נייעס אין קרישקעלעך פון בוענוס איירוס, ארגענטינא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מאנטאג יולי 09, 2018 5:04 pm

וואס האט די עולם געגעסן נעכטן פאר נאכטמאל ?
אין וויאזוי גייט דארט זוממער ?
וואס איז דיין אדרעס ארויסצושיקן א בריוולע ??
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מאנטאג יולי 09, 2018 5:07 pm

דער טראקער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס:
היינט איז זייער/אונזערע אופעציעלע כאגע, אזוי ווי JULY 4 ביי ענק, אזוי איז ביי אונז היינט JULY9.
מע ארבעט נישט היינט וועגן האט איך צייט צו שרייבן

ביי ענק שיסט מען אויך דעי פליעדיגע פייער קוקיס?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג יולי 09, 2018 5:17 pm

דער טראקער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס:
אונזערע עקאנעמי איז אין די ערד!!!!!!!!!!
מיט אונזערע פרעזידענט מאקרי איז נאך מער אין די ערד!!!!!
אונזער שפילער מעסי איז אין די ערד!!!!!!
יעדער דא אבער יעדער, דרייט זיך ארום אונגעזעצט מיט א אראפ געלאזטע פנים, די מאסן איז פארביטערט,
שיקסט אריבער פון די אנדערע זייט ים די רייכע פעטער אין אמעריקא, א טרעקטער לאוד מיט טערעפיסטן אין סאציאלע ווארקער'ס, צו בארואיגן די אויפגעבלאזענע געמיטער,

כ'האב פאר אייך נייעס (נייעס איז א טו-וועי-סטריט); די סאציאלע ווארקער'ס אין אמעריקע ווייסען נישט בחייכון וויאזוי מען בארואיגט אויפגעבלאזענע געמיטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג יולי 09, 2018 5:25 pm

דער טראקער האט געשריבן:קען זיין אז זיין פראבלעם איז, אז ער האט געזאגט אז ער גייט נישט נעמען ציפיל, זעט אבער אז פון א שטורעמישע פארטעסט האט ער זיך נישט דערשראקן!

דער וועלט זאגט אז מען זאל נישט בעטען פאר א נייעם קיסר ווייל ער קען נאך זיין ערגער ווי די פריערדיגע. אויך זאגט די וועלט אז מען זאל לאזען דער אלטע גנב פירען, ווייל ער האט שוין אנגעפילט די קעשענעס, אוו דער נייער גנב גייט ערשט אנהויבען זיי אנפילען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג יולי 09, 2018 5:31 pm

וואס זענען די תקנות איבער בילדער דא, מעג מען ארויף לייגן דא?
אין וויאזוי לייגט מען ארויף

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג יולי 09, 2018 5:40 pm

אין אנדערע נייעס:
מע האט ענדליך געכאפט איינע פון די באנדיטן וואס זענען געווען פארמישט אפאר יאר ציריק מיט די דראמראישע פארכאפונג אויף א חושבע אינגערמאן,
דאס עפענט ציריק אויף א שאכטל נייעס וואס מע האט געטרייט צו פארגעסן דערפון, צלוב איר אוינגעצויגנ'קייט אין דראמא.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מאנטאג יולי 09, 2018 6:10 pm

דער טראקער האט געשריבן:וואס זענען די תקנות איבער בילדער דא, מעג מען ארויף לייגן דא?
אין וויאזוי לייגט מען ארויף


אוודאי זאלסטו ארויפלייגן!

עס איז דא צוויי וועגן ארויפלייגן:
1 מען דריקט די צוגעלייגטע טעב אינטען
2 דריקט IMAGE און לייג א אדרעס

תקנות דא viewtopic.php?f=2&t=24630
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יולי 09, 2018 7:29 pm

שטייגען האט געשריבן:וואס האט די עולם געגעסן נעכטן פאר נאכטמאל ?
אין וויאזוי גייט דארט זוממער ?
וואס איז דיין אדרעס ארויסצושיקן א בריוולע ??

דארט איז דאך יעצט ווינטער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » דינסטאג יולי 10, 2018 11:15 am

הצלה בוענעס איירעס האט היינט געמאכט א גרויסע קידוש השם ווען א גרויסע פאליטיקאנט וואס איז געפארן אויף די נאכקא גאס איז געווען פארמישט אין א עקסידענט מיט א טעקסי דרייווער.
די טעקסי דרייווער האט געכאפט א מאסיווע הארץ אטאקע אין א הצלה אינגערמאן איז פונק דארטן געווען אין גראד געגעבן סיפיאר מיט נאך דרינגע'דיגע הילף ווען אין די זייט זענען געשטאנען פילע ציקוקער.
הצלה האט אהין געשיקט זייער קארדינעטער ר' גבי זגיל וואס איז א ארטיקעל פאר זיך, אין האט אריין פלינקערהייט אריין געטראגן די פארוואנדעטע אין שפיטאל אין אזוי געראטעוועט יענעמ'ס לעבן.
די פאליטיקאנט פאביוא מעכקלאדו האט ארויס געשיקט א טוויט מיט א פיקשער ווי די הצלה אינגעלייט שטייען אין ראטעווען יענעמ'ס לעבן,
אלע נייעס קאנאלן זענען פארנימען מיט די נייעס.
אין א לאקאלע פאליציאנט הויפט האט געגעבן א אינטערוויא אין זיך אויסעגדיקט: עסטוטס מוטשאטשאס סאלבאראן לא בידא דע על סעניור, קע לינדא קע סאן"
אין אידיש: די שיינע מענטשן האבן געראטעוועט די לעבן פון די דאזיגע פערזאן, ווי שיין זיי זענען"

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג יולי 10, 2018 1:04 pm

דער טראקער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס:
היינט איז זייער/אונזערע אופעציעלע כאגע, אזוי ווי JULY 4 ביי ענק, אזוי איז ביי אונז היינט JULY9.
מע ארבעט נישט היינט וועגן האט איך צייט צו שרייבן

טראקער פארט אריין מיט קראפט....
אז איר רעדט שוין פון ארבעטן, מיט וואס באשעפטיגט זיך רוב היימישע אינגעלייט דארט? מיט עמעזאן? טעקסי דרייווער? סעילסלייט? סתם אינטרעסאנט פאר אונז צו וויסן...

(אונז האבן דא קאנעקשאנס צו ארגענטינא אזוי שמיר'נישט'דיר...)

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » דינסטאג יולי 10, 2018 2:51 pm

טעם וריח האט געשריבן:
דער טראקער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס:
היינט איז זייער/אונזערע אופעציעלע כאגע, אזוי ווי JULY 4 ביי ענק, אזוי איז ביי אונז היינט JULY9.
מע ארבעט נישט היינט וועגן האט איך צייט צו שרייבן

טראקער פארט אריין מיט קראפט....
אז איר רעדט שוין פון ארבעטן, מיט וואס באשעפטיגט זיך רוב היימישע אינגעלייט דארט? מיט עמעזאן? טעקסי דרייווער? סעילסלייט? סתם אינטרעסאנט פאר אונז צו וויסן...

(אונז האבן דא קאנעקשאנס צו ארגענטינא אזוי שמיר'נישט'דיר...)

רוב פון אונז גייען ליידיג......
א חלק ניקר זענען סעיסלייט, סע איז דא וואס ארבעטן מלמדות כולל וכו',
רוב האבן זענען אדער אייגענע בעל הבתים אדער איינע פון די אויבער דערמאנטע,
זייער שווער צו זיין א ארבעטער מע באקומט פעניס,

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » דינסטאג יולי 10, 2018 2:54 pm

צל עובר האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:וואס האט די עולם געגעסן נעכטן פאר נאכטמאל ?
אין וויאזוי גייט דארט זוממער ?
וואס איז דיין אדרעס ארויסצושיקן א בריוולע ??

דארט איז דאך יעצט ווינטער.

זומער איז פאר אונז ווינטער אבער אן קיין קוטשמעס.
מיין אדערס פאר א בריוועלע איז אין אישי.
נאכטמאל נעכטן זענען מיר ארויס מיט א גרופע אינגעלייט צו א פיינע אינסייד גריל, סע איז געווען א מחיה, (הגם ביי אונז א גריל איז פון די שטרקסטע איינגעפירטע זאכן, וועסט טרעפן ערנסטע אידן מיט לאנגע בערד איבער געבויגן אויף א נישט געז גריל)

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » דינסטאג יולי 10, 2018 2:54 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:
דער טראקער האט געשריבן:וואס זענען די תקנות איבער בילדער דא, מעג מען ארויף לייגן דא?
אין וויאזוי לייגט מען ארויף


אוודאי זאלסטו ארויפלייגן!

עס איז דא צוויי וועגן ארויפלייגן:
1 מען דריקט די צוגעלייגטע טעב אינטען
2 דריקט IMAGE און לייג א אדרעס

תקנות דא viewtopic.php?f=2&t=24630

איך האב געטרייט אין עס איז נישט געגאנגען

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך יולי 11, 2018 3:52 pm



קרעדיק: דער טראקער
באריכט וועט נאכפאלגען
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מיטוואך יולי 11, 2018 4:05 pm

נייעס:
היינט ווערט אופגעהאלטן ביי אונז אין ארגענטינא די טאג וואס די כונטא מיליטער איז אראפ געווארפן נאך שווערע 10 יאר פון ביטערע פיינשאפט וואס די מיליטער האט געהאט צו אידן בפרט,
אין די עמיא ווערט היינט אופעציעל אופגעהאלטן די יארצייט פון אריבער 2000 אידן וואס זענען יענע צייט געהרגעט געווארן דורך די דעמאלט דיגע פרעזידענט פענטא ימח שמו מיט זיין מיליטער "כונטא",

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מיטוואך יולי 11, 2018 4:06 pm

היינט האב איך געזען א לייבערי מיט פילע בוק'ס איבער יענע צייטן, אין איינע פון זיי זענען אויף ל"ק.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך יולי 11, 2018 4:27 pm

טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יולי 11, 2018 4:39 pm

וועלכע יארן איז געווען די כונטא?
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך יעק » מיטוואך יולי 11, 2018 6:02 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:


וואאא די וואסער פאל איז אין ארגענטינע??? איך פראשוין אהין
ווי איז דאס?
אין יעקישע שול

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:04 pm

געמישטע נייעס:
אזוי ווי די געז אין אויל קאסט ביי אונז אין די הויזן, למשל די ליטער געז קאסט שוין 50$ פעסו.
סע ווערט א שטארקע מאוומענט ביי די סתם מענשטן זיך שטארק צו ארגענעזירן אין ארויס קומען דעם נעקסט 20 למספרם צו א שטילע אבער א מאסן פארטעסט אז קיינער אבער קיינער זאל נישט אונפילן קיין געז יענע טאג!
סע זעט אויס ווי די שטארק אופגעטיילטע לאנד מיט פארשידענע זייטיגע אין קריגערישע צדדים וועלן זיך פאראייניגן א קעגן די גארוועמענט,
אין סאציאלע מידיע זעט זיך אן די שטורעם וואס דאס האט אונגענאכט נאכדעם וואס א גרויס אקטעוויסט קעגן די גארוועמענט האט ארויס געגעבן א 2 מינט ווידאוי ווי ער רייסט שטארק אראפ די גארוועמענט פארן העלפן ארויף ריקן די פרייזן אין רופט צו א באלדיגע כח הרבים פון די גאנצע פאלק!!!
אין צו בויקעטירן די געז פאר די נעקסטע 20 אין חודש אין ער רופט אז קיינער זאל נישט קויפן קיין געז,
איבער 3 מיליואן מענטשן האבן זיך שוין אונגעשלאסן אז זיי גייען נישט אונפילן קיין געז, אין א צווייטע גרופע האט געזאגט אז זיי גייען בלאקן אלע צענטראלע הייוועיס מיט די באנען אז דאס זאל שיקן א שטארקע מעסדזש צו די גארוועמענט,
די גארוועמענט פון זייער זייט האט נאכנישט געהעריג געזאגט וואס זיי גייען טאן צו די טאג פון די פאלעזירטע ארגענטינא.
# סע קומט נייעז

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:05 pm

איך האב די ווידאו אין איך ווייס נישט וויאזוי מע לייגט דאס ארויף,

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » פרייטאג יולי 27, 2018 12:09 pm

א ערנסטע גניבה איז פארגעקומען די נאכן אין הויז פון א חסידישע איד, 6 גוים האבן זיך באטייליגט אין ב"ה נישט קיין פארוואנדעטע,
שפעטער וועל איך שרייבן מער דיטעל'ס אי"ה.

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » פרייטאג יולי 27, 2018 12:14 pm

דער טראקער האט געשריבן:.

שלום עליכם שוין לאנד נישט דא געווען

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » פרייטאג יולי 27, 2018 12:25 pm

משה11 האט געשריבן:
דער טראקער האט געשריבן:.

שלום עליכם שוין לאנד נישט דא געווען

עליכם השלום, געווען פארנימען מיט א ציבירישע זאך,
ארגענטינא הצלה קויפט שוין זייער אייגענע אמבולאנ'ס נאך יארן זיך מיטשענען מיט א אמנולאנ'ס.

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

ארגענטינא אין הייסע קאכעדיגע נייעס וואס וועט פירן די ראיאן צו א דראמאטישע טויש!

תגובהדורך דער טראקער » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 11:11 am

העלא יעדער,אין איך בין ציריק דא.
ארגענטינא אין הייסע קאכעדיגע נייעס וואס וועט פירן די ראיאן צו א דראמאטישע טויש!
היינט ווערט באקאנט אין אלע גרויסע מידיע ניצן איבער א באפאלונג וואס די פעדעראלע פאליציי האט דורך געפירט פארגאנגענע חודש אין א שטילע געסל אויף 2 פושעטע טעקסי דרייווער'ס.
די מעשה גייט ציריק אפאר יאר, ווען די פארשטינקענע אין פארשאלטענע פרעזידענט קריסטינא איז געווען אין מאכט, האט געהאט א מין זייך אז עני גרויסע ביזנעס אקקאונט וואס נאט געוואלט טאן ביזנעס מיט די ארגענטינא בענק/גארוועמענט, האט געדארפט איינצאלן איבער 2 מיליון דאלאר א יאר, צו קענען אונגיין, אין די געלד איז געגאנגען צי איר פריוואטע אקאוונט,
די 2 טעקסי דרייווערס פלעגן רקום גיין אופיקן די געלד אין אונווערשאפן טעראר ווי אימער מע האט געקאנט דורך פארמאגן א אייגענע מאפיא טיעם געמענדזש ביי די 2 דרייווער'ס, אין געפירט דורף די אויבן דערמאנטע באנידט'קע פרעזידענט קריסטינא.
די מידיע קאכט אין זידלט אויף די קארפשאן, אבער ווייסן אז זיי קענען גרינג געצילט ווערן דורך פארפאלטע פעדעראלע ארבעטער'ס.
די נייע פרעזידענט האט געזאגט אין א סטעימענט: די האט פון קאפ אין שוין אופגעשטעלט פון פריעדיגע סקאנדאלן סע קען זיך מער נישט אופשטעלן...:


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: oh vei, rogers, ברוך, בשבילי נברא, נו שוין, פארקלאצט און 50 געסט