נייעס אין קרישקעלעך פון בוענוס איירוס, ארגענטינא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

נייעס אין קרישקעלעך פון בוענוס איירוס, ארגענטינא

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג יולי 02, 2018 12:38 pm

שוין צייט צו עפענען א אשכול פאר נייעס אין קרישקעלעך פון בוענעס איירעס ארגענטינא.
בוענעס איירעס ארגענטינא איז די היים שטאט פאר פולע אחינו בני ישראל יוצאי ספרד, אשכנז, תימן, מאראקו, פוילן, רוסלאנד, סיריע, איראן, בראזיל, אין פול נאך.
אונז ווייסן נאר פון די גרויסע חסידישע היימישע סאטמערע געשטימטע קהילה בהנלת ובנשיאות הרב הגאון רבי פייבל סופר שליט"א, אבער אין אמת איז דא נאך א געוואלד מיט אנדערע קהילה'ס וואס גרייכן צו איבער 30,000 אידן אין די הויפט שטאט בוענעס איירעס, אלע פון זיי שומרי תורה ומצוות מיטן אידישן חן.
און אזא שטאט איז פארהאנען פול מיט אידישע אינצטעטוציעס ווי בתי מדרשים, כוללים, חברי קדישא, מקוואות, תלמוד תורה, ישיבה, מיידעל שולע, חברה הצלה, חבירים, שבת פעקלעך, גמ"ח, חתונה זאלן, מצה בעקערי, כפרות צענטער, בית השחיטה, כשרות ארגענעזאציעס, אידישע קאנסעל פאר פאלעטיק'ס, קעמפ'ס, חב"ד, אין פול נאך.
ווי אויך איז פארהאנען פול מיט אידישע געשעפטן ווי גראסערי, פיצא סטארס, דעליס, בעקעריס, רעסטעראטן, סענדווישטע מעיקער'ס, סענק'ס פארקויפער'ס, פיל מיט אידישע אייגענע אייטעמ'ס, מוזיק שפילער'ס, זינגער'ס, צייטונגען, אייגענע תורה צעטלעך, אין וואס נישט.
פול מיט ארץ ישראל שלוחים פארן כסדר אהין אין ווי זיי זאגן אין דערציילן זענען זייי שטארק מצליח דארטן, ווי אויך פארן אהין גרויסע רבנים פון אמעריקא, לאנדאן, ארץ ישראל.
פארוואס מע הערט נישט געהעריג פון זיי איז צלוב וואס די מערהייט דארטן רעדט ספאניש, אין אביסל אידיש, אין סע איז שווער זיי צו פארשטיין, אבער באמת איז עס סאך א גרעסער געגענט ווי אנדערע אידשע געענטער איבער די וועלט ווי, לאנדאן, אנטוועפן, איסטראליע, מאנטרייל, אין מער.
נייעס איז דא דארטן שטארק, אבער יעדן טאג, סיי אידישע אין סיי וועלטליכע, ארגענטינא איז פון די 7 גרעסטע לענדער איבער די וועלט מיט די מערסטע איינפלוס אין יענע זייט קאנטענעט, א שטארקע מיליטער, גאנץ גוטע עקנומיע, אין קומט אויס די פאפולערסע אין די וועלט'ס גרעסטע קופא שפיל ווי זיי פרעזעטן יעדע מאל עקסטער פון די בעסטע אין די פאפולערסטע שפילער'ס ווי מעסי אין נאך.
אין די שאלה פארוואס זאל נישט זיין קיין באזינדערע אשכול פאר אזא אידישע געמיינדע אין יענע זייט וועלט?
אסאך פון די אינגעלייט דארטן זיצן אויף אייוועלט! רוב פון זיי האבן געלערנט אין דאזיגע ישיבה'ס, זיי קענען בעסיק אידיש, סע איז דא וואס קענען שרייבן בעסער, אבער מיט דעם אלעם, זענען זיי אלע געלאדנט מריחוק המקום וקירוב הלב צו קומען שרייבן, ריפארטן, זיך באקלאגן, אין מיט פרייען.
די ערשטע ריפארט: ארגענטינא איז מיט א אראפ געלאזטע נאז!
זייער באליבטע שפילער מעסי האט מיס דערלייגט אקעגן די פראנצויזן, די פעינער זענען אראפ געלאזט, אין די עולם ארבעט נישט, א קליינע הקדמה:
דארטן אין ארגענטינא איז די קולטור אביסל אנדערש, ביי די קופא שפיל האלט יעדער מיט אלע דיטעל'ס וואס דארט גייט פאר, זיי זענען אויפגעוואקסן מיט דעם, סע ליגט זיי אין די בלוט, פון די דיין אין מגיד שיעור ביז די טעקסי דרייווער, יעדער טוט עס באמת ווען זיי פארלירן אין יעדער פרייד זיך ווען זיי האבן א געווינ'ס,
דא האבן זיי פארלוירן אין ווי איך הער זענען די חברה באמת אונגעזעצט, זאלן זיי אלע האבן א גליקליכע טאג.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יולי 02, 2018 1:03 pm

אמן כן יהי' רצון.. מ'האמיר גרויס מיטלייד מיט אונזער אידישע ברודער פון ארגענטינא, דער באשעפער זאל זיי טרייסטן נאך אזא שרעקליכע טראגעדיע...

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 02, 2018 1:06 pm

אקיצער, האסט געוואלט באשרייבען די מעסי שפיל און אז מען האט עס דארט פארלוירן. קומענדע מאל שרייב עס אין אלוועלטליכע נייעס...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך יעק » מאנטאג יולי 02, 2018 1:12 pm

שכח פאר א שיינע ארטיקעל

ווען פארסטי די נעקסע מאל קיין ארגענטינא מיט דיין טראק?
איך האב גרייט מיין מקוה וועש מיט מיין קוטשמע (עס איז מסתמה קאלט אין ארגענטינא יעצט)
אין יעקישע שול

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג יולי 02, 2018 1:13 pm

שיינט צו זיין א אינפארמאטיווע אשכול. אפשר קען מען אונז געבען א הקדמה (אפילו א קורצע הקדמה) ווי אזוי אידישקייט האט זיך אנטוויקעלט אין ארגענטינע; ווער איז דארט אנגעקומען און ווען?
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג יולי 02, 2018 1:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך יעק » מאנטאג יולי 02, 2018 1:16 pm

איינער האט עפשר שיינע בילדער פון ארגעטינע?
אין יעקישע שול

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג יולי 02, 2018 1:16 pm

SPUSMN האט געשריבן:שיינט צו שיין א אינפארמאטיווע אשכול. אפשר קען מען אונז געבען א הקדמה (אפילו א קורצע הקדמה) ווי אזוי אידישקייט האט זיך אנטוויקעלט אין ארגענטינע; ווער איז דארט אנגעקומען און ווען?

איך וועל אי"ה ארויס קומען מיט א לאנעגערע ארטיקל פון די רייכע היסטערי דארטן, אבער ביז דערווייל וועלט איך טרייען צו אופדעיטן נייעס אין נאך

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 02, 2018 1:17 pm

אסאך פון די אידען דארט זיינען אנטלאפען פון חאלאב, סיריע און געלאנדעט אין ארגענטינע, נאכער זיינען דארט אסאך אנגעקומען נאך די קריג און פון דארט קיין אמעריקא. צ.ב.ש. ר' ליפא בראך האט אלע יארען געוואוינט אין ארגענטינא (רעד נישט ספאניש נעבן זיינע קינדער זיי פארשטייען...) ר' משה שעהר ביז ער האט געפליכטעט צו די פאראייניגטע שטאטען, און נאך.
סטאמאר רב ז"ל האט אהינגעשיקט הרב עקשטיין פאר די אייגענע, און נאכער איז ער אנגעקומען צו די ספרדים דארט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 02, 2018 1:24 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג יולי 02, 2018 1:26 pm

צו געזונט האט געשריבן:אסאך פון די אידען דארט זיינען אנטלאפען פון חאלאב, סיריע און געלאנדעט אין ארגענטינע, נאכער זיינען דארט אסאך אנגעקומען נאך די קריג און פון דארט קיין אמעריקא. צ.ב.ש. ר' ליפא בראך האט אלע יארען געוואוינט אין ארגענטינא (רעד נישט ספאניש נעבן זיינע קינדער זיי פארשטייען...) ר' משה שעהר ביז ער האט געפליכטעט צו די פאראייניגטע שטאטען, און נאך.
סטאמאר רב ז"ל האט אהינגעשיקט הרב עקשטיין פאר די אייגענע, און נאכער איז ער אנגעקומען צו די ספרדים דארט

די בארימטע משפחת 'מאסרי' פון ארגענטינא, זענען אפשטאמיגע פון 'חאלעב' סיריע [ארם צובה], זייער עלטער זיידע הגה"צ רבי חיים מרדכי לבטון זצ"ל מח"ס נכח השלחן, איז געווען רב אין חאלעב

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג יולי 02, 2018 4:20 pm

די דאלאר אין ארגענטינא האלט יעצט ביי א רעקאד הייכעך 29$,
דאס קען שטארק עפעקטען די אידישע קאמיוניטי,
די יעצטיגע פרעזידענט מארישא מאקרי האט פארשפראכן ביי א ראלי פארגאנגענע וואך אז אינטער זיין זייגער וועט דאס זיין די לעצטע מאל וואס אזא זייך פאסירט,
ביי פארגע פרעזידענטן פלעגט דאס זיין א אפטע ערשיינונג, אין פלעגט טאקע באגלייט ווערן מיט פולע עקאנאמישע פראבלעמען ווי קרימינאלן, קארופציע, אין נאך,
לאמיר האפן אז אונזערע אידישע ברידער זאלן נישט ווערן אפעקט פון די יעצטיגע עקאנאמישע פראבלעם.
ימים ידברו..

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג יולי 02, 2018 4:23 pm

אין אנדערע נייעס, חבה הצלה דאגענטינא האט אופגענימען פרישע 33 אינגעלייט פון פארשידענע קרייזן צו שטיין גרייט על כל צרה שלא תבא,
די אינגעלייט זענען דורך פראפעשענל טרעיניג, אין האפן נאר צו לויפן פאר שמחות.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג יולי 02, 2018 4:40 pm

טראק לאודס פון נייעס; א ייש"כ אייך טראקער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » מיטוואך יולי 04, 2018 10:05 pm

יישר כח פארן עפענען און אנהאלטן דעם אשכול. זייער אינפארמאטיוו, גיי אן!

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך יולי 04, 2018 11:25 pm

קען מען פארן מיט א קאר צו באנעס איירעס?
פון ניו יארק
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:04 am

אויפגעפרישט האט געשריבן:קען מען פארן מיט א קאר צו באנעס איירעס?
פון ניו יארק

טעכניש קען מען ווייל ס'איז מחובר דורך יבשה, אבער אז דו פארסט ארויס נאך פסח וועסטו מסתמא אנקומען אהין אויף א' סליחות פארטאגס צום צווייטן מנין....

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:36 am

בשבילי נברא האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:קען מען פארן מיט א קאר צו באנעס איירעס?
פון ניו יארק

טעכניש קען מען ווייל ס'איז מחובר דורך יבשה, אבער אז דו פארסט ארויס נאך פסח וועסטו מסתמא אנקומען אהין אויף א' סליחות פארטאגס צום צווייטן מנין....

בכלל נישט מחובר
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:37 am

כמעט.
א קנאפע 10,000 מייל.
The Darien Gap, a roadless region of swamps and rainforests that stretches 90 miles to the tip of Colombia, makes it impossible to drive the entire distance to South America.
לעצט פאראכטן דורך shalsheles אום דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:47 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:39 am

... א' סליחות? רבי "בשבילי נברא" ,מיינסט צו זאגן ר"ח אלול? ווייל מען הייבט דאך שוין אן צו זאגן סליחות ביי אחינו בני ישראל יוצאי ספרד, ר"ח אלול...
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

שפאניע
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

הרב לוין ראש ישיבת חפץ חיים

תגובהדורך שפאניע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:44 am

ווייסט איינער צי זאגן אויף הרב לוין ראש ישיבת חפץ חיים אין בונוס איירעס ארגענטינא, ער האט א גרויסע שחיטה וואס מען פארקויפט זיינע פלייש אויך אין ארץ ישראל אין אסאך פלעצער, כפארשטיי אז ער איז א ליטווישע,
האט איינער געהערט פין איהם אדער ישיבה, אדער שחיטה / כשרות וכדומה ?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:26 am

שפאניע האט געשריבן:ווייסט איינער צי זאגן אויף הרב לוין ראש ישיבת חפץ חיים אין בונוס איירעס ארגענטינא, ער האט א גרויסע שחיטה וואס מען פארקויפט זיינע פלייש אויך אין ארץ ישראל אין אסאך פלעצער, כפארשטיי אז ער איז א ליטווישע,
האט איינער געהערט פין איהם אדער ישיבה, אדער שחיטה / כשרות וכדומה ?

פאריאר האט זיך דער סאטמערער עולם באקענט מיט אים, ווערן ער האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה ביים עצרת אין בארקליס סטעדיום. א ערליכער רב איז ער אבער כ'בין נישט באקאנט איבער זיין שחיטה.

אן ארטיקל איבער זיין שחיטה, מיט זיין אייגענע משגיח.

יש יתרון לשחיטת הרב לוין על פני שחיטות אחרות?

הנקודה המרכזית בשחיטת הרב לוין, הוא הרכב הצוות, הן מבחינת כמות אנשי הצוות והן מבחינת איכות. זהו צוות שחיטה שהוא ברובו מקומי, ולכן הוא אינו מוגבל בזמן השהות כאן. הרב לוין לקח, בעצם, כמעט את כל הרכב השו"בים, בודקי פנים ובודקי חוץ והמשגיחים, מתלמידיו, ומדובר באנשים יראי שמים, שסמכותו מקובלת עליהם ללא עוררין. כולם כמובן מוסמכים מטעם הרבנות הראשית לישראל.

בנוסף, בגלל עלויות האירוח הנמוכות, ועלויות הטיסות שנחסכות, באפשרותו של הרב לדרוש ממנהלי השחיטה להרחיב את כמות המשגיחים ללא כל הגבלה. ישנם, למשל, שלושה משגיחים רק על המליחה, כל ריר בריאות מוריד את הבהמה מלהיות חלק. זו נראה לי כמעט השחיטה היחידה שמתבצע בה בדיקת כרייסים על כל בהמה, בנוסף בדיקת הסכינים נעשית רק בייבש, ולא רק לאחר מציאת הרגש בסכין, אלא לאחר שחיטת שמונה בהמות, מעמידים את הסכין שוב, והוא נבדק בייבש.

אלו הם רק חלק מההידורים, והנה לך שחיטה מהודרת, ואף זולה יותר משחיטות אחרות.


• עד כמה הרב לוין באמת מעורב בתהליך השחיטה. היו שמועות שעקב מצב בריאותו, השחיטה מתנהלת כמעט ללא מעורבותו.

הרב לוין מעורב בפרט הכי קטן בשחיטה יום-יום, הביקור היום היא עדות חייה לכך, שהשחיטה נמצאת בשליטתו המלאה. מלבד זאת, הרב מקבל בסיום כל יום עבודה אינפורמציה מפורטת על כל פרט, כל ספק ולו הקל ביותר מובא לפניו, הוא זמין בכל שעה משעות היממה לשאלות שמופנות אליו על ידי ראשי הצוות. בנוסף יש לו אנשי אמון שמדווחים לו, על הפרט השולי ביותר.

לכן, אל תאמינו לשמועות. מבלי להצטנע, השחיטה של הרב לוין היא מהמהודרות בעולם. כל רב שביקר בארגנטינה וביקש לבוא – בא. כל אחד מוזמן לבא ולראות במו עיניו.

רבה של ירושלים הגאון רבי שלמה עמאר ביקר כאן בתקופת כהונתו כרב הראשי לישראל ועקב במשך כשעתיים אחר כל פרט, הגאון רבי מרדכי גרוס ממליץ על השחיטה בחום. כל מפקחי הרבנות שביקרו כאן, בדקו והעידו שהכל בתכלית ההידור, השחיטה כאמור פתוחה בפני כל אחד.
צוגעלייגטע
הרב לוין בודק סכין.jpeg
הרב לוין בודק סכין.jpeg (28 KiB) געזעהן 1294 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג יולי 09, 2018 4:37 pm

פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א טאג פון אויפברויז צווישן די פילע מאסן אין ארגענטינא צלוב די אום ציפרידן קייט פון די יעצטיגע פרעזידענט.
די המון עם שרייט אז ער רויבט אוועק ציפיל געלד , א טענה וואס די פאלק שרייט עס שוין די לעצטע 100 יאר, אין אויף יעדע פרעזידענט.
איך ווייס נישט וואס סע איז אנדערש מיט עם אין פארוואס מע פארפירט אזוי שטארק קעגן עם,
סך הכל טוט ער וואס יעדער פרעזידענט האט געטאן ביז היינט, אין וואס די נעקסטע פרעזידענט גייט אויך טין.

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג יולי 09, 2018 4:38 pm

קען זיין אז זיין פראבלעם איז, אז ער האט געזאגט אז ער גייט נישט נעמען ציפיל, זעט אבער אז פון א שטורעמישע פארטעסט האט ער זיך נישט דערשראקן!

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג יולי 09, 2018 4:41 pm

אין אנדערע נייעס:
היינט איז זייער/אונזערע אופעציעלע כאגע, אזוי ווי JULY 4 ביי ענק, אזוי איז ביי אונז היינט JULY9.
מע ארבעט נישט היינט וועגן האט איך צייט צו שרייבן

דער טראקער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

תגובהדורך דער טראקער » מאנטאג יולי 09, 2018 4:45 pm

אין אנדערע נייעס:
אונזערע עקאנעמי איז אין די ערד!!!!!!!!!!
מיט אונזערע פרעזידענט מאקרי איז נאך מער אין די ערד!!!!!
אונזער שפילער מעסי איז אין די ערד!!!!!!
יעדער דא אבער יעדער, דרייט זיך ארום אונגעזעצט מיט א אראפ געלאזטע פנים, די מאסן איז פארביטערט,
שיקסט אריבער פון די אנדערע זייט ים די רייכע פעטער אין אמעריקא, א טרעקטער לאוד מיט טערעפיסטן אין סאציאלע ווארקער'ס, צו בארואיגן די אויפגעבלאזענע געמיטער,


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, נאר נייעס, פאראויס און 69 געסט