נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 02, 2018 3:32 pm

עס איז דא סקאנדאלן, און עס איז דא סקאנדאלן.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג דעצמבער 02, 2018 3:40 pm

צל עובר האט געשריבן:עס איז דא סקאנדאלן, און עס איז דא סקאנדאלן.

גערעכט, אבער אלעס קען נאך אפירקומען.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 10:15 am

סענאטאר קענעדי: איך גלייך דעם סענאט און איך בין נישט קיין קאנדידאט פאר ליוזיאנא גאווערנאר פארמעסט אין 2019 למספרם

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 1:53 pm

דער סענעטאר האט לעצטענס געזאגט, אז ער האלט אז בלויז ער אדער סטיוו סקאליס קענען באזיגן דעם גאווערנאר, ביידע לויפן נישט.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:04 pm

ניו דזשערסי גאווערנאר האט אונטערגעשריבן א סעריע פרישע סענקטשוערי געזעצן וועלכע באשוצט אימיגראנטן
די פאליציי וועט נישט קענען אפשטעלן אדער פארהאלטן מענטשן באזירט אויף זייער אימיגראציע סטאטוס אדער פרעגן מענטשן איבער זייער סטאטוס סיידן אין פעלער פון אנגייענדיגע אויספארשונגען אויף ערנסטע פארברעכן
פאליציי אפיצירן וועלן אויך זיין פארבאטן פון אנטייל נעמען אין איבערפאלן דורכגעפירט דורך ICE אדער מיטטיילן לאקאלע דאטא אינפארמאציע מיט די אימיגראציע אינפארסמענט אגענטור

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 11:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר קענעדי: איך גלייך דעם סענאט און איך בין נישט קיין קאנדידאט פאר ליוזיאנא גאווערנאר פארמעסט אין 2019 למספרם

טענקס הבל, יור די בעסט!

א קליינע הערה: די סטעיט הייסט לואיזיאנא. (פאר א צווייטן וואלטעך געווענליך נישט גענומען די מיה אןיפצומערקן, אבער אז מיר האבן שוין יא א געלונגענער שרייבער וואס קען דערצו ספעלן, איז א שאד אפי' א קלייניגקייט)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:23 am

ריכטיג

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:06 pm

איך שרייב עס ווי די קרי, לוזיענע, אנדערע זאגן לואיזיענע.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:32 pm

די רעפאבליקאנער אין מישיגען און וויסקאונסען - וואס די דעמאקרעטס האבן איבערגענומען די גאווערנאר און אטוירני דזשענערעל אין ביידע סטעיטס - ווילן דוכפירן געזעצן וואס וועט געבן מער מאכט פאר די לעגיסלאטור אוועק פון די גאווערנאר און אטוירני דזשענערעל אין ביידע סטעיטס, אויך פון די SOS אין מישיגען.

די דעמאקרעטס פארפירן אז מען טרעט מיט דעם אויף די וויילער ואס האבן יעצט אריינגעוועלט די דעמאקרעטס.

בעצם האבן די דעמאקרעטס געהאט מער שטימען פאר די לעגיסלאטור אויך, נאר די רעפאבליקאנער בלייבן אין קאנטראל דורך די פעסטע דזשערימענדערינג אין די סטעיטס.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 12:23 am

זיי הערן די שטימע פון די וועלכע האבן נישט געוואוט.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:52 pm

Think and Thank האט געשריבן:זיי הערן די שטימע פון די וועלכע האבן נישט געוואוט.


עס איז געווען דארט א יודזש יודזש טוירנאוט, דלא כ2014, און סאך מער ווי 2010, "יעדער" האט געשטימט דארט.

נישט אז אבאמע איז געווען גערעכט, אבער דא איז עס פשוט נאנסענס, כ'ברויך עס איבערקוקן, אבער פשטות האבן די דעמאקרעטס אין די לעגיסלאטור באקומען בערך די זעלבע ציפער רויע שטימען, ווי טראמפ צוויי יאר צוריק אין וויסקאונסען, אין % שטייצעך סאך מער, משא"כ אבאמע האט געהאט א אומנארמאלע לענדסלייד אין וויסקאונסען אין 08.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:52 pm

As we watch the WI state legislature limit the incoming governor's power, note that the state legislative districts are so gerrymandered that the GOP won ~46% of the statewide vote in Nov but will have ~63% of the seats.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:23 pm

צל עובר האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:זיי הערן די שטימע פון די וועלכע האבן נישט געוואוט.


עס איז געווען דארט א יודזש יודזש טוירנאוט, דלא כ2014, און סאך מער ווי 2010, "יעדער" האט געשטימט דארט.

נישט אז אבאמע איז געווען גערעכט, אבער דא איז עס פשוט נאנסענס, כ'ברויך עס איבערקוקן, אבער פשטות האבן די דעמאקרעטס אין די לעגיסלאטור באקומען בערך די זעלבע ציפער רויע שטימען, ווי טראמפ צוויי יאר צוריק אין וויסקאונסען, אין % שטייצעך סאך מער, משא"כ אבאמע האט געהאט א אומנארמאלע לענדסלייד אין וויסקאונסען אין 08.

עס כאפט נישט קיין שום נ"מ וויפיל מענטשן האבן געוואוט. אבאמא האט פראסט און גראב געזאגט אז ער איגנארירט די וויילער, בעת וואס טראמפ האט עס מלבש געווען אין א זיג אין סענאט. אויב ביי אבאמא פארשטייסטו אז עס האט נישט געשאדט זעה איך נישט פארוואס טראמפ זאל עס יא שאדן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:45 pm

אבאמע האט נישט דורכגעפירט געזעצן אין די לעים דאק סעשאן צוכאפן מאכט אוועק פון קאנגרעס.

מען רעדט דא נישט פון טראמפ, מען רעדט דא פון וויסקאונסען לעגיסלאטור, וואס כאפט מאכט אוועק פונעם גאווערנאר, וואס זיי בלייבן מיט די לעגיסלאטור טראץ פארלירן בגודל.

און אבאמע האט למעשה געהאט א פוינט אז רוב מענטשן האבן נישט געשטימט, ווי ווייט די פוינט איז רעלעוואנט קען מען זיך טענה'ען.
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:15 am

קאנגרעסמאן ראלף עיברעהעם ווערט צווייטער קאנדידאט אריינצושפרינגען אינעם לוזיאנא גאווערנאר פארמעסט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 12:59 pm

אקלאהאמע האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו די טראמפ אדמיניסטראציע צו מעגן איינשטעלן ארבעט פארלאנגען צו קענען געניסן פון מעדיקעיד ווערנדיג די זעקסטע סטעיט צו גיין אין דעם ריכטונג

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 9:13 pm

עפעס אן אנזעץ האט אקלעהאמע מיט נאך א סטעיט געהאט מיט די סופרים קאורט. הבל׳ע קום אריין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 9:17 pm

יא יא
די קאורט האט געבעטן פאר פרישע דאקומענטאציע אין די קעיס אבער איך האב געשפירט אז עס ראיז נישט גענוג אינטערסאנט פאר די היזיגע ליינער קרייז און דעריבער איבערגעהיפט די קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 10:57 am

א קאמיסיע אין פלארידא פארמירט אויסצופארשן די פארקלענד שולע שיסעריי האט געשטימט 13-1 צו רעקאמענדירן אז לערער זאלן קומען מיט געווער אין שולע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:00 pm

אריזאנא גאווערנאר דאג דוסי פארלירט מער און מער אפעטיט צו שטעלן מארטא מקסעלי אויף מקעין'ס סענאט זיץ ווען דזשאן קייל מאכט עס ליידיג

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:17 pm

ווען גייט ער טאקע?

וואו קען מען זעהן דערוועגן?
Why did the Chicken cross the road?

To get to St John’s Episcopal Church in DC

"Biden has a team of killers and all I’ve got is a defense" -- DonaldTrump https://t.co/LdGyfNn8zQ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 10:06 am

אריזאנא גאווערנאר דאג דוסי ערהאלטן רעזיגנאציע בריוו פון סענאטאר דזשאן קייל אפעקטיוו דעצעמבער 31 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 10:32 am

אריזאנא גאווערנאר דאג דוסי אויסגעקליבן מארטא מקסעלי צו אנפילן זיץ פון סענאטאר דזשאן קייל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 4:01 pm

נעוואדע ווערט די ערשטע סטעיט ווי די לעגיסלאטור פליגל וועט באשטיין פון א מאיאריטעט פרויען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:52 am

ארויסגייענדער גאווערנאר פון מעין לעפעדזש איבערן אריינקומענדיגע גאווערנאר: איך גיי איר איבערלאזן א נאטיץ אויפן קישן וועלכע וועט קלארשטעלן אז אויב זי מאכט נישט קיין גוטן דזשאב וועל איך זיין צוריק אין 2022 למספרם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, אבן יקרה, סארקאזי, עדינו העצני, ר' איד און 62 געסט