נייעס פון און ארום די פארהאנדלונגען ארום ברעקזיט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:12 pm

7 פארלימענט מעמבערס האבן ריזיינט פון די לעיבאר פארטיי וועגן ברעקזיט

איינער פארשטייט? זיי זענען דאך סייווי נישט אין די קאאליציע?
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:30 pm

לאנדאנער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גאנצע פאניק ארום א נאו דיעל ברעקזיט, די אי יו האט מער צו דערלייגן ווי ענגלאנד אויף אלע פראנטן, די אי יו שיקט אריין אויף ענגלאנד 340 ביליאן דאלאר ווערט א יאר און ענגלאנד שיקט נאר 275 ביליאן צו די אי יו, די אי יו האט פיר מיליאן בירגער אין ענגלאנד און ענגלאנד האט נאר אנדערטהאלבן מיליאן אין די אי יו.

טעריסע מעי קען רואיג זיצן אין לאנדאן און זאגן פאר די אי יו אויב מאכט עטס קונצן מיט מיינע עקספארטס וועל איך מאכן קונצן מיט ענקערע עקספארטס, און אויב מאכט עטס קונצן מיט מיינע בירגער וועל איך מאכן קונצן מיט ענקערע בירגער.


גערעכט אבער דער פערסענט פון דער עקאנאמי פון ענגלאנד וואס קען שאטן איז מער ווי דער פארסענט פון דער אי יו עקאנאמי

דאס אז די אי יו האט אזויפיל בירגער אין ענגלאנד איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס ענגלאנד וויל נישט א נאו דיל. ודוק והבן.

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:45 pm

אבער זיי גייען סייוי נישט יעדן פארשיקן
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

לוח היום

תגובהדורך וואשינגטאן » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:46 am

לאנדאן – בריטישע פארלאמענט מיטגלידער וועלן מעגליך דורכפירן אן אפשטימונג קומענדיגע וואך אויף אן איבערגעמאכטן ברעקזיט דיעל צווישן ענגלאנד און דעם אייראפעאישן יוניאן, לויט א מעלדונג פונעם בריטישן פינאנץ מיניסטער פיליפ העמאנד, וועלכער איז פארמישט אין די לעצט-מינוטיגע געשפרעכן צווישן די צוויי זייטן. דער ציל איז צו טוישן דעם דיעל, עס מאכן אביסל בעסער פאר ענגלאנד, וואס אזוי ארום האפט פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי אז גענוג פארלאמענט מיטגלידער וועלן שטימען דערפאר, און ס'וועט קענען באשטעטיגט ווערן איידער'ן ברעקזיט דעדליין פון מערץ 29.
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

לוח היום - דאנערשטיג

תגובהדורך וואשינגטאן » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:53 am

לאנדאן – די פאליטישע דראמא אינערהאלב די פארטייען אין ענגלאנד האט זיך פארשארפט, ווען מען האט געהערט אז דריי פרא-אייראפעאישע פארלאמענט מיטגלידער פון דער בריטישער קאנסערוואטיווער פארטיי, האבן רעזיגנירט פון דער פארטיי אלס פראטעסט קעגן דעם וועג וויאזוי די פרעמיער מיניסטארשע, פון זייער אייגענע פארטיי, האט ביז אהער באהאנדלט די אישו פון ברעקזיט. די רעזיגנאציעס זענען א קלאפ פאר דער פרעמיער מיניסטארשע, וועלכע פרובירט צו האלטן איר פארטיי צוזאמען איבער ברעקזיט. באזונדער האט נעכטן אן אכטע פארלאמענט מיטגליד פון דער לעיבאר פארטיי רעזיגנירט.
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

לוח היום

תגובהדורך וואשינגטאן » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 5:51 am

ברעקזיט וועט מעגליך ווערן אפגעשטופט מיט 21 חדשים


אין די טעג געפונען זיך אייראפעישע פירער און די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע אין עגיפטן, וואו עס קומט פאר א סאמיט צווישן דער אייראפעאישער פאראיין און די אראבישע ליגע, אבער גלייכצייטיג ווערט די געלעגנהייט אויסגענוצט דורך בריטאניע און אייראפעאישע פארשטייער צו דיסוקטירן דעם פראבלעם פון ברעקזיט, שטייענדיג ארום א חודש פאר דער געפלאנטער ברעקזיט דאטום אן קיין ערנסטע פארשריט אין די געשפרעכן. דאס קומט נאכדעם וואס דער יעצטיגער אפמאך - וואס איז געשלאסן געווארן נאך א יאר פון געשפרעכן - איז אפגעווארפן געווארן דורך דעם בריטישן פארליאמענט, נאכדעם וואס געזעצגעבער אויף ביידע זייטן פון די פאליטישע מאפע זענען נישט געווען צופרידן פון פארשידענע פונקטן איבער גרעניץ זיכערהייט און האנדל.

די אינטערנאציאנאלע פרעסע באריכטעט פון אייראפעאישע באאמטע, אז עס ווערט אצינד באטראכט א פלאן צו פארלענגערן די געשפרעכן ארום ברעקזיט מיט גאנצע 21 חדשים, צו געבן א געלעגנהייט פאר בריטישע געזעצגעבער זיך צו אייניגן אויף די טערמינען פון ברעקזיט. דאס איז דראסטיש לענגער פון די ארגינעלע דריי חדשים פארלענגערונג וואס מען האט ביז יעצט באטראכט.

צו קענען פארלענגערן די געשפרעכן, דארף די פירערשאפט פון דעם פאראיין באקומען די איינשטימונג פון אלע 27 מיטגלידער, און אזא פארלענגערונג איז אויך ערווארטעט צו ברענגען שטארקע אויפברויז צווישן די פרא-ברעקזיט פראקציעס אין בריטאניע וועלכע וועלן עס ווארשיינליך באטראכטן אלס א פארזוך צו אנולירן דעם אויסגאנג פונעם ברעקזיט רעפערענדום.
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

mosheyahoo
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

תגובהדורך mosheyahoo » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:08 pm

Voting under way in House of Commons on British Prime Minister Theresa May’s revised Brexit deal

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:25 pm

דורכגעפאלן 242-391

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:24 pm

@הבל, האלטסט אז עס וועט זיין א ברעקזיט למעשה?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג מארטש 12, 2019 7:32 pm

צל עובר האט געשריבן:@הבל, האלטסט אז עס וועט זיין א ברעקזיט למעשה?

לאמיר האפן אז נישט

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג מארטש 12, 2019 7:37 pm

דברים אלו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@הבל, האלטסט אז עס וועט זיין א ברעקזיט למעשה?

לאמיר האפן אז נישט

לאמיר האפן אז יא!!!!!

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 12, 2019 8:28 pm

וואס איז די נעקסט סטעפ?
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:36 pm

לאנדאנער האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@הבל, האלטסט אז עס וועט זיין א ברעקזיט למעשה?

לאמיר האפן אז נישט

לאמיר האפן אז יא!!!!!

פארוואס יא?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:52 pm

דברים אלו האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@הבל, האלטסט אז עס וועט זיין א ברעקזיט למעשה?

לאמיר האפן אז נישט

לאמיר האפן אז יא!!!!!

פארוואס יא?

ווייל דאס איז די רצון פון די פאלק.
רוב ענגלענדער האבן געשטימט פאר ברעקזיט!

די לינקע פרובירן נאר צו פארשלעפן די פראצעס כדי אז די פאלק זאל טוישן די מיינונג.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך מארטש 27, 2019 1:54 pm

ברעיקינג:

די בריטישע פרעימיער מיניסטערן טעריסע מעי מעלד אז זי וועט רעזעגנירן פון אמט ווי נאר א ברעקזיט דיעל גייט אדורך.
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מארטש 27, 2019 4:32 pm

אין די לעצטע טאג זענען פארגעקומען דרמאטישע אנטוויקלונגען איבער דעם ברעקזיט סאמאטוכע וועלכע שאפן כאאס אין בריטישע אינערן פאליטיק. דאס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס דער בריטישער פארליאמענט האט גענומען די אויסארדענטליכן שריט פון אוועקנעמען קאנטראל פון די רעגירונג איבער׳ן ברעקזיט פראצעדור און עס שטעלן אונטער די פאראנטווארטליכקייט פונעם פארליאמענט.

דער פרעצדענטלאזע אפשטימונג – מיט די שטיצע פון געוויסע אין איר אייגענע פארטיי - באדייט אז דער פארליאמענט וועט אויספירן די פונקציעס פון פארהאנדלן מיט אייראפע, א זאך וואס געהערט פאר די רעגירונג. דאס אוועקנעמען קאנטראל פון די רעגירונג איז ערלויבט אונטער בריטישע געזעץ אבער איז גאר פרעצדענטלאז און האט נישט פאסירט פאר איבער הונדערט יאר.

דער פארליאמענט וועט אפהאלטן אן אפשטימונג אין די קומענדיגע טעג מיט אכט פארשידענע אויסוואלן וויאזוי צו גיין פאראויס. דאס נעמט אריין די ארגינעלע פלאן פון מעי. עטליכע סארטן שטייער פאראיינען אנשטאט א פולקאמע ברעקזיט. און אויך א גענצליכע אפשאפונג פון ברעקזיט און פאררופן א פרישע רעפערענדום.

אין אן אויפטריט צום פארליאמענט האט מעי ווידעראמאל אפעלירט צו די דעפוטאטן צו שטיצן איר פלאן, און האט פארשפראכן אז אויב געווינט איר פלאן א מערהייט וועט זי אפטרעטן פון אמט און איבערגעבן די לייצעס פאר א פרישן פרעמיער מיניסטער, זי האט דערמיט פרובירט צו מאטיווירן די אינערליכע אפאזיציע אין איר פארטיי וועלכע זוכן איר צו זען אינדרויסן.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מארטש 27, 2019 6:12 pm

אלע פון די אלטערנעטיוו אפשענס זענען דורכגעפאלן אין פארליעמענט

#כאאס
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » מיטוואך מארטש 27, 2019 9:03 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג:

די בריטישע פרעימיער מיניסטערן טעריסע מעי מעלד אז זי וועט רעזעגנירן פון אמט ווי נאר א ברעקזיט דיעל גייט אדורך.

תיקון טעות... נדצ"ל ווי נאר "איר" ברעקזיט דיעל גייט אדורך...

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג מארטש 29, 2019 10:43 am

דורגעפאלן 286-344

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 29, 2019 11:23 am

עס פאלט דורך יעדע מאל, אבער די מארדזשין ווערט נענטער און נענטער.

בד"וו, היינט האט אריגינעל געדארפט זיין דער ברעקזיט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:56 pm

אין א אנגעצויגענע זיצונג פון די פירערשאפט פונעם קאנסערוואטיווע פארטיי אין בריטאניע איז די פרעמיער מיניסטארשע איינגעגאנגען אויף א פלאן צו ענדיגן איר טערמין אין די קומענדיגע וואכן אויב געלונגט איר נישט צו געווינען א בעפארשטייענדע אפשטימונג פאר איר ברעקזיט פלאן, זי וועט פאררופן פרישע וואלן און דער געוועזענער מיניסטער און מעיאר פון לאנדאן באריס דשאנסאן איז ערווארטעט צו זיין איבערנעמען די פאזיציע פאר צייטווייליג און זיך שטעלן אלס קאנדידאט פאר די אלגעמיינע וואלן אין שפיץ פון די קאנסערוואטיווע פארטיי.

JP
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:58 pm

דאנאלד טראמפ אין אמעריקע, וולאדימיר זעלענסקי אין אוקראינע, באריס דשאנסאן אין ענגלאנד, וואס קומט נעקסט...?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

ברעיקינג!

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך מאי 22, 2019 12:02 pm

ברעיקינג!
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-05-22 kol haolam - Google Search.png
Screenshot_2019-05-22 kol haolam - Google Search.png (6.44 KiB) געזעהן 675 מאל

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:33 pm

פרייטאג גייט מען שטומען אויף א ברעקזיט דיעל, זי האט געזאגט זי העט רעזיגנירן דערנאך.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:40 pm

חלב ישראל האט געשריבן:דאנאלד טראמפ אין אמעריקע, וולאדימיר זעלענסקי אין אוקראינע, באריס דשאנסאן אין ענגלאנד, וואס קומט נעקסט...?

באריס איז אפשר א clown אבער אנדערש ווי די צוויי אנדערע איז ער א פאליטישאן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהבת השם, גאפל, וויכטיג מאכער, טעאריע וואס לעבט און 40 געסט