12 קינדער מיט לערער פארכאפט אין הייל אין טיילאנד - געראטעוועט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:20 pm

דו האסט אמאל געזען דעם צוים? עס גייט פון דער ערד ביזן דאך, קיין ארט איבערצושפרינגען.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
א שטיקל קוגל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 19, 2011 10:50 am

תגובהדורך א שטיקל קוגל » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:23 pm

יא, נאר כ'זעה אז ווען מען רעדט פון א צוים איז דיר דאס ארויפגעקומען אין מיינד, האבעך געקלערט, אפשר האסטו אמאל פראבירט צו איבערשפרינגען. דעטס אלל.

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:29 pm

למעשה רעדט מען נאך יא פון א פלאן די קינדער זאלן ארויסגיין אויף די אייגענע פיס.

די פראבלעם איז אז זיי ווייסן נישט קלאר וויפיל וואסער עס קומט ארויס פונעם הייל, וויבאלד דורכאויס די גאנצע צייט קומט אויך אריין וואסער און עס איז זייער שווער צו מעסטן וואו ס'האלט. אויב מען וועט זען אז די וואסער איז גענוג אראפ וועלן זיי אנהייבן צו גיין צופיס און דורכגיין דעם שווערסטן טייל מיט לייף וועסטליך, און די איבריגע וועלן זיי שוין קענען דורכמאכן לייכטערהייט. די שווערסטע חלק איז טיף אריין, נענטער צו זיי ווי צום אריינגאנג.

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:35 pm

ערשטער נאמען פון די פארכאפטע קינדער ארויסגעגעבן: 'אדול סאם-אן'. ער איז געווען דער ערשטער צו קאמיוניקירן מיטן בריטישער דייווער. ער האט געקענט ענגליש און געפרעגט די ערשטע זאך וועלכע טאג עס איז, דערנאך האט ער אים געזאגט אז די גרופע איז פאר'חלש'ט הונגעריג, בשעת ווען זיינע הונגעריגע חברים שרייען נאך מיט זייער שוואכער ענגליש "eat eat".
צוגעלייגטע
504.jpg
אדול סאם-אן
504.jpg (18.63 KiB) געזעהן 1771 מאל

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:55 pm

צוויי דרייצן יעריגע קינדער פון דעם פוטבאל גרופע זענען געקומען יענע טאג ווען מ'איז ארויס צום שפאציר צום קורס, זיי זענען אהיימגעגאנגען איידער מען האט זיך ארויסגעלאזט צום הייל, ווערנדיג געראטעוועט פון זיין צווישן די געשטראנדעטע.
איינער האט נישט געקענט אנטייל נעמען ווייל ער האט געלאזט זיין בייק אינדערהיים, דער צווייטער האט די טאטע געהייסן אהיימקומען ווייל ער האט נישט געהאט געענדיגט זיין היים ארבעט פון סקול.

איינע פון די טאטעס פון די פארלוירענע קינדער האבן גערופן איינע פון די צוויי קינדער יענע נאכט 11:30 פרעגנדיג וואו זיין זון איז, ווען ער האט געענטפערט אז זיי זענען ביים הייל האט מען אנגעהויבן דעם זוך אקציע.

אינטערוויו מיט איינע פון די קינדער

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 06, 2018 12:05 am

אפריקאנער מולטי ביליאנער 'עלאן מאסק' האט זיך אנגעטראגן ארויסצוהעלפן דורכן באצאלן פאר טייערע טעכנעלאגישע מיטלן כדי ארויסצוזען די קינדער לעבעדיג ווי שנעלער. צוויי פירמעס ארבעטן אצינד מיט די טיילאנדישע אויטאריטעטן צו זען וואס מ'קען אויסארבעטן אדאנק עלאן'ס געלט.

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 06, 2018 12:13 am

באאמטע זענען באזארגט אז די גרויסע צאל מענטשן וועלכע געפינען זיך אינעם הייל און פרובירן צו העלפן און ראטעווען די קינדער, קען אפעקטירן די לופט אינעם הייל און ברענגען די קינדער צו א באלדיגע סכנה.

ארטיגע אגענטורן זוכן אצינד צו שאפן א לאנגער פייפ פון דריי מייל לאנג וואס זאל גרייכן ביזן ארט וואו די קינדער געפינען זיך און וועט אריינבלאזן פרישע לופט און אקסעזשין פאר די געשטראנדעטע. ווער עס האט אזאנס אין באזיץ זאל זיך ביטע אנרופן.

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 06, 2018 12:22 am

עטוואס צו פארשטיין די פלענער וואס זענען אויפן טיש, וואו מען קען גראבן, וואו זיי דארפן אלס דורכשווימען, ווי הויך די וואסער איז און ווי טיף אונטער די ערד זיי זענען.
צוגעלייגטע
thailandrescuechildren0307.jpg
thailandrescuechildren0307.jpg (82.58 KiB) געזעהן 1623 מאל

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 06, 2018 12:30 am

נאך דעטאלירטע מאפעס.
צוגעלייגטע
_102380738_thai_cave_detailed_mapv2_976-nc.png
_102380738_thai_cave_detailed_mapv2_976-nc.png (61.86 KiB) געזעהן 1597 מאל
final_180704_diving-their-way-out_online_1_0.jpg
final_180704_diving-their-way-out_online_1_0.jpg (355.13 KiB) געזעהן 1597 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3036
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יולי 06, 2018 1:48 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:יישר כח @אמביציע פאר די באריכטן און בילדער!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3036
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יולי 06, 2018 1:49 am

אגב, וואסע געבליבן דארט, דער טויטער סיעל איז טאקע א אמעריקאנער קאמאנדא?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג יולי 06, 2018 1:56 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אגב, וואסע געבליבן דארט, דער טויטער סיעל איז טאקע א אמעריקאנער קאמאנדא?

ניין, ס'איז א טיילאנדער

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג יולי 06, 2018 2:52 am

אמביציע האט געשריבן:
וואשינגטאן האט געשריבן:פאארוואס קען מען נישט פארבויען די עפענונג סזאל נישט אריין פרישע וואסער?

טאקע גאנץ א גוטע געדאנק, ס'איז זייער מאדנע, זייער פיל נישט געענפערטע פראגע'ס זענען דא

דעי טיילאנדער זען מיר אויס וואו זיי טויגן צו גארנישט, געטראפן האבן זיי נישט קיין טיילאנדער נאר צוויי בריטישע שווימער'ס

איך האב נאך א שאלה. איך פארשטיי אז גראבן א לאך פון אויבן איז זייער א שווערע און קאמפליצירטע עסק, אבער מען קען דאך טון אנדערש; ביי די פלאץ וואו עס איז די שווערסטע דורכצוגיין וויבאלד די הייל גייט אויף אראפ און פון אויבן קומט אראפ א שפיציגע דאך אריין טיף אין וואסער אריין, קען מען דאך דורכגראבן א האריזאנטעל לאך אין די חלק וואס קומט אראפ פון דאך, און אזוי ארום שפארן דאס דארפן דייוון דארט דורך ערמעגליכן דורכצושווימען ביז'ן געגראבענעם לאך מיט לייף וועסטלעך.

דא האט איר א בילד פון מיין פלאן - די שווארצע רינג אינמיטן איז די שטח פון וואס איך רעד, און די רויטע ליין אין צענטער פונ'ם רינג איז מיין געפלאנטע טונעל:
2018-07-06 02.53.21.jpg
2018-07-06 02.53.21.jpg (569.79 KiB) געזעהן 1454 מאל


אגב, ש'כח אמביציע און אסדר פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס!
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג יולי 06, 2018 8:21 am

ווי איך פארשטיי אויב וויל מען טוהן אזא זאך דארף מען העווי עקוויפמענט וואס טראגט זיך נישט אזוי גרינג אריין.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 06, 2018 9:29 am

נאכן זוכן פאר 24 שעעה א פאסיגער ארט וואו צו גראבן האט מען נאכנישט געפינען עפעס וואס זאל זיך קענען אויסארבעטן.

אין די קומענדיגע מינוטן וועט פארקומען נאך א פרעסע קאנפערענץ ביים מערה און מער פרטים וועלן ארויסגעגעבן ווערן.

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 06, 2018 9:33 am

Think and Thank האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
וואשינגטאן האט געשריבן:פאארוואס קען מען נישט פארבויען די עפענונג סזאל נישט אריין פרישע וואסער?

טאקע גאנץ א גוטע געדאנק, ס'איז זייער מאדנע, זייער פיל נישט געענפערטע פראגע'ס זענען דא

דעי טיילאנדער זען מיר אויס וואו זיי טויגן צו גארנישט, געטראפן האבן זיי נישט קיין טיילאנדער נאר צוויי בריטישע שווימער'ס

איך האב נאך א שאלה. איך פארשטיי אז גראבן א לאך פון אויבן איז זייער א שווערע און קאמפליצירטע עסק, אבער מען קען דאך טון אנדערש; ביי די פלאץ וואו עס איז די שווערסטע דורכצוגיין וויבאלד די הייל גייט אויף אראפ און פון אויבן קומט אראפ א שפיציגע דאך אריין טיף אין וואסער אריין, קען מען דאך דורכגראבן א האריזאנטעל לאך אין די חלק וואס קומט אראפ פון דאך, און אזוי ארום שפארן דאס דארפן דייוון דארט דורך ערמעגליכן דורכצושווימען ביז'ן געגראבענעם לאך מיט לייף וועסטלעך.

דא האט איר א בילד פון מיין פלאן - די שווארצע רינג אינמיטן איז די שטח פון וואס איך רעד, און די רויטע ליין אין צענטער פונ'ם רינג איז מיין געפלאנטע טונעל:
2018-07-06 02.53.21.jpg


אגב, ש'כח אמביציע און אסדר פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס!

גוטע פראגע, אבער ווי איך פארשטיי איז פארהאן נאך אזא פלאץ מער צום אריינגאנג וואו מען דארף דייווען אן אקסעזשין אפילו, ווייל ס'פשוט נישט דא גענוג פלאץ פאר א מענטש מיט א טאנק, דאס צו קענען איז שווער. ווי אויך זענען פארהאן נאך קאמפליקאציעס אונטערוועגנס. אז מ'גראבט שוין זאל שוין זיין אינגאנצן, נישט דייווען און גראבן...

נאך א זאך זע איך יעצט, ס'כמעט די זעלבע זאך צו גראבן פון אויבן וואו צו גראבן דארט אינעם הייל, ס'איז אפשר נאך א גרעסערע שטח די שטיקל וואס הענגט אראפ וויפיל ס'דא העכער דעם הייל אויף געוויסע פלעצער.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » פרייטאג יולי 06, 2018 10:06 am

אגב, סיז שרעקעדיג נאר צו טראכטן וואס דארט טוט זיך אינטער דער ערד

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 06, 2018 10:07 am

דער עולם זיצט געשפאנט ווארטנדיג אויפן פרעסע קאנפערענץ, עס איז ערווארטערט צו ווערן אויפגעדעקט איינצלהייטן בנוגע דעם מאסיוון אקציע.
צוגעלייגטע
DhbO2W2VMAA4hr5.jpg
DhbO2W2VMAA4hr5.jpg (182.83 KiB) געזעהן 1143 מאל

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג יולי 06, 2018 10:23 am

ביי די לעוועל פון די שלאנג/העליקאפטער געים ווערט כמעט יעדער אוט, מ'דארף וויסן ווען צו קליקן די 'מאוס' אניש קראכט מען אריין אין די שטיין, דא האבעך נאך קיינמאל נישט געקענט גיין ווייטער...

כתמר יפרח
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג יולי 06, 2018 10:28 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער עולם זיצט געשפאנט ווארטנדיג אויפן פרעסע קאנפערענץ, עס איז ערווארטערט צו ווערן אויפגעדעקט איינצלהייטן בנוגע דעם מאסיוון אקציע.

די בילד איז זעכער געמאכט אין פוטושאפ, יעדער קוקט אויס ווי די זעלבע מענטש...
#אנגעצויגענע צייטן
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 06, 2018 10:29 am

די דריי אפציעס, מעלות און חסרונות.
צוגעלייגטע
k11czovd2fxk1bhyxcrq.jpg
k11czovd2fxk1bhyxcrq.jpg (124.93 KiB) געזעהן 1062 מאל

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » פרייטאג יולי 06, 2018 10:39 am

כתמר יפרח האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער עולם זיצט געשפאנט ווארטנדיג אויפן פרעסע קאנפערענץ, עס איז ערווארטערט צו ווערן אויפגעדעקט איינצלהייטן בנוגע דעם מאסיוון אקציע.

די בילד איז זעכער געמאכט אין פוטושאפ, יעדער קוקט אויס ווי די זעלבע מענטש...
#אנגעצויגענע צייטן


און אויך די ambulance האט פארקערטע אותיות.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » פרייטאג יולי 06, 2018 10:58 am

דוקטור האט געשריבן:
כתמר יפרח האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער עולם זיצט געשפאנט ווארטנדיג אויפן פרעסע קאנפערענץ, עס איז ערווארטערט צו ווערן אויפגעדעקט איינצלהייטן בנוגע דעם מאסיוון אקציע.

די בילד איז זעכער געמאכט אין פוטושאפ, יעדער קוקט אויס ווי די זעלבע מענטש...
#אנגעצויגענע צייטן


און אויך די ambulance האט פארקערטע אותיות.

דוכט זיך אז אויף יעדער אמבולאנס שטייט עס פארקערט. אז ווען מקוקט אין שפיגל זאל מען עס קענען לייענען
#אלע שווארצע זעען אויס די זעלבע

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג יולי 06, 2018 11:16 am

די טיילאנד נעווי סיעל וואס האט פארלוירן זיין לעבן ווערט געזעהן געציילטע שעות פארדעם עוסק זיין אין די רעטונג אפעראציע.
צוגעלייגטע
9DBAAF97-CF4D-45B2-A7C9-55EDC462B615.jpeg
9DBAAF97-CF4D-45B2-A7C9-55EDC462B615.jpeg (151.19 KiB) געזעהן 883 מאל

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » פרייטאג יולי 06, 2018 11:17 am

קען איינער געבען צו פארשטיין פארוואס דע גולמים שיין גערעדט, האבן געלייגט די עק פון די פייפס אויף ארויף א 90 אנשטאט אראפ... עס מאכט בלויז שווערער פאר די פאמפ!
טאקע נישט א מעדזשער אויפטו אבער פארוואס ארויף ? פאר שיינקייט?
מיין עצה :wink: מזאל אריין ציען א צוויי פיסגע פייפ מגייט דאך עני ציען פייפס זאל שוין זיין גראבע אין די קינדער זאל קריכען אין דעם (א היכי תמצא פון הסתר בתוך הסתר)
איך פארשטיי סאיז נישט גרינג צו ציען א 2 פיגע פייפ 3 מייל , איז מזאל נאר ציען דארט ווי מקען נישט וואקען\קריכען אין צו העלפן גראבן די לאך קען מען שיקען ראבאטס, ווי איז די קאםפעני וואס האט געמאכט דיי קינקסטאן פייפ ליין ?!
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, אזוי וויל איך, אינוועסטער, אנטי לינקער, דניאל אויערבאך, שמחהלע קאפשטיק און 48 געסט