נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
וויילער אין קאליער קאונטי אין פלארידא ועלן שטימען אין די בעפארשטייענדע מידטוירמס אויף אן אינציאטיוו איינצושדטעלן א סעילס שטייער פון איין צענט (פלארידא אלץ א סטעיט פארמאגט נישט קיין סעילס שטייער)
די רעפערענדום איז געציהלט אריינצוברענגן 70 מיליאן דאלער יערליך און וועט אויפטרייבן 490 מיליאן דאלער אין א 7 יאר אפשניט
די געלט וועט גיין פאר אינפראסטראקטור ווי רענאווירן די לופטפעלד א נייע פארק און פאררעכטן די שוואכע בריקן
שטיצער צייגן אן אז די פראיעקטן זענען קריטיש פאר די קאונטיס צוקונפט און אויב די אינציאטיוו פאלט אדורך וועט די קאונטי זיין געצווינגן ארויסצונעמען אן הלואה מיט צינזן און עס וועט עווענטועל אפקאסטן פיל טייערער
די רעפערענדום איז געציהלט אריינצוברענגן 70 מיליאן דאלער יערליך און וועט אויפטרייבן 490 מיליאן דאלער אין א 7 יאר אפשניט
די געלט וועט גיין פאר אינפראסטראקטור ווי רענאווירן די לופטפעלד א נייע פארק און פאררעכטן די שוואכע בריקן
שטיצער צייגן אן אז די פראיעקטן זענען קריטיש פאר די קאונטיס צוקונפט און אויב די אינציאטיוו פאלט אדורך וועט די קאונטי זיין געצווינגן ארויסצונעמען אן הלואה מיט צינזן און עס וועט עווענטועל אפקאסטן פיל טייערער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
קאלאראדא איז א סטעיט וועלכע איז ברייט באקאנט אלץ גאר א פרא מאריוואנא סטעיט און אפילו דער רעפובליקאנער סענאטאר פון די סטעיט קארי גארדנער איז א גאר שטארקע קעמפער אראפצונעמען די לעגאלע פארבאט דערפון
איצט הערט מען אז די פארקויפונגען פון די געווירצן איז שוין איבערגעשטיגן א ביליאן דאלער אין ווערט און האט אריינגעברענגט איבער 200 מיליאן דאלער אין שטייערן
איצט הערט מען אז די פארקויפונגען פון די געווירצן איז שוין איבערגעשטיגן א ביליאן דאלער אין ווערט און האט אריינגעברענגט איבער 200 מיליאן דאלער אין שטייערן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
אין מעין קומט איצט פאר א פארמעסט צו ערזעצן דעם רעפובליקאנער גאווערנאר פאול לעפעדזש וועלכע קען מער נישט לויפן צוליב טוירם לימיטס
לעפעדזש האט לאנג פרובירט צו עלימינירן די סטעיט אינקאם שטייער און האט פארגעשלאגן א קאנסטיטוציאנאלע אמענדמענט עס דורכצופירן אבער די סטעיט לעגיסלאטור האט עס אפגעווארפן
ביי איין פאל איז אפילו געווארן אויפגעברענגט אן אומפארטייאישע פארשלאג צו ערזעצן די עקזיסטירנדע פראגרעסיוו אינקאם שטייער ראטעס וועמענס העכסטע ראטע איז 7.95% מיט א פלעט 4% אינקאם שטייער ראטע פארן פרייז פון א העכערע סעילס שטייער אבער דער גאווערנאר האט עס צו יענער צייט צוריקגעוויזן
נאך זיין ווידערערוויילונג אין 2014 למספרם האט ער זיך געבראכן און אויסגעדרוקט שטיצע אין אלגעמיין פאר א העכערע סעילס שטייער אין אויסטויש פאר עלימינירן אדער כאטש רעדוצירן די אינקאם שטייער
ער האט אפילו אריינגענומען די טויש אין זיין פארגעשלאגענע סטעיט בודזשעטן אין 2015 און 2016 למספרם
טראץ וואס זיינע פארזוכן האבן זיך למעשה נישט איינגעגעבן האט ער פארשפראכן אויסצונוצן זיין פארבליבענע צייט צו באקעמפן די אפאנענטן צו זיין שטייער רעפארם אינציאטיוו
אצינד אז זיין צייט אויפן בענקל לויפט אויס קומט די נייעס אז אמווייניגסטנס אויף א פערזענליכע פארנעם האט דער גאווערנאר באשלאסן צו נעמען שריט..
דער גאווערנאר האט געמאלדן אז ביים פארלאזן אפיס וועט ער זיך אריבערציען קיין פלארידא ווי עס איז נישטא קיין סטעיט אינקאם שטייער און אפילו זיין פראפערטי שטייער וועט זיין פיל ביליגער
איראניש איז אז לויט די איצטיגע אנקעטעס איז ערוואטעט אז ענדרו גילאם וועט מארגן נאכט זיגן אין די פלארידא גאווערנאר פארמעסט און לויט ווי מען באשולדיגט אים פלאנט ער ארויפצושטעלן א אינקאם סטעיט אויף פלארידא...
אנא אלך ממכסך ואנא מטעקסעיך אברח

- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
די קאמפיין מענעדזשער פון עמי מקגרעט די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר קענטאקיס זעקסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועכע האט שמאל פארלוירן פארלאפענעם דינסטאד רופט אויף זיין קאנדידאט צו לויפן אקעגן דעם רעפובליקאנער קענטאקי גאווערנאר מעט בעווין קומענדיגע יאר אבער זאגט אז ער האט נאכנישט גערעדט מיט איר פערזענליך דערוועגן
(עס שיינט אז דער מענעדזשער וועלכע האט איצט פארלוירן זיין ארבעט קען באשטיין צו פארבלייבן אויף זיין מענעדזשינג פאזיציע און אנפירן א פרישן קאמפיין און גלייכצייטיג קענען פארזעצן צו שפייזן זיין געזינדל..)

הכל הבל האט געשריבן:אין וויסקאנסין האט דער רעפובליקאנער גאווערנאר סקאט וואלקער פארלוירן די וואלן אבער רעפובליקאנער האבן אנגעהאלטן ביידע געזעצהייזער
עס מיינט אז אפילו אויב גאווערנאר ערוויילט עווערס וועט זוכן צוריקצודרייען רעפארמען איינגעשטעלט דורך זייין פארגייער קען ער אויסשטיין א שווערע פעלד מיטן לעגיסלאטור
אבער עס וועט זיין רידיסטריקטינג אין 2021 וואס דער גאווערנאר ברויך אונטערשרייבן.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
אין ליוזיאנא ווי דער דעמאקראטישער גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס איז אין זיין ערשטן טערמין שארפן זיך שוין עטליכע רעפובליקאנער אים ארויסצוטוישן אין 2019 למספרם
א רייע קאנדידאטן פלאנען צו לויפן און אין שפיץ באטראכט סענאטאר קענעדי אויך אריינצשפרינגען אינעם פארמעסט
א פרישע אנקעטע צייגט אז עדווארדס איז פאראויס פון קענעדי מיט 6% אויב אלע רעפובליקאנע קאנדידאטן זענען אויך אינעם פארמעסט אבער אין אזא פאל איז עדוואדס אונטער 50% וואס באדייט אז עס וואלט געגאנגען צו א ראן אף אין וועלכע קענעדי באזיגט עדוואדס מיט 8%
א רייע קאנדידאטן פלאנען צו לויפן און אין שפיץ באטראכט סענאטאר קענעדי אויך אריינצשפרינגען אינעם פארמעסט
א פרישע אנקעטע צייגט אז עדווארדס איז פאראויס פון קענעדי מיט 6% אויב אלע רעפובליקאנע קאנדידאטן זענען אויך אינעם פארמעסט אבער אין אזא פאל איז עדוואדס אונטער 50% וואס באדייט אז עס וואלט געגאנגען צו א ראן אף אין וועלכע קענעדי באזיגט עדוואדס מיט 8%
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
אלץ רעזולטאט פון די אויסגאנג אין די מידטוירמס אין פילע סטעיטס וועלן פילע סטעיטס זיך אנשליסן אין די מעדיקעיד אויסברייטערונג פראגראם וועלכע ערלויבט אביסל העכערע פארדינער צו קוואליפיצירן פארן פראגראם
וויילער אין איידעהאו נעבראסקע און יוטא האבן באשטעטיגט א רעפערענדום וועלכע וועט אנשליסן די סטעיט מיט פילע אנדערע סטעיטס וועלכע נעמען שוין איצט אנטייל אינעם אויסברייטערונג
קענסאס און וויסקאנסין האבן ערוועלט דעמאקראטישע גאווערנארס וועלכע וועלן ווארשיינליך אויך זוכן אנצושליסן זייערע סטעיטס אינעם פראגראם
פלארידא אין דזשאדזשיע וועט זיך ווענדן אין די ענדגילטיגע רעזולטאטן צו זעהן אין וועלכע ריכטונג די סטעיטס וועלן גיין

הכל הבל האט געשריבן:אין ליוזיאנא ווי דער דעמאקראטישער גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס איז אין זיין ערשטן טערמין שארפן זיך שוין עטליכע רעפובליקאנער אים ארויסצוטוישן אין 2019 למספרם
א רייע קאנדידאטן פלאנען צו לויפן און אין שפיץ באטראכט סענאטאר קענעדי אויך אריינצשפרינגען אינעם פארמעסט
א פרישע אנקעטע צייגט אז עדווארדס איז פאראויס פון קענעדי מיט 6% אויב אלע רעפובליקאנע קאנדידאטן זענען אויך אינעם פארמעסט אבער אין אזא פאל איז עדוואדס אונטער 50% וואס באדייט אז עס וואלט געגאנגען צו א ראן אף אין וועלכע קענעדי באזיגט עדוואדס מיט 8%
אבער לויט די רעזאלטאטן פון מיסיסיפי קענען די דעמאקרעטס זיין אסאך שטערקער ביי די ראנאף, עס קוקט אויס אז א ראנאף איז ענליך צו די ספעשל עלעקשענס.
- א נייער
- שר האלפיים
- תגובות: 2074
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
- לאקאציע: ניי מאשין
צל עובר האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:אין ליוזיאנא ווי דער דעמאקראטישער גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס איז אין זיין ערשטן טערמין שארפן זיך שוין עטליכע רעפובליקאנער אים ארויסצוטוישן אין 2019 למספרם
א רייע קאנדידאטן פלאנען צו לויפן און אין שפיץ באטראכט סענאטאר קענעדי אויך אריינצשפרינגען אינעם פארמעסט
א פרישע אנקעטע צייגט אז עדווארדס איז פאראויס פון קענעדי מיט 6% אויב אלע רעפובליקאנע קאנדידאטן זענען אויך אינעם פארמעסט אבער אין אזא פאל איז עדוואדס אונטער 50% וואס באדייט אז עס וואלט געגאנגען צו א ראן אף אין וועלכע קענעדי באזיגט עדוואדס מיט 8%
אבער לויט די רעזאלטאטן פון מיסיסיפי קענען די דעמאקרעטס זיין אסאך שטערקער ביי די ראנאף, עס קוקט אויס אז א ראנאף איז ענליך צו די ספעשל עלעקשענס.
אויב דער רעפבליקען וועט האבן סקאנדלען, אזוי ווי אין מיסיספי.
איך ווייס נישט וואס