קאנגרעס פארמעסט 2018
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
קאנגרעס פארמעסט 2018
איך עפן דא א עקסטערע אשכול פאר אנקעטעס נייעס אנאליזן פון אינדיווידועלע זיצן פון די האוז אוו רעפרעזענעטיווס 2018, עס איז שווער צו האלטן קאפ אויף אלע עקסטערע קאנגרעס זיצן אינאיינעם מיט אלע אנדערע פארמעסטן, נאכדערצו עס פאנגט אן צו צוביסלעך צו שטראמען אנקעטעס פון זיצן.
איך האף אי"ה צו לייגן דא אנקעטעס פון אינדיווידועלע זיצן פון קאנגרעס, און די סענאט און גאווערנער פארמעסט אינאיינעם מיט די קאנגרעס פארמעסט אין דזשענערעל מיט די דזשענעריק בעלאט קען בלייבן אין אנדערן אשכול.
די ערשטע אנקעטע איז א DCCC אינטערנעל פון ניו יארק 19 וואס נעמט אריין בלומינגבורג און די קעטסקילס.
דעמאקראט אנטאניא דעלעגאדא 49 +7
אינקאמבענט רעפאבליקאנער דזשאן פאסא 42

לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דאנערשטאג יולי 12, 2018 2:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוק האט געריקט אריזאנע 01 פון ליען צו לייקלי דעמאקרעט, אריזאנע 09 פון לייקלי צו סאליד דעמאקראט, קאלאראדא 03 פון סאליד צו לייקלי רעפאבליקען, קאנעטיקוט 05 פון לייקלי צו סאליד דעמאקראט, גאנץ מאנטענע פון לייקלי צו ליען רעפאבליקאנער, פענסילוועניע 16 פון לייקלי צו ליען דעמאקראט, ווירדזשיניע 07 פון ליען רעפאבליקאנער צו טאסאפ, די אלע זיבן זענען געווארן בעסער פאר די דעמאקרעטס.
ניו יארק 11 דאנעווען פון ליען צו לייקלי רעפאבליקען, ניו יארק 25 סאליד צו לייקלי דעמאקרעט, פענסילוועניע 01 פון טאסאפ צו ליען רעפאבליקאנער, די ביידע ניו יארקער מיט די פענסילוועניע זיץ אין פעוואר פון די רעפאבליקענס.
אלעס אינאיינעם האבן זיי 58 קאמפעטעטיוו זיצן, 54 יעצט געהאלטן דורך רעפאבליקאנער, 4 יעצט געהאלטן דורך דעמאקרעטס.

לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך יולי 11, 2018 9:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
ש'כח צל פארן עפענען די עקסטערע אשכול, ס'איז סאך קלארער און מסודר'דיג אזוי, און ווי אויך פאר דיינע כסדר'דיגע באריכטן,
ובדרך אגב זעה איך אז פאליק איז דא צוריק מיט אונז דע לעצטע פאר טעג... וועלקאם בעק!
לויף נישט אוועק מיר ווארטען אויף דיינע באריכטן...
ובדרך אגב זעה איך אז פאליק איז דא צוריק מיט אונז דע לעצטע פאר טעג... וועלקאם בעק!
לויף נישט אוועק מיר ווארטען אויף דיינע באריכטן...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10695
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
אגב איז בכלל דא א טשענס אז די רופאבליקאנער זאלן אנהאלטן די קאנגרעס (כ'רעדט אפילו אן נייע משוגעתן'- ליין סקאנדאלן) פון טראמפ ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
קוק האט געריקט אייאווע 03 מיט רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן דעוויד יאנג פון ליען רעפאבליקען צו טאסאפ.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך יולי 18, 2018 7:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מאנמאוט, לויט @פאליק די בעסטע אנקעטע קאמפעני, וועט אי"ה ארויסגעבן מארגן א אנקעטע פון פענסילוועניע 17 איינס פון די מערסטע נאכגעפאלגטע פארמעסטן, דארט לויפט דער באוואוסטער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן קאנאר לעמב פון די ספעשל עלעקשן, וואס פארטרעט א חלק פון די דיסטריקט נאך די רידיסטריקטינג, קעגן דעם רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן פון רוב דיסטריקט, קייט ראטפוס.
עס איז די איינציגסטע דיסטריקט ווי צוויי אינקאמבענטס לויפן, עס איז ווייניגער רויט ווי די ספעשל עלעקשן וואס לעמב האט געווינען, אבער יענע איז נישט געווען קעגן א אינקאמבענט.
דעיוו וואסערמאן שרייבט אז ער קלערט אז לעמב וועט זיין פאראויס, און עס וועט אים זיין א חידוש אויב עס איז טייד.
די דיסטריקט איז גערעיטעד אלס טאסאפ.