אנקעטע 2020

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועסטו שטימען פאר טראמפ אין 2020 ? און האסטו געשטימט פאר אים אין 2016?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 10:24 am

איך האב געשטימט טראמפ אין 2016 און 2020 וועל איך אויך שטימען טראמפ
70
51%
איך האב געשטימט אנטי טראמפ אין 2016 און 2020 וועל איך שטימען פאר טראמפ
29
21%
איך האב געשטימט אנטי טראמפ אין 2016 און 2020 וועל איך ווייטער שטימען אנקעגן אים
14
10%
איך האב געשטימט טראמפ אין 2016 און 2020 וועל איך שטימען אנקעגן טראמפ
24
18%
 
סך הכל שטימען: 137

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

אנקעטע 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

גייענדיג אין בית המדרש הער איך היינט אפאר אינגעלייט שמועסן וזה לשונם בערך:
פארפאלן דער טראמפ איז א גוטער פרעזידענט איך האב טאקע מורא געהאט אז די וועלט וועט אונטערגיין אבער למעשה דערליוועט ער וואס ער האט געזאגט, יא ער איז א משוגענער אבער למעשה איז ער גוט און איך וואלט געוואוט פאר אים אין 2020. (פארשטייט זיך לעת עתה)

מיין איך וואלט כדאי געווען צו טעסטן די וואסערן און זעהן צו יש דברים בגוי און מען וועט מאכן א אנקעטע און פארשטייט זיך אז מען צילט דער עיקר אויף די צווייטע שאלה וויפיל פראצענט עס איז דא פון די מענטשן
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

געשטימט פאר די ערשטע אפציע
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

איך האב געשטימט פאר די צווייטע אפציע הגם איך בין נישט געווען אנטי טראמפ נאר איך בין נישט געגאנגען וואטען.
לעצט פארראכטן דורך יהודי אום מאנטאג יולי 09, 2018 12:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פשוטע איד.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יהודי האט געשריבן:איך האב געשטימט פאר די צווייטע אפציע הגם איך דיסאגרי נישט געווען אנטי טראמפ נאר איך בין נישט געגאנגען וואטען.

בכלל, די אנטי טראמפ׳ערס זענען געבליבן אנטי טראמפ׳ערס.
רשעות קאלטע סעלצער
קאפ און אקסל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ און אקסל »

יהודי האט געשריבן:איך האב געשטימט פאר די צווייטע אפציע הגם איך דיסאגרי נישט געווען אנטי טראמפ נאר איך בין נישט געגאנגען וואטען.
שלום עליכם אייך
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום עליכם אייך »

ערשטער אפציע
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

טראמפ באקומט מיין שטימע, כאטש כ'האב נישט געשטימט לעצטע מאל.

טראץ וואס ער פארדינט זיך עס נישט, ווייל ער איז מהפך הקערה על פי', און ברענגט אמעריקע צו איזאלירונג, אבער אלס הכרת הטוב פארן גרינגער מאכן אונזערע ברודער'ס אין טורמע, און פארן באפרייען א אידיש קינד, וועט ער באקומען מיין שטימע.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זעהענדיג די רעזולטאטן פון די לעצטע צוויי אויסוואלן זעהט אויס ווי די צוויי פון דריי זענען באמת פירערס וואס זענען דא להכעיס..
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די רעזולטס דא איז צרות פאר טראמפ. אויב %20 פון זיינע 2016 שטיצער לאזן אים איבער אין 2020 איז ער ווארשיינליך דערנאך, נעמנדיג אין באטראכט ער האט געוואונען מיט ממש א האר.

ס'איז אבער אומיושר'דיג יעצט צו נעמען אזא אנקעטע ווען אלעס גייט מיטן פיטום אראפ. פון די טרעיד מלחמות וואס פארמאכן אמעריקאנע ביזנעסער און קאסטן געלט און (יודישע) זשאבס, ביז די טעגליכע ליגענט כוואליעס, פון די קינדער צעטיילונגען ביז די ווייסע הויז כאאס, פון די שלעגעריי מיט אמעריקאס בעסטע פריינד ביז די 'סעמפל פון איזאלאציע' די ענגלישע ברעקזיט גייט אויף אין פלאמען, פון די מאסיווע עלעקשאן פארלוסטן און רעקארד נידעריגע אנקעטעס ביז די היסטארישע נארט קאריע דורכפאל.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום מאנטאג יולי 09, 2018 1:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

דער וואס האט געשטימט די לעצטע אפציע זאל אויפהייבן די הענט!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

Wow טראמפ געווינט אפילו ניו יארק? :wink:
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:דער וואס האט געשטימט די לעצטע אפציע זאל אויפהייבן די הענט!


נישט קיין חילוק וויפול ניקס ער האט איז ער לימיטעד צו צוויי הענט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:טראמפ באקומט מיין שטימע, כאטש כ'האב נישט געשטימט לעצטע מאל.

טראץ וואס ער פארדינט זיך עס נישט, ווייל ער איז מהפך הקערה על פי', און ברענגט אמעריקע צו איזאלירונג, אבער אלס הכרת הטוב פארן גרינגער מאכן אונזערע ברודער'ס אין טורמע, און פארן באפרייען א אידיש קינד, וועט ער באקומען מיין שטימע.

מסתמה האסטו אויך געגעבן דיין הכרות הטוב פאר קלינטון פארן ארויסלאזן 4 אידן
#בשיטה נישט
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:דער וואס האט געשטימט די לעצטע אפציע זאל אויפהייבן די הענט!

איך וואונדער זיך אויך, עפעס שטימט נישט דא
#בשיטה נישט
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

כאפצעם נאך אלעם האב איך א נחמה מיט דיר



איך האב געמיינט אין בין נעבעך מיטן קאפ אין וואנט יעצט זעה איך אז איך האב א שותף אויף די אנדער זייט

איך וואלט נאך אראפגעשלינגען יעדע דורכפאל אבער טראמפ'ס דורכפאל מיט ברעקזיט מיין איך גייט אים אראפטראגען
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

פאליק האט געשריבן:גייענדיג אין בית המדרש הער איך היינט אפאר אינגעלייט שמועסן וזה לשונם בערך:
פארפאלן דער טראמפ איז א גוטער פרעזידענט. איך האב טאקע מורא געהאט אז די וועלט וועט אונטערגיין, און טאקע דערפאר נישט געשטימט פאר אים, אבער למעשה דערליוועט ער וואס ער האט געזאגט, יא ער איז א משוגענער אבער למעשה איז ער גוט און איך וואלט געוואוט פאר אים אין 2020. (פארשטייט זיך לעת עתה)

פאליק, איך ווייס נישט צו די דרייסט דיך אין מיין בית המדרש, אבער האסט גוט ארויסגעברענגט מיין בליק.

איך בין פון די צווייטע אפציע.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

לאמיר אייך פרעגן, פאר וועלכע האב איך געוואויט?...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הרב @פאליק, למעשה האט איר דא א שרעקליכע פלאפ ווייל אסאך מער טראמפ וויילער זאגן אז זיי וועלן שטימען קעגן אים ווי פארקערט.

לויט די אנקעטע פאלט ער פון 76% צו 64% , דאס איז גענוג א שטארקע טראסק צו פארלירן די עלעקטארעל קאלידזש מיט א לענדסלייד.
אוועטאר
ארון_ליב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 09, 2018 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארון_ליב »

דערווייל האבן 62 געשטימט. א אנקעטע פון 62 הייסט בכלל א אנקעטע?
שוואכע מאסעס
ארון נושא את נושאיו
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:זעהענדיג די רעזולטאטן פון די לעצטע צוויי אויסוואלן זעהט אויס ווי די צוויי פון דריי זענען באמת פירערס וואס זענען דא להכעיס..


ככככ....
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

צל עובר האט געשריבן:הרב @פאליק, למעשה האט איר דא א שרעקליכע פלאפ ווייל אסאך מער טראמפ וויילער זאגן אז זיי וועלן שטימען קעגן אים ווי פארקערט.

לויט די אנקעטע פאלט ער פון 76% צו 64% , דאס איז גענוג א שטארקע טראסק צו פארלירן די עלעקטארעל קאלידזש מיט א לענדסלייד.

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:דער וואס האט געשטימט די לעצטע אפציע זאל אויפהייבן די הענט!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צל עובר האט געשריבן:הרב @פאליק, למעשה האט איר דא א שרעקליכע פלאפ ווייל אסאך מער טראמפ וויילער זאגן אז זיי וועלן שטימען קעגן אים ווי פארקערט.

לויט די אנקעטע פאלט ער פון 76% צו 64% , דאס איז גענוג א שטארקע טראסק צו פארלירן די עלעקטארעל קאלידזש מיט א לענדסלייד.

יעצט איז ער שוין בעסער, 68% אנשטאט 72%.
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

הרב צל איך וועל עס מתקן זיין אין א מינוט
איך דארף מיר נאר דערמאנען די פעסווארד צו מיין אנדערע 7 ניקים

דאס האט אזא פנים ווי דער אנקעטע נאכן ערשטע דיבאטע אין 2016 אז טראמפ האט געוואונען מיט 70%
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

פאליק האט געשריבן:הרב צל איך וועל עס מתקן זיין אין א מינוט
איך דארף מיר נאר דערמאנען די פעסווארד צו מיין אנדערע 7 ניקים

דאס האט אזא פנים ווי דער אנקעטע נאכן ערשטע דיבאטע אין 2016 אז טראמפ האט געוואונען מיט 70%

אויב הייבסטו אן זינגען דעם ניגן איז די גאנצע אנקעטע ווערט א זייפן בלאז, נישט נאר אפציע נומער 4, מען קען עס נישט טיילן
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

משה חיים פנחס האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:הרב צל איך וועל עס מתקן זיין אין א מינוט
איך דארף מיר נאר דערמאנען די פעסווארד צו מיין אנדערע 7 ניקים

דאס האט אזא פנים ווי דער אנקעטע נאכן ערשטע דיבאטע אין 2016 אז טראמפ האט געוואונען מיט 70%

אויב הייבסטו אן זינגען דעם ניגן איז די גאנצע אנקעטע ווערט א זייפן בלאז, נישט נאר אפציע נומער 4, מען קען עס נישט טיילן


איך הייב נישט אן יענע 16 האבן אנגעהויבן

זאלן 10 ניקים ארויפקומען און זאגן אז זיי האבן געוואוט טראמפ אין 16 און יעצט וועלן זיי וואוטן אנקעגן
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”