12 קינדער מיט לערער פארכאפט אין הייל אין טיילאנד - געראטעוועט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך יולי 04, 2018 10:27 pm

ווי איז דא לופט דארטן אז ס'איז געסיעלט די עפענונגן מיט וואסער?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך יולי 04, 2018 11:25 pm

אפשר קען מען ניצן די זעלבע איידיע וואס מהאט געניצט ארויסצונעמען די פארכאפטע מינע גרעבער פון טשילע עטליכע יאר צוריק. אפשר האט טשילע אוועקגעלייגט דעם גראבן פייפ.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 04, 2018 11:34 pm

זאגסט גאנץ א גוטער פלאן יאנקעל. אזא עצה דא איז און א וועג גרינגער ווייל דארט האצעך עס גערעדט פון א האלבע מייל אינטערן ערד פלאך!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

splinter
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » מיטוואך יולי 04, 2018 11:37 pm

וואס איך פארשטיי נישט פון די גאנצע מעשה, וויאזוי זענען זיי אנגעקומען צו די פארשטופטע פלאץ?
וויאזוי זענען זיי אדורך געבראכן די שמאלע עפענונגן פון אנפאנג?
פארוואס זענען זיי געקראכן אזוי ווייט?

איינער קען דאס פארענטפערן?

אוועטאר
טעם וריח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך יולי 04, 2018 11:38 pm

כפארשטיי בכלל נישט פארוואס די רעטונגס אגענטורן ליינען נישט איי-וועלט, סאיז ביימיר ברור אז אפאר אידישע קעפ דא וועלן אויס טרעפן א גניאלן רעטונגס פלאן אין נאו טיים!! #שיגענעוועלט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 04, 2018 11:40 pm

ווייזט אויס ס׳איז נישט געווען קיין וואסער דארט בשעת זיי זענען אריין. לויט ווי כ׳פארשטיי פון וואס איך ליין קוקט אויס אז מיט איין שלאקס רעגן פליסן אריין מיליאנען גאלאנען וואסער אונעם עפענונג.

ספלינטער כ׳רעד צו דיר
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך יולי 04, 2018 11:41 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זאגסט גאנץ א גוטער פלאן יאנקעל. אזא עצה דא איז און א וועג גרינגער ווייל דארט האצעך עס גערעדט פון א האלבע מייל אינטערן ערד פלאך!

זיי הייבן אן צו טראכטן פון דעם

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 04, 2018 11:41 pm

טעם וריח האט געשריבן:כפארשטיי בכלל נישט פארוואס די רעטונגס אגענטורן ליינען נישט איי-וועלט, סאיז ביימיר ברור אז אפאר אידישע קעפ דא וועלן אויס טרעפן א גניאלן רעטונגס פלאן אין נאו טיים!! #שיגענעוועלט

לאו דוקא און די נושא..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

splinter
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » מיטוואך יולי 04, 2018 11:43 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווייזט אויס ס׳איז נישט געווען קיין וואסער דארט בשעת זיי זענען אריין. לויט ווי כ׳פארשטיי פון וואס איך ליין קוקט אויס אז מיט איין שלאקס רעגן פליסן אריין מיליאנען גאלאנען וואסער אונעם עפענונג.

ספלינטער כ׳רעד צו דיר


דאס זעה איך אויך, אבער פארוואס און ווען זענען זיי אדורך געקראכן די שמאלע דורכגענג?

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך יולי 04, 2018 11:44 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זאגסט גאנץ א גוטער פלאן יאנקעל. אזא עצה דא איז און א וועג גרינגער ווייל דארט האצעך עס גערעדט פון א האלבע מייל אינטערן ערד פלאך!

דא איז עס אויך א בערך א האלבע מייל אינטערן ערד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך יולי 04, 2018 11:49 pm

איז נישט מעגליך אריינצולייגן יעדע קינד אין א פארמאכטע באלאן מיט גענוג ליפט און אזוי אריבערפירן דורכן וואסער?

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך יולי 04, 2018 11:56 pm

די פראבלעם דא איז שטערקער ווי אין טשילי, דארט אין טשילי זענען זיי געווען אין א מער ווייניגער פארזיכערטע צושטאנד, ס'האט טאקע גענימען צייט, אבער זיי זענען נישט געווען אין א באלדיגע סכנה. אבער דא גייט באלד אנהויבן צו פאלן די שטארקע מזרח אזיע רעגן'ס און די וואסער קען נאך מער ארויף גיין, און דאן קענען זיי פארפלייצט ווערן און די דייווערס קענען נישט אריין קומען

דא איז עס א מלחמה קעגן צייט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 04, 2018 11:59 pm

אויך, אויף די בילדער קוקט אויס ווי זיי זענען און מער א קלענער פלאץ ווי ביי די טשילי מעשה. סזעעט נישט אויס ווי ס׳איז דא פארהאן א פלאץ פאר אזא קאפסול צו לאנדן און אויפנעמען א מענטש
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אסדר לסעודתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:20 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ווי איז דא לופט דארטן אז ס'איז געסיעלט די עפענונגן מיט וואסער?

דער עפענונג איז נישט געסיעלט, ס'נאר דא טיפע פלעצער אויפן וועג וואו ס'איז פארהאן צענדליגער פיס פון וואסער. ס'איז נישט גענצליך פארשטאפט קיין שום דורכגאנג, ווייל די וואסער רינט אראפ צו די נידריגערע ערטער.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:23 am

זעהט די בילדער
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אסדר לסעודתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:24 am

די פחד נורא איז נישט יעצט. ס'איז נאר די טעג וואס זיי זענען דארט אפגעזעצן אן קיין מציל ומושיע, ווען זיי זעען די וואסער פליעסט אריין מער און מער אן קיין שום קאמיוניקאציע, זייער פחד המוות איז מסתמא געווען אויפן העכסטן גראד, דאס מאכט פארשטענדליך זייערע שמייכלן וואס מ'זעט אויף די בילדער. השם ישמרינו.

זיי האבן געשפאנט ארום צוויי מייל אריין אינעם הייל, דאס איז בלויז בערך דריי צו פיר שעה. דער וועג ארויס קען נעמען חדשים. א פחד צו טראכטן. אבער געלויבט דעם בורא זיי זענען שוין אין רעטונגס הענט.

אסדר לסעודתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:25 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:זעהט די בילדער

אלע בילדער געזען.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:28 am

הערשל פריעדמאן אויף קול מבשר ביי זיין וועכענטליכע אנאליז שמועסט איבער דעם נושא
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:18 am

אמביציע האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זאגסט גאנץ א גוטער פלאן יאנקעל. אזא עצה דא איז און א וועג גרינגער ווייל דארט האצעך עס גערעדט פון א האלבע מייל אינטערן ערד פלאך!

זיי הייבן אן צו טראכטן פון דעם

כ'מיין אז דא רעדט מען פון איבער א דריי פערטל מייל טיעף, וואס אין טשילע האט גענומען א האלבע מייל כמעט 70 טעג ווילאנג זיי זענען ארויפגעקומען,
יעצט איז זייער ריזיקאליש צו ווארטן אזוי לאנג, ווייל ס'גייט קומען שטארקע רעגענעס וואס קען זיי אינגאנצן דערטרענקן.

עניוועיס ס'גייט לכאורה קומען גרויס דראמא די קומענדיגע פאר טעג, וואכן, אדער חדשים

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:50 am

וויאזוי האבן זיי איבערגעלעבט ביז מען האט זיי געטראפן?
האבן זיי געהאט עסן אדער טרינקען?

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:52 am

יציב פתגם האט געשריבן:איז נישט מעגליך אריינצולייגן יעדע קינד אין א פארמאכטע באלאן מיט גענוג ליפט און אזוי אריבערפירן דורכן וואסער?

מאך שנעל א USA פאטענט אויף די איידיע
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 2:01 am

splinter האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווייזט אויס ס׳איז נישט געווען קיין וואסער דארט בשעת זיי זענען אריין. לויט ווי כ׳פארשטיי פון וואס איך ליין קוקט אויס אז מיט איין שלאקס רעגן פליסן אריין מיליאנען גאלאנען וואסער אונעם עפענונג.

ספלינטער כ׳רעד צו דיר


דאס זעה איך אויך, אבער פארוואס און ווען זענען זיי אדורך געקראכן די שמאלע דורכגענג?

די דורכגענג זענען געווארן שמאל וויבאלד די וואסער שלעפט אריין אסאך מאראסט

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:12 am

יואל שרייבער האט געשריבן:די דורכגענג זענען געווארן שמאל וויבאלד די וואסער שלעפט אריין אסאך מאראסט


אויב עס איז אזוי, וויאזוי איז נאך בכלל דא א הייל, נאך אזויפיל יארן אריינרעגענענען און אריינשלעפן מאראסט?

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:56 am

איך פארשטיי נישט... נישטא קיין קליינע זויווי קעפסאל אינטער וואסער שיפלעך מיט אקסידשען? היינט וואלט אזא זאך געדארפט אפילו קענען פארן רימאטלי... נאר קארס קענען באלד פארן אליין?
איך דמיון ׳היינט׳ פון אייער נעכטיגן ׳חלום׳...
זאל עס זיין א עד, לאגא, בראשור, קאמפיין אדער סייוואס.. לאמיר מאכן פון אייער ׳חלום׳ א ׳מציאות׳!

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:52 pm

Graphic24 האט געשריבן:איך פארשטיי נישט... נישטא קיין קליינע זויווי קעפסאל אינטער וואסער שיפלעך מיט אקסידשען? היינט וואלט אזא זאך געדארפט אפילו קענען פארן רימאטלי... נאר קארס קענען באלד פארן אליין?

קוק די בילדער, ע'סטו זעהן אז קוים וואס א מענטש קען זיך דארט דורכשטופן, אפגערעדט פון א שיף, באלון, וכדומה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט