[היסטארישע] “טראמפ / פוטין סאמיט” July 16
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1288
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm
די וואס האבן אראפגעריסן זענען בכלל נישט געבליבן חוזק, אדרבה, צוליב די גרויס דרוק האט זיך טראמפ געדארפט ברעכן -א זאך וואס געשעט גאר זעלטן- און צוריקציען, אוי אנטשולדיגט! אויסקלארן... וואס ער האט נעכטן געזאגט.
ביי די וועי, איך מיין טראמפ וואלט געדארפט נוצן א בעסערן תירוץ, (איינס וואס ער נוצט גאנץ אפט) נעמליך אז ער איז נעכטן געווען סארקאסטיש...
ביי די וועי, איך מיין טראמפ וואלט געדארפט נוצן א בעסערן תירוץ, (איינס וואס ער נוצט גאנץ אפט) נעמליך אז ער איז נעכטן געווען סארקאסטיש...
שמאטע האט געשריבן:פארטראכטער האט געשריבן:שפל ברך האט געשריבן:די גרעסטע ליצנות איז נאך, די אלע וואס האבן אים דעפענדעט נעכטן, טראמפ האט זיי געלאזט מיט די צונג אינדרויסן.
גוט געזאגט! א רחמנות אויף העניטטי....
פארוואס זענען זיי א "גרעסערע" רחמנות ווי די וועלכע האבן שוין געריסן קריעה נאך אמעריקע, נאר געוואויר צי ווערן אז זיי האבן מעגליך געריסן קריעה ווען דאס צוציק איז נאך מפרכס?....
ביידע צדדים זענען די זעלבע חוזק... די פארן אראפרייסן מיט א זיכערקייט! און די פארן פארענטפערן מיט א זיכערקייט.
פארוואס זענען די אראפרייסערס חוזק? ווייל טראמפ האט זיך אנטשולדיגט?
משל למה הדבר דומה, ראובן האט גלעכערט די רעדער פון שמעון'ס קאר מיט א גרויסע מעסער, ביישויער האבן אים פארגעהאלטן דערויף, דאס שטעט'ל איז געפארן אויף "רעדער", די אנדערע טאג זאגט ראובן, איך האב נישט געמיינט צו לעכערן זיינע רעדער, איך האב עס נאר געוואלט מאכן גלאנצן.
ווער איז חוזק דא?
טראמפ האט נעכטן געטון א הימל שרייענדע עוולה כלפי אמעריקע, יעדער נארמאלע מענטש דארף דאס פארדאמען, קיינע ווערט נישט חוזק ווען ער קומט היינט און זאגט אז עכט האב איך געמיינט צו זאגן אז איך זעה נישט פארוואס זיי זאלן עס נישט טון.
ערשטענס, ווייל אפילו עס זאל זיין אמת וואס ער זאגט, איז נאך אלץ פארשטענדליך די רעאקציע צו זיין פארראט. כ"ש ווען עס איז לכאורה נישט דא א מענטש אויפן כדור וואס רעדט זיך איין רגע איין אז ער האט דאס געמיינט, עס קלעבט נישט צו די קאנפרענץ קיין כי הוא זה.
נעווערדעלעס, פאר זיין "בריליאנטע" איידיע פון מולער זאל ארבעטן מיט רוסלאנד", אויף דעם אליין קומט זיך די גרעסטע פארדאמונגען.
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
שפל ברך האט געשריבן:שפל ברך האט געשריבן:בכלל נישט, די אלע רעאקציעס נעכטן זענען געווען אזוי אין פלאץ, טראמפ אליין האט דאס היינט באשטעטיגט.
פארקערט גאר, די איבערגעטריבענע ספינעריי פארוואס טראמפ האט דאס נעכטן געזאגט, און ווי קלוג עס איז, די טיפקייט דערפון וכו', דאס איז צופאלן ווי א זייפן בלאז.
שויתי ה' לנגדי תמיד
-
- שר האלף
- תגובות: 1502
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3684
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
צל עובר האט געשריבן:יואל שרייבער האט געשריבן:גראדע האט ער שוין נעכטן געשריבן אז באמת גלייבט ער יא די אינטעלידזשענס עידזשענסיס וזה לאקשן קאטשעני
As I said today and many times before, “I have GREAT confidence in MY intelligence people.” However, I also recognize that in order to build a brighter future, we cannot exclusively focus on the past – as the world’s two largest nuclear powers, we must get along! #HELSINKI2018
פאר עפעס א סיבה איז עס נישט אויפגעשפילט געווארן.
ווייל דאס אז ער האט גרעיט קאנפידענס האט ער געזאגט ביי די סאמיט אויך, ער האט אבער תוך כדי דיבור געזאגט אז ער גלייבט פוטין פונקט אזוי.
אבער ער האט זייער קלאר מרמז געווען אין דעם טוויט אז באמת גלייבט ער זיי יא און דעיס וואס ער האט געזאגט ביים פריס קאנפערענץ איזה בלויז ווייל ער וויל זיך נישט קאנצעטרירן אויפן עבר.
-
- שר האלף
- תגובות: 1288
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm
נישט נאר וואס די גאנצע ארום און ארום פון זיין פרעס קאנפרענץ און זיין נאכפאלגענדע העניטטי אינטערוויו שטימט נישט מיט זיין אזויגערופענע 'קלארשטעלונג', נאר עס מאכט נישט קיין טראמפ סענס אז דאס זאל האבן געדארפט צו זיין, זיין סטעיטמענט!
I dont see any reason why it wouldn't be Russia
אין אידיש: איך זע נישט קיין שום סיבה פארוואס [צו אננעמען אז] סזאל נישט זיין רוסלאנד.
סיריעסלי?? ער זעט נישט קיין שום סיבה אז סזאל נישט זיין ראשע? איך מיין פארוואס עפעס ראשע? סאררי, אזא סטעיטמענט (ווען ער וואלט עס געזאגט) מאכט נישט קיין שום סענס.
I dont see any reason why it wouldn't be Russia
אין אידיש: איך זע נישט קיין שום סיבה פארוואס [צו אננעמען אז] סזאל נישט זיין רוסלאנד.
סיריעסלי?? ער זעט נישט קיין שום סיבה אז סזאל נישט זיין ראשע? איך מיין פארוואס עפעס ראשע? סאררי, אזא סטעיטמענט (ווען ער וואלט עס געזאגט) מאכט נישט קיין שום סענס.
-
- שר האלף
- תגובות: 1288
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
ווען אבאמא האט געזאגט פאר פוטין ווארט נאר צו ביז נאך די וואלן און כוועל דריקן די ריסעט קנעפל האט ער געשלאגן כפרות מיט גאנץ אמעריקא און אין מיינע אויגן געזאגט פאר פוטין כהאב זיי אלע פארפאקט
נעווערדעלעס ווען ראמני האט אנגערופן רוסלאנד אמעריקא ס נומבער איינס שונא האט אים די מידיא אראפגעריסן ובראשם אבאמא יר״ה און ראמני האט זיך נאך געדארפט אנטשולדיגען (גענוי ווי טראמפ היינט) סא סך הכל איז עס א פאליטישע געים און קיינער זאל עס נישט נעמען צום הארצן

מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מטעמים האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:@מטעמים, עס האט מער גענומען לאנג, ווייל איך האלט אז אפילו די נארישע קאמפיין קען אויך האבן אויסגעמאכט, און ווייל עס איז דא אסאך חסידים וואס האלטן אז אפילו וויקיליעקס האט נישט אויסגעמאכט, און אז אפילו אויב יא איזעס נישט קיין פראבלעם.
איך געיס איך בין יוניק מיט דעם אז איך גלייב נישט אז די סאושעל מידיע וואס האט געשיקט וואוטערס צו וואוטען פאר טראמפ מיט געשריבענע ...ליגענטס..... (איינער ווייסט וואספארא ליגענטס?) איבער קלינטאן זאל האבען געהאלפען טראמפ געווינען.
א משל פון א סאושעל מידיע קאמפיין וואס קען טוישען א עלעקשאן איז וואס קרוז האט געטוהן צו קארסען, ארויס לאזען א רומער אז ער פארלאזען די קאמפיין, איז דא עפעס ענליך וואס ראשע האט געטוהן אויף קלינטאן?
איר זענט נישט יוניק מיט דעם, רוב אמעריקע מיט די אינטעל קאמיוניטי האלטן אויך ווי אייך.
נאר וויבאלד איך נישט האבעך נישט געכאפט די פוינט.
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
קרייסלער האט געשריבן:ווען אבאמא האט געזאגט פאר פוטין ווארט נאר צו ביז נאך די וואלן און כוועל דריקן די ריסעט קנעפל האט ער געשלאגן כפרות מיט גאנץ אמעריקא און אין מיינע אויגן געזאגט פאר פוטין כהאב זיי אלע פארפאקט
נעווערדעלעס ווען ראמני האט אנגערופן רוסלאנד אמעריקא ס נומבער איינס שונא האט אים די מידיא אראפגעריסן ובראשם אבאמא יר״ה און ראמני האט זיך נאך געדארפט אנטשולדיגען (גענוי ווי טראמפ היינט) סא סך הכל איז עס א פאליטישע געים און קיינער זאל עס נישט נעמען צום הארצן
אבאמא האט בכלל נישט גוט געטון כאטש עס איז נאך געווען פאר רוסלאנד'ס אגרעסיעס אבער אפשר זיין צוגאנג האט געשטארקט פוטין.
היינט אבער איז רוסלאנד שוין גוט באוואוסט מיט אירע מעשים טובים.
שויתי ה' לנגדי תמיד
-
- שר האלף
- תגובות: 1288
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm
אפשר פארקערט האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:יש ברירה האט געשריבן:דען קאוטס
זייער שטארק פון קאוטס אז ער איז ארויסגעקומען ברבים, דאס הייסט קארידזש.
בין איך נייגעריג צו ער איז אויך קראנק, און ווען ער איז די לעצטע מאל ארויסגעקומען קעגן טראמפ.
וואס גייסטו יעצט טיען מיט זיין שטארקייט ?
דער געשטעטנער סופער פעק האלט אז קאוטס האט געסטראשעט טראמפ אז ער וועט ריזיינען אויב ער ציט נישט צוריק, און פארדעם האט ער צוריק געצויגן.
-
- שר האלף
- תגובות: 1288
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2924
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:איך האב מיר יעצט געכאפט פארוואס די חסידים ווילן נישט גלייבן אז ראשע האט געהעקט די אימעילס און עס געגעבן פאר די וויקיליעקס, כאב געקלערט אז ווייל אין אזא פאל וואלט געווען קלאר אז עס האט אויסגעמאכט, שטימט?
די סיבה פארוואס עס נישט אדער יא צו גלייבן מאכט עכט נישט אויס. ווייל ווי שוין געשריבן לאנג צוריק, ס׳איז נישט קיין חילוק ווער ס׳איז יא אדער נישט געווען די ליקער, איז ״די תוכן פון די געליקטע אימעיל׳ס״ פאקטיש געווען דאס וואס האט אינטערגעברענגט קלינטאן.
דאס זיך פארלייגן (נאך צוריק ביי די קלינטאן/טראמפ דיבאטעס) אויף נאר צו באשילדיגן רוסלאנד און די העקעריי, און זיך בכלל נישט קימערן אויסצוהיילן די עצם בּאָבּאָ וואס די אויפגעדעקטע קאראפציע און קלינטאן/DNC מיסברויכן האבן אנגעמאכט, האט זיי נאר נאך טיפער אריינגעשטיפט און די ערד אריין.
זייער שיין נאכגעזאגט פוטין'ס סברה, מען דארף זיך נאר קאנצעטרירן וואס איז געשטאנען אין די אמעילס נישט ווער עס זענען די ליעקערס... א געוואלדיגע רעיון...
#ראנג
א אייניגע פארמעסט וואלט געווען נאר אויב מיר האבן אייניגע אינפארמאציע אויף ביידע קאנדידאטן. ווער עס האט געהעקט די אימעילס האט געטון א איינזייטיגע שאדן פאר פרוי קלינטאן ווייל מיר קענען נישט זען די פארבארגענע זאכן פון טראמפ. יעצט זאל איינער העקן טראמפס אקאונט ומובטוחני אז מען וועט שוין איינמאל טרעפן שמאלציגע סחורה, געדענק מען רעדט דא פון א דריי קאפ. די אייצינגסטע פרעזידענט קאנדידאט און מאדערן היסטאריע וואס האט נישט ארויסגעגעבן זיין טעקס רעטורן. און די ווייסט פארוואס.
די ווייסט נישט אז אויב פראקט מען אויס איינעם מיט זיינע פערזענליכע באהאלטענע אימעילס און טעקסט מעססעזשעס וועט מען טרעפן אומאנגענמע זאכן? נו איז וואס האט מען געטראפן און קלינטאנס פריוואטע אימעילס? מעגסט זיך דינגן מיט מיר אבער איך האלט אז די אימעילס זענען נישט געווען געפערליך, קלינטאן'ס באהאנדלונג פון די אימעילס איז וואס איז געווען געפערליך.
קלינטאן איז שולדיג ווייל א גוטער פאליטישאן וואלט זיך א עצה געגעבן מיט די ליעקס, טראמפ האט געהאט סאך ערעגערע אישוס דורכאויס קאמפיין און ער האט זיך אויף עפעס א אופן געספראוועט דערמיט
אבער דער וואס האט געליעקט אימעילס האט קלאר געשטעלט די וואגשאל אויף טראמפס זייט
וואט העפענעד...
זקן מלא רחמים.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2313
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am
א באנדע לוזערס די דעמאקראטן פראבירן צו מאכן א אישו כאילו קיינער ווייסט נישט אז פוטין קען אונטער שטעלן אונטערהער אפאראטן און מ'דארף זיך היטן פון אים איך דארף האבן דעם אויסגעשארפטן עדעמס שיף זאל מיר עס דערלערנען...........
איין זאך וואס מ'האט דא נאך נישט מסביר געווען וואס איז די שיטה ביי די דעמאקראטן מ'דארף זיך ממש הרגנען מיט פוטין איז נישט די קיין שום צד צו דעם אז מ'זאל פרבירן לעבן גוט מיט אים ? און מעיקרא מאי ולעכשיו מאי אבאמא האט דאך אונז עטליכע מאל בפרהסיא געלאזט וויסן אז ראשע איז נאטינג טו בי דערשראקן פאר נו וואס איז יעצט די געשריי ?

וואף!!
וועניטי פעיר באריכט:
וועניטי פעיר באריכט:
While National Security Adviser John Bolton, according to a source, thought Trump’s remarks were ill-advised, he believed that walking them back would only add fuel to the outrage pyre and make the president look weak. But Chief of Staff John Kelly was irate. According to a source, he told Trump it would make things worse for him with Robert Mueller. He also exerted pressure to try to get the president to walk back his remarks. According to three sources familiar with the situation, Kelly called around to Republicans on Capitol Hill and gave them the go-ahead to speak out against Trump. (The White House did not respond to a request for comment.) Senate Majority Leader Mitch McConnell and House Speaker Paul Ryan held televised press conferences to assert that Russia did meddle in the election.
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
הרב @דערבארומדיג׳ער. כ׳בין מיט דיר אז די פארמעסט איז נישט געווען אייניג, ווייל ס׳איז נאר געווען געליקטע שמיץ אויף קלינטאן, און דאס האט געשפילט א ראלע און איר פארלוסט. איך בין אבער נאכאלטס מיט מיר אז יא, ס׳וואלט געווען א געוואלטיגע רעיון מצד קלינטאן צו טוען וואס טראמפ הרט היינט געטוען, ״זיך ברעכן״!! אויב וואלצע זיך פארענפערט נארמאל (אויב ס׳איז בכלל מעגליך) וואס די קאראפשען איז יא אדער נישט געווען, וואלט זו עכ״פ געהאט אראפגענומען די חרון אף וואס אירע שטיצער האבן געהאט נאכן זעען די אלע שמיץ!. זי האט אבער ענדערש אויסגעוועלט די צווייטע אפשען פון שרייען ראשע ראשע!.
און לגבי טרעפן שמיץ אויף טראמפ, מוללער האט צוטריט צו טראמפ׳ס פיילס מער ווי די העקערס האבן געהאט צו אפאר פון קלינטאן אימעיל׳ס. נישט נאר זיינע, נאר אויך זיינע קינדער׳ס, קאמפיין איינגעשטעלטע, און אפילו זיינע לויער׳ס׳ און דערווייל איז קיין קאראפשען פיינדינג׳ס אויף טראמפ נישט פארהאן!, אנעסטלי? ס׳איז מיר אויך א חידוש נפלא, דאס איז אבער די מצואות!.

רשעות קאלטע סעלצער
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
צל עובר האט געשריבן:אויב דאס איז אמת איז עס ממש א רעוואלט פון קעלי קעגן טראמפ, אנדרייען די קעפיטעל היל פירער קעגן אים!
זאג, אויב מארגן גייט קעלי לייקענען גייסטו דעמאלטס זיין פארנומען מיט די דזשענעטיק בעלאט, איא?
דזשאסט קידינג. כ׳מיין עס אבער אביסל ערענסט. פעיק נאוז מאכט א חרבן, אפילו ס׳ווערט צובלאזן נאכדעם
רשעות קאלטע סעלצער