נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:35 am

וויילער אין קאליער קאונטי אין פלארידא ועלן שטימען אין די בעפארשטייענדע מידטוירמס אויף אן אינציאטיוו איינצושדטעלן א סעילס שטייער פון איין צענט (פלארידא אלץ א סטעיט פארמאגט נישט קיין סעילס שטייער)
די רעפערענדום איז געציהלט אריינצוברענגן 70 מיליאן דאלער יערליך און וועט אויפטרייבן 490 מיליאן דאלער אין א 7 יאר אפשניט
די געלט וועט גיין פאר אינפראסטראקטור ווי רענאווירן די לופטפעלד א נייע פארק און פאררעכטן די שוואכע בריקן
שטיצער צייגן אן אז די פראיעקטן זענען קריטיש פאר די קאונטיס צוקונפט און אויב די אינציאטיוו פאלט אדורך וועט די קאונטי זיין געצווינגן ארויסצונעמען אן הלואה מיט צינזן און עס וועט עווענטועל אפקאסטן פיל טייערער

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:48 pm

הכל הבל האט געשריבן:וויילער אין קאליער קאונטי אין פלארידא ועלן שטימען אין די בעפארשטייענדע מידטוירמס אויף אן אינציאטיוו איינצושדטעלן א סעילס שטייער פון איין צענט (פלארידא אלץ א סטעיט פארמאגט נישט קיין סעילס שטייער)

פלארידע האט יא סעילס טעקס, זיי האבן נישט קיין אינקאם טעקס

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:53 pm

גערעכט מיי מיסטעיק

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 10:37 am

קאלאראדא איז א סטעיט וועלכע איז ברייט באקאנט אלץ גאר א פרא מאריוואנא סטעיט און אפילו דער רעפובליקאנער סענאטאר פון די סטעיט קארי גארדנער איז א גאר שטארקע קעמפער אראפצונעמען די לעגאלע פארבאט דערפון
איצט הערט מען אז די פארקויפונגען פון די געווירצן איז שוין איבערגעשטיגן א ביליאן דאלער אין ווערט און האט אריינגעברענגט איבער 200 מיליאן דאלער אין שטייערן

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 2:03 pm

אין מעין קומט איצט פאר א פארמעסט צו ערזעצן דעם רעפובליקאנער גאווערנאר פאול לעפעדזש וועלכע קען מער נישט לויפן צוליב טוירם לימיטס
לעפעדזש האט לאנג פרובירט צו עלימינירן די סטעיט אינקאם שטייער און האט פארגעשלאגן א קאנסטיטוציאנאלע אמענדמענט עס דורכצופירן אבער די סטעיט לעגיסלאטור האט עס אפגעווארפן
ביי איין פאל איז אפילו געווארן אויפגעברענגט אן אומפארטייאישע פארשלאג צו ערזעצן די עקזיסטירנדע פראגרעסיוו אינקאם שטייער ראטעס וועמענס העכסטע ראטע איז 7.95% מיט א פלעט 4% אינקאם שטייער ראטע פארן פרייז פון א העכערע סעילס שטייער אבער דער גאווערנאר האט עס צו יענער צייט צוריקגעוויזן
נאך זיין ווידערערוויילונג אין 2014 למספרם האט ער זיך געבראכן און אויסגעדרוקט שטיצע אין אלגעמיין פאר א העכערע סעילס שטייער אין אויסטויש פאר עלימינירן אדער כאטש רעדוצירן די אינקאם שטייער
ער האט אפילו אריינגענומען די טויש אין זיין פארגעשלאגענע סטעיט בודזשעטן אין 2015 און 2016 למספרם
טראץ וואס זיינע פארזוכן האבן זיך למעשה נישט איינגעגעבן האט ער פארשפראכן אויסצונוצן זיין פארבליבענע צייט צו באקעמפן די אפאנענטן צו זיין שטייער רעפארם אינציאטיוו
אצינד אז זיין צייט אויפן בענקל לויפט אויס קומט די נייעס אז אמווייניגסטנס אויף א פערזענליכע פארנעם האט דער גאווערנאר באשלאסן צו נעמען שריט..
דער גאווערנאר האט געמאלדן אז ביים פארלאזן אפיס וועט ער זיך אריבערציען קיין פלארידא ווי עס איז נישטא קיין סטעיט אינקאם שטייער און אפילו זיין פראפערטי שטייער וועט זיין פיל ביליגער
איראניש איז אז לויט די איצטיגע אנקעטעס איז ערוואטעט אז ענדרו גילאם וועט מארגן נאכט זיגן אין די פלארידא גאווערנאר פארמעסט און לויט ווי מען באשולדיגט אים פלאנט ער ארויפצושטעלן א אינקאם סטעיט אויף פלארידא...

אנא אלך ממכסך ואנא מטעקסעיך אברח

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 2:10 pm

געענדיגט מיט א שיינע מליצה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 2:16 pm

צל עובר האט געשריבן:געענדיגט מיט א שיינע מליצה.

יישר כח

די ארטיקל אין אלגעמיין איז צו טרוקן?

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 2:21 pm

אודאי נישט, איך פיר זיך פשוט צו געבן א קאמפלעמענט ווען איך האב הנאה פון א מליצה.

דו ביזט סופער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 2:23 pm

צל עובר האט געשריבן:אודאי נישט, איך פיר זיך פשוט צו געבן א קאמפלעמענט ווען איך האב הנאה פון א מליצה.

דו ביזט סופער.

אה נחמתני

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 11:08 am

אין וויסקאנסין האט דער רעפובליקאנער גאווערנאר סקאט וואלקער פארלוירן די וואלן אבער רעפובליקאנער האבן אנגעהאלטן ביידע געזעצהייזער
עס מיינט אז אפילו אויב גאווערנאר ערוויילט עווערס וועט זוכן צוריקצודרייען רעפארמען איינגעשטעלט דורך זייין פארגייער קען ער אויסשטיין א שווערע פעלד מיטן לעגיסלאטור

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 1:40 pm

גייט נישט זיין קיין ריקאונט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 12:07 pm

די קאמפיין מענעדזשער פון עמי מקגרעט די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר קענטאקיס זעקסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועכע האט שמאל פארלוירן פארלאפענעם דינסטאד רופט אויף זיין קאנדידאט צו לויפן אקעגן דעם רעפובליקאנער קענטאקי גאווערנאר מעט בעווין קומענדיגע יאר אבער זאגט אז ער האט נאכנישט גערעדט מיט איר פערזענליך דערוועגן
(עס שיינט אז דער מענעדזשער וועלכע האט איצט פארלוירן זיין ארבעט קען באשטיין צו פארבלייבן אויף זיין מענעדזשינג פאזיציע און אנפירן א פרישן קאמפיין און גלייכצייטיג קענען פארזעצן צו שפייזן זיין געזינדל..)

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 2:10 am

הכל הבל האט געשריבן:אין וויסקאנסין האט דער רעפובליקאנער גאווערנאר סקאט וואלקער פארלוירן די וואלן אבער רעפובליקאנער האבן אנגעהאלטן ביידע געזעצהייזער
עס מיינט אז אפילו אויב גאווערנאר ערוויילט עווערס וועט זוכן צוריקצודרייען רעפארמען איינגעשטעלט דורך זייין פארגייער קען ער אויסשטיין א שווערע פעלד מיטן לעגיסלאטור

אבער עס וועט זיין רידיסטריקטינג אין 2021 וואס דער גאווערנאר ברויך אונטערשרייבן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 11:44 am

אין ליוזיאנא ווי דער דעמאקראטישער גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס איז אין זיין ערשטן טערמין שארפן זיך שוין עטליכע רעפובליקאנער אים ארויסצוטוישן אין 2019 למספרם
א רייע קאנדידאטן פלאנען צו לויפן און אין שפיץ באטראכט סענאטאר קענעדי אויך אריינצשפרינגען אינעם פארמעסט
א פרישע אנקעטע צייגט אז עדווארדס איז פאראויס פון קענעדי מיט 6% אויב אלע רעפובליקאנע קאנדידאטן זענען אויך אינעם פארמעסט אבער אין אזא פאל איז עדוואדס אונטער 50% וואס באדייט אז עס וואלט געגאנגען צו א ראן אף אין וועלכע קענעדי באזיגט עדוואדס מיט 8%

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:09 pm

הכל הבל האט געשריבן:אוסטין טעקסאס האט איינגעשטעלט א פארבאט אויף רעסטוראנטן צו ווארפן עסן אין מיסט

#בל תשחית

וואס דארפן זיי טוהן דערמיט?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:12 pm

לויט די נייע רעגולאציע דארף עס גיין פאר הונגעריגע היימלאזע אדער בעלי חיים

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:18 pm

הכל הבל האט געשריבן:לויט די נייע רעגולאציע דארף עס גיין פאר הונגעריגע היימלאזע אדער בעלי חיים

ווער דארף באצאלן די צוגעקומענע אויסגאבן פון באהאנדלען דאס עסן?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:40 pm

אלץ רעזולטאט פון די אויסגאנג אין די מידטוירמס אין פילע סטעיטס וועלן פילע סטעיטס זיך אנשליסן אין די מעדיקעיד אויסברייטערונג פראגראם וועלכע ערלויבט אביסל העכערע פארדינער צו קוואליפיצירן פארן פראגראם
וויילער אין איידעהאו נעבראסקע און יוטא האבן באשטעטיגט א רעפערענדום וועלכע וועט אנשליסן די סטעיט מיט פילע אנדערע סטעיטס וועלכע נעמען שוין איצט אנטייל אינעם אויסברייטערונג
קענסאס און וויסקאנסין האבן ערוועלט דעמאקראטישע גאווערנארס וועלכע וועלן ווארשיינליך אויך זוכן אנצושליסן זייערע סטעיטס אינעם פראגראם
פלארידא אין דזשאדזשיע וועט זיך ווענדן אין די ענדגילטיגע רעזולטאטן צו זעהן אין וועלכע ריכטונג די סטעיטס וועלן גיין

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 3:04 pm

סאן פראנציסקא באשטעטיגט געזעץ צו העכערן שטייערן אויף גרויסע טעכנאלאגישע פירמעס געציילט אויפצוטרייבן מער פאנדן צו קענען העכערן די סערוויסעס פאר היימלאזע

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 4:12 pm

סענאטאר קענעדי האט איצט געזאגט אז קומענדיגן מאנטאג וועט ער מעלדן זיין באשלוס אויב ער שפרונגט אריין אינעם גאווערנאר פארמעסט אין ליוזיאנא
דער איצטיגער גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס איז א דעמאקראט

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 5:37 pm

הכל הבל האט געשריבן:אין ליוזיאנא ווי דער דעמאקראטישער גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס איז אין זיין ערשטן טערמין שארפן זיך שוין עטליכע רעפובליקאנער אים ארויסצוטוישן אין 2019 למספרם
א רייע קאנדידאטן פלאנען צו לויפן און אין שפיץ באטראכט סענאטאר קענעדי אויך אריינצשפרינגען אינעם פארמעסט
א פרישע אנקעטע צייגט אז עדווארדס איז פאראויס פון קענעדי מיט 6% אויב אלע רעפובליקאנע קאנדידאטן זענען אויך אינעם פארמעסט אבער אין אזא פאל איז עדוואדס אונטער 50% וואס באדייט אז עס וואלט געגאנגען צו א ראן אף אין וועלכע קענעדי באזיגט עדוואדס מיט 8%


אבער לויט די רעזאלטאטן פון מיסיסיפי קענען די דעמאקרעטס זיין אסאך שטערקער ביי די ראנאף, עס קוקט אויס אז א ראנאף איז ענליך צו די ספעשל עלעקשענס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 12:32 pm

צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין ליוזיאנא ווי דער דעמאקראטישער גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס איז אין זיין ערשטן טערמין שארפן זיך שוין עטליכע רעפובליקאנער אים ארויסצוטוישן אין 2019 למספרם
א רייע קאנדידאטן פלאנען צו לויפן און אין שפיץ באטראכט סענאטאר קענעדי אויך אריינצשפרינגען אינעם פארמעסט
א פרישע אנקעטע צייגט אז עדווארדס איז פאראויס פון קענעדי מיט 6% אויב אלע רעפובליקאנע קאנדידאטן זענען אויך אינעם פארמעסט אבער אין אזא פאל איז עדוואדס אונטער 50% וואס באדייט אז עס וואלט געגאנגען צו א ראן אף אין וועלכע קענעדי באזיגט עדוואדס מיט 8%


אבער לויט די רעזאלטאטן פון מיסיסיפי קענען די דעמאקרעטס זיין אסאך שטערקער ביי די ראנאף, עס קוקט אויס אז א ראנאף איז ענליך צו די ספעשל עלעקשענס.

אויב דער רעפבליקען וועט האבן סקאנדלען, אזוי ווי אין מיסיספי.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 2:10 pm

די סקאנדאלען זענען נישט ווערט קיין 10 פוינטס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:14 pm

פון סענאט צו א גאווערנער, אינטערסאנט
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג דעצמבער 02, 2018 1:34 pm

צל עובר האט געשריבן:די סקאנדאלען זענען נישט ווערט קיין 10 פוינטס.

פארוואס נישט, אין אלאבאמא איז עס נישט געווען?
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, א מוח און 51 געסט