד דאס קומט אויס דעם ערשטן טאג סוכות. ווי זיי ברענגען ארויס איז דא אזוי פיל ווי 70,000-100,000 רעליגיעזע אידן וואס וועלן אפעקטירט ווערן און נישט קענען שטימען צוליב דעם.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 3:36 pm

בריטישע פארלימענט האט געשטימט צו בלאקן דזשאנסאן'ס געפלאנטע 'נאו דיעל ברעקזיט'

יא 327
ניין 299

אויב וועט דער פרעמיער אויספירן זיין סטראשע, קומט איצט פרישע וויילן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

פרישע אנקעטע ציפערן איבער ברעקזיט - דורך YOUGOV POLLING

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 7:48 pm

האמיר יעצט געזעהן פרישע אנקעטע ציפערן וואס צייגן אז אזויפיל ווי העכער 60% פון די אויסגעפרעגטע זענען ביי די מיינונג אז עס וועט העכסט-ווארשיינליך פארקומען אן עלעקשאן נאך פאר די סוף פונעם למספרם יאר. אבער בלויז 19% זאגן אז אן עלעקשאן זאל עפעס אויפטוהן אדער צוגעבן א קלארקייט צום ברעקזיט פראצעדור, אין די צייט וואס 37% זאגן אז ס'וועט בלויז ערגער מאכן און ארום 17% האלטן ס'וועט בכלל נישט אויסמאכן צו סאך.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

ווי קלאר איז די פארטיי ליניע איבער ברעקזיט - וויפיל צוטרוי איז דא

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:01 pm

ווען עס קומט צו די פראגע פון "ווי קלאר און פארשטענדליך איז די פארטיי'ס ליניע איבער ברעקזיט" ווערט אנגעוויזן אז אזויפיל ווי 70% פון אלע אויסגעפרעגטע האלטן אז די לעיבאר פארטיי פלאן איבער ברעקזיט איז זייער אומקלאר און/אדער גאר צומישענד - אזויפיל ווי 48% פון לעיבאר וויילער האלטן אויך אזוי.

ביי די קאנסערוואטיווע פארטיי, זאגן 55% פון די וואס האבן געשטימט צו פארלאזן די אי.יו. אז די פארטיי ליניע איז היבש/זייער קלאר - אריינגערעכנט א פולע דריי-פערטל קאנסעוואטיווע וויילער.

אויך ווערט אנגעוויזן אז אזויפיל ווי 62% פון די וואס האבן געשטימט אין די 16' רעפערענדום צו איבכרלאזן די אי.יו. זאגן אז זיי האבן (גאר אסאך) צוטרוי אין זשאנסאן איבער ברעקזיט, וואס פון די מענטשען טוען כמעט 85% שטיצן די יעצטיגע צוגאנג פון די פארטיי איבער דעם נושא. ווידעראום ווען עס קומט צו זשערעמי קארבין זאגן אזויפיל ווי 70% פון די וואס האבן געשטימט צו בלייבן אין די אי.יו. אז האבן נישט קיין צוטרוי אז ער וועט באהאנדלן די פראגע אויפן ריכטיגן אופן.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:35 pm

וועלן מיר פרובירן צו פארציילן אביסל די נייעס:

פרעמיער באריס זשאנסאן האט היינט - מיטוואך - געלטן צוויי נידערלאגעס אינעם פארליאמענט, איינע ערגער פונעם צווייטן. צו ערשט איז אויפגעברענגט געווארן א געזעץ פארשלאג אז אויב ביז אקטאבער 19 איז נאכנישט באשטעטיגט געווארן א אפמאך צווישן גרויס-בריטאניע און די אי.יו., מוז זשאנסאן בעטן די אי.יו. פירערשאפט פאר א פארלענגערונג פון דריי חדשים - ד.ה. 31 JANUARY - ביז די ברעקזיט זאל אריין גיין אין קראפט. אין א שטיקל חוצפה צום פרעמיער, האט די פארליאמענט אריין געשטעלט א גענוי נוסח פונעם בריוו וואס ער וועט מוזן שרייבן אין אזא פאל, הגם אז געווענליך ווערן אזעלכע זאכן דורכגעפירט דורכ'ן פרעמיער (אזוי ווי ווען פרוי מעי האט עס געטוהן - האט די פארליאמענט נישט געהייסן גענוי וואס צו שרייבן). די דאזיגע ביל איז אדורך מיט 327 קעגן 299.

דערנאך, האט די פרעמיער אויפגעברענט א פארשלאג צו פאררופן פריע וואלן - אזוי ווי ער האט געהאט פארשפראכן - אויף אקטאבער 14/15. די ביל האט באקומען 298 שטימען אין שטיצע און בלויז 56 אקעגן, אבער מיט דעם אלעם איז עס נישט אדורך צוליב וואס די יעצטיגע געזעץ פארלאנגט אז כדי צו פאררופן פריע וואלן מוז זיין א צוויי-דריטל מאיאריטעט פון פארליאמענט מיטגלידער - +435 - זאלן דאס באשטעטיגן.

אין א געווינס (אויף דערווייל) פאר'ן פרעמיער, האט א ריכטער היינט געאורטיילט אז די געריכט קען נישט אריינרעדן אין די פראגע איבער סוספענדירן פארליאמענט. ווי שוין באריכטעט, איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע אין סקאטלאנד'ס העכסטע געריכט דורך א גרופע פון פארליאמענט מיטגלידער, וואס האבן געקלאגט אז די פארלאנג פון זשאנסאן צו סוספענדירן די פארליאמענט איז געטוען געווארן אומלעגאל. היינט האט די גאורטיילט אז דאס איז א ריין פאליטישע פראגע און עס זענען נישט געבראכן געווארן קיין שום געזעצן, און הגם עס שמעקט נישט פאר די אנקלעגער די דאזיגע שריט, האט די געריכט נישט די מאכט צו אורטיילן אויף די נושא. די אנקלעגער האבן געמאלדן אז זיי וועלן שוין אפעלירן דעם אורטייל פאר א פולע באנק (ווי עס זיצן 3 ריכטער)
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:42 pm

דער @אלעקסיי קומט אריין לעצטנס שטארק און אינפארמאטיוו ווען עס קומט צו בריטישע נייעס און נאטיצן.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:49 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דער @אלעקסיי קומט אריין לעצטנס שטארק און אינפארמאטיוו ווען עס קומט צו בריטישע נייעס און נאטיצן.


אונז פרובירן צו פארציילן בלויז ריכטיגע פאקטן נישט קיין פעיק ניוז, ח"ו משיג גבול זיין...

ייש"כ!!!
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:58 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דערנאך, האט די פרעמיער אויפגעברענט א פארשלאג צו פאררופן פריע וואלן - אזוי ווי ער האט געהאט פארשפראכן - אויף אקטאבער 14/15. די ביל האט באקומען 298 שטימען אין שטיצע און בלויז 56 אקעגן, אבער מיט דעם אלעם איז עס נישט אדורך צוליב וואס די יעצטיגע געזעץ פארלאנגט אז כדי צו פאררופן פריע וואלן מוז זיין א צוויי-דריטל מאיאריטעט פון פארליאמענט מיטגלידער - +435 - זאלן דאס באשטעטיגן.

אין רעאקציע צו דעם וואס די לעיבאר פארטיי האט זיך אנטזאגט פון שטימען אויף די פארלאנג צו פרישע וואלן, האט פרעמיער זשאנסאן זיך ארויס געלאזט אין א ווילדע אטאקע קעגן קארבין, זאגענדיג: "דאס איז די ערשטע מאל אין דעמאקראטישע היסטאריע וואס אן אפאזיציע פירער זאל עמטליך אפזאגן א געלעגענהייט פאר וואלן. איך קען בלויז שפעקולירן וואס עס זענען די סיבות דערפאר, אבער דאס איז קלאר אז לעיבאר פארכט זיך פאר אן עלעקשאן, ווייל זיי ווייסן אז עס איז אוממעגליך פאר זיי צו געווואונען." ווי אויך האט דער פרעמיער ארונטער געריסן קארבין אויף ווואס די לעצטע צוויי יאר האלט ער אין איין האמערן אז מ'ברויך לאזן די וויילער מאכן דעם באשלוס, און נאך אזוי שפעט ווי פארלאפענע מאנטאג - בלויז צוויי טעג צוריק - האט קארבין געזאגט ביי א גרויסע פארזאמלונג "איך בין גרייט פאר אן עלעקשאן, מיר זענען אלע גרייט זיך צו שלאגן ביי אן עלעקשאן", און היינט - נאכן קומען אונטער גרויס דרוק פון פארטיי מיטגלידער - האט ער נישט געשטיצט די געדאנק.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:10 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דער @אלעקסיי קומט אריין לעצטנס שטארק און אינפארמאטיוו ווען עס קומט צו בריטישע נייעס און נאטיצן.

גא"מ
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

עולם האמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:16 pm

אגב איז זייער אינטערעסאנט וויאזוי די פארלעמענט אין ענגלאנד ארבעט

יעדער שרייעט קולות

קוקט אויס ווי א כיתה ד' קלאס אין לאנטשראם ביי ריסעס

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:36 pm

כ'מיין דו פארשעמסט די כתה ד' קינדער... :lol: :lol: :lol:
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:45 pm

א נייע זאך דאס... א יעדע מאל מ'לאזט נישט דורך מיין געזעץ העט מען מאכן פרישה וואלן...
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:20 am

בקיצור, ניין!!!

די סיסטעם דא איז, א רעגירונג קען נאר זיין אין אמט ווילאנג עס האט די צוטרוי פון א רוב פון די 'הויז אוו קאמאנס', די רגע וואס די הויז האט נישט קיין צוטרוי אין די רעגירונג דארף די רעגירונג צו פאלן און אדער זאל א צווייטע איבערנעמען אדער קומט פאר וואלן. (אזוי ארבעט אויך די סיסטעם אין קאנאדע און אויסטראליע ועוד ועוד...)

יעצט איז אזוי, אמאל האט די רעגירונג געקענט זאגן אויף א געוויסע געזעץ (א שטייגער ווי די בוודזשעט אדער א הויפט קאמפיין צוזאג וכדו'), איך באטראכט דאס ווי א צוטרוי אפשטימונג, און אויב פאל דורך די געזעץ איז א סימן אז די הויז האט נישט קיין קאנפידענס אין די גאווערנמענט. אין קאנאדע וכו' גייט דאס נאך אן ביז היינט, אבער דאהי - אין די יו.קעי. - האט מען אין יארע 11' דורכגעפירט א געזעץ אז א צוטרוי אפשטימונג מוז קומען מיט א גענוי נוסח וויאזוי ס'ווערט געפרעגט, ממילא זאגן אז א געזעץ איז אזוי ווי א קאנפידענס וואוט איז נישט גענוג.

האט זשאנסאן געזאגט: איך באטראכט די נעכטיגע און היינטיגע אפשטימונגען אזוי ווי א קאנפידענס וואוט, און עכט וואלט געדארפט אוטאמאטיש קומען פרישע וואלן אויב פאלט ער אדורך, נאר צוליב דעם געזעץ האט עס נישט געקענט געשען, האט ער געומזט פארלייגן א פרישע פארשלאג פאר פריע וואלן אזוי ווי די א.ד. געזעץ לויטעט.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:22 am

און לגבי דיין פראגע, איז דא א פארטיי גערופן די ליבעראל-דעמאקראטס וואס זאגן אפן און קלאר אז זיי ווילן א צווייטע ברעקזיט רעפערענדום, ווייל די שטימונג צווישן די וויילער האט זיך שוין געטוישט. מ'האט געפרעגט זייער פירער וואס טוט עטס אויב די וואס וילן ארויסגיין פון די אי.יו. געוואונט נאכאמאל? האט זי געזאגט העט מען זיך אנפייפען....

דאס הייסט פאררופן וואלן 'ווייל ס'שמעקט מיר נישט די רעזולטאטן פון פריער'....
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:27 am

עולם האמת האט געשריבן:אגב איז זייער אינטערעסאנט וויאזוי די פארלעמענט אין ענגלאנד ארבעט

יעדער שרייעט קולות

קוקט אויס ווי א כיתה ד' קלאס אין לאנטשראם ביי ריסעס

אזוי קוקט אויס ווען יעדער האט רשות הדיבור דאס איז דעמאקראטיע.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:15 am

וואס זענען מאך דער אפציעס פאר דער בוריס?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:54 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:דער @אלעקסיי קומט אריין לעצטנס שטארק און אינפארמאטיוו ווען עס קומט צו בריטישע נייעס און נאטיצן.

גא"מ
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

עולם האמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:45 pm

עס איז א שא"ך שפיעל

פליען פאנדלעך (MPs)
די לויפער איז יעצט די וויכטיגסטע שטיקל (צייט)
די שעכין (קעניגן) טאנצט נאך דעם שאך (דשאנסאן)
אדער וועט מען אנהייבן א נייע געים (נייע וואלן)
זייער אינטערעסאנט וויאזוי עס וועט זיך ענדיגען

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:12 pm

דזשאו דזשאנסאן, דער ברודער פונעם בריטישן פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן, האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע פונעם בריטישן פארליאמענט און אלס מיניסטער אין זיין ברודער׳ס קאבינעט אין ליכט פונעם כאאטישן צוזאמענשטויס צווישן דעם פרעמיער און דער פארליאמענט ארום ברעקזיט.

דזשאנסן איז א מיטגלידער אין די קאנסערוואטיווע פארטיי אבער איז אויסגעשפראכן קעגן זיין ברודער׳ס ברעקזיט פלענער, אבער אצינד ווען די געפעכט ווערט שארפער און באדראעט זיין ברודער׳ס פאזיציע האט ער באשלאסן צו אפטרעטן זאגנדיג ״איך בין צושליפטערט צווישן פאמיליע געטריישאפט און מיין שטעלונג איבער נאציאנאלע אינטערעסן״ און דעריבער קען ער מער נישט דינען אויף דעם פאזיציע.

JP

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

שטארקע זיג פאר זשאנסאן - נאך וואך פון דורכפעלער

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 7:35 am

אין א שטארקע זיג פאר פרעמיער זשאנסאן האט די היי-קארט אין לאנדאן - די העכסטע געריכט אין ענגלאנד-און-וועילס אונטער'ן 'סופרים קארט' - געאורטיילט אז דאס סוספענדירן די פארליאמענט איז נישט אומלעגאל. די קלאגע איז געברענגט געווארן אין ליכט פון דעם וואס פרעמיער זשאנסאן האט געמאלדן אז די פארליאמענט ווערט סוספענדיט פון סעפטעמבער 12 ביז אקטאבער 14, האבן די קלעגער געוואלט די געריכט זאל פסל'ן די אדווייס (ADVICE) וואס די פרעמיער האט געראטן פאר'ן קעניגן צו סוספענדירן. די אנקלעגער זענען ווי פאלגענד: פרוי מיללער - זי האט אין יארע 17' אנגעפירט מיט א סוקסעספולע קארט-קעיס צו צווינגען די רעגירונג צו באקומען אוטאריזאציע פון פארליאמענט צו אנהייבן מיטן ברעקזיט פראצעדור; די געוועזענע קאנסערוואטיווע פרעמיער זשאן מעיזשאר - וואס האט אין 1997 אליינס סוספענדירט פארליאמענט כדי א פארשעמענדע באריכט זאל נישט קענען ארויסקומען; די הויפט אדוואקט פאר די סקאטישע רעגירונג און נאך. נעכטן איז פארגעקומען א פארהער צו זעהן אויב די געריכט נעמט בכלל אן די קלאגע, און היינט צופרי איז געמאלדן אז עס ווערט ארויסגעווארפן, די ערקלערונג פונעם אורטייל איז ערוואטערט ארויסצוקומען קומענדיגע וואך.
אין די זעלבע צייט, האט די געריכט תיכך צוגעלייגט אז די קלעגער האבן רעכט צו אפעלירן דעם אורטייל ביים 'סופרים קארט'. די קלעגער האבן טאקע גלייך געמאלדן אז זיי זענען 'גאר שטארק אנטריסטעט' פון די היינטיגע אורטייל און אז זיי ועלן טאקע אפעלירן מיט א געריכט דאטום באשטימט אויף סעפטעמבער 17.

גלייכצייטיג ווערט היינט ערוואטערט אן אורטייל פון די סקאטישע געריכט, וואס אויב פאלן די אנקלעגער אדורך איז ערוואטערט אז זיי וועלן זיך צאמשטעלן צום אויבן-דערמאנטע אפיל ביים סופרים קארט.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 7:42 am

אין ליכט פון דעם וואס פארשידענע פראקציס אינעם בריטישן פארליאמענט זוכן צו פארלויפן דעם וועג פאר'ן פרעמיער, באריס זשאנסאן, איהם צו צווינגען צו בעטן א פארלענגערונג צום ברעקזיט, איז היינט באריכטעט געווארן אין די פרעסע אז פראנצויזשע ברויזן גאר שטארק אויף די געדאנק פון געבן נאך אן 'עקסטענשאן'. ווי איינער האט זיך אויסגעדרוקט "זיי זאגן גיב אונז נאך דריי חדשים און די זאך ווערט מסודר, זיי זיצן שוין אויף דעם דריי יאר און קענען נישט אפמאכן וואס זיי ווילן. אפילו מיר זאלן זיי געבן 6 חדשים וועלן זיי נישט קענען אפמאכן, צו וואס זאלן מיר געבן דריי?" פון אנדערע 'סורסעס' ווערט איבערגעגעבן אז די פראנצויזשע פרעידענט - וואס איז שוין די ערשטע מאל געווען קעגן דעם געדאנק פון לאזן אן עקסטענשאן - גייט בשום אופן נישט מסכים זיין צוצולאזן נאך אן עקסטענשאן, אויסער אויב עס וועט פארקומען פרישע וואלן.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:44 am

ווי שוין באריכטעט, קומט פאר א קארט-קעיס אין סקאטלאנד - אין 'די קארט אוו סעשאנס' (THE COURT OFF SESSIONS), די העכסטע ציווילע געריכט אינעם סקאטישן יורידישע סיסטעם - אקעגן דאס וואס פרעמיער זשאנסאן וויל סוספענדירן די פארליאמענט. די געריכט אקציע איז אונטערגענומען געווארן דורך א גרופע פון 75 געזעצגעבער פון מערערע פארטייען וואס זוכן אז די געריכט זאל הייסן זשאנסאן צוריקציען פון זיין רעקאמענדאציע פארן קעניגן. פריער אין די וואך - מיטוואך - איז ארויסגעקומען די אורטייל פונעם ריכטער אויפן קעיס אז די געריכט האט נישט קיין רעכט אריינצורעדן אין די נושא, צוליב וואס עס איז א העכסט-פאליטיש סענסיטיווע פראגע. די קלעגער האבן אפעלירט פאר א פולע געריכט - 'די איננער הויז' (THE INNER HOUSE), די אפעלאט דיוויזע פונעם זעלבן געריכט - ווי עס זיצן דריי ריכטער, יעצט קומט די נייעס אז די געריכט גייט נישט אורטיילן פריער ווי קומענדיגע מיטוואך, טראץ א פארלאנג פון די קלעגער פאר 'טעמפארערי טינדזשאנקשען' - צוליב וואס פארליאמענט קען שוין ווערן סוספענדירט אזוי פרי ווי מאנטאג נאכמיטג - האט די געריכט נישט נאכגעגעבן, זאגנדיג בלויז אז דא ליגט "גאר שווערע פראגעס" (VERY COMPLEX ISSUES) און זיי 'האפן' צו קענען גיבן אן אורטייל אום מיטוואך
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 11:00 am

אין אנדערע נייעס, די פרעמיער האט געמאלדן אז מאנטאג ווערט ער נאכאמאל אויפרענגען אינעם פארליאמענט א פארשלאג פאר פריע וואלן, אבער די אפאזיציע פארטייען האבן געלאזט וויסן אז זיי גייען בשום אופן נישט שטיצן אזא פארשלאג. ווילאנג נאו-דיעל איז נאך א מעגליכקייט וועלן זיי נישט צולאזן פרישע וואלן, דעריבער זאגן זיי אז בלויז נאכדעם וואס זשאנסאן וועט האבן פארלאנגט פון די אי.יו. אן עקסטענשאן, בלויז דעמאלטס וועלן זיי נאכגיבן זיין פארלאנג.

זשאנסאן איז אנגעפרעגט געווארן אויב ער פלאנט צו בעטן אן עקסטענשאן, האט ער גענטפערט "איך וואלט ענדערשער גע'פגר'ט אין א שמוציגע לאך ביי די זייט פונעם גאס ווי איידער בעטן נאך אן עקסטענשאן. פאר וועלכע סיבה אויפן וועלט דארפן מיר דאס האבן? דו ווייסט, עס קאסט אונז איין ביליאן פונט א חודש".
אבער ווען מ'האט געפרעגט אויב ער גייט אויספאלגן די געזעץ וואס פארלאנגט ער זאל בעטן אן עקסטענשאן, האט ער געזאגט "מיר פאלגן אויס דאס געזעץ און מיר וועלן זיך צושטעלן דערצו".
צוליב די צוויי קעגנגעזעצטע ענטפערס, פארן יעצט ארום שפעקולאמיעס איבער וואס זיינע פלענער זענען. אפשר שיקן א שליח - איז דא שפעקולאציעס איבער וועם ער וואלט געשיקט, אפשר פלאנט ער צו רעזיגנירן, אפשר פלאנט ער צו אנמאכן אזעלכע קאפוויי פאר די אי.יו. און זיי נישט לאזן אנגיין געהעריג - זיי וועלן זיך ממש בעטן מ'זאל שוין פליען. און אזוי נאך און נאך, אבער ס'אידאך ה...ו...י...ל...ע... ש...פ...ע...ק...ו...ל...א...צ...י...ע...ס...!!!!
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”