בלאט 5 פון 11

געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2019 8:50 am
דורך ממה נפשך
מעי וועט רעזיינען יוני 7

ברעיקינג

געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2019 1:39 pm
דורך וואס טוט זיך
ממה נפשך האט געשריבן:מעי וועט רעזיינען יוני 7

טעות, מעי וועט ריזיינען אלס קאנסערוואטיווע פארטיי לידער אין יוני 7, און א פארטיי לידערשאפט קאנטעסט וועט פארקומען, און ביי די ענדע פון יולי װעט שוין זיין א נייע פרעמיער.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 13, 2019 10:36 am
דורך פעיק נוז
דער געוועזענער לאנדאנער מעיאר באריס דזשאנסאן האט נעכטן זיך אפיציעל אנגעשלאסן אינעם פארמעסט צו ווערן ענגלאנד'ס קומענדיגער פרעמיער מיניסטער, נאכדעם וואס די יעצטיגע פרעמיער מיניסטארשע האט אפיציעל אפגעטרעטן פון איר אמט אלס פירער פון דער קאנסערוואטיווער פארטיי.

דזשאנסאן האט זיך אנגעשלאסן אינעם פארמעסט ערוועלט צו ווערן אלס נייער פירער פון דער פארטיי, וואס דער פירער וועט אויטאמאטיש ווערן נייער פרעמיער מיניסטער. אלעס אינאיינעם לויפן צען קאנדידאטן אינעם פארמעסט און דזשאנסאן ווערט באטראכט אלס שטארקער פראנט ראנער.

ברעקזיט וועט זיין א הויפט אישו אינעם פארמעסט, וועלכע וועט קומען צו אן ענדע אינמיטן מאנאט יולי נאך פארשידענע אינערליכע פארטיי אפשטימונגען, און דזשאנסאן האט נעכטן קלארגעשטעלט אז ברעקזיט גייט פאסירן, אפגעזען צי ס'איז דא א דיעל מיט'ן אייראפעאישן יוניאן אדער נישט.

איד דעילי

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 7:05 am
דורך טוב ויפה
באריס דזשאנסאן איז געווארן פרעמיער מיניסטער

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 7:47 am
דורך אסדר לסעודתא
יעצט גיימער זען אויב ברעקזיט גייט פאסירן...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:41 am
דורך פעיק נוז
דאקומענטן וואס האבן ארויסגעליעקט פון דער בריטישער רעגירונג שטעלן אראפ א בילד, וויאזוי די ארטיגע רעגירונג גרייט זיך צו אין פאל ברעקזיט וועט פאסירן אן האבן א דיעל מיט די אייראפעאישע יוניאן.

ווי די ארויסגעליעקטע דאקומענטן צייגן, פירט שוין די רעגירונג עטליכע מאנאטן א געהיימע אפעראציע אונטער'ן נאמען "אפעראציע געלע האמער", צוצוגרייטן אלע מאסנאמען פאר כאאס נאכ'ן ברעקזיט.

צווישן אנדערע זעט מען אין די דאקומענטן, אז די רעגירונג ווייסט אז ס'וועט זיין אן עסנווארג מאנגל, און זיי גרייטן אן גרויסע מאגאזינען און סטארעדזשעס דערפאר.

איד דעילי

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:54 am
דורך דברים אלו
פעיק נוז האט געשריבן:דאקומענטן וואס האבן ארויסגעליעקט פון דער בריטישער רעגירונג שטעלן אראפ א בילד, וויאזוי די ארטיגע רעגירונג גרייט זיך צו אין פאל ברעקזיט וועט פאסירן אן האבן א דיעל מיט די אייראפעאישע יוניאן.

ווי די ארויסגעליעקטע דאקומענטן צייגן, פירט שוין די רעגירונג עטליכע מאנאטן א געהיימע אפעראציע אונטער'ן נאמען "אפעראציע געלע האמער", צוצוגרייטן אלע מאסנאמען פאר כאאס נאכ'ן ברעקזיט.

צווישן אנדערע זעט מען אין די דאקומענטן, אז די רעגירונג ווייסט אז ס'וועט זיין אן עסנווארג מאנגל, און זיי גרייטן אן גרויסע מאגאזינען און סטארעדזשעס דערפאר.

איד דעילי

וואס איז פשט פון זיך אליינס באגראבן?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:55 am
דורך זארג נישט
עס האט ארויסגעליעקט (בטעות)? אדער האט מען עס ארויסגעליעקט (בכוונה)?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:59 am
דורך פעיק נוז
דברים אלו האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:דאקומענטן וואס האבן ארויסגעליעקט פון דער בריטישער רעגירונג שטעלן אראפ א בילד, וויאזוי די ארטיגע רעגירונג גרייט זיך צו אין פאל ברעקזיט וועט פאסירן אן האבן א דיעל מיט די אייראפעאישע יוניאן.

ווי די ארויסגעליעקטע דאקומענטן צייגן, פירט שוין די רעגירונג עטליכע מאנאטן א געהיימע אפעראציע אונטער'ן נאמען "אפעראציע געלע האמער", צוצוגרייטן אלע מאסנאמען פאר כאאס נאכ'ן ברעקזיט.

צווישן אנדערע זעט מען אין די דאקומענטן, אז די רעגירונג ווייסט אז ס'וועט זיין אן עסנווארג מאנגל, און זיי גרייטן אן גרויסע מאגאזינען און סטארעדזשעס דערפאר.

איד דעילי

וואס איז פשט פון זיך אליינס באגראבן?

די ווארט באגראבן קענסטו נאר נוצן ווען די שאדן דערפון איז לאנג טערמיניג, אויב אבער איז עס א שארט טורם עפעקט און מיט די צייט וועט עס אוועקגיין - איז אויב האלטן זיי אז די לאנג טורם מעלות זענען שטערקער ווי די שארט טורם חסרונות, דאן איז דאס די סיבה פון דאס אריינגיין דערין.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:01 pm
דורך זארג נישט
פעיק נוז האט געשריבן:דאקומענטן וואס האבן ארויסגעליעקט פון דער בריטישער רעגירונג שטעלן אראפ א בילד, וויאזוי די ארטיגע רעגירונג גרייט זיך צו אין פאל ברעקזיט וועט פאסירן אן האבן א דיעל מיט די אייראפעאישע יוניאן.

ווי די ארויסגעליעקטע דאקומענטן צייגן, פירט שוין די רעגירונג עטליכע מאנאטן א געהיימע אפעראציע אונטער'ן נאמען "אפעראציע געלע האמער", צוצוגרייטן אלע מאסנאמען פאר כאאס נאכ'ן ברעקזיט.

צווישן אנדערע זעט מען אין די דאקומענטן, אז די רעגירונג ווייסט אז ס'וועט זיין אן עסנווארג מאנגל, און זיי גרייטן אן גרויסע מאגאזינען און סטארעדזשעס דערפאר.

איד דעילי

דא קען זיין דער פתרון צו א אנדערע פאליטשע פראבלעם, און דאס איז אז די פארמערס אין אמעריקע וואס קענען נישט פארקויפן זייער סחורה פאר כינע זאלן עס פארקויפן פאר ענגלאנד.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:03 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
פאראינטערסירט האט געשריבן:אין א סורפרייז און דראמאטישע טאקטיק האט דער נייער ענגלישע פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן געבעטן פונעם קעניגן צו סוספענדירן די בריטישע פארלימענט אנגעהויבן פון סעפטעמבער 9 אויף פינף וואכן ביזן אנהייבן די נייע פארלימענט סעשאן און אקטאבער 14.


איז אזוי, קיין גרויסע סורפרייז איז דאס עכט נישט. ווער ס'געדענקט, נישט לאנג צוריק איז געווען א פארמעסט איבערצונעמן די פירערשאפט פונעם לאנד, איז שוין דעמאלטס האבן אייניגע קאנדידטן אויפגעברענגט דאס געדאנק פון "פראראגירן דעם פארליאמענט" (סוספענדירן בלע"ז), אנדערע האבן קלאר אויסגעשלאסן אזא שריט. די יעצטיגע פרעמיער מיניסטער, באריס דזשאנסאן, האט נישט גע'ענטפערט קלאר (פאר די מידיא און אנדערע מעמבער'ס אוו פארליאמענט) וואס זיין פלאן איז, נאר כסדר ארויסגעברענגט אז אקטאבער 31 דארף מען פארלאזן דעם אי.יו., וואס דאס אליין (נישט ענטפערען קלאר) האט שוין דעמאלטס אויפגעברענגט חשדות אז ער טראכט דערפון. דורכאויס די פארלאפענע וויקענד איז געווען באריכטעט אין די פרעסע דאהי, אז 'דאונינג סטריט' (די פרעמיער מיניסטער'ס אפיס) האט זיך נאכגעפרעגט ביי גרויסע לעגאלע עקספערטן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון אזא שריט, וואס דערויף איז די תשובה געווען " לעגאל איז דאס אויסגעהאלטן". ווי אויך זעהט מען אז געוויסע האבן שוין געקלאגט דעם פרעמיער מיניסיטער אין געריכט ער זאל נישט מעגן פארלאנגען פון די קעניגן אזא זאך, און אנדערע, האבן גלייך נאכ'ן מעלדונג אז ער האט יא געבעטן, געמאלדן אז זיי וועלן לויפן אין געריכט. קיין עכטע סורפרייז איז דאס נישט, שמועות און שמועסן דערפון איז שוין אפאר וואכן, נאר מ'האט נישט גוואלט טראכטן אז ער איז עכט גרייט אויף דעם, האט ער געוויזן אז יא.

די פארלימענט איז יעצט אויף ריסעס און וועט זיך צוריק אנהייבן סעפ. 3,


די יעצטיגע ריסעס איז אזא וואקאציע אזויזנס, אזוי ווי אין אמעריקא מ'פארט אין קאנטרי אכט וואכן, איז די פארלימענט געווען אויף זוממער אפרוה.

און ס'איז געווען געסקעדזשולד צו אנהייבן ריסעס ערגעצוואו ארום סעפטעמבער 23-24 פאר דריי וואכן ביזן אנהייב פון די נייע זמן אום אקטאבער 14, אבער דזשאנסאן האט עס צוריקגעריקט מיט צוויי וואכן,


די קומענדיגע ריסעס האט געדארפט זיין פאר די "פארטיי קאנפרענץ" (אזוי ווי - להבדיל - ביי די אמעריקאנער די "קאנווענשאן'ס"), אבער פארליאמענט איז נישט באמת אפגעשלאסן, נאר אזוי ווי יעדע נאכט און סוף וואך איז פארלאמענט פארמאכט, די זעלבע זאך איז דאס - ס'איז פארמאכט אבער נישט אפגעשלאסן. די "קאנפערענץ סעזאן" איז געווען אויסגעשטעלט זיך אנצוהייבן אום סעפטעמבער 14, צו א טאג צוויי פריער, איז געקומען די פי.עם. (פרעמיער מיניסטער) און געבעטן פון די קעניגן אז מ'זאל מאכן געהעריג בין הזמנים און אפשליסן פארליאמענט אויף א משך פון 5 וואכן. בס"ה האט דער פי.עם. פארלענגערט זייער האלידעי מיט נאך אפאר טאג (3-8 טאג), און אויפגעטוען האט ער אז פארליאמענט קען נישט באשליסן צוריקצוקומען פריער ווי געפלאנט, ווייל יעצט אי'דאך בין הזמנים. (בדרך אגב, אהן זיין יעצטיגע 'סוספענשאן' וואלט זיך נישא אנגעהויבן א פרישע זמן אין אקטאבער, נאר עס וואלט ווייטער אנגעגאנגען מיט א קליינע הפסקה אינדערמיט - וואס וואלט עס געמאכט פאר איינע פון גי לענגסט-זיצענדע פארליאמענטרי סעסיעס, אויב נישט די לענגסטע, אין אריבער 350 יאר. ס'דאך שוין העכסט צייט פאר א בין הזמנים - די זמן לויפט שוין פאר איבער צוויי א האלב יאר, טאקע לאנג)....

לגבי די קעניגן זי מישט זיך געווענליך נישט אין פאליטיקס ממילא האט זי געדארפט געבן די פארמאלע אפראוועל צו סוספענדירן די פארלימענט, פארקערט אויב זי וואלט עס אפגעזאגט וואלט עס געווען א אנפרעצעדנטעד שריט פון איהר זייט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 10:23 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
אין ווייטערדיגע באריכטן איבער ברעקזיט:

היינט - דאנערשטאג פ' ראה - איז פארגעקומען א געריכט סעסיע אין די העכסטע סקאטישע געריכט, וואו 75 מיטגלידער פונ'ם בריטישן פארליאמענט האבן געזוכט ארויסצובאקומען אן אינדזשאקשען אקעגן דאס וואס איז נעכטן געמאלדן געווארן אז מען גייט 'פרורוגירן די פארליאמענט' (סוספענדירן בלע"ז). די אנקלעגער האבן גע'טענה'ט אז דאס סוספענדירן די פארליאמענט אין אזא סענסיטיווע צייט איז 'אומלעגאל און אומקאנסטיטוציאנאל'. פון די אנדערע זייט, האבן די לויער'ס פאר די גאווערנמענט גע'טענה'ט אז דאס סוספענדירן די פארליאמענט איז א מאכט וואס געהערט בלויז פאר די קעניגן - וואס זי טוט אויפן 'אדוויי"ס' פון איר רעגירונג. ווי אויך איז דאס א נארמאלע זאך אז פארליאמענט ווערט פרורגיורט פון צייט צו צייט און פארליאמענט מיטגלידער האבן נאך קיינמאל נישט געהאט א ווארט אין דעם באשלוס. נאך האט די גאווערנמענט'ס לויער ארויסגעברענגט, אז עס איז אינגאנצן נישט אויסגעהאלטן פאר די געריכט צו אורטיילן אויף אזא פאליטיש סענסיטיווע פראגע, צו דאס סוספענדירן די פארליאמענט איז אויסגעהאלטן.

די דזאדזש האט געמאלדן אז ער וועט זיך צוריקקערן צום געריכט זאל מיט אן אורטייל אום פרייטיג צען אזייגער פארמיטאג...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 10:58 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
זענען מיר יעצט געוואויר געווארן, אז אין די לעיבאר פארטיי איז דא מיטגלידער וואס זענען שוין אזוי אויפגעברויזט איבער דעם וואס די קעניגען האט אויספירט איר פליכט און באשטעטיגט א סוספענדירונג פון פארליאמענט, אז זיי וואגן זיך צו שרייבן אויפ'ן טוויטער פלאטפארמע: "די קעניגען זאל זיך אינאכט נעמען וואס עס האט פאסירט מיט איר קאזין - טינא (TINO) - די געוועזענע קעניג פון גריכנלאנד דערנאך וואס די רעכטע זענען ערלויבט געווארן איבערצונעמען דאס מאכט אין לאנד! דאס מאנארכיע איז אומגעווארפן געווארן!

דאס איז א זאך וואס מ'זעהט איבער די גארער וועלט, ווען אימער די לינקע באקומען נישט וואס זיי פארלאנגען - דרייען זיי איבער און מ'נעמט זיך סטראשענען יעדן איינעם. איי די קעניגען האט דאך נישט געהאט קיין אנדערע ברירה????

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 7:41 am
דורך בארן קלאפער
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין ווייטערדיגע באריכטן איבער ברעקזיט:

היינט - דאנערשטאג פ' ראה - איז פארגעקומען א געריכט סעסיע אין די העכסטע סקאטישע געריכט, וואו 75 מיטגלידער פונ'ם בריטישן פארליאמענט האבן געזוכט ארויסצובאקומען אן אינדזשאקשען אקעגן דאס וואס איז נעכטן געמאלדן געווארן אז מען גייט 'פרורוגירן די פארליאמענט' (סוספענדירן בלע"ז). די אנקלעגער האבן גע'טענה'ט אז דאס סוספענדירן די פארליאמענט אין אזא סענסיטיווע צייט איז 'אומלעגאל און אומקאנסטיטוציאנאל'. פון די אנדערע זייט, האבן די לויער'ס פאר די גאווערנמענט גע'טענה'ט אז דאס סוספענדירן די פארליאמענט איז א מאכט וואס געהערט בלויז פאר די קעניגן - וואס זי טוט אויפן 'אדוויי"ס' פון איר רעגירונג. ווי אויך איז דאס א נארמאלע זאך אז פארליאמענט ווערט פרורגיורט פון צייט צו צייט און פארליאמענט מיטגלידער האבן נאך קיינמאל נישט געהאט א ווארט אין דעם באשלוס. נאך האט די גאווערנמענט'ס לויער ארויסגעברענגט, אז עס איז אינגאנצן נישט אויסגעהאלטן פאר די געריכט צו אורטיילן אויף אזא פאליטיש סענסיטיווע פראגע, צו דאס סוספענדירן די פארליאמענט איז אויסגעהאלטן.

די דזאדזש האט געמאלדן אז ער וועט זיך צוריקקערן צום געריכט זאל מיט אן אורטייל אום פרייטיג צען אזייגער פארמיטאג...

די קארט לאזט די פריים מיניסטער פארמאכען פארלימענט

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 8:21 am
דורך יהלום
וואס פארדינט מאן אויב עס איס סוספענדעט??

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:15 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
בארן קלאפער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין ווייטערדיגע באריכטן איבער ברעקזיט:

היינט - דאנערשטאג פ' ראה - איז פארגעקומען א געריכט סעסיע אין די העכסטע סקאטישע געריכט, וואו 75 מיטגלידער פונ'ם בריטישן פארליאמענט האבן געזוכט ארויסצובאקומען אן אינדזשאקשען אקעגן דאס וואס איז נעכטן געמאלדן געווארן אז מען גייט 'פרורוגירן די פארליאמענט' (סוספענדירן בלע"ז). די אנקלעגער האבן גע'טענה'ט אז דאס סוספענדירן די פארליאמענט אין אזא סענסיטיווע צייט איז 'אומלעגאל און אומקאנסטיטוציאנאל'. פון די אנדערע זייט, האבן די לויער'ס פאר די גאווערנמענט גע'טענה'ט אז דאס סוספענדירן די פארליאמענט איז א מאכט וואס געהערט בלויז פאר די קעניגן - וואס זי טוט אויפן 'אדוויי"ס' פון איר רעגירונג. ווי אויך איז דאס א נארמאלע זאך אז פארליאמענט ווערט פרורגיורט פון צייט צו צייט און פארליאמענט מיטגלידער האבן נאך קיינמאל נישט געהאט א ווארט אין דעם באשלוס. נאך האט די גאווערנמענט'ס לויער ארויסגעברענגט, אז עס איז אינגאנצן נישט אויסגעהאלטן פאר די געריכט צו אורטיילן אויף אזא פאליטיש סענסיטיווע פראגע, צו דאס סוספענדירן די פארליאמענט איז אויסגעהאלטן.

די דזאדזש האט געמאלדן אז ער וועט זיך צוריקקערן צום געריכט זאל מיט אן אורטייל אום פרייטיג צען אזייגער פארמיטאג...

די קארט לאזט די פריים מיניסטער פארמאכען פארלימענט


אויף דערווייל האט דער געריכט נישט געוואלט ארויסגעבן קיין טעמפארערי אינדזשאנקשען (TEMPORARY INJUNCTION), אבער נעקסטע וואך גייט פארקומען א געהעריגע געריכטלעכע פארהער. (יעצט האבן זיי געוואלט ארויסבאקומען אן עמערדזשענסי ארדער). דאס איז אויסכרדעם וואס עס זענען נאך צוויי געריכטן וואס געבן זיך אפ מיט דעי קעיס - די היי קארט אין נארדערן איירלאנד (The High Court of Northern Ireland) ווי אויך די היי קארט אין ענגלאנד. לכאורה וועט דער קעיס נאך אנקומען ביזן סופרים קארט אוו די יונייטעד קינגדאם, ווייל סיי וואס די פסק זאל זיין פון די געריכטן ווי עס ליגט יעצט די קעיס, וועלן די פארלירער - נישט קיין חילוק וועלכע צד - מן הסתם אפעלירן דעם אורטייל.

ונזכה ונחי' ונראה.... א גוט שבת

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:35 pm
דורך זארג נישט
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זענען מיר יעצט געוואויר געווארן, אז אין די לעיבאר פארטיי איז דא מיטגלידער וואס זענען שוין אזוי אויפגעברויזט איבער דעם וואס די קעניגען האט אויספירט איר פליכט און באשטעטיגט א סוספענדירונג פון פארליאמענט, אז זיי וואגן זיך צו שרייבן אויפ'ן טוויטער פלאטפארמע: "די קעניגען זאל זיך אינאכט נעמען וואס עס האט פאסירט מיט איר קאזין - טינא (TINO) - די געוועזענע קעניג פון גריכנלאנד דערנאך וואס די רעכטע זענען ערלויבט געווארן איבערצונעמען דאס מאכט אין לאנד! דאס מאנארכיע איז אומגעווארפן געווארן!

דאס איז א זאך וואס מ'זעהט איבער די גארער וועלט, ווען אימער די לינקע באקומען נישט וואס זיי פארלאנגען - דרייען זיי איבער און מ'נעמט זיך סטראשענען יעדן איינעם. איי די קעניגען האט דאך נישט געהאט קיין אנדערע ברירה????

זיי גייט נישט אן א קעניגן, זיי גייט נישט אן אומשילדיג, יעדער וואס שטייט זיי אין וועג ווערט צוטרויטן. אויב ביזט נישט מיט זיי ביזטו נישט ווערט צו לעבן, נישט קיין נפקא מינה ווי אומשילדיג דו זאלסט זיין.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:39 pm
דורך זארג נישט
יהלום האט געשריבן:וואס פארדינט מאן אויב עס איס סוספענדעט??

די טראבלמעקערס דרייען איבער זייעך קאך שטאטס די פארלימענט. זיי קענען מער נישט שטעלן א ערענסטע ווידערשטאנד צו ברעקסיט וואס האלט ביים געשען.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:41 pm
דורך זארג נישט
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
בארן קלאפער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין ווייטערדיגע באריכטן איבער ברעקזיט:

היינט - דאנערשטאג פ' ראה - איז פארגעקומען א געריכט סעסיע אין די העכסטע סקאטישע געריכט, וואו 75 מיטגלידער פונ'ם בריטישן פארליאמענט האבן געזוכט ארויסצובאקומען אן אינדזשאקשען אקעגן דאס וואס איז נעכטן געמאלדן געווארן אז מען גייט 'פרורוגירן די פארליאמענט' (סוספענדירן בלע"ז). די אנקלעגער האבן גע'טענה'ט אז דאס סוספענדירן די פארליאמענט אין אזא סענסיטיווע צייט איז 'אומלעגאל און אומקאנסטיטוציאנאל'. פון די אנדערע זייט, האבן די לויער'ס פאר די גאווערנמענט גע'טענה'ט אז דאס סוספענדירן די פארליאמענט איז א מאכט וואס געהערט בלויז פאר די קעניגן - וואס זי טוט אויפן 'אדוויי"ס' פון איר רעגירונג. ווי אויך איז דאס א נארמאלע זאך אז פארליאמענט ווערט פרורגיורט פון צייט צו צייט און פארליאמענט מיטגלידער האבן נאך קיינמאל נישט געהאט א ווארט אין דעם באשלוס. נאך האט די גאווערנמענט'ס לויער ארויסגעברענגט, אז עס איז אינגאנצן נישט אויסגעהאלטן פאר די געריכט צו אורטיילן אויף אזא פאליטיש סענסיטיווע פראגע, צו דאס סוספענדירן די פארליאמענט איז אויסגעהאלטן.

די דזאדזש האט געמאלדן אז ער וועט זיך צוריקקערן צום געריכט זאל מיט אן אורטייל אום פרייטיג צען אזייגער פארמיטאג...

די קארט לאזט די פריים מיניסטער פארמאכען פארלימענט


אויף דערווייל האט דער געריכט נישט געוואלט ארויסגעבן קיין טעמפארערי אינדזשאנקשען (TEMPORARY INJUNCTION), אבער נעקסטע וואך גייט פארקומען א געהעריגע געריכטלעכע פארהער. (יעצט האבן זיי געוואלט ארויסבאקומען אן עמערדזשענסי ארדער). דאס איז אויסכרדעם וואס עס זענען נאך צוויי געריכטן וואס געבן זיך אפ מיט דעי קעיס - די היי קארט אין נארדערן איירלאנד (The High Court of Northern Ireland) ווי אויך די היי קארט אין ענגלאנד. לכאורה וועט דער קעיס נאך אנקומען ביזן סופרים קארט אוו די יונייטעד קינגדאם, ווייל סיי וואס די פסק זאל זיין פון די געריכטן ווי עס ליגט יעצט די קעיס, וועלן די פארלירער - נישט קיין חילוק וועלכע צד - מן הסתם אפעלירן דעם אורטייל.

ונזכה ונחי' ונראה.... א גוט שבת

דער היי קארט אין ענגלאנד איז רעכט צו לינק? מיר ווייסען שוין אז דאס געזעץ שפילט שוין נישט א ראלע.

דראמא אין ענגלאנד

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 8:06 pm
דורך פאראינטערסירט
אינטערסאנט אז קיינער האט עס נאכנישט באריכטעט.

די נייער פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט היינט געליטן א שטארקע נידערלאגע ווען 21 מ"פ פון זיין קאנסערוואטיווע טראי פארטיי האבן דעפעקטירט און געשטימט מיט די אפאזיציע און באשטעטיגט א ביל צו איבערנעמען קאנטראל פונעם פארלימענט פלאהר.

כדי אדורכצופירן א ביל וואס זאל בלאקירן א "נאו דיעל ברעקזיט" האט די אפאזיציע אויפגעברענגט א ביל צו איבערנעמען קאנטראל פונעם פארלימענט זאל, אז אזוי זאלן זיי קענען מארגן אויפברענגן א ביל וואס וועט פארבאטן פון ענגלאנד ארויסצוגיין פון די אי-יו אהן א דיעל, און וועט אפשטופן די דעדליין אויף ביז יאנואר 31

נאך עטליכע רעזיגנאציעס אינערהאלב די טראי פארטיי - צוליב קעגנערשאפט צו דזשאנסאן'ס מהלך פון נאו דיעל ברעקזיט - איז דזשאנסאן'ס רוב אינעם פארלימענט געשטאנען צו בלויז 1 אנטקעגן די אפאזיציע,
ביים אפשטימונג פון די ביל צו איבערנעמען קאנטראל האבן 21 רעפרעזענטעטיווס - אריינגערעכנט עטליכע לאנגיעריגע רעספעקטירטע פאליטיקאנטן - רעוואלטירט און געשטימט מיט די אפאזיציע!

די טראי פארטיי האט געווארנט די פארטיי מעמבערס נישט צו וואוטען פאר די ביל, און זיי האבן מקיים געווען די סטראשע און טאקע באשטראפט און ארויסגעווארפן די 21 מ"פ פון די פארטיי, וואס דאס מיינט אז זיי גייען מער נישט קענען לויפן אויף די טראי פארטיי פלאטפארמע אין די דזשענעראל עלעקשענס.

דזשאנסאן האט רעאקציע צום אפשטימונג געזאגט אז אויב גייט מארגן אדורכגיין די "אנטי נאו דיעל ברעקזיט" גייט ער רופן פאר פרישע דזשענעראל עלעקשענס אויף אקטאבער 15, אומגעפער צוויי וואכן בעפאר די ברעקזיט דעדליין.

די אפאזיציע האט געזאגט אז זיי זענען מסכים צו פרישע וואלן, אבער נאר נאכן שטימען אנטקעגן א נאו דיעל ברעקזיט.



דא איז די קורצע און שארפע רעדע פון באריס דזשאנסאן גלייך נאך זיין נידערלאגע אינעם פארלימענט.
באריס דזשאנסאן'ס רעדע האט געשריבן:Let there be no doubt about the consequences of this vote tonight. It means that Parliament is on the brink of wrecking any deal we might be able to strike in Brussels.

"Because tomorrow’s bill would hand control of the negotiations to the EU. And that would mean more dither, more delay, more confusion.

"And it would mean that the EU themselves would be able decide how long to keep this country In the EU.

"And since I refuse to go along with that plan ... we are going to have to make a choice, Mr Speaker. I don’t want an election. The public don’t want an election.

"But if the House votes for this bill tomorrow, the public will have to choose who goes to Brussels on October 17 to sort this out and take this country forward.

"Everyone will know if the Rt Hon Gentleman is the prime minister [a reference to Jeremy Corbyn], he will go to Brussels, he will beg for an extension, you will accept whatever Brussels demands and we’ll have years more arguments over Brexit.

"And by contrast, everyone will know that if I am prime minister, I will go to Brussels, I will go for a deal and get a deal but if they won’t do a deal we will leave anyway on 31 October.

"The people of this country will have to choose.

"The leader of the opposition has been begging for an election for two years.

"I don’t want an election, but if MPs vote tomorrow to stop the negotiations and to compel another pointless delay of Brexit, potentially for years, then that will be the only way to resolve this.

"I can confirm that tonight we will are tabling a motion under the Fixed Term Parliament Act.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:03 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
ייש"כ @פאראינטערסירט,

האמיר אינזינען געהאט צו באריכטן די נייעס - האסטו טונז אויסגעכאפט

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:55 pm
דורך ממה נפשך
זייער אינטערעסאנט פאר מיר צו ליינען אויסלענדישע נייעס. שכח פארן ברענגען.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:21 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
פאראינטערסירט האט געשריבן:אינטערסאנט אז קיינער האט עס נאכנישט באריכטעט.

די נייער פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט היינט געליטן א שטארקע נידערלאגע ווען 21 מ"פ פון זיין קאנסערוואטיווע טראי טארי פארטיי האבן דעפעקטירט און געשטימט מיט די אפאזיציע און באשטעטיגט א ביל צו איבערנעמען קאנטראל פונעם פארלימענט פלאהר.

די ביל איז גראדע צאמגעשטעלט געווארן דורך איינער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי - און די אפאזיציע לעיבאר פארטיי האט מיטגעשטימט.

כדי אדורכצופירן א ביל וואס זאל בלאקירן א "נאו דיעל ברעקזיט" האט די אפאזיציע אויפגעברענגט א ביל צו איבערנעמען קאנטראל פונעם פארלימענט זאל, אז אזוי זאלן זיי קענען מארגן אויפברענגן א ביל וואס וועט פארבאטן פון ענגלאנד ארויסצוגיין פון די אי-יו אהן א דיעל וועט פארלאנגען פונעם פרעמיער מיניסטער זיך אומצוקערן צו די אי.יו. ביוראקראטן און בעטן אז זיי זאלן מסכים זיין נישט ארויסצו-ווארפן די יו.קעי., און וועט אפשטופן די דעדליין אויף ביז יאנואר 31.

נאך עטליכע רעזיגנאציעס אינערהאלב די טארי פארטיי - צוליב קעגנערשאפט צו דזשאנסאן'ס מהלך פון נאו-דיעל ברעקזיט -

ווי אויך האבן די ליבעראל-דעמאקראט'ס געוואנען א ספעשל עלעקשאן

איז דזשאנסאן'ס רוב אינעם פארלימענט געשטאנען ביי בלויז 1 מער פון די אפאזיציע. ביים אפשטימונג פון די ביל צו איבערנעמען קאנטראל האבן 21 רעפרעזענטעטיווס מעמבער'ס - אריינגערעכנט עטליכע לאנגיעריגע רעספעקטירטע פאליטיקאנטן - רעוואלטירט און געשטימט מיט די אפאזיציע!


ווי אויך איז געווען א שטוינענדע פאליטישע ספעקטאקל צו זעהן ווי איינע פון די קאנסערוואטיווע פארטיי דעפעקטירט צו די ליבעראל-דעמאקרט פארטיי אינמיטן דעם פרעמיער מיניסטער'ס רעדע אין פארליאמענט. ער האט אזוי אריבער געשפרייזט די פארליאמענט פלאר פון די קאנסערוואטיווע זייט צו די אנדערע זייט בפני קהל ועדה. שפעטער איז געווארן באריכטעט אז דער יעניגער האט אראנזשירט אז דאס זאל זיין אין די זעלבע רגע וואס זיין רעזיגנאציע בריוו קומט אן צום פרעמיער'ס אפיס.

די טראי פארטיי האט געווארנט די פארטיי מעמבערס נישט צו וואוטען פאר די ביל,

ווייל טאמער יא וועט מען זיי נישט לאזן לויפן ביי די קומענדיגע וואלן אויפן פארטיי ליניע
און זיי האבן מקיים געווען די סטראשע און טאקע באשטראפט און ארויסגעווארפן די 21 מ"פ פון די פארטיי, וואס דאס מיינט אז זיי גייען מער נישט קענען לויפן אויף די טראי פארטיי פלאטפארמע ליניע אין די דזשענעראל עלעקשענס.

דזשאנסאן האט אין רעאקציע צום אפשטימונג געזאגט אז אויב גייט מארגן אדורכגיין די "אנטי נאו דיעל ברעקזיט" גייט ער רופן פאר פרישע דזשענעראל עלעקשענס אויף אקטאבער 15, אומגעפער צוויי וואכן בעפאר די ברעקזיט דעדליין.

דזשאנסאן האט שוין נעכטן געלאזט הערן אז ער גייט באטראכטן די היינטיגע אפשטימונג - איבער צונעמען די קאנטראל פון די צייט פלאן- אלס א 'צוטרוי אפשטימונג', און אויב פארלירט ער די היינטיגע אפשטימונג וועט ער אויפברענגען זיין אייגענע ביל צו פאררופן וואלן (געשאצט אויף אקטאבער 14-15).

די אפאזיציע האט געזאגט אז זיי זענען מסכים צו פרישע וואלן, אבער נאר נאכן שטימען אנטקעגן א נאו דיעל ברעקזיט.

דזשערעמי קארבין - פירער פון די אפאזיציע לעיבאר פארטיי - האט טאקע געזאגט ביי א רעדע אז ער איז גרייט און וויליג זיך צו פארמעסטן אין א זשענעראל עלעקשאן, איז אבער די פארטיי פירערשאפט ביטער צוריסן אינערליך צו ס'לוינט זיך אדער נישט - הגם אז לכאורה וועלן זיי נישט קענען אפזאגן אזא פארשלאג... די געוועזענע לעיבאר פארטיי פירער און פרעמיער טאני בלעיר האט טאקע נעכטן געזאגט ביי א גרויסארטיגע רעדא אז קארבין זאל זיך נישט לאזן ארייננארן אין פאסטקע.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 12:16 am
דורך פאראינטערסירט
יישר כוח פארן אויסקלארן!
און אדרבה אפשר שארט איהר ארויף דעם ארבעל אין הייבט אהן צו באריכטן מהנעשה ונשמע אין בריטאניע.


עטליכע הערות.
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:די טראי פארטיי האט געווארנט די פארטיי מעמבערס נישט צו וואוטען פאר די ביל,
ווייל טאמער יא וועט מען זיי נישט לאזן לויפן ביי די קומענדיגע וואלן אויפן פארטיי ליניע
און זיי האבן מקיים געווען די סטראשע און טאקע באשטראפט און ארויסגעווארפן די 21 מ"פ פון די פארטיי, וואס דאס מיינט אז זיי גייען מער נישט קענען לויפן אויף די טראי פארטיי פלאטפארמע ליניע אין די דזשענעראל עלעקשענס.

זיי זענען ארויסגעווארפן שוין יעצט פון די פארטיי אז זיי קענען מער נישט זיצן מיט די פארטיי.

ביידעוועי וואס מיינט די Whip וואס די טראי פארטיי האט צוגענומען פון די 21 רעבעלן?

די אפאזיציע האט געזאגט אז זיי זענען מסכים צו פרישע וואלן, אבער נאר נאכן שטימען אנטקעגן א נאו דיעל ברעקזיט.
דזשערעמי קארבין - פירער פון די אפאזיציע לעיבאר פארטיי - האט טאקע געזאגט ביי א רעדע אז ער איז גרייט און וויליג זיך צו פארמעסטן אין א זשענעראל עלעקשאן, איז אבער די פארטיי פירערשאפט ביטער צוריסן אינערליך צו ס'לוינט זיך אדער נישט - הגם אז לכאורה וועלן זיי נישט קענען אפזאגן אזא פארשלאג... די געוועזענע לעיבאר פארטיי פירער און פרעמיער טאני בלעיר האט טאקע נעכטן געזאגט ביי א גרויסארטיגע רעדא אז קארבין זאל זיך נישט לאזן ארייננארן אין פאסטקע.

וואָס איז די פאסטקע און פארוואס זאל די אפאזיציע נישט שטיצן פרישע וואלן?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:22 am
דורך Think and Thank
פאראינטערסירט האט געשריבן:
די אפאזיציע האט געזאגט אז זיי זענען מסכים צו פרישע וואלן, אבער נאר נאכן שטימען אנטקעגן א נאו דיעל ברעקזיט.
דזשערעמי קארבין - פירער פון די אפאזיציע לעיבאר פארטיי - האט טאקע געזאגט ביי א רעדע אז ער איז גרייט און וויליג זיך צו פארמעסטן אין א זשענעראל עלעקשאן, איז אבער די פארטיי פירערשאפט ביטער צוריסן אינערליך צו ס'לוינט זיך אדער נישט - הגם אז לכאורה וועלן זיי נישט קענען אפזאגן אזא פארשלאג... די געוועזענע לעיבאר פארטיי פירער און פרעמיער טאני בלעיר האט טאקע נעכטן געזאגט ביי א גרויסארטיגע רעדא אז קארבין זאל זיך נישט לאזן ארייננארן אין פאסטקע.

וואָס איז די פאסטקע און פארוואס זאל די אפאזיציע נישט שטיצן פרישע וואלן?

ווייל אויב דזשאנסאן קומט ארויס שטערקער ווי פריער וועלן זיי האבן א שווערערע פעלד ווי פריער.
(עס איז בעיסיקלי די געמבל וואס מען נעמט יעדעס מאל מען פאררופט פרישע וואלן. זעהט אבער אויס אז דזשאנסאן האלט אזער וועט פארדינען דערפון, ממילא קען ער באשטיין צו פאררופן פרישע וואלן. זעהט אויס אז בלעיר האלט די זעלבע.