פלענער צו גרינדן א "ספעיס פארס" אין די אמעריקאנע מיליטער.

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

שכח נאך פון אינערהיים, זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקעל.
נאך פונדערהיים האט געשריבן:למשל, די פאקט איז היינט צוטאגס אז 95% פון די אמעריקאנע סעטעלייטס נישט באשיצט פון אויסלענדישע רעגירונגען, ד.ה. אז למשל רוסלאנד אין טשיינע קענען זיי גרינגערהייט חרוב מאכן אין געציילטע מינוטן!
די צוויי לענדער רוסלאנד און טשיינע טוען יערליך אריין פאמפן ביליאנען אין אנטוויקלען די טעכנאלאגיע צו קענען פארברענען אדער בלינד מאכן אמעריקאנע סעטעלייטס, און זיי האלטן דאס נישט פאר א סוד, און אזווי ווי אין ספעיס איז נישטא קיין טעריטאריע און קיין געזעצן קענען זיי טון און בויען דארט וואס זיי ווילן נאר, און זיי פאמאגן די מעגליכקייט צו פארקריפלען אמעריקעס סעטעלייטס אינטער מינוטן, און אמעריקע איז דערווייל נישט באשיצט דערפון.

וואס מיינט אז 95% סאטעלייטס איז נישט באשיצט? א חלק איז יא באשיצט?

אגב אמעריקע האט טאקע נישט קיין שום פראגראם אויף וואס זיי ארבעטן צו קענען חרוב מאכן סעטעליטס פון אנדערע לענדער? ארבעטן אנדערע לענדער ווי רוסלאנד יא אויף וועג וויאזוי צו באשיצן זייערע סעטעלייטס?
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

בדו, ס'איז דאכצעך דא אן אלטע אפמאך איבער ספעיס אז מ'טאר עס נישט מיליטעריזירן.. רוסלאנד האט יעצט ארום געטומלט דערמיט.

גייט מען זיך נישט וויסנדיג מאכן דערפון? האט זיך עס שוין געטוישט?
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:מיין פראגע איז פארוואס נישט גרינדן בעפאר א אפטיילונג פאר סייבער?

איז עס נישט א זאך וואס ווערט 'שוין יעצט' באנוצט פאר אטאקעס דורך אנדערע לענדער?

[יא, ס'דא א סייבער אפטיילונג, די פראגע איז פארוואס נישט א עקסטערע ברענטש ווי די מארינס, נעיווי, ארמי וכו']

סייבער איז א זיכערהייט געפאר פאר אמעריקע, א שטייגער ווי אימיגראנטן (פאר רעכטע) אדער ענווייראמענט (פאר לינקע),
אבער האט גארנישט דירעקט מיט די מיליטער, משא''כ ספעיס אפעראציעס געהערט אויסלישסליך פאר די מיליטער.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:בדו, ס'איז דאכצעך דא אן אלטע אפמאך איבער ספעיס אז מ'טאר עס נישט מיליטעריזירן.. רוסלאנד האט יעצט ארום געטומלט דערמיט.

גייט מען זיך נישט וויסנדיג מאכן דערפון? האט זיך עס שוין געטוישט?

די טריטי איז אז מען טאר נישט ארויפברענגען קיין געווער אויפן ספעיס, נאר סעטעלייטס וכדומה,

פון טראמפס ווערטער האט געקענט אויסקוקן ווי מען גייט ארויפשיקן א באטאליאן סאלדאטן, אבער אין ריאליטעט האבן די פלענער נישט קיין שייכות מיט מיליטעריזירן די ספעיס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

חלהדעקל האט געשריבן:וואס מיינט אז 95% סאטעלייטס איז נישט באשיצט? א חלק איז יא באשיצט?

אגב אמעריקע האט טאקע נישט קיין שום פראגראם אויף וואס זיי ארבעטן צו קענען חרוב מאכן סעטעליטס פון אנדערע לענדער? ארבעטן אנדערע לענדער ווי רוסלאנד יא אויף וועג וויאזוי צו באשיצן זייערע סעטעלייטס?

אויף דיין ערשטע פראגע ווייס איך נישט פונקטליך פשט, אבער אזוי האט איינע פון די געוועזענע גענעראלן געזאגט אויף אן אינטערוויא די וואך.
ווייזט אויס אז געוויסע האקעלע סאטעלייטס זענען יא בעסער באשיצט.

דיין צווייטע און דריטע פראגע, איז די תירוץ יא, אבער ווי מיר האלטן יעצט, ספענד רוסלאנד און טשיינע אסאך מער געלט אויף די זאכן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

סא רוסלאנד קעם מיט איין מיסל מאכן טויט די גאנצע GPS סיסטעם פון אמעריקע ? דאס מיינט אז אמעריקע קען זיין אין מלחמה מיט רוסלאנד אין די סאלדאטן וועלן דארפן שטיין מיט גרויסע פאפירענע מעפס צו זעהן ווי מען דארף פארן.
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

א שטיק צייט איז געווען א פאר מאדנע מעשיות מיט אמעריקאנע שיפען קען זיין אז עס האט שייכות און וועגען דעם איז עס געווארען אזוי וויכטיג
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יעצט געליינט דעם אשכול. זייער קלאר הרב נאך פונדערהיים!
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

נאכדעם וואס פרעזידעט טראמפ האט מיט עטליכע מאנאטן צוריק געמאלדן איבער די גרינדונג פון א זעקסטן אפטיילונג צום אמעריקאנער מיליטער, האט וויצע פרעזידעט מייק פענס ביי אן אויפטריט אינעם פענטאגאן ארויסגעלייגט מער דעטאלן איבער דעם פלאן, און געזאגט אז מען האלט שוין אין ערנסטע פאזעס פון עטאבילירן דעם אפטיילונג.

ער האט אונטגעשטראכן די וויכטיגקייט פון פארמאגן אן אויבערהאנט אין ספעיס מיליטערישע טעכנאלאגיע, ספעציעל אין ליכט פון די פארשריט וואס כינע און רוסלאנד מאכן אין דעם געביט, און האט געזאגט אז דער מיליטער האט א גרייטע פלאן צו גרונדען דעם דיוויזיע אזוי שנעל ווי ביים אנהייב פון 2020.

דאס גרינדן אזא דיוויזיע וועט קאסטן א געשאצטע 8 ביליאן דאלער וואס דארף ווערן צוגעלייגט צום מיליטערישן בודזשעט און פענס האט אפעלירט צו קאנגרעס דאס צו באשטעטיגן, מאנכע פאליטישע עקספערטן זענען ביי די מיינונג אז די נעכטיגע אנאנסירונג איז א מיטל צו העלפן רעפובליקאנער קאנגרעסלייט קאמפיינען פאר די מיד-טוירם וואלן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ראדשער סטאון האט זיך אנגעשלאסן אין די פארס!
אטעטשמענטס
jjjjjj.jpg
jjjjjj.jpg (122.19 KiB) געזען 1330 מאל
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

שואלכענין האט געשריבן:יישר כח פאר'ן קלארן באריכט, מסודר און אפגעטיילט, ממש געוואלדיג.

די פראגע איז נאר, וואס איז די אפעציעלע טענה פון די עיר פארס. איך פארשטיי אז אונטער'ן טיש האבן זיי נגיעות, אבער זיי קענען דאך נישט קומען אפעציעל זאגן דעם אמת, ווייל עס איז דאך קעגן די אינטערעסן פון אמעריקע. נו, וואס זאגן זיי? וואס איז די אפעציעלע (ליגנט) טענה?

א גיטע קשיא
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

פארשידענע קוועלער אין נאס״א און אינעם אמעריקאנער מיליטער דרוקן אויס זארג איבער די מעגליכקייט אז רוסלאנד האט צום ערשטן מאל אין היסטאריע אריינגעברענגט וואפן אין ספעיס, א זאך וואס רוסלאנד לייקנט אפ קאטעגאריש.

עטליכע אמעריקאנער באאמטע זאגן אז א סאטעליט וואס רוסלאנד האט ארויפגעשיקט צום ספעיס פאריגן אקטאבער רופט ארויס שטארקע פארדאכטן און איז אנדערש פון סיי וועלכע סאטעליט וואס איז באקאנט פאר די וויסנשאפטליכע געמיינדע.

עס איז שווער צו דערגיין וואס פונקטליך עס זענען די זארגן וויבאלד רוב פון די ספעיס טעכנאלאגיע זענען קלאסיפיצירט אלס געהיימניסן, אבער עטליכע באאמטע האבן געזאגט אז זיי זארגן זיך אז דער סאטעליט קען סאבאטאזשירן אנדערע סאטעליטן און שעדיגן אמעריקאנער טעכנאלאגיע אין ספעיס.

די נייעס קומט בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס די טראמפ אדמינסטראציע האט פארגעשטעלט אירע פלענער פון גרונדען א ספעציעלע דיוויזיע אינעם מיליטער וואס זאל זיך אפגעבן מיט אזעלכע געפארן, אן דאס שטרייכט אונטער די וויכטיגקייט פון אזא איינהייט אינעם מיליטער.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

יישר כח @אהבת ה' פאר אלע דיינע באריכטן, דא און איבעראל.

דאס איז אייגנס, ספעציעל פאר אונזער וועלטל?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

Credit JP
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

יש ברירה האט געשריבן:ראדשער סטאון האט זיך אנגעשלאסן אין די פארס!

איינער האט באמערקט די האקן קרייץ?
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

אויפגעפרישט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ראדשער סטאון האט זיך אנגעשלאסן אין די פארס!

איינער האט באמערקט די האקן קרייץ?

יא כהאב זיך געווינדערט
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”