די פאטאמישע פריימעריס: רעזולטאטן און באריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג פאברואר 15, 2008 3:16 am

מילער, יישר כח פארן ענטפערן ווי א מענטש.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג פאברואר 18, 2008 5:44 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האלט שוין מיט פאליטיק פון קינדווייז אויס, און עס איז א פאקט אז אמעריקע מוז האבן א פרעזידענט מיט וועמען צו שטאלצירן, א שטייגער ווי קענעדי, רעיגען, און יא, אפילו ביל קלינטאן פארן חטא. זאל ער קומען פונעם רעכטן אדער לינקן חדר, אפגעזען זיינע פריוואטע אנשויאונגען, פארמאגט ער א שטארקן כאראקטער און נאבעלע באנעמונג - הרי טוב, ואם לאו שם תהא קבורתכם.


איטערסאנט אפשר ביסטי מיר מסביר פארוואס איז רעיגען מער נאבל ווי למשל די ערשטער בוש
לגבי ליגנט דאכט זיך אז הער קלינטאן שטייגט איבער זיין פלוניסטע פי כמה

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:15 pm

גערעכט יאסל, בילל קלינטאן איז א געלונגענער פאלטישאן, וואס מיינט אויך אז ער איז א געלונגענער ליגנער.

בילל'ס פנים גראדע ווערט יא רויט ווען ער זאגט ליגענט, אדער מער ספעציפיש זיין צענטער פון זיין פנים – זיין נאז, וואס הגם ס'איז טאקע קיינמאל נישט געווארן אזוי לאנג ווי פאנאקיא'ס, דאך צוליב אייר פעשקייט און ברייטן מאס רינגס און ארום (כל שיש בהיקפו שלושה טפחים) פארמעסט ער זיך מיט פאנאקיא אין נאז-פער-סקווער-אינטש.

מס. ראדעם'ס רעקארד וואס קרעמער טוט אנצייגן אז ס'ווייסט אויף צוויי פנים'דיקייט, איבערהויפט איר איראק-מלחמה שטימע אין סענאט, נעמט זי פין איר מאן. בילל קלינטאן איז דער ערפינדער פון דו "טרייענגילעשאן" סטראטעגיע, וואס מיינט אז מ'איז נישט געטריי צו קיין שום פארטיי, רעפאבליקאנע אדער דעמאקראט, נאר אנשטאט לאזט מען די ביידע זיך רייסן ביי די קעפ, אינדערצייט וואס דו קלינטאנס שטעלן זיך העכער ביידע ווי א טרייענגל שפיץ. דאס האט זיי פארהאסט ביי די ליבעראלע באזע, ווי אויך ביי די דעמאקראטן אין סענאט און קאנגרעס, וואס האבן געשפירט ווי זיי באקומען דו שלעכטע נאמען און די קלינטאן'ס זענען בלויז דא צו שניידן די פירות.

דאס איז א גרויסע סיבה פארוואס אבאמא באקומט אזויפיל שטיצע פון די ערוויילטע פארטיי פירערס, וואס פרייען זיך נישט צו האבן נאך אן אויסניצער קלינטאן אינעם ווייסען הויז.

אבער צוריק צו מיין פאונט, לגבי צו דאס צוויי פנים'דיקייט מאכט איר א שלעכטע פרעזידענט, אבסעלוט נישט! פארקערט, דאס וועלען געפעלן פאר יעדען פארזיכערט בלויז אז זי וועט בלייבן אין צענטער! וואס פאר רוב אמעריקע הייסט דאס א גיטע זאך.
לעצט פאראכטן דורך Monticello אום דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:45 pm

הער נאר איך כאפ נישט צי די ביסט מחולק מיט מיר אדער נישט,
איך טענה אז ער איז סאך א גרעסער שקרן, אין איך זע נישט בכלל אז זי איז עפעס אויסערגווענליך מער שקרן (אדער פליפ פלאפער ווי מרופט עס) פון רעגולע פאלעטישאנס
לגבי די וואר אין איראק. אויב מיין זכרון דינט מיר איז עס דורך מיט 72 וואטס אין די סענאט דאס מיינט אז 22 דעמאקראטן האבן געשטימט פאר דעם אין אלע האבען ציריקגעדרייט נאכדעם(אקעי האסט מיך געכאפט ליבערמאן נישט) אין דאס איז העכס נארמאל אין פאליטיק ספעציעל אז מ'נעמט אין באטראכט די מצב פון יענע זמנים
איך האב לעצטענס געהערט אז פרעז. רעיגען האט גערעיזט טעקסעס אלץ גאווערנער אין קאליפארניע,ער האט געגעבן אמנעסטי פאר א געשאצטע 2 מיליאן איליגעלס אלץ פרעזידענט.בקיצור א פאלעטישאן איז א פאלעטישן אין ס'איז גיט אז ס'איז אזוי ווייל אויב איז מען אן אידעלאג קען מען פירען דאס לאנד מיט די קאפ און די וואנט.
היוצא לנו מזה אז איך זע נישט וואס זי איז ערגער ווי א סטענדערט פאלעטישאן חוץ פון די גיפטיגע שנאה וואס די בעיבעשע טאלק שוי האסט'ס(כהגדרת קרעמער) שפייען אויף איר.

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:47 pm

דירעקט נישט מחולק מיט דיר, נאר מיט קרעמער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 7:19 pm

דאס פאלק איז אבער מיט מיר...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, שמחהלע קאפשטיק און 25 געסט