נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 10:39 am

מזל טוב מקודשת!

די קעניגן האט נארוואס געלייגט איהר זיגל אויף באריס דזשאנסאן'ס ברעקזיט דיעל.
מיט דעם איז דאס געווארן אן אפיציעלע פארלימענט אקט און געזעץ.

Screenshot_20200123-102935~2.png
Screenshot_20200123-102935~2.png (376.6 KiB) געזעהן 1727 מאל


עס דארף נאך באקומען א באשטעטיגונג פון די אייראפעאישע פאראיין, עס איז ערווארטעט אז זיי וועלן דאס באשטעטיגן אנפאנג קומענדיגע וואך.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 1:12 pm

מארגן פרייטאג וועט זיין א היסטארישער טאג פאר אייראפע, ווען ענגלאנד וועט זיך אפיציעל אפרייסן פונעם אייראפעאישן יוניאן און דער ברעקזיט וועט אריינגיין אין אפעקט. עס וועט זיין דאס ערשטע מאל אינעם יוניאן'ס עקזיסטענץ וואס א לאנד טרייסלט זיך אפ דערפון.

די ברעקזיט וועט אריינגיין אין אפעקט, כמעט פיר יאר נאכדעם וואס א מערהייט פונעם בריטישן פאלק האט געשטימט צו באשטעטיגן דאס זיך אפרייסן אין א נאציאנאלן רעפערענדום. עס איז ענדגילטיג ערלעדיגט געווארן דורך פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן.

אויף דערווייל וועט זיך פאקטיש גארנישט טוישן אין באצוג צו טראוועל, האנדל און קאסטומס צווישן ענגלאנד און אנדערע אייראפעאישע יוניאן לענדער, ווייל אצינד האבן די באאמטע בערך 10 מאנאטן אויסצוארבעטן די אלע דעטאלן אויפן לאנגען צוקונפט.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 2:31 pm

נישט פארגעסן ארויס צונעמען די בראנפן פון פריזער. סליגט שוין פארשיפט אין די אונטרשטע שעלף
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג ינואר 31, 2020 2:44 pm

ברעקזיט גייט אריין טעכניש אריין אין עטליכע שעה ארום.

היינט 11 ביינאכט ( 6 נאכמיטאג ניו יארק זייגער.) גייט ענגלאנד זיך אפיציעל שיידן פון די אייראפעאישע פאראיין.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 01, 2020 9:02 pm

מיט גרויס פרייד/אנטוישונג איז אויפגענומען געווארן די בשורה אז ברעקזי"ט איז אפיציעל געשען פארלאפענעם פרייטאג-צו-נאכטס.

אין צודרייטונג צום אפרייס פון די פאראיין פון אייראפע'אישע לענדער האט א געוויסע אפארטמענט בילדינג ארויסגעשטעלט א צעטל צו בעטן די טענענט'ס וואס קומען פון אויסלאנד אז זי זאלן ווי שנעלער איינגעוואוינען צו רעדן ענגליש.

ביטע רעדן ענגליש.png
ביטע רעדן ענגליש.png (319.18 KiB) געזעהן 1447 מאל
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 02, 2020 12:40 am

#נאצי דייטשלאנד
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג פאברואר 02, 2020 12:47 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:#נאצי דייטשלאנד

מען קען דיסעגריען מיט די צעטל הענגער אן אווער ריעקטען מיט א זיבען ביליאן מייל ווייטע משל.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 02, 2020 12:53 am

יא יא, אזוי האט מען געזאגט אין דייטשלאנד אויך..

"זיי ווילען זיך נאר אביסל אננעמען פאר זייער אייגענע לאנד"
"מ'דארף נישט פאניקן/אווערריעקטן פון אפאר צוהיצטע יוגענט"...

כ'קען נישט פארשטייען א היימישע איד וואס האט געשטימט פאר "ליעוו", אפילו דו האלטסט אז ס'גוט פארן לאנד, איז עס נאכאלס נישט גוט פאר די סעיפטי פון די אידן דארט (ענ"ד).
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג פאברואר 02, 2020 1:07 am

ווער האט דיר געזאגט אז מען האט אזוי געזאגט אין דייטשלאנד?

ווען היטלער האט איבערגענומען דייטשלאנד האט ער די ערשטע זאך געשטעלט א געזעץ אוועק צו נעמען פערזענליכע און ציווילע פרייהייט פון אלע מענטשען אזוי זאל ער קענען זיך אפרעכענען מיט זיינע פאליטישע קעגנער.

איינער ווייסט עפעס פון דעם אין ענגלאנד?!

יעצט טאמער גייסטו נאך איינמאל די צווי זאכען פארגלייכען גיי איך דיר איבער געבען אין די מויל פון הייקינד.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » זונטאג פאברואר 02, 2020 4:23 pm

א) דאס צעטל איז א גאר ראסיסטישע צעטל. ב) איך גלייך אויך נישט ווען מען לויפט גראד צו נאצי-דייטשלאנד.

פאר ווער עס פארשטייט נישט אליין, דו צעטל איז נישט געווארן אויפגעהאנגען דורך די באאמטע. (די בילדינג געהערט פאר די סיטי).

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג פאברואר 02, 2020 5:10 pm

האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצף?!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יוני 17, 2020 5:05 pm

אין פרישע אנטוויקלונגען הערט מען די וואך פון די האנדלס מינסטארן פון אסטראליע און ניו-זילאנד אז זיי זענען שוין גרייט פאר געשפרעכן מיט ענגלאנד איבער די האנדל-און-וואנדל אין די פאס"ט ברעקזיט עפאכע. ווי ס'איז ערוואטערט זוכן אלע ביידע צדדים צו ארויסקומען מיט אן אפמאך וואס טוט פארמערן די האנדל צווישן די לענדער מיט ווי ווייניגער שטרויכלונגען (טעריף'ס, פעיפער-ווארק וכדו').

ווי ס'הייסט יעצט וועלךן די געשפרעכן מיט אסטראליע זיך אנפאנגען אום JUNE 29 - צוליב די וויירוס וולען די געשפרעכן פארקומען אויף א רימאו"ט פארנעם.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יוני 17, 2020 5:08 pm

אין אנדערע נייעס, טוען געוויסע צייטונגען באריכטן אז פרעמיער מיניסטער זשאנסאן גרייט זיך אוועקצושפאצירן פון די פארהאנדלונג'ס טישל מיט אייראפע אויב איז נישטא קיין פארטיגע אפמאך ביז ענדע JULY.

צו די זעלבע צייט טוט אייראפע אויסדרוקן איר פולקאמע ווילן צו גרייכן אן אפמאך וואס טוט צופרידנשטעלן ביידע זייטן, אבער זיי זאגן אז די דעדליין איז ערשט ענדע OCTOBER, וואס דעריבער ווילן זיי זיך נישט אזוי צויאגן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

Re: נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

תגובהדורך טוב ויפה » מיטוואך יוני 17, 2020 8:53 pm

וואאאאאס???? ברעקזיט??? יויש! כהאב אינגאנצן פארגעסן!

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 9:36 pm

פרישע באריכטן דערציילן איבער א געהעכערטע שאנס אז די יו.קעי. זאל גענצליך איבערלאזן די אי.יו. אן קיין געהעריגע אפמאך.

די עיקר טייל אויף וואס די צוויי זייטן שלאגן זיך יעצט איז איבער "סטעיט עיד" רעגולעישאן'ס - ד.ה. מיט וויפיל געלטער די רעגירונג מעג סובסידייזן א פירמע אין לאנד, וואס די אי.יו. האט גאר שטרענגע רעגולעישאן'ס דערוועגן און זיי ווילן אז ענגלאנד זאל זיך אויך האלטן דערצו, אין די צייט וואס ענגלאנד טענה'ט 'איך בין א זעלבסט-שטענדיג לאנד' און כ'קען מאכן מיינע אייגענע באגרעניצונגען.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 6:47 pm

באריכטן גיבן אן אז פרעמיער מיניסטער זשאנסאן גרייט זיך צו פארלייגן פאר די אייראפע'אישע פאראיין אן אולטימאטם פון אקטאבער 15, וואס אויב ביז דאן קענען זיך די צוויי זייטן נישט אדורכקומען אויף אן ענדגילטיגן אפמאך, וועט די "פאראייניגטע קעניגרייך" דאס אננעמען אלס א "נאו דיעל" און "זיך ווייטער גיין מיט'ן לעבן".
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:02 pm

שטארקע זאך. שוין געקומען די צייט.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:35 pm

אייראפע'אישע קאמיסיע האט פארמאל געמאלדן פאר די בריטישע רעגירונג אז די פארגעשלאגענע "אינערליכע מארקעט" געזעץ אין די בריטישע פארליאמענט טוט מעגליך פארלעצן די ברעקזיט אפמאך אונטערגעשריבן פריער אין יאר - דאס איז די ערשטע שריט אין א פראצעדור וואס קען זיך ענדיגן מיט א קלאגע אין די "יוראפיען קאורט אוו זשוסטיס".
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:39 pm

אין די קאמאנס גייט די געזעץ פשטות דורכגיין אומגערירט. בלייבט נאר איבער צו זעהן צו אין די לארדס - ווי באריס האט נישט די רוב - גייט עס אויך דורכגיין. אויב נישט קען עס צוברענגען צו אן ערנסטע פאליטישע צורקוס. אבער סייווי האפט מען אז עס גייט נישט צוקומען צו דעם, ווייל ווי נאר די אייראפעיער גיין זעהן אז די בריטישער מיינען עס ערנסט גיין זיי זיך ברעכן און קומען צו א דיעל.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 8:34 pm

פרייטאג האט די יונייטעד קינגדאם געשלאסן א האנדלס אפמאך מיט יאפאן!

דאס איז די ערשטע פאסט-ברעקזיט האנדל אפמאך צו ווערן געשלאסן - עס איז דערגרייכט געווארן אין גרויסן טייל צוליב וואס יאפאן זעהט די יו.קעי. אלס וויכטיגע האנדלס שותף.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 8:39 pm

די פונט איז ארויף?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


מצליח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

תגובהדורך מצליח » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 6:19 pm

די קאר קאמפעני ניסאן זאגט אז זיי גייען בלייבן אין UK אפילו אן א ברעקזיט דיל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, אגד, הר גריזים, פארצייטיש און 53 געסט