פעיק נוז האט געשריבן:פאראינטערסירט האט געשריבן:כאפצעם האט געשריבן:יא סאיז אומלעגאל.
ווי כ'פארשטיי איז עס נישט "אומלעגאל" נישט צו ערשיינען אינעם סענאט סטעיטהאוז אבער די לידער פון די סענאט האט די רעכט צו צווינגן די סענעטארן צו זיין אנוועזענד דורכן נוצן די סטעיט פאליציי.
דאס יא ס'איז א ביליגע טאקטיק אבער צוליב וואס די דעמאקראטען האבן דארטן כמעט צוויי דריטל פון די סטעיט קאנגרעס האט די מינאריטעט כמעט נישט קיין ווארט ממילא איז זייער איינציגסטע מיטל אז ס'זאל זיך נישט געפונען דארט קיין רעפרעזענטעטיוו פון די אנדערע פארטיי, וואס לויט די ארטיגע געזעץ מוז מען האבן עטליעסט איינעם פון די אנדערע פארטיי אנוועזענד בשעת'ן דורכפירן געזעצן.
איך האב קיינמאל נישט געהערט אזא זאך אז די סענאט זאל האבן די קאנטראל איבער די פאליציי, און אפי' ווען יא, וואו קומט דער גאווערנער אריין דא?
קודם כל אינערהאלב די קעפיטאל פאליציי איז דא צוויי "סירדזשענט-עט-ארמס" אפטיילונגן.
איין פאליציי אפטיילונג פאר די
סענאט און אן עקסטערע פאליציי אפטיילונג פאר די
האוז.
אגב די סענאט סירדזשענט-עט-ארמס אפטיילונג האט נאך א טיטל, "שומר הפתח" (Doorkeeper) וואס איז געגרינדעט געווארן נאך ביים ערשטן יו-עס קאנגרעס אום יארע 1789 צוליב די "גרעסטע פראבלעם" פאר די סענאט אז זיי האבן נישט געקענט דורכפירן קיין געזעצן ווייל די סענעטארן זענען איינפאך נישט ערשינען צו קענען נאכקומען די קווארום קאלל.
https://www.senate.gov/reference/office ... t_arms.htmוואס איז דאס קווארום קאלל?
די קאנסטיטוציע
ארטיקל 1 סעקשאן 5 פארלאנגט אז כדי דורכצופירן עני ביל מוזן זיין אנוועזענד אינעם זאל פונעם סענאט/קאנגרעס א מערהײט (51%) פון איהרע מעמבערס.
עס איז שוין געווען צענדליגע מאל וואס מ'האט גענוצט די סענאט פאליציי צו אינפארסירן די קווארום קאל, אריינגערעכנט א שטיק צייט וואס די סענאט פאליציי האט געקענט ארעסטירן דערפאר.
https://www.senate.gov/artandhistory/hi ... usting.htmדי ערשטע מאל וואס ס'איז פארגעקומען אן עפנטליכע פיזקעל געשלעג און מ'האט אריינגעצווינגען א סענאטאר איז געווען מיט 30 יאר צוריק אין 1988 ווען די דעמאקראטען האבן געוואלט אדורכפירן קאמפיין פינאנץ ריפארם און די רעפאבליקענס האבן 7 מאל געבלאקט די קלאוטשער וואוט, ביים וועלן דורכפירן אן 8'טע קלאוטשער וואוט האט געפלאצט די נערווען פון די דעמאקראטישע מעדשאריטי לידער און ער האט באפוילן פאר די פאליציי ארומצוגיין אינעם קעפיטאל בילדונג און אויפזיכן סענעטארן וואס באהאלטן זיך און זיי אריינברענגען מיט געוואלד! (אגב פון די דעמאקראטען האבן אויך 7 סענאטארן געפעהלט...!)
איראניקלי האבן די סענאט פאליציי צום ערשטן אנגעטראפן אין סענאטאר ראבערט פעקוואד פון "
ארעגען"... און זיי האבן איהם אריינגעברענגט אינעם סענאט זאל "פוס ערשט"....
ס'האט אבער נישט צופיל געהאלפן און "יענע" קאמפיין פינאנץ ריפארם ביל איז למעשה אדורכגעפאלן צום 8'טע מאל...
דאס איז געבליבן באקאנט אלץ די פאסירונג פון די פוס ערשט אינעם סענאט...
https://www.senate.gov/artandhistory/hi ... _First.htm