תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:13 pm
דער אורזאך צו זיין טויט איז געווען צוליב וואס ער איז אויסגעלאפן פון אקסעזשין בשעת'ן דייווען, ווען ער האט געהאלטן אינמיטן ארומלייגן אקסעזשין טאנקן אינעם הייל, כדי אז ווען די קינדער וועלן ווערן ארויסגעדייווט זאלן זיי האבן מיט זיך גענוג טענק אויסגעלייגט דורכאויס דעם הייל, צו נעמען אין פאל א טאנק נוצט זיך אויס.
דער פלאן איז יעצט אונטער פראגע צייכן נאך דעם סיעל'ס טויט, אז ער האט עס נישט געקענט מאכן, וויאזוי וועלן עס די קינדער דורכלעבן?! עס רעדט זיך פון דייווען פינף שעה אין גאר קאמפלעצירטע אומשטענדן, באדעקט מיט מאסקעס ווערנדיג באגלייט דורך עטליכע מיליטערישע דייווערס.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.