נייעס אין קרישקעלעך פון בוענוס איירוס, ארגענטינא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דער טראקער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:22 pm

שפעטער שרייבן מער

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:51 am

אויף דערווייל, ביז הרב טראקער קומט צוריק

תוא''י.PNG
תוא''י.PNG (308.59 KiB) געזעהן 368 מאל

דער טראקער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

כאאס אין איבערקערעניש אין ארגענטינא צלוב מאקריס מאסיווע דורכפאל

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:15 pm

כאאס אין איבערקערעניש אין ארגענטינא צלוב מאקריס מאסיווע דורכפאל, פון דער טראקער אויף אייוועלט.

דאס לאנד איז אין כאאס, די פעסו איז ארויף צו א רעקאד הויכעקייט פון 65 קעגן די אמערקיאנער דאלאר, די אינטערנעשענאל טרעיד איז אין די ערד, אינוועסטירונגען גייען ציריק, אלעס גייט מיט די פיטום אראפ, סע קען זיך איבער חזרן א ווענעזואלע קריזיס.

היציגע פארמעסטן קומען פאר אין ארגענטינא רעפאבליק צו ערוועלן א נייע פרעזיגענט, ווי עס לויפן די אמטירענדע רעכטע פרעזידענט מאקרי, די לינקע פארטיי פערנאנדעס מיט די ווייס פרעזידענט קריסטינא ימח שמו, אין נאך א דריטער לאוואגנע וואס האט אונגעצויגן זייער שוואך.

במשך לאנגע חדשים קאכט זיך שוין א לעפל אין דאס האט יעצט געפלאצט, פארוואס?

מאקרי איז אריין געקומען נאכדעם וואס די לאנד איז געווען אין א כאסעישע צושטאנד, נאכן ווערן געפירט דורך די לינקע גארוועמענט קריסטינא אין אלע איז געווען קעראפטעט פון אויבן ביז אינטן כיד המלך, מאקרי האט אלעס געטרייט צו פאררעכטן, געסטאפט וועלדפער, אריין געברענגט ריזיגע אינוועסטמענט, אונגעהויבן צו הייבן די עקאנעמי, וכו'.

אבער די קריסטינא האט אויף דעם געטראפן א מיטל וויאזוי צו ציגרינד לייגן די גאנצע הארעוואניע פון מאקרי, זי וועט לויפן קעגן עם אלץ ווייס פרעזידענט, וכך הוה, זי לויפט מיט עפעס א בחורל וואס יעדע ווייסט אז סע מיינט די קניידעלעך אין נישט די זיפ.

אלע אנקעטעס האבן געוויזן א ברייטע אויבערהאנט פאר מאקרי, דאס לאנד האט אוסגעזען ווי מע וויל מער נישט הערן פון קארפשן אין רויבערייען, דאס האט זיך אלע אופגעשטעלט ווען פרייטיג איז ארויס געקומען קריסטינא מיט א אויבער האנט ביי די ערשטע וואלן פון 47%01 קעגן מאקרי 32%66.

דאס לאנד האט געכאפו שאק כוואליעס, אזש די פעסו איז ארויף צו א רעקאד הייכעקייט פון 65 קעגן די דאלאר, אינוועסטירער נעמען ציריק זייער פארמעגנ'ס, די גענ'ס טאנצן אין פייערן זיג, דאס לאנג איז כאאס.

וויאזוי איז טאקע שייך אז קריסטינא האט געווינען, זייער פשוט.

די אורעמע האבן איר אריין געוועלט צלוב איר צוזאג פאר העלט קער וועלפער וכו', אין סע איז דא מער אורעמע ווי נישט....

(די ארטיקל האב איך נישט מגיה געווען צלוב טרדת הזמן)

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 3:04 pm

דער טראקער האט געשריבן:אלע אנקעטעס האבן געוויזן א ברייטע אויבערהאנט פאר מאקרי, דאס לאנד האט אוסגעזען ווי מע וויל מער נישט הערן פון קארפשן אין רויבערייען, דאס האט זיך אלע אופגעשטעלט ווען פרייטיג איז ארויס געקומען קריסטינא מיט א אויבער האנט ביי די ערשטע וואלן פון 47%01 קעגן מאקרי 32%66.

וואס מיינט ביי די ערשטע וואלן? ס'גייט זיין א ראנאף?
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], police, אין כל חדש, ברוך, מה שמו, קארפענטער, שכל טוב און 53 געסט