נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 11:43 am

Yang2020 האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:אלעקסיי, געוואלדיג קלארע און באטעמטע רעפאראט!

א ריזיגן דאנק! עס איז א פלעזשור צו האבן אזא עקסקלוסיוו רעפארטער, כמותו ירבו!


---

רואיג! האט געשריבן:ש'כח אלעקסיי!

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זאגט ער (באריס): "אדרבה! ..."

א נארישע שאלה, וויאזוי האט ער געזאגט אדרבה אין ענגליש?



to the contrary מיינט דאס, כאטש איך ווייס נישט וואס באריס האט געזאגט.

גענוי דעי ווארט האט ער גענוצט...
(זעה איך אז ס'נאך דא מענטשען וואס פארשטייען גוים שפראך...)
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:39 am

אן אינטערסאנטע קרישקעלע: אן איטאליענע מיטגליד פון די אייראפעאישע פארליאמענט - מר. קעימפאמענאסי - זאגט אז לדעתו האט די אי.יו. חרטה פארן האנדלן אויף אזא שטרענגן אופן מיט ענגלאנד. ווי ער זאגט האט די אי.יו. פון אנהויב געהאט א צוגאנג אז מ'ברויך באשטראפן ענגלאנד, עכ"פ מאכן ווי שווערער די פארהאנדלונגען, און געבן אזעלכע אומגינסטיגע טערמינען ביים פארלאזן די פאראיין, כדי אז אנדערע לענדער זאלן זיך נישט וואגן צו טראכטן פון קאפירן די שריט פון פארלאזן די פאראיין. יעצט אבער האט די אי.יו. אינאכט גענומען, נאכ'ן צוריקהערן פון אזעלכע לענדער ווי דייטשלאנד, פראנקרייך און איטאליא, אז די ענגלישע באפעלקערונג קויפט איין אויף גאר א שטארקע פארנעם זאכן וואס ווערן עקספארטירט פון אייראפע קיין ענגלאנד, דעריבער, אויב באשטראפט מען ענגלאנד באשטראפן זיי די אייגענע לענדער וואס וועלן נישט קענען עקספארטירן. ווי אויך זאגט אז דאס אז פרוי מעי האט פרובירט צו פארהאנדלען אויף ברעקזיט איז געווען א צודרייטע זאך, סיי וווייל די אי.יו. האט נישט געוואלט געהעריג פארהאנדלען, ווי אויך ווייל פרוי מעי האט נישט געשטיצט די געדאנק פון ברעקזיט, משא"כ יעצט מיט זשאנסאן וואס די אי.יו. איז יא ענדערשער גרייט צו פארהאנדלען, קען זיין, ס'וועט אים יא געלונגען עפעס ארויסצוקוועטשן.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:48 am

אין אנדערע האט פרעמיער זשאנסאן געלאזט פאלן ווערטער אז אין ליכט פון די לעצטיגע סופרים קארט רולינג, וואס האט זיך אריינגעמישט אין טעריטאריע וואס די געריכטן האבן טראדיציאנאל אויסגעמיטן, איז שטארק מעגליך אז ענגלאנד וועט אין די צוקונפט זיך טרעפן מיט אן אמעריקאנער סטייל געריכט, וואו ריכטער ווערן געשטעלט דורך און צוליב זייערע פאליטישע מיינונגען, וואס וואו מיר ווייסן אלע איז דאס א געפערליכע סכנה אויף די בריטישע קאנסטיטוציע.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:48 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אן אינטערסאנטע קרישקעלע: אן איטאליענע מיטגליד פון די אייראפעאישע פארליאמענט - מר. קעימפאמענאסי - זאגט אז לדעתו האט די אי.יו. חרטה פארן האנדלן אויף אזא שטרענגן אופן מיט ענגלאנד.


דערמאנט מיר פון די ענגלישמען וואס האבן געהאלטן אז מ'זאל אביסל נאכלאזן פאר די אמעריקאנע צוריק אין די 18'טע יאר הונדרעט, מיט א בליק אויף צוריק זענען זיי געווען גערעכט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:08 am

די לאנדאן סטאק מארקעט האט היינט געהאט איר גרעסטן טראסק אין פיר יאר, די FTSE 100אראפ מיט 230 פונקטן, נאך די דזשאנסאן רעגירונג האט ארויסגעשטעלט איר ברעקזיט פארשלאג.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 8:56 pm

באריס זשאנסאן האט היינט - מיטוואך - ארויסגעשטעלט זיינע פארשלאגן פאר א אפמאך מיט די אי.יו. איבער וויאזוי די ארויסטריט פון ענגלאנד זאל צוגיין. אי.יו. פירער האבן נישט גלייך אפגעווארפן זיינע פלענער, אבער, אין די זעלבע צייט האבן זיי נישט ארויסגעוויזן קיין גרויס שטיצע דערפאר. די עיקר שפילער אינעם יעצטיגן צייט איז די איירישע פרעמיער - צוליב וואס די עיקר טויש פון די ביז יעצטיגע אפמאך איז בנוגע די איירישע גרעניץ, דעריבער אויב איז די איירישע פרעמיער נישט צופרידן מיט די פארשלאגן - און ס'קוקט אויס אז ער איז נישט עפעס אויסטערלישט צופרידן דערפון - קען ער דאס בלאקירן פון אדוכגיין ביים אי.יו. קאמישאן.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:04 pm

אין רעאקציע צו זשאנסאן'ס פארשלאגן האט מר. בארניער - די פרעזידענט פונעם אי.יו. קאמישאן - געזאגט אז "אסאך ארבעט דארף נאך ווערן געטוען איבער די אפמאך". ווי ער האט געזאגט פאר רעפארטער איז "גאר אסאך פארשריט" שוין געמאכט געווארן אין די פארהאנדלונגען צווישן די אי.י.ו און ענגלאנד, אבער ס'איז נאכאלץ נישט גענוג. בעיקר דארף מען נאך פאררעכטן דריי פונקטן: ס'זאל נישט געשאפן ווערן קיין שום "בארדער אינפראסטרוטשער" אין איירלאנד, איירלאנד זאל קענען אנגיין מיט די "פולע-אינזל" עקאנאמיע, און די "קאסטומס יוניאן" פון די אי.יו. מוז בלייבן פארזיכערט -מ'זאל נישט קענען אריינשמוגלען סחורה דורך צפון איירלאנד.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:10 pm

אין א סטעיטמענט פון די אפיס פונעם איירישן פרעמיער, מר. וואראדקאר, זאגן זיי "די פארשלאגן זענען נישט גענוג אויף צו ערזעצן די בעקסטא"פ, אבער, די (איירישער) פרעמיער זאגט אז ער וועט זיי גוט אדורכטוהן, ווי אויך וועט ער זיך דורכרעדן מיט די פירערשאפט פון די אי.יו., ווי אויך וועט ער זיי אדורכטוען אינאיינעם מיט די פירער פון אנדערע אי.יו. לענדער". צום שלוס מעלדן זיי אז פרישע דיסקוסיעס וועלן פארקומען קומענדיגע וואך צווישן זשאנסאן און וואראדקאר.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:18 pm

אין א פרישע אנקעטע זאגן 40% אז ברעקזיט האט זיי אנגעמאכט גייסטישע שוועריגיקייטן. צווישן די וואס האבן געשטיצט צו בלייבן אין די אי.יו. שטייגט די ציפער צו אזוי הויך ווי 50%, בעת וואס די ווילן פארלאזן די פאראיין האלט עס ביי בלויז 30%.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:20 pm

אין אנדערע נייעס, ווערט באריכטעט אז זשאנסאן פלאנירט נאכאמאל צו פארלאנגען פון די קעניגן אז זי זאל סוספענדירן די פארליאמענט אין צוגרייטונג צו א "קעניגן'ס רעדע", וואס זשאנסאן וויל ס'זאל פארקומען אום אקטאבער 14 (מאנטאג, א' סוכות).
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:57 pm

א גרופע אנטי-ברעקזיט אקטיוויסטן האבן געהאט אריינגעטראגן א קלאגע אין סקאטישן געריכט קעגן פרעמיער זשאנסאן, טענה'נדיג אז אין ליכט פון זיינע עפענטליכע באמערקונגען - "איך וועל ענדערשער שטארבן ווי איידער פארלאנגען אן עקסטענשאן" "ברעקזיט וועט פארקומען אום אקטאבער 31" "ס'האט נישט קיין שום זינען צו פארלאנגען אן עקסטענשאן" און נאך ענליכע אזעלכע קאמענטארן - קען מען זיך נישט פארלאזן אויף אים אז ער וועט בעטן אן עקסטענשאן פון די אי.יו., ווי פארלאנגט לויט'ן "בען געזעץ", דעריבער זאל די געריכט ארויסגעבן א געריכטליכע באפעל אז זשאנסאן ברויך אויספאלגן דאס געזעץ - וואס אויב פארלעצט ער דעם באפעל פונעם געריכט קאן מען איהם אריינזעצן אין תפיסה הויז. היינט - מאנטאג האזינו - האט די ריכטער ארויסגעוארפן די קלאגע זאגענדיג אז די רעגירונג האט אריינגעגעבן דאקומענטן אין געריכט ווי זיי שרייבן קלאר אז זשאנסאן וועט זיך פולקאם צושטעלן צום געזעץ (און בעטן אן עקסטענשאן) ווי אויך וועט ער נישט "פרוסטרירן די ציהל פונעם געזעץ", דעריבער, זאגט די ריכטער, פעלט נישט אויס קיין באפעל פונעם געריכט.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:10 pm

רואיג! האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אן אינטערסאנטע קרישקעלע: אן איטאליענע מיטגליד פון די אייראפעאישע פארליאמענט - מר. קעימפאמענאסי - זאגט אז לדעתו האט די אי.יו. חרטה פארן האנדלן אויף אזא שטרענגן אופן מיט ענגלאנד.

דערמאנט מיר פון די ענגלישמען וואס האבן געהאלטן אז מ'זאל אביסל נאכלאזן פאר די אמעריקאנע צוריק אין די 18'טע יאר הונדרעט, מיט א בליק אויף צוריק זענען זיי געווען גערעכט.

ווער זאגט זיי זענען געווען גערעכט??? אנצוקומען צו טראמפ אלס פרעזידענט???

אמעריקאנער וואס ווילן צוריקברענגען די מאנארכיע
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:32 pm

אין אנדערע ווערט באריכטעט אז די וועכענטליכע זיצונג פון די אפאזיציע פארטייען - מיטן ציהל אויפצוקומען אויף א סטראטעגיע אפצושטעלן נאו-דיעל ברעקזיט - האט זיך אויסגעלאזט מיט טיפע מיינונגס דיפרענצן צווישן די באטיילגטע איבער וויאזוי ווייטער פאראויס צוגיין. לעיבאר פירער זשערעמי קארבין וויל פאררופן אן אומצוטרוי אפשטימונג אין די יעצטיגע רעגירונג מיטן פלאן זיך אליינס אריינצושטעלן אין אפיס - אלס צייטווייליגע פרעמיער - און פארלאנגען אן עקסטענשאן פון די אי.יו. און דערנאך פאררופן א "זשענעראל עלקשאן". די פירער פון די "ליבעראל-דעמאקראטס" טענה'ט אבער, אז קארבין קען נישט באקומען די "קאנפידענס" פון די פארליאמענט, דעריבער אויב וועט ער פאררופן אן אומצוטרוי וואוט אין די יעצטיגע רעגירונג, מיטן פלאן זיך ארייצושטעלן אין אפיס, וועט עס בלויז פירן צו אן עלעקשאן אן קיין ברעקזיט עקסטענשאן. דעריבער, טענה'ט די "ליבעראל-דעמאקראטס", ברויך מען טרעפן אן עלטערע רעספעקטירטע מיטגליד אין די פארליאמענט וואס קען יא באקומען די קאנפידענ"ס אוו די הויז, און יענעם אריינשטעלן אין אפיס.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:38 pm

עמאנועל מאקראן - די פראנצויזישע פרעזידענט - האט נעכטן געגעבן אנצוהערן פאר פרעמיער זשאנסאן אז די אי.יו. וועט באשליסן ביז סוף די וואך אויב עס איז שייך אויסצוהאמערן אן אפמאך. די טאלק"ס (דורכשמועסן זיך) וועלן אנגיין אויפן העכסאן שטאפל מיטן ציהל צו קענען באשליסן אויב עס איז שייך אויסצוהאמערן אן אגרימענ"ט וואס טוט רעספעקטירן די אי.יו. פרינציפן.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 3:53 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אן אינטערסאנטע קרישקעלע: אן איטאליענע מיטגליד פון די אייראפעאישע פארליאמענט - מר. קעימפאמענאסי - זאגט אז לדעתו האט די אי.יו. חרטה פארן האנדלן אויף אזא שטרענגן אופן מיט ענגלאנד.

דערמאנט מיר פון די ענגלישמען וואס האבן געהאלטן אז מ'זאל אביסל נאכלאזן פאר די אמעריקאנע צוריק אין די 18'טע יאר הונדרעט, מיט א בליק אויף צוריק זענען זיי געווען גערעכט.

ווער זאגט זיי זענען געווען גערעכט??? אנצוקומען צו טראמפ אלס פרעזידענט???

אמעריקאנער וואס ווילן צוריקברענגען די מאנארכיע

:lol: :lol: :lol:

איך האב אבער גערעדט פון די פערספעקטיוו פון ענגלאנד (וואס איז דאן געווען אין די יעצטיגע פאזישען פון די אי. יו.), זיי וואלטן געקענט אנהאלטן בעלות ווען זיי באגייען זיך נישט אזוי שטרענג מיט די קאלאניעס.

אגב, מצד די אמעריקאנע האלט איך גראדע אויך אז ס'איז בעסער דעמאקראטיע, אפילו ס'קען אמאל ברענגן א טראמפ, איז עס ס"ה איין פרק אין א לאנגע מעשה.

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:08 pm

רואיג! האט געשריבן:אגב, מצד די אמעריקאנע האלט איך גראדע אויך אז ס'איז בעסער דעמאקראטיע, אפילו ס'קען אמאל ברענגן א טראמפ, איז עס ס"ה איין פרק אין א לאנגע מעשה.

די ווארט דעמאקראטיע אי'נישט ריכטיג גענוצט געווארן, ענגלאנד איז שוין געווען א דעמאקראטיע נאך הונדערטער יארן פאר מ'האט אנטדעקט אמעריקא, נאר די אמעריקאנער קאלאניעס האט מען נישט גלאזט האבן קיין רעפרעזענטעישא"ן אין די ענגלישע פארליאמענט (גאר א גרויסע טעות, אבער ס'וואלט ניט געוועזן פראקטיש). און איה"נ אונז זעמיר אנגעקומען צו האבן זשאנסאן אלס פרעמיער (הגם ער איז סאך סאך קלוגער פונעם זעלבסט-דערקלערטער "חכם מכל האדם", "in my great and unmatched wisdom")
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:17 pm

ישר כח @אלעקסיי פאר אייערע כסדר'דיגע אפדעיטס.

איך ווער געהעריג געוואר חידושים ביי דיר וואס איך זעה נישט ערגעץ אנדערש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:19 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע ווערט באריכטעט אז די וועכענטליכע זיצונג פון די אפאזיציע פארטייען - מיטן ציהל אויפצוקומען אויף א סטראטעגיע אפצושטעלן נאו-דיעל ברעקזיט - האט זיך אויסגעלאזט מיט טיפע מיינונגס דיפרענצן צווישן די באטיילגטע איבער וויאזוי ווייטער פאראויס צוגיין. לעיבאר פירער זשערעמי קארבין וויל פאררופן אן אומצוטרוי אפשטימונג אין די יעצטיגע רעגירונג מיטן פלאן זיך אליינס אריינצושטעלן אין אפיס - אלס צייטווייליגע פרעמיער - און פארלאנגען אן עקסטענשאן פון די אי.יו. און דערנאך פאררופן א "זשענעראל עלקשאן". די פירער פון די "ליבעראל-דעמאקראטס" טענה'ט אבער, אז קארבין קען נישט באקומען די "קאנפידענס" פון די פארליאמענט, דעריבער אויב וועט ער פאררופן אן אומצוטרוי וואוט אין די יעצטיגע רעגירונג, מיטן פלאן זיך ארייצושטעלן אין אפיס, וועט עס בלויז פירן צו אן עלעקשאן אן קיין ברעקזיט עקסטענשאן. דעריבער, טענה'ט די "ליבעראל-דעמאקראטס", ברויך מען טרעפן אן עלטערע רעספעקטירטע מיטגליד אין די פארליאמענט וואס קען יא באקומען די קאנפידענ"ס אוו די הויז, און יענעם אריינשטעלן אין אפיס.

די מיינונגס פארשידענהייטן גייט אויף אזוי ווייט אז די פירערין פון די "ליבעראל-דעמאקראטס" האט היינט גאר באשולדיגט די "לעיבאר" פארטיי אין זיין "די גרעסטע שטער" אין אפשטעלן א נאו-דיעל ברעקזיט, זאגענדיג אז לעיבאר'ס פאר'עקשנ'טקייט אז בלויז קארבין מעג פארמירן א צייטווייליגע רעגירונג טוט אונטערהאקן די טשאנסן אז א אומצוטרוי אפשטימונג זאל זיין סוקסעספול, וויבאלד די 21 ארויסגעווארפענע קאנסעוואטיוון וועלן בשום אופן נישט אונטערברענגן די יעצטיגע רעגירונג אויב ס'וועט צופירן אז קארבין זאל קומען צו די מאכט.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 5:26 pm

צל עובר האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי פאר אייערע כסדר'דיגע אפדעיטס.

איך ווער געהעריג געוואר חידושים ביי דיר וואס איך זעה נישט ערגעץ אנדערש.

ג''א מצטרף. (ס'איז א גרעסערע קאמפלימענט אז דו ביסט אויך מחדש פאר צל...).

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 4:10 pm

אין א שטארקע שטופ פאראויס פאר פרעמיער זשאנסאן און זיינע פלענער צו פארלאזן די אי.יו. אום אקטאבער 31, איז היינט פארגעקומען א צוזאמטרעף (מיטינ"ג בלע"ז) צווישן זשאנסאן און די איירישע פרעמיער מר. לעא וואראדקאר אין די געגענט פון וויראל וואו זיי האבן זיך דורכגעשמועסט צווישן פיר (4) אויגן במשך א שעה-צוויי. דערנאך איז די איירישע פרעמיער ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט זאגענדיג אז ער זעהט איין אז זשאנסאן וויל עכט דערגרייכן א דיעל מיט די אי.יו. און אז ס'איז פארהאן א וועג צו ארבעטן אויפן פארשלאג וואס זשאנסאן האט ארויסגעשטעלט.

הגם ס'איז נאך גארנישט ענדגילטיג אפגעמאכט, און ס'קען זיין אז צום סוף וועלן זיי זיך נישט אויסגלייכן, איז עס אאבער פארט א שטארקע בוס"ט פאר זשאנסאן צוליב וואס איירלאנד ווערט געזעהן אלס די קריטישסטע לאנד וואס זייער הסכמה צו סיי וועלכע אפמאך ברויך מען האבן, צוליב וואס זיי זענען די איינציגסטע אי.יו. מיטגליד צו האבן א לאנד-גרעניץ מיט די יו.קעי.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 4:12 pm

און אויך סטראשעט די איירישע פעלאוסי אז יו קעי וועט נישט קענען באקומען קיין דיעל מיט אמעריקע אויב מען ווארפט איירלאנד אונטער די באס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 6:36 pm

יישר כח אלעקסיי פאר די אפדעיטס ס'איז גאר אינטערעסאנט פאר מיר.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 7:56 pm

ממה נפשך האט געשריבן:יישר כח אלעקסיי פאר די אפדעיטס ס'איז גאר אינטערעסאנט פאר מיר.

גאמ.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וועקסלער
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:10 pm

תגובהדורך וועקסלער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 7:42 am

די פונט האט זיך ארויף געריקט, לכורה א דאנק די נייעס, מיט בערך 4.5 סענט פון 1.22 צו בערך 1.265

אוועטאר
וועקסלער
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:10 pm

תגובהדורך וועקסלער » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 7:43 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:יישר כח אלעקסיי פאר די אפדעיטס ס'איז גאר אינטערעסאנט פאר מיר.

גאמ.

גאמ


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט