אנטיסעמיטיזם אין די פאראייניגטע שטאטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

אנטיסעמיטיזם אין די פאראייניגטע שטאטן

תגובהדורך זונדל שאלאמאן » זונטאג יולי 15, 2018 10:17 pm

טראץ וואס אין אייראפע איז געפאקט מיט אנטיסעמיטיזם, איז אמעריקע אביסל רואיגער. אבער פארט הערט מען דא דארט איבער אנטיסעמיטישע אטאקעס וואס ווערן פלאנירט אדער ח"ו דורכגעפירט אפילו אין אמעריקע.

כ'האב נישט געטראפן א אשכול צו באריכטן די נייעס, ברענג איך עס אין א ניי געגרינדעטע אשכול, חשוב'ע מנהלים אויב איז שוין דא אזא אשכול - ביטע צוזאמענשמעלצן.

א פרישער געפערליכער אנטיסעמיטישער אטאקע איז ב”ה פארמיטן געווארן, נאכדעם וואס א עקסטרעם רעכטער אקטיוויסט איז ארעסטירט געווארן אין פלארידע, פלאנירנדיג צו אונטערצינדן א געביידע. ווי ער האט געגעבן צו פארשטיין פאר די פאליציי, האט ער געוואלט “אומברענגען אלע אידן” רחמנא ליצלן.

דער צוויי און זיבעציג יעריגער פארשוין, וואלטער סטולפער, איז ארעסטירט געווארן פרייטאג, און איז באצייכנט געווארן דורך די פאליציי אלס א “גאר געפארפולער מענטש”.

די געשיכטע איז גאר מאדנע, ווייל דער אנטיסעמיט סטולפער זעלבסט האט פארמאגט א דירה אין יענע געביידע וואס ער האט געוואלט אונטערצינדן, און ביי אים אינדערהיים האט מען געפונען נאצישע ביכער און נאך פארשידענע ארטיקלען וואס זענען רעספעקטירט ביי די נעא-נאציס איבער דער וועלט.

ווי די פאליציי רעפארט דערציילט, איז ער פארשיקט געווארן פון די דירה נישט אזוי לאנג צוריק, נאכדעם וואס ער האט נישט געהאט קיין רענט צו באצאלן, און דאס איז לכאורה די אורזאך פארוואס ער האט באשלאסן צו אונטערצינדן דוקא דעם געביידע, אלס נקצה פארן אים ארויסווארפן פון זיין שטוב.

אין די נייעס איז געווען באריכטעט אז סטולפער איז געכאפט געווארן, ווען ער האט געפירט צוויי גרויסע גאז קאנעס אין א שאפינג-וועגעלע נאנט צו די געביידע. אביסל שפעטער האט די פאליציי אנטדעקט ביי אים נאך פילע קאנעס מיט גאז און אנדערע געפארפולע ברען מאטעריאל, צווישן זיי שוועבל און כעמיקאלן וואס שטיקן, און זענען אויפרייס מאטעריאל. ער האט אויך געהאט אנגעשטעלט פון פריער צוויי גרויסע פענ’ס, וואס זאלן בלאזן אין זיין דירה, און אזוי ארום אויפפלאקערן די פלאמען.

דער אנטיסעמיט האט שוין געהאט אנגעיאגט אראפצולאדענען אויף עטליכע שטאקן פון די געביידע טייל פון די קאנעס, גרייט צום מאסיוון אויפרייס וואס ער האט פלאנירט. דערנאך האט ער אנגעהויבן גיסן פון די גאז און בענזין ארום די געביידע, און געוואלט אנהייבן דאס צו אונטערצינדן.

סטולפער איז נישט געווען צופרידן דערמיט, נאר ער האט געקויפט שלעסער מיט וואס ער האט געפלאנט אפצושליסן אלע טירן און ארויסגענג פון די געביידע, אז די וואס זענען אינעווייניג זאלן נישט קענען ארויסלויפן זיך ראטעווען, און אז די פייערלעשער זאלן זיך מוטשענען אסאך צייט ביז זיי וועלן קענען אריינדרינגען אינעווייניג און פארלעשן די פייער.

ווען די פארשער האבן געפרעגט סטולפער פארוואס ער האט געקויפט די אלע קאנעס מיט גאז, האט ער געזאגט אז ער האט געוואלט “מאכן א קליינע בארביקיא”. אצינד איז ער אונטער ארעסט און וועט אנגעקלאגט ווערן מיט הארבע קלאגעס, צווישן זיי אז ער האט פארמאגט ביי זיך אומלעגאל געווער.

צי עס האבן געוואוינט אידן אין די געביידע אדער נישט, ווייס איך דערווייל נישט, אבער אין די נייעס איז עס באצייכנט אלס אן אנטיסעמיט וועלכער האט געפלאנט א שעדליכע אטאקע.

קרעדיט - אידישער ווינקל

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג יולי 15, 2018 10:23 pm

לויט די העדליינס זעט אויס אז ער האט געהאט אידישע שכנים. א יישר כח פארן באריכטן אזוי קלאר און איטערעסאנט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » זונטאג יולי 15, 2018 10:43 pm

זונדל יעדע זאך מיט אזא קלארקייט
"קיפ איט אפ"
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג יולי 15, 2018 11:06 pm

בשעה שיש האט געשריבן:זונדל יעדע זאך מיט אזא קלארקייט
"קיפ איט אפ"
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 15, 2018 11:17 pm

זונדל שאלאמאן האט געשריבן:אביסל שפעטער האט די פאליציי אנטדעקט ביי אים נאך פילע קאנעס מיט גאז און אנדערע געפארפולע ברען מאטעריאל, צווישן זיי שוועבל און כעמיקאלן וואס שטיקן, און זענען אויפרייס מאטעריאל


https://www.dropbox.com/s/t6f6rhs5y28yd ... 1.mp4?dl=0
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דינסטאג יולי 17, 2018 8:12 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
זונדל שאלאמאן האט געשריבן:אביסל שפעטער האט די פאליציי אנטדעקט ביי אים נאך פילע קאנעס מיט גאז און אנדערע געפארפולע ברען מאטעריאל, צווישן זיי שוועבל און כעמיקאלן וואס שטיקן, און זענען אויפרייס מאטעריאל


https://www.dropbox.com/s/t6f6rhs5y28yd ... 1.mp4?dl=0

דער באשעפער זאל ווייטער האלטן זיין רעכטע האנט
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג יולי 17, 2018 11:00 pm

ב"ה אז מ'האט דאס אפגעהאלטן באצייטנס, און דער עיקר אז מ'האמיר צוריק זונדל'ען.

יישר כח פאר דיין קלארע באריכט.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:42 pm

א שאקינג ווידעאו איז אצינד אין די פרעסע, וואו א פרומער איד שטעלט זיך אויף אין טאון האל אין ניוהאט, אין ראקלענד קאונטי און פרובירט פארצולייגן א פרעזענטעישאן פון זיין שולע געביידע וואס ער גייט בויען. די אנגעהעצטע פארזאמעלטע שרייען אריין און לאזן אים נישט אויסרעדן. די אנפירערקע, וואס האט זיך געכאפט אז 'סוועט נישט טויגן' ווען מען וועט פארשפרייטן די האסע אויסדריקן וואס זענען דארט געשריגן געווארן - ווען אלעס ווערט אויפגעכאפט אויף ווידיאו - האט געבעטן די מאסן נישט צו שרייען קיין לאזונגען ווייל אלעס ווערט אויפגעכאפט (א באהאלטענער מעסידזש אז אויב שרייט מען אפען אנטיסעמיטיזם, וועט דאס זיין פאקטישע באווייז אין די געריכטן).
מייסטענס פון די אנוועזענדע, זעהן אויס צו זיין פשוטע אנגעהעצטע מענטשן, וואס איינער פון זיי קוקט יא אויס צו זיין א פירערין, וואס ווילן זיך בויען א קאריערע אדער סתם מקיים זיין דעם עשיו שונא מיט אלע פירושים.
ס'איז צום קרעדיט פון דעם איד, וואס פירט זיך אויף איידל, מיט הכנעה.
עשיו שונא ליעקב.
(אז איינער ווייסט קלארער איבער דעם פלאץ/דעטאלן) זאל ער אריינקומען)
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... burgh.html

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:51 pm

אהער און אהין האט געשריבן:א שאקינג ווידעאו איז אצינד אין די פרעסע, וואו א פרומער איד שטעלט זיך אויף אין טאון האל אין ניוהאט, אין ראקלענד קאונטי און פרובירט פארצולייגן א פרעזענטעישאן פון זיין שולע געביידע וואס ער גייט בויען. די אנגעהעצטע פארזאמעלטע שרייען אריין און לאזן אים נישט אויסרעדן. די אנפירערקע, וואס האט זיך געכאפט אז 'סוועט נישט טויגן' ווען מען וועט פארשפרייטן די האסע אויסדריקן וואס זענען דארט געשריגן געווארן - ווען אלעס ווערט אויפגעכאפט אויף ווידיאו - האט געבעטן די מאסן נישט צו שרייען קיין לאזונגען ווייל אלעס ווערט אויפגעכאפט (א באהאלטענער מעסידזש אז אויב שרייט מען אפען אנטיסעמיטיזם, וועט דאס זיין פאקטישע באווייז אין די געריכטן).
מייסטענס פון די אנוועזענדע, זעהן אויס צו זיין פשוטע אנגעהעצטע מענטשן, וואס איינער פון זיי קוקט יא אויס צו זיין א פירערין, וואס ווילן זיך בויען א קאריערע אדער סתם מקיים זיין דעם עשיו שונא מיט אלע פירושים.
ס'איז צום קרעדיט פון דעם איד, וואס פירט זיך אויף איידל, מיט הכנעה.
עשיו שונא ליעקב.
(אז איינער ווייסט קלארער איבער דעם פלאץ/דעטאלן) זאל ער אריינקומען)
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... burgh.html

דראפבאקס
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:10 pm

א נייע פראגראם איז אנאנסירט געווארן, 'מתנה פאר אטאקירטע', אונטער וואס יעדער אידיש קינד וואס ווערט באקלאפט דורך א גויאישן שגץ, וועט קענען גיין אין געשעפט און איינקויפן כל מה שלבו חפץ.
דער אינציאטאר פונעם פראגראם, ר' מ. ק. נ''י האט געזאגט: "איך וויל אז דער טאג זאל געדענקט ווערן אלץ גוטן טאג, אנשטאט די טראומא זאל פארבלייבן".
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... spree.html

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:23 pm

אהער און אהין האט געשריבן:א נייע פראגראם איז אנאנסירט געווארן, 'מתנה פאר אטאקירטע', אונטער וואס יעדער אידיש קינד וואס ווערט באקלאפט דורך א גויאישן שגץ, וועט קענען גיין אין געשעפט און איינקויפן כל מה שלבו חפץ.
דער אינציאטאר פונעם פראגראם, ר' מ. ק. נ''י האט געזאגט: "איך וויל אז דער טאג זאל געדענקט ווערן אלץ גוטן טאג, אנשטאט די טראומא זאל פארבלייבן".
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... spree.html

אפשר נעם איך מיין גוי זאל מיר געבן א פעטשל און איך כאפ עס אפ און דערנאך גיי איך עס איינטוישן ביי טויס פאר יו???

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5982
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 10:11 pm

אפשר טאקע?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 6:01 pm



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Graphic24, Majestic-12 [Bot], private, איד_איד, סמארט, עולם האמת, רבי משה, שכל טוב, שנלר און 68 געסט