תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יוני 19, 2019 6:48 pm
פון JP
פרעזידענט טראמפ און זיין לויזע באציאונגען מיט פאקטן און ציפערן
פאר מיר קומען צום ווארט ווילן מיר קלארשטעלן אז עס איז זיכער אז פרעזידענט טראמפ האט אויף זיין רעקארד געוואלדיגע לייסטונגען, ספעציעל ווען עס האנדלט זיך לטובת אחב״י, אבער פארט האט דער פרעזידענט א ״נאטור״ צו איבערטרייבן מיט זיין שפראך און ווארפן אומאקוראטע ציפערן און פאקטן, ספעציעל ביי זיינע ראליס.
די פרעסע האט אנגעצייגט אז טראמפ האט נעכטן ביי זיין ראלי געמאכט ארום 15 סטעיטמענטס וועלכע זענען גענצליך פאלש ווען מען קוקט אויף די פאקטן. מיר ווילן דא נאכברענגען א טייל פון די באמערקונגען פון פרעזידענט טראמפ ביי זיין נעכטיגע ראלי אינאיינעם מיט די אייגענטליכע פאקטן:
״מיר האבן געענדיגט די פריערדיגע אדמיניסטראציעס ברוטאלע און הארצלאזע געזעצן קעגן די אמעריקאנער ענערגיע אינדוסטרי, מיר זאלן קיינמאל נישט פארגעסן וואס זיי האבן געטון צו אונזער אויל אינדוסטרי. יעצט איז אמעריקע די גרעסטע פראדוצירער פון ענערגיע אין די גאנצע וועלט א דאנק די שריט וואס מיר האבן גענומען״
פאקט: אמעריקע איז געווארן די וועלטס גרעסטע פראדוצירער פון ענערגיע אין יאר 2012 אונטער פרעזידענט אבאמא, און אונטער זיין זייגער איז די אמעריקאנער אויל און גאז אינדוסטרי אינדוסטרי אייגענטליך דראסטיש געוואקסן.
-
״אין סעפטעמבער האט די עף-בי-איי איינגעמאלדן פרעזידענט אבאמא איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן, און ער האט גארנישט געטון דערוועגן״
פאקט: פרעזידענט אבאמא האט געגעבן א פרעצעדענטלאזע רעדע אין וועלכע ער שארף געווארנט די ״העכסטע פיגורן אין רוסישע רעגירונג״ איבער די אינטערווענץ, און האט עפנטליך פארגעהאלטן פוטין דערוועגן ביים דזשי-20 סאמיט און אים געזאגט ״הער דאס אויף, און אויב נישט וועט קומען ערנסטע קאנסעקווענצן״ און אין דעצעמבער 2016 האט ער געלייגט שארפע סאנקציעס אויף רוסלאנד איבער דעם.
-
״אונזער לופט און ענווייערמענט איז די ריינסטע וואס איז נאר געווען סיי ווען״
פאקט: דער ׳אמעריקאנער לונג אסאסיאציע׳ וואס באפאסט זיך מיט מעסטן לופט פארפעסטיגונג אין אמעריקע פאר צענדליגע יארן זאגט אין א לעצטערע באריכט אז די לופט קוואליטעט אין אמעריקע ווערט ערגער אין די לעצטע יארן. און איז אייגענטליך די ארגסטע אין די לעצטע צוואנציג יאר, און ארום 141 מיליאן אמעריקאנער זענען אויסגעשטעלט צו גאר פארפעסטיגטע לופט, טיילווייז צוליב דעם וואס די טראמפ אדמיניסראציע האט לויזער געמאכט רעגולאציעס איבער לופט פארפעסטיגונג.
-
״קלינטאן האט אויסגעמעקט דרייסיג טויזנט אימעילס, זי האט אייגענטליך אפגעוואשן [די קאמפיוטערס און דרייווס] מיט עסיד, וואס איז זייער טייער...״
פאקט: קלינטאן האט זיך נישט באנוצט מיט קיין כעמיקאלן צו פארניכטן אירע קאמפיוטערס. זי האט אייגענטליך גענוצט א איינפאכע קאמפיוטער פראגראם וואס רופט זיך ׳בליטש-ביט׳ און איז גאנץ ביליג צו נוצן, און מען נוצט נישט דערויף קיין שום פיזישע כעמיקאלן.
-
״מיר פארדינען ביליאנען אויף ביליאנען פון די טאריוון אויף כינע, אן דעם וואס אמעריקאנער זאלן כמעט דארפן צאלן דערפאר״
פאקט: שטודיעס פון די פעדעראלער רעזערוו באנק און נאך פינאנציעלע אינסטיטוציעס שאצן אז אמעריקאנער קאנסומערס צאלן כמעט די גאנצע קאסטן פון די טאריוון, און אמעריקאנער צאלן ארום 1.4 ביליאן דאלער חודש׳ליך פאר די טאריוון, און דאס איז אויסער די צענדליגע ביליאנען אין שאדנס פון די אגריקולטור אינדוסטרי צוליב די טאריוון.
-
״פאר איך האב אנגעהויבן לייגן טאריוון האבן מיר קיינמאל נישט געלייגט שטייערן אויף כינע, מיר האבן נישט פארדינט קיין צען צענט פון די ביליאנען וואס כינע עקספארטירט קיין אמעריקע״
פאקט: אמעריקע לייגט שוין צענדליגע יארן געוויסע טאריוון אויף כינעזער אימפארט, צום ביישפיל אין 2014 אליין האט די אמעריקאנער טרעזשורי ארייגענומען ארום 14 ביליאן דאלער פון טאריוון אויף כינע, וואס ווערט באצאלט - אזוי ווי היינט - דורך די אמעריקאנער אימפארטירער און קאנסומערס.
-
״ווען מען קוקט אויף די אפריקאנער-אמעריקאנער געמיינדע, קיינמאל פריער איז נישט געמאכט געווארן אזעלכע פארשריט צו נידערן די ארבעטסלאזיגקייט ראטע, עס איז די נידריגסטע וואס עס איז געווען סיי ווען אין די היסטאריע״
פאקט: עס איז אמת אז עס איז היינט די נידריגסטע, אבער אונטער אבאמא זענען די ציפער אייגענטליך געפאלן מער דראסטיש, ווען אבאמא איז אריינגעקומען אין זיין פאזיציע איז דער ציפער געשטאנען ביי 12.7% און ווען ער איז ארויס איז עס געשטאנען ביי 7.9%, און יעצט אונטער טראמפ שטייט עס ביי 6.2% וואס איז טאקע גאר נידריג פון אן היסטארישע פרעספעקטיוו, אבער פילע עקאנאמיסטן געבן קרעדיט דערפאר פאר די אבאמא אדמיניסטראציע.