נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 12:33 pm

די ערשט טערמיניגער ליוזיאנא דעמאקראטישע גאווערנארדזשאן בעל עדווארדס שיילט זיך לויט מאנכע ארויס אלץ פאטענציאלע פרעזידענטליכע מאטריאל פאר די מעסיגע פליגל פון די דעמאקראטישע פארטיי

איצט זאגט דער רעפובליקאנער סענעטאר קענעדי פון די זעלבע סטעיט אז ער טראכט פון לויפן פארן גאווערנאר אמט קעגן עדווארדס

קענעדי פארציילט אז לעצטע חודש האט ער גענומען אן אנקעטע איבער די מעגליכקייט פון אזא פארמעסט אין ער ציהט אן 51% קעגן עדווארדס וועלכע קומט אריין מיט 37%

קענעדי לייגט צו אז ער גלייכט די סענאט הגם עס ווייזט אויף א כאראקטער פראבלעם עס צו גלייכן, דאך גלייכט ער עס
(קענעדי איז באקאנט מיט זיין אייגנארטיגע רעטאריק סטיל און אינטערסאנטע שפראך)

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:24 pm

מיסיסיפי די נעקסטע סטעיט אין די רייע וועלכע זוכט איינצושטעלן ארבעט פארלאנגען פאר מעדיקעיד געניסער

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:54 am

מעיאר ראם עמעניועל וועט נישט זוכן ווידערערוויילונג אין שיקאגא

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 3:06 pm

א ביל איז אדורך אין די קאליפארניע געזעצהייזער וועלכע פארבאט די פארקויף פון ביליגע קורץ טערמיניגע העלט קעיר פלענער וועלכע טראמפ האט איינגעפירט
אבאמאקעיר האט ערלויבט פלענער פאר בלויז א 3 מאנאטן אבער טראמפ האט עס פארלענגערט צו קענען אנגיין א פולע יאר און דאן באנייט ווערן צוויי מאל צו א טאטאל פון 3 יאר און קאליפארניע דעמאקראטן זוכן עס צו בעגרעניצן אין זייער סטעיט
די ביל געפונט זיך אצינד אויפן טישל פון גאווערנאר דזשערי בראון פאר אן אינטערשריפט

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 9:12 am

די סטעיט ארקענסאו האט איינגעשטעלט ארבעט פארלאנגען פאר מעדיקעיד געניסער אין איינקלאנג מיט די טראמפ אדמיניסטראציע פאליסי וועלכע האט געגעבן די גרינע ליכט פאר אזאלכע טוישן און אין ליניע פון נאך עטליכע סטעיטס וועלכע האלטן אינמיטן איינשטעלן /אינפארסירן אזעלכע רעפארמען

ארקענסאו איז אבער די סאמע ערשטע סטעיט איבערן לאנד וועלכע האט אין פאקט שוין גענומען שריט צו אינפארסירן די נייע טויש און אראפגעווארפן 3400 מעדיקעיד געניסער פונעם פראגראם פארן נישט נאכקומען די נייע ארבעט פארלאנגען

אן אנקלאגע איז געוארן אריינגעטראגן אין געריכט מיט די ארגומענט אז עס פארלעצט די פארשריפטן פון מעדיקעיד וועלכע דארף דעקן די ארימע שיכט פון די באפעלקערונג אבער דערווייל זענען די איבער 3000 מענטשן אראפ פונעם פראגראם

מיר האבן א צייט צוריק באריכטעט איבער אן ענליכע לעגאלע געראנגעל אין קענטאקי און די ארקענסאו קעיס וועט גיין צום זעלבן פעדעראלן ריכטער וועלכע האט געהאט איבערזיכט אויף די קענטאקי קעיס און דעריבער איז ערווארטעט אז ער וועט אורטיילן אין שטיצע פון די אנקלעגער

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 9:53 am

געזען באשריבן אז עס זענען שוין געווען רעגולאציעס איבער ארבעטן פאר דעם, מען האט געדארפט א וועיווער צו ווייטער האבן מעדיקעיד. דא דארף מען אדורכגיין ביאוקראטישע פראצעדורן מיט רעפארטן יעדע וואך אויב עס זענען שוין גענוג שעות, און אין געגנטער וואו א דריטל האבן נישט אינטערנעט און נאר מינוט פלענער אויף די סעל, פלאס נישט געהעריג ערקלערן די רעקוויירמענטס, פאלן מענטשן אראפ און ווייסן נישט וואס צו טון. ב''ה מיר וואוינען אין ניו יארק, ווען נישט וואלט געווען א קריזיס ביי פיל, פיל משפחות אין אונזערע היימישע שטעט.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:44 pm

הכל הבל האט געשריבן:א ביל איז אדורך אין די קאליפארניע געזעצהייזער וועלכע פארבאט די פארקויף פון ביליגע קורץ טערמיניגע העלט קעיר פלענער וועלכע טראמפ האט איינגעפירט
אבאמאקעיר האט ערלויבט פלענער פאר בלויז א 3 מאנאטן אבער טראמפ האט עס פארלענגערט צו קענען אנגיין א פולע יאר און דאן באנייט ווערן צוויי מאל צו א טאטאל פון 3 יאר און קאליפארניע דעמאקראטן זוכן עס צו בעגרעניצן אין זייער סטעיט
די ביל געפונט זיך אצינד אויפן טישל פון גאווערנאר דזשערי בראון פאר אן אינטערשריפט

וואס איז די פראבלעם מיט די פלענער (אויסער אז טראמפ האט ערלויבט זיי צו פארקויפט)?
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 5:38 pm

עס האקט אונטער אבאמאקעיר
די אינשורענס פירמעס קענען באשטיין צו פארקויפן טייערערע פלענער וועלכע דעקט מער סערוויסעס וועלכע ווערן ווייניגער גענוצט

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 5:56 pm

לא הבנתי. אבאמאקעיר דארף העלפן די אינשורענס קאמפאניס פארקויפט טייערערע פלענס? כאגעמיינט עס דארף גאר העלפן די פאבליק קויפן פאר ביליג!
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:02 pm

ריכטיג אבער נישט צו ביליג

יעדער איז איינשטימיג אז אלע זאלן זיין געדעקט און פאר ביליג אבער די אינשורענס פירמעס קענען אדער ווילן נישט איינגיין דערויף

אבאמאקעיר האט צווישן אנדערן געזוכט אז פירמעס זאלן מוזן דעקן געוויסע סערוויסעס אבער באלאנסירט די פרישע פינאנציעלע לאסט מיט ארייניאגן א גרעסערע קליענט געמיינדע אין די מארקעט און גאר שטארק איינצוימען ביליגע פלענער וועלכע קונדן זוכן אבער פירמעס פארדינען מער דורך די טייערערע פלענער

אויב מער מענטשן לויפן צו די ביליגע פלענער ווערט עס שווערער פאר די פירמעס נאכצוקומען געוויסע סערוויסעס ווי דעקן פרי עקזיסטינג אומשטענדן און נאך

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:30 pm

די אלע טעכנישע דעטאלן קעניך גוט. איך פוינט נאר ארויס די פאקט אז שוין נאכדעם וואס די פארפוילטע אבאמאקעיר האט ארויפגעטריבן די קאסטן מיט צענדליגער פראצענט און געשניטן די מעגליכקייטן אזש די דעמאקראטן זענען שוין מודה אז מען דארף עס פארריכטן, האבן די זעלבע דעמאקראטן די העזה צו שטערן מענטשן וואס ווילן זיך ראטעווען פון באנקראט דורך קויפן א פלען וואס לוינט זיי בעסער אנשטאט צאלן פאר זאכן וואס זיי דארפן נישט.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:41 pm

אה, איך האב פארשטאנען אז איר פארשטייט נישט פארוואס עס שטערט זיי די טראמפ טויש

געוויס האב איך נישט געזוכט צו פארטיידיגן אדער אראפרייסן אבאמאקעיר

איך האב בלויז אראפגעברענגט די נייעס און פארשטיין געגעבן איר באדייט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט