בלאט 4 פון 9

שאק אין דראמא, פארגאנגענעם שבת,

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 15, 2018 6:04 pm
דורך דער טראקער
א שרעקליכע אין שודעליכע עפיזאד איז פארגעקומען פארגאנגענעם שבת צופרי אין פארנט פון דער צענטראלע חסידישע שול ווי וואנדאלן אין כוליגאנער'ס האבן זיך גענימען ווארפן גרויסע שטיינער, מיט פלעשער, אין פולע אביעקטן אויף די פאליציי וואס האבן זיי פראבירט צו פארטרייבן פון די גאסן אראפ די שול.

אבער די פראבלעם איז געווען אז דאס איז פארגעקומען אין פראנט ממש לעבן די שול, הארט נאכן ענדיגן דאווענען, ווי פילע מתפללים זענען געכאפט געווארן אין שאק, זענדיגע ריזיגע שטיינער קומען צו פליען אין זייער געגענט.

כאאס האט אוסגעבראכן נאך וואס א מתפלל האט געכאפט א שטיין, מיט נאך 8 פאליס לייט, הצלה האבן נישט געקאנט אריין פירן די פארוואנדעטע אין שפיטאל צלוב די כאאסישע צושטאנד,

ספעציעלע כוחות פון די פאליציי זענען אריין געריפן צו העלפן פארטרייבן די כוליגאנער'ס אין באפרייען די מתפללים פון שול, אבער דאס האט נישט צו לאנג אונגעהאלטן, אין טייל מתפללים זענען געבליבן געשטארנדעט אין שול ביז באנאכט.

איך האב א קליפ ווער עס קען ארויף לייגן, זאל זיך מעלדן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 15, 2018 6:48 pm
דורך צל עובר
אויב די זאך גייט טאקע ח"ו אונטער דארט, ברויך מען מאכן א גאו פאנד מי פאר אונזער געטרייער קארעספעדאנט @דער טראקער

אונז וועל מיר בעזרת השם דיר נישט לאזן פאלן.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 12:26 am
דורך maybeeynot
על מה יצא הקצף ?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 1:02 am
דורך אלי' מקוה יוד
צולייגער האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:יישר כוח פאר די הערליכע און אינפארמאטיווע באריכטן!

הלוואי זאלן מיר האבן דא נאך אזעלכע געשמאקע קארעספאנדאטן פון אלע אנדערע מקומות ווי אחב"י געפינען זיך אזוי מעבר לים.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 4:19 pm
דורך דער טראקער
ספעציעלע צוגרייטונג צו די נסיעה פון די פירער אין פרעזידענט פון די פאראיינגטע שטאטן קיין ארגענטינא האט זיך אונגעהויבן מיט גרויס שוואנג.

פולע וויכטיגע אמעריקאנע שישקעס אין זיכערהייט פערסאנאלן פון די שטארקע אין פאפולערע סיקרעט סערוויס אגענטור זענען שוין אהער געקומען צוציגרייטן די באדן אויף די באזיך.

יא, אויך איך בין שוין צוגעגרייט מיט א פעדער אין די היינט, צו רעפארטן, און צו אנעלעזירן, די אייוועלט ליינער מעבר הים.

מיין טראק איז שוין געפארק, אייגענטליך ביז די ענד פון די נסיעה.

אש״ל וועט אי״ה זיין צוגעגרייט אויף א ברייטע לאקאלע פארנעם פאר די חושבע אייוועלט רעפארטערס, מע קען זיך פארבינדן צו רעזערווען א געלעגער ווי לאנג סע איז נאך דא אין אישי.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 5:04 pm
דורך maybeeynot
ש'כח פון פראנאויס. בד"וו צו רעפארטן אויף אייוועלט דארך מין נישט קיין פעדער

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 10:30 pm
דורך טראסטי
טראקער ש'כח פאר די באריכטן, ווארט מיר צו הערן א גריס פונעם ירה פונדערווייטענס, הממ.. כמיין פונדערנאענט...
איך האב א געוויסע פראדוקט וואס איך טראכט צו פארקויפן פאר תושבי ארגענטינא והגלילות, מיין פראגע צו דיר הרב טראקער איז וואו איז א גוטע פלאטפארמע צו פארקויפן דעם פראדוקט דארט, קויפט די היגע עולם דארט אסאך אויף עמעזאן? אדער איז דא אן אנדערע צענטראלע פלאץ וואו פילע ארטיגע איינוואוינער קויפן איין, ביטע לאז וויסן.
יישכ

געשריבן: זונטאג אוקטובער 28, 2018 12:16 am
דורך דער טראקער
מע גרייט זיך שוין צו טראמפ נסיעה

געשריבן: זונטאג אוקטובער 28, 2018 12:18 am
דורך אלי' מקוה יוד
דאטום?

געשריבן: זונטאג אוקטובער 28, 2018 12:21 am
דורך איש האשכולות
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:דאטום?

פון Nov. 30 ביז Dec. 1 למספ.

ארגענטינא פארט אויף רעדער..

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:36 pm
דורך דער טראקער
ארגענטינא פארט אויף רעדער מיט די G 20 סאמיט וואס וועט אופגעהאלטן ווערן אין די קימעדיגע וואך,

היינט איז אופגעהאלטן געווארן א קעגן זאטיגע סאמיט מיט די פארשאלטענע לינקע אלטע פרעזידענטען קריסטינא פון ארגענטינא, דילמא רוסעף פון בראזיל, חוסע מוחיקא פון אורעגוויי, אלע זענען געוועזענע פרעזידענטן וואס האבן זיך צוזאם גענימען א קעגן די רעכטע נייע ווינט, אין דורך געפירט א רייע ראליס אין עפענטליכע פלעצער, אונצוהעצן די פאלק קעגן דייעצטיגע פרעזידענט אין די G2 סאמיט.

דאס האט אונגעצינדן די פייער אין טויזענטוער האבן זיך צוזאמגענימען פראטעסטירן קעגן די לינקע ווינט, אין קעגן די פריעגידע פרעזידענטן, מיט א טענה, ווי קענען געוועזענע אריין רעדן אין די פאליטיק.

א קליינע קאממענט, סע ערווארט איר יארן אין טורמע אין דא איז זי ביזי אינטער צו ברענגען א לאנד.

ראיאטן זענען דורך געפירט געווארן אויף א שרעקליכע פארנעם, פולע זענען פארווענדעט געווארן, טויטע איז אויך דא, אין מע האט וואנדאלעזירט די פלאץ ווי די ראליס זענען פארגעקומען.

די טעלווידזשן איז פול מיט העץ צום פאלק ארויס צו קומען פראטעסטירן קעגן די לינקע, אין פול מיט סופארט פאר די יעצטיגע פרעזידענט מארויסיא מאקרי.


מאקרי די יעצטיגע פרעזידענט איז ארויס געקומען מיט א היציגע דרשה אין אופגעהייטערט די מאסן, קעגן די לינקע, א שטארקע ציטיילונג אין לאנד, אבער די רעכטע וועלן דאס מאכן בעזר השם..

#ארגענטינא פארט אויף רעדער...

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:20 pm
דורך שמואל בארג
טראקער, וואס באזוכסטו נישט אפטער, דר'עולם וויל הערן.

וואס איז געווען די נייעס מיט די כיזיבאלע לייט וואס מען האט ארעסטירט, וואס פארציילט די מידיע דארט?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:35 pm
דורך הרב_שלום
פרעזידענט טראמפ איז אויפן וועג קיין ארגענטינע צו די ג20 סאמיט

איך וויל מיר באדאנקען פאר דער טראקער פארן ברענגען כסדרדיגע באריכטן פון ארגענטיע
ב.ד.וו. דיין יודיש קוקט אויס גאר א פליסיגע, דיר היימישע עולם רעדט שוין דארט אידיש?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:52 pm
דורך דער טראקער
שמואל בארג האט געשריבן:טראקער, וואס באזוכסטו נישט אפטער, דר'עולם וויל הערן.

וואס איז געווען די נייעס מיט די כיזיבאלע לייט וואס מען האט ארעסטירט, וואס פארציילט די מידיע דארט?


סע איז מיר אביסל שווער צו טייפן,

די נייעס מיטן אמעריקאנער פרעזידענט דאנעל טראמפ:
דאס לאנד קאכט ווי א קעסל, די חיזבאלע נייעס, איז פון די לעצטע דראמאטיע אין לאנד, סע איז דא פול מער וואס צו שרייבן, די נייעס מיט די לינקע, די פארטעסט נעכטן, די דרשה פון אונזער רעכטע פרעזידענט, איך וועל מיר מאכן צייט שפעטער צו ברענגען לעבעדיגע באריכטן אי"ה

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 7:44 pm
דורך שמואל בארג
מיר ווארטן (אומ)געדולדיג.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 30, 2018 10:49 am
דורך דער טראקער
באריכטן קומען אריין איבער 20,000 מנורות געשיקט געווארן דורך חב"ד קיין ארגענטינא וואס איז אופגעהאלטן געווארן ביים גרעיניץ צלוב זיכערהייט סיבות, צוזאמען מיט נאך פולע חפיצים פון די רוסישע פרעזידענט ווילאדימער פוטין.

למעשה נאך שתדלנות מיט די יעצטיגע פרעזידענט מאקרי, אין מיט א ציזאג אז די סאמיט וועט ווערן אופגעהאלטן ווערן מיט הצלחה אדאנק אריין לאזן די מנורות אין לאנד, האט דאס די יעצטיגע פרעזידענט באפרייט, אין געבטן פאר זיך איבער 1,000 מנורות ארויס צו לייגן דארטן ווי מע וועט זיך טרעפן מיט נאך וועלט'ס פירער.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 30, 2018 10:55 am
דורך טרעף מיך
די נייעס און די שריפט איז צוקער זיס...
א גרויסן שכח רב טראקער

(ברעכדיגע נייעס..)

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 30, 2018 10:59 am
דורך דער טראקער
וויאזוי שרייבט מען מיט מיין אידיש ברעקינג ניוז?

פרעזידענט דאנעל ג' טראמפ האט יעצט געבעטן אונזער פרעזידענט מאריסיו מאקרי צו שפילן א הויפט ראלע מיט די שלום צווישן טשינע אין יונייטעט סטעיט,

ד.מ. ער זאל זיין די הויפט פארמיטלער ביי די געשפרעכן, נאכדעם וואס מאקרי קען גאר גוט די טשייניזער, אין אין זייער נאנט מיט טראמפ.

אבער די עיקר איז: מיט א ציזאג אז דאס וועט זיך לוינען עקנאמיש פאר ארגענטינא..

#סע קומט עשירות....

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 30, 2018 11:01 am
דורך בארואיגט-אייך
דער טראקער האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען מיט מיין אידיש ברעקינג ניוז?

פרעזידענט דאנעל ג' טראמפ האט יעצט געבעטן אונזער פרעזידענט מאריסיו מאקרי צו שפילן א הויפט ראלע מיט די שלום צווישן טשינע אין יונייטעט סטעיט,

ד.מ. ער זאל זיין די הויפט פארמיטלער ביי די געשפרעכן, נאכדעם וואס מאקרי קען גאר גוט די טשייניזער, אין אין זייער נאנט מיט טראמפ.

אבער די עיקר איז: מיט א ציזאג אז דאס וועט זיך לוינען עקנאמיש פאר ארגענטינא..

#סע קומט עשירות....


בארואיגט-אייך....

א קרישקעלע איבער די מנורה סאמאוכע:

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 30, 2018 11:17 am
דורך דער טראקער
די חב"ד רב פון ארגענטינא האט זייער שטארק גע'שתלנות מע זאל ארויס לאזן די מנורות ביי די יעצטיגע פרעזידענט מארקי, אבער ער האט געטאפט א וואנט.

ביז די חב"ד רב האט פערזענדליך ג'עוואטסאפ מאקרי אין עם דערמאנט אז אפאר יאר ציריק איז ער געווען די פרעזידענט פון די באוויסטע פאפולערע שפיל טיעם בוקא, און איין יאר האט בוקא געלאזט הענגען א מנורה ביי זייער סטעדיום אין זיי האבן טאקע געווינען.

און יעצט האט ער עם געישקט זאגן אז ווען די האסט געחאזט הענגען א מנורה האסטו געווינען די שפיל, באגלייט מיט א פולע זאק פון פאמפע אין כבוד וואס דאס האט דיך געבערנגט, זיי מוחל לאז אריין די מנורות...

נאך א זאך: היי יאר איז געווען די גערסטע פאפולערסטע געים און די וועלט וואס הייסט די ליבסטאדורע'ס, ווי 2 ארגעניטנא טיעם האבן געפילט, דאס איז אופגעהאלטן געווארן און שבת, אין זייער אסאך יודן האבן געטרייט צו שתדלן ביים גארווענער אז דאס זאל ווערן אופגעשטיפט צלוב שבת.

למעשה האט זיך די גארווערנער אוסגעלאכט אין סע איז יא פארגעקומען שבת, מיט שאק פון די אידישע געמיינדע וואס האבן דאס נישט געקאנט מיטהאלטן,

סע איז געווען א דיזעסטער ווען ביי די ערשטע געים איז געקומען א שלאקס רעגן און פארשווענט די סטעדיום אין נע האט עס אופגעשטיפט פאר זאנטאג.
#די ערשטע זיג.

אין א וואך שפעטער איז פארגעקומען די אנדערע געים אויך אין שבת, אבער דארטן האט אינמיטן שפילן אוסגעבראכן ראיאטן ווי פולע זענען פארוואנדערט געווארן אין אפאר געהארגעטע, פארשטיי זיך אז דאס האט געברענגט בושת פאר ארגענטינא נאכדעם וואס זייערע סעקויריטי כוחות האבן נישט געקאנט האלטן ארדענונג.
#די צווייטע זיג.

יעצט האט די חב"ד שלוח האב צבי, געלאזט וויסן פאר מאקרי אז אויב ער וויל ניט קיין בושות זאל ער שוין אריטין לאזן די מנורה.

20 מינוט שפעטער באקומט ער א פערסענעל פאון קאלל מיטן וויסן אז די מנורות זענען שוין באפרייט..

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 30, 2018 11:43 am
דורך פעיק נוז
דער טראקער איז פיין

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 30, 2018 11:59 am
דורך איש האשכולות
כ'מיין איר זאלט פארקן דעם טראק, און אנהויבן באריכטן דא אויף א רעגלמעסיגער שטייגער,
א מין געשרייבאכץ דאס...

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 30, 2018 12:30 pm
דורך דער טראקער
גוט שבת

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 30, 2018 12:51 pm
דורך maybeeynot
א טראק מיט נייעס
יישר כח ר' דרייווער

געשריבן: זונטאג דעצמבער 02, 2018 12:55 pm
דורך דער טראקער
א גוט מארגן מיינע אמעריקאנע פריינד.

אזוי ווי בוענס איירעס איז אופגעשפארט די לעצטע פאר טעג, אין יוצא ואין נכנס צלוב די G 20 סאמיט מיט פולע וועלט'ס לענדער, איז מיך נישט אוסגעקומען צו שרייבן צו שטארקע נייעס, צלוב זיין פארנימען מיט מיין צישטערטע סדר היום,

אבער איך וועל היינט בלי נדר, יא ארויף לייגן מער נייעס שפעטער, צו מער באנייעסן די אשכול.