נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

וואוו!דער אלעקסיי איז פיינע נייעס. כהאב זייער האנה פין דיינע באריכטן, זייער קלאר אין שיין. קופ איט אפ.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

בעריש'ל האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:אגב איז זייער אינטערעסאנט וויאזוי די פארלעמענט אין ענגלאנד ארבעט

יעדער שרייעט קולות

קוקט אויס ווי א כיתה ד' קלאס אין לאנטשראם ביי ריסעס

אזוי קוקט אויס ווען יעדער האט רשות הדיבור דאס איז דעמאקראטיע.

דעמאקראטיע מיינט נישט אז מען מוז זיך אויפפירן ווי כתה ד' קינדער. מען מעג, אבער מען 'מוז' נישט. אפי' די אמעריקאנער קאנגרעס איז מעטשור קעגן די בריטישע פארלאמענט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

Think and Thank האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:אגב איז זייער אינטערעסאנט וויאזוי די פארלעמענט אין ענגלאנד ארבעט

יעדער שרייעט קולות

קוקט אויס ווי א כיתה ד' קלאס אין לאנטשראם ביי ריסעס

אזוי קוקט אויס ווען יעדער האט רשות הדיבור דאס איז דעמאקראטיע.

דעמאקראטיע מיינט נישט אז מען מוז זיך אויפפירן ווי כתה ד' קינדער. מען מעג, אבער מען 'מוז' נישט. אפי' די אמעריקאנער קאנגרעס איז מעטשור קעגן די בריטישע פארלאמענט.

די אמעריקאנער קאנגרעס איז נישט גענוג דעמאקראטיג לדעתי
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אויך מיר אדאלטס דער אמעריקאנער קאנגרעס, גרויסע קינדער קענען זיך אויסגלייכן אויף זאכן וואס זיי דיסעגריען זיי ווייסן שוין היינט נישט ווי אזוי מען טוט דאס
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

ליין איבער. 'קעגן די ענגלישע פארלאמענט' איז אפי' די אמעריקאנער קאנגרעס ערוואקסן.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yitzchok Shmiel »

איז נאך דא א מעגליכקייט פאר א נאו דיעל ברעקזיט
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

Yitzchok Shmiel האט געשריבן:איז נאך דא א מעגליכקייט פאר א נאו דיעל ברעקזיט


עטליכע מעגליכקייטן.

קודם איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די אי-יו גייט נישט געבן קיין עקסטענשאן, כדי צו באקומען אן עקסטענשאן דארפן די אי-יו לענדער שטימען דערפאר.

צווייטנס איז דא צומישטע סטעיטמענטס אויב דזשאנסאן גייט יא אדער נישט בעטן פאר א פארלענגערונג, אויב בעט ער נישט קיין פארלענגערונג גייט ברעקזיט אויטאמאטיש אריין אין קראפט אקטאבער 31, (הגם ער קען לכאורה אפי' ווערן ארעסטירט אויב ער בעט נישט קיין עקסטענשאן)

דריטנס די רעגירונג גייט טשעלענדזשן אין געריכט די ביל וואס די פארלימענט האט אדורכגעפירט וואס פארלאנגט פון דזשאנסאן צו בעטן אן עקסטענשאן.

פערטנס אױב די פארלימענט גייט שטימען צו אנולירן די א.ד. ביל.

אויך טענה'ט דזשאנסאן אז ער גייט פרובירן צו מאכן א דיעל נאך פאר די דעדליין.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

סוספענדירונג פון פארליאמענט איז אומלעגאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין א שטארקע סורפרייז איז היינט ארויסגעקומען די אורטייל פונעם העכסטן סקאטישע געריכט - די איננער הויז אוו די קארט אוו סעשאנס - אז דאס וואס פרעמיער זשאנסאן האט געראטן פארן קעניגן צו פרארוגירן - סוספענדירן - דעם פארליאמענט אויף ביז אקטאבער 14, איז אומלעגאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאלגענד וועלמיר פרובירן צו נאכברענגן פונעם אורטייל (דאס איז בלויז א קיצור פונעם אורטייל, ווי אויך ווערט נישט אנגעגעבן די לעגאלע יסודות אויף וואס די אורטיל איז באזירט. די פולע ווערסיע וועט ארויסקומען פרייטאג):
"די איננער הויז אוו די קארט אוו סעשאנס האט געאורטיילט אז די פריים-מיניסטער'ס ראט פאר איר מאיעסטעט די קעניגן, אז די בריטישע פארליאמענט זאל זיין סוספענדירט פון סעפטעמבער 10 ביז אקטאבער 14, איז געווען אומלעגאל, ווייל עס האט א סיבה פון שטערן די פארליאמענט."

דא לאזן זיי זיך אריין אין השתלשלות הדברים פון די ארגינעלע קלאגע, און די אורטייל פונעם נידעריגע געריכט אז עס איז א פאליטישע פראגע און 'אומ-אוטיילבאר' פאר די געריכטן (NON-JUSTICIABLE), און אז מען האט אפעלירט צום דאזיגן געריכט.

"אלע דריי ריכטער האבן באשלאסן אז די פרעמיער'ס אדווייס צו די קעניגן איז יא 'אורטיילבאר' פאר די געריכטן; עס איז מאטיווירט צוליב די אומריכטיגע סיבה פון שטערן די ארבעט פון פארליאמענט; און אז דאס (די 'אדווייס' פון זשאנסאן פארן קעניגן) און דאס וואס האט נאכגעפאלגט (די סוספענדירונג) איז אומלעגאל.

די לארד פרעזידענט (די העכסטע ריכטער אויפן דאזיגן געריכט), לארד קארלאוועי, האט באשלאסן אז טראץ וואס די 'אדווייס' וואס ווערט געגעבן צו איר מאיעסטעט די קעניגן איז אין געווענליכע אומשטענדן 'אומ-אוטיילבאר' דורך די געווענליכע פראצעדורן פון 'זשודישאל-רעוויו', איז עס דאך אומלעגאל ווען עס ווערט געגעבן מיטן צו שטערן די ארבעט פון פארליאמענט צו איבערזיכטן די עקזעקיוטיוו. די יעצטיגע אומשטענדן, ווי אויך די דאקומענטן וואס זענען איבערגעגעבן געווארן דורכ'ן נתבע (פרעמיער'ס אפיס) צייגן אן אז דאס - שטערן די איבערזיכט פון פארליאמענט - איז געווען די ריכטיגע סיבה פונעם סוספענדירונג.

לארד בראדי האט אין באטראכט גענומען אז טראץ וואס ווען די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן וואלט עס לכאורה געווען אומ-אורטיילבאר, קען אבער די יעצטיגע סוספענדירונג, צוליב וואס עס ווערט געטוען אלס א מיטל צו שטיין אין וועג פון פארליאמענט, יא באטראכט ווערן אלס אורטיילבאר.

לארד דרומאנד-יאנג האט איינגעזעהן אז די געריכטן האבן יא די יוריסדיקציע צו מחליט זיין, אויב סיי וועלכע מאכט איז געווארן באנוצט אויף א לעגאלע פארנעם. עס ליגט די פליכט אויפן בריטישן רעגירונג צו ווייזן א אויפריכטיגע סיבה פארן סוספענדירונג - פראראגעישאן, נעמענדיג אין באטראכט די קאנסטיטוציאנאלע וויכטיגקייט אז פארליאמענט זאל האבן איבערזיכט אויפן עקזעקיוטיוו. די אומשטענדן, ובפרט די לענג פונעם סוספענדירונג, ווייזן אז די סיבה איז געווען צו אפהאלטן די דאזיגע איבערזיכט, די דאקומענטן צוגעשטעלט - דורכ'ן פרעמיער'ס אפיס - געבן נישט אהן קיין צווייטע סיבה אויף דעם. די איינציגע מסקנא וואס ווערט ארויסגענומען איז אז די בריטישע רעגירונג און פרעמיער-מיניסטער האבן געוואלט אפהאלטן די פארליאמענט.

די געריכט גיט דעריבער ארויס א באפעל אז די פרעמיער'ס אדווייס פאר איר מאיעסטעט די קעניגן, און די פראראגעישאן וואס האט נאכגעפאלגט איז געווען אומלעגאל, און דעריבער בטל און 'אוו נאו עפעקט'."
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין א שטארקע סורפרייז איז היינט ארויסגעקומען די אורטייל פונעם העכסטן סקאטישע געריכט - די איננער הויז אוו די קארט אוו סעשאנס - אז דאס וואס פרעמיער זשאנסאן האט געראטן פארן קעניגן צו פרארוגירן - סוספענדירן - דעם פארליאמענט אויף ביז אקטאבער 14, איז אומלעגאל.

סוי וואס גייט יעצט זיין?
מ'גייט צוריק עפענען די פארלימענט?
די רעגירונג גייט עס אפעלירן?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין א שטארקע סורפרייז איז היינט ארויסגעקומען די אורטייל פונעם העכסטן סקאטישע געריכט - די איננער הויז אוו די קארט אוו סעשאנס - אז דאס וואס פרעמיער זשאנסאן האט געראטן פארן קעניגן צו פרארוגירן - סוספענדירן - דעם פארליאמענט אויף ביז אקטאבער 14, איז אומלעגאל.

סוי וואס גייט יעצט זיין?

די רעגירונג האט געמאלדן אז זיי זענען היבש אומצופרידן מיטן אורטייל - והוא פשוט מאוד. דערווייל א'נישט דא קיין פלענער צו עפענען, עכ"פ ביז נאכן אפעלירן. ווי אויך ברויך מען געדענקען אז פאריגע וואך איז שוין ארויסגעקומען א אורטייל פון די 'היי-קארט' אז ס'איז בכלל נישט דא קיין קעיס דא (וועלמיר אי"ה באלד ארויפשטעלן). נמצאו שני געריכטן המכחישים זא"ז, עד שיבא הגריכט השלישי ויכריע ביניהם.

מ'גייט צוריק עפענען די פארלימענט?

עס איז דא פון די אפאזיציע פארטייען וואס זענען שוין אנגעקומען צום פארליאמענט פארלאנגענדיג מ'זאל זיי אריינלאזן. ווי אויך זענען מערערע אפאזיציע פיגורן ארויסגעקומען מיט הויכע וויי-געשרייען אז מ'ברויך שוין יעצט זאפארט צוריק אנהייבן מיט די ארבעט פון זיך "צוגרייטן" צו ברעקזיט.

די רעגירונג גייט עס אפעלירן?

די רעגירונג האט געמאלדן אז זיי וועלן דאס אפעלירן אינאיינעם מיטן אפיעל וואס קומט פאר - צוליב אן אנדערע קעיס - קומענדיגע דינסטאג פארן 'סופרים קארט'.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ווי שוין באריכטעט איז נעכטן - מיטוואך - ארויסגעקומען די אורטייל פונעם סקאטישן געריכט אז די סוספענדירונג פונעם פארליאמענט איז אומלעגאל. אין די זעלבע צייט, בלויז עטליכע שעה דערויף, איז ארויסגעקומען די געשריבענע "דזשאזשמענט" (JUDGMENT) פונעם העכסטן ענגלישן געריכט - די רולינג האבן זיי שוין געגעבן פאריגע וואך, אבער געשריבן איז נאר ארויסגעקומען נעכטן - אז דאס סוספענדירן די פארליאמענט איז א ריין פאליטישע פראגע און קען נישט גאורטיילט ווערן אין א געריכט, צוליב וואס עס זענען נישט דא קיין געזעצליכע פארשטריפטן אויף דעם פראצעדור.

אין אנדערע נייעס, האט "די היי-קארט אוו זשאסטיס אין נארדערן-איירלאנד" (THE HIGH COURT OF JUSTICE IN NORTHERN IRELAND) היינט צופרי ארויסגעווארפן א קלאגע וואס איז געברענגט געווארן קעגן א "נאו-דיעל" ברעקזיט. די אנקלעגער האבן גע'טענה'ט אז א "נאו-דיעל" ברעקזיט, אין וועלכע צפון-איירלאנד און איירלאנד וועלן האבן אנדערע געזעצן איבער פארשידענע זאכן, טוט פארלעצן די "גוד-פריידעי אגרימענט" (GOOD FRIDAY AGREEMENT) וואס האט איינגעשטעלט שלום און רואיגקייט אויפן צוטיילטן אינזל פון איירלאנד נאך העכער 30 יאר פון בלוטיגע אומרוען און שלאכטן. די געריכט האט היינט געזאגט אז די פראגע איז א פאליטישע און דעריבער נישט אין די ראמען פון א געריכטליכע אורטייל, אן אפיעל ווערט ערוואטערט קומענדיגע וואך, ביי די "סופרים-קארט אוו די יונייטעד קינגדאם", אינאיינעם מיט די אנדערע אפיעל'ס וואס גייען פארקומען בנוגע ברעקזיט.

נ.ב. וועלן מיר פרובירן, בעזרת השי"ת, ארויפצושטעלן די אורטייל פונעם געריכט - איבערגעזעצט אויף אידיש
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ש'כח אלעקסיי
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די פרעמיער-מיניסטער פונעם קליינעם פיצי לענדל "לוקסעמבורג", האט אין אן אינטערווין מיט די אמעריקאנער פאליטישע-מידיע ריז "פאליטיקא" געלאזט הערן אז ער זעהט נישט קיין סיבה פארוואס צוצושטימען אויף א פארלענגערונג צום ברעקזיט. "איך וויל נישט פארמאכן די טיר אויף לאנדאן" - פון צו באקומען א פארלענגערונג - "אבער אויב זאל זיין אן עקסטענשאן וועט מוזן זיין א שטארקע סיבה דערצו. אויף דערווייל איז נאר דא איין אפמאך אויפן טיש, איך זעה נישט צו וואס פעלט אויס אן עקסטענשאן, צו וואס פעלט אויס א פרישע דיעל, דאס איז די בעסטע וואס איז מעגליך. אויב איז דא א סיבה - פאר א דילעי - וועל איך עס אננעמען, אבער דערווייל האב איך נישט קיין סיבה, ניטאמאל ווייס איך וואו זיי צילן און וואס זיי ווילן."

די ווערטער זאגט פון זיך אסאך, כדי צו באקומען אן עקסטענשאן מוזן אלע 27 אי.יו. לענדער איינשטימען דערצו. ביז יעצט האט מען געוואוסט אז פראנקרייך וועט נישט וועלן מסכים זיין, אבער פאריגעס מאל האבן זיי אויך נישט געוואלט און צום סוף האבן זיי יא מסכים געווען, האט מען געטראכט אז יעצט וועלן אויכעט ווי-נישט מסכים זיין. אבער דא קומט א פיצי לענדל - וואו עס וואוינען קארגע בערך 600,000 מענטשן - און זיי זאגן אז זיי זענען גאר די וואס וועלן נישט מסכים זיין, קען עס זיין א שטארקע שטופ פאר אנדערע לענדער אויכעט זיך צו פר'עקש'נען נישט נאכצוגעבן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די "לעיבאר פארטיי" פירערשאפט איז ביטערליך צוריסן אין אן אינערליכע ברודער-קריג איבער וועלכע צוגאנג די פארטיי זאל אננעמען לגבי ברעקזיט.

די פירער פון די פארטיי, זשערעמי קארבין, האט אויסגעדרוקט זיין מיינונג אז קודם ברויך פארקומען א "זשענעראל עלעקשאן", אויב לעיבאר קומט אריין אין גאווערנמענט דארף מען גיין פארהאנדלען אויף א פרישע אפמאך מיט די אי.יו. - A CREDIBLE DEAL -, דערנאך זאל פארקומען א רעפערענדום איבער וואס דער עולם וויל, אדער בלייבן אין די אי.יו. אדער ארויסגיין מיט זיין אפמאך. אבער.... לעיבאר וועט דעמאלטס קאמפינען אז מ'זאל בלייבן אין די אי.יו.

ווידער די דעפיוטי פירער, טאם וואטסאן, האט זיך געלאזט הערן אז קודם ברויך פארקומען א רעפערענדום איבער ברעקזיט, היות ס'דאך נישט דא אזא זאך ווי א גוטע ברעקזיט, ווי אויך איז די לעצטע רעפערענדום פארגעקומען מיט העכער פיר יאר צוריק (און ממילא...???), דעריבער דארף זיין א רעפערענדום צי דער עולם וויל עס נאך בכלל.

און אויף דעם ארויף, צו קודם ברויך זיין א "זשענעראל עלעקשאן" אדער פריער זאל פארקומען א רעפערענדום שלאגט מען זיך און זיי רייסן זיך ביי די קעפ....

ווי זאגט יענער: אבי נישט צווישן אידען... :smile: :smile:
חנן בן עכבור
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן בן עכבור »

נייס זשאב אלעקסיי, אונזער הבל פון גרויס בריטאניע!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין געוויסע פרעסע באריכטן ווערט אנגעוויזן אי.יו נעגאשיעטאר'ס קוקן זיך צו מיט שאק, שטוינונג און סורפרייז צו זשערעמי קארבין'ס מהלך המחשבה. ווי שוין געשריבן, האלט קארבין אז מ'דארף פארהאנדלן אויף אן אפמאך מיט די אי.יו, און דערנאך ווען עס קומט פאר א רעפערענדום זאל מען קאמפיינען צו בלייבן אין די אי.יו. עס ווערט אנגעוויזן, אז אי.יו באאמטע האבן זיך דורכגעשמועסט מיט, און ארויסגעהאלפן אפאזיציע געזעצגעבער איבער וויאזוי מ'קען שטערן די ברעקזיט פארהאנדלונגען. יעצט רייסן זיי זיך די האר פון קאפ, זאגענדיג "זיי ווילן פארהאנדלן אויף א 'קרעדיבל' אפמאך, כדי צו קענען קאמפיינען אקייגן דעם??? דאס איז טאטאל משוגע. וויאזוי קענען מיר פארהאנדלען מיט אזעלכע מענטשען? זייערע דמיונות'דיגע מחשבות זענען עני טיים נאך אזוי שלעכט ווי די קאנסערוואטיוו'ס - אויב נישט נאך ערגער."
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חנן בן עכבור האט געשריבן:נייס זשאב אלעקסיי, אונזער הבל פון גרויס בריטאניע!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@אלעקסיי וואס וועסטו טון נאך ברעקזיט (אויב עס וועט דורכגיין)?.......
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קארבין האט די חסרונות פון בערני פלאס טראמפ, און נאך, נישט קיין וואונדער אז דאס לאנד האט אים אזוי פיינט אז עס לוינט אים נישט צו האבן וואלן, אפילו דזשאנסאן סטראגעלט ביטער.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
Yitzchok Shmiel האט געשריבן:איז נאך דא א מעגליכקייט פאר א נאו דיעל ברעקזיט


עטליכע מעגליכקייטן.

קודם איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די אי-יו גייט נישט געבן קיין עקסטענשאן, כדי צו באקומען אן עקסטענשאן דארפן די אי-יו לענדער שטימען דערפאר.

צווייטנס איז דא צומישטע סטעיטמענטס אויב דזשאנסאן גייט יא אדער נישט בעטן פאר א פארלענגערונג, אויב בעט ער נישט קיין פארלענגערונג גייט ברעקזיט אויטאמאטיש אריין אין קראפט אקטאבער 31, (הגם ער קען לכאורה אפי' ווערן ארעסטירט אויב ער בעט נישט קיין עקסטענשאן)

דריטנס די רעגירונג גייט טשעלענדזשן אין געריכט די ביל וואס די פארלימענט האט אדורכגעפירט וואס פארלאנגט פון דזשאנסאן צו בעטן אן עקסטענשאן.

פערטנס אױב די פארלימענט גייט שטימען צו אנולירן די א.ד. ביל.

אויך טענה'ט דזשאנסאן אז ער גייט פרובירן צו מאכן א דיעל נאך פאר די דעדליין.


נאך א אפשאן איז בעטן פאר א עקסטענשאן אין וואטן אקעגן דעם אין די אי. יו. ווי ענגלאנד האט וועטא מאכט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין א מעכטיגע און הילכיגע פראסק פאר די לעיבאר פארטיי ווערט היינט באריכטעט אז די "ברעקזיט פארטיי" - געגרינדעט מיט ווייניגער ווי א יאר צוריק, מיטן ציל צו פאראויס שטופן ברעקזיט - האט איבערגענומען קאנטראל פון די "הארטלפול קאונסיל". די קאונסיל געונט זיך אין א די "נארט-איסט" (צפון מזרח ענגלאנד), און ביים רעפערענדום פאר דריי יאר צוריק האבן בערך 70% געשטימט אוף צו פארלאזן די אי.יו., און איז ביז לעצטענס געווארן געפירט דורך א לעיבאר קאנטראלירטע קאונסיל. שוין אין מארטש, ווען עס זענען פארגעקומען לאקאלע וואלן, האט די לעיבאר פארטיי פארלוירן איר קאנטראל - צוליב "א פארטיי וואס איז שטארק צוטיילט איבער ברעקזיט", אבער נעכטן איז געמאלדן געווארן אז 9 ברעקזיט פארטיי מיטגלידער האבן זיך צאמגעשטעלט מיט 3 קאנסערוואטיווע מיטגלידער צו פארמירן די גרעסטע גרופע אינעם קאונסיל - די קאונסיל באשטייט פון 33 זיצן, אבער זיי זענען די גרעסטע פאראייניגטע גרופע.

דאס איז די ערשטע מאל וואס די ברעקזיט פארטיי פירט א לאקאלע קאונסיל, און איז א שטארקע סימבאלישע זיג.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

וואס איז די נעקסטע סטעפ אין די פראסעס?
וואס ווארט מאן יעצט צו זעהן?
וואס גייט זיין די נעקסטע נייעס אין די ברעקסיט פרשה?
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין א מעכטיגע און הילכיגע פראסק פאר די לעיבאר פארטיי ווערט היינט באריכטעט אז די "ברעקזיט פארטיי" - געגרינדעט מיט ווייניגער ווי א יאר צוריק, מיטן ציל צו פאראויס שטופן ברעקזיט - האט איבערגענומען קאנטראל פון די "הארטלפול קאונסיל". די קאונסיל געונט זיך אין א די "נארט-איסט" (צפון מזרח ענגלאנד), און ביים רעפערענדום פאר דריי יאר צוריק האבן בערך 70% געשטימט אוף צו פארלאזן די אי.יו., און איז ביז לעצטענס געווארן געפירט דורך א לעיבאר קאנטראלירטע קאונסיל. שוין אין מארטש, ווען עס זענען פארגעקומען לאקאלע וואלן, האט די לעיבאר פארטיי פארלוירן איר קאנטראל - צוליב "א פארטיי וואס איז שטארק צוטיילט איבער ברעקזיט", אבער נעכטן איז געמאלדן געווארן אז 9 ברעקזיט פארטיי מיטגלידער האבן זיך צאמגעשטעלט מיט 3 קאנסערוואטיווע מיטגלידער צו פארמירן די גרעסטע גרופע אינעם קאונסיל - די קאונסיל באשטייט פון 33 זיצן, אבער זיי זענען די גרעסטע פאראייניגטע גרופע.

דאס איז די ערשטע מאל וואס די ברעקזיט פארטיי פירט א לאקאלע קאונסיל, און איז א שטארקע סימבאלישע זיג.

איך בין נישט באקאנט אין די ענגלישע לאקאלע פאליטיק, אבער איז דאס טאקע א "מעכטיגע און הילכיגע פראסק" פאר די נאציאנאלע לעיבאר פארטיי אז די קאונסיל אין א קליינטשיגע טאון אין א פארשטיפטע דארפישע ראיאן אין צפון טייל פון לאנד וואס האט געשטימט איבערוויגנד פאר ברעקזיט האבן די פרא ברעקזיט פארטייען זיך פאראייניגט איבערצונעמען קאנטראל פון א מינאריטעט לעיבאר פירערשאפט?
איך קען הערן אז דאס איז סימבאלישער געווינס פארן ברעקזיט פארטיי, אבער איך צווייפל אז דאס איז עפעס מער ווי דעם.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

@אלעקסיי ערשטענס שכוח פאר די באריכטן, אבער לויט ווי אזוי ס'קוקט אויס זענט איר שטארק פאר ברעקזיט, איז נישט פאר די אידן בעסער צו בלייבן אין די אי.יו.??
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”