עולם האמת האט געשריבן:ערווארטעט גרויסע פראטעסטן די טראמפ-בעבי-בעלאן וועט זיין אויף די סצענע נאכדעם וואס די פראטעסטערס האבן גרעיזד אויף gofundme די נויטיגע פאנדן עס אריבער צו ברענגן ליינט מער אויף זייער gofundme page https://www.gofundme.com/f/bring-baby-trump-to-orlando
אזאנא אקטן ברענגן נאר די פארקערטע "סימפאטיע" קוק די היסטארי
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
@realDonaldTrump: Thousands of people are already lined up in Orlando, some two days before tomorrow nights big Rally. Large Screens and food trucks will be...
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
די טראמפ קאמפיין האט געמאלדן אז אין לויפן פון די ערשטע 24 שעה [נאכנישט פאריבער] נאכן נעכטיגן ראלי - ווי טראמפ האט אפציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר א צווייטע טערמין - האבן זיי אויפגעטריבן גאנצע 25 מילאון דאללער!
די פרעסע האט אנגעצייגט אז טראמפ האט נעכטן ביי זיין ראלי געמאכט ארום 15 סטעיטמענטס וועלכע זענען גענצליך פאלש ווען מען קוקט אויף די פאקטן. מיר ווילן דא נאכברענגען א טייל פון די באמערקונגען פון פרעזידענט טראמפ ביי זיין נעכטיגע ראלי אינאיינעם מיט די אייגענטליכע פאקטן:
״מיר האבן געענדיגט די פריערדיגע אדמיניסטראציעס ברוטאלע און הארצלאזע געזעצן קעגן די אמעריקאנער ענערגיע אינדוסטרי, מיר זאלן קיינמאל נישט פארגעסן וואס זיי האבן געטון צו אונזער אויל אינדוסטרי. יעצט איז אמעריקע די גרעסטע פראדוצירער פון ענערגיע אין די גאנצע וועלט א דאנק די שריט וואס מיר האבן גענומען״
פאקט: אמעריקע איז געווארן די וועלטס גרעסטע פראדוצירער פון ענערגיע אין יאר 2012 אונטער פרעזידענט אבאמא, און אונטער זיין זייגער איז די אמעריקאנער אויל און גאז אינדוסטרי אינדוסטרי אייגענטליך דראסטיש געוואקסן.
-
״אין סעפטעמבער האט די עף-בי-איי איינגעמאלדן פרעזידענט אבאמא איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן, און ער האט גארנישט געטון דערוועגן״
פאקט: פרעזידענט אבאמא האט געגעבן א פרעצעדענטלאזע רעדע אין וועלכע ער שארף געווארנט די ״העכסטע פיגורן אין רוסישע רעגירונג״ איבער די אינטערווענץ, און האט עפנטליך פארגעהאלטן פוטין דערוועגן ביים דזשי-20 סאמיט און אים געזאגט ״הער דאס אויף, און אויב נישט וועט קומען ערנסטע קאנסעקווענצן״ און אין דעצעמבער 2016 האט ער געלייגט שארפע סאנקציעס אויף רוסלאנד איבער דעם.
״מיר פארדינען ביליאנען אויף ביליאנען פון די טאריוון אויף כינע, אן דעם וואס אמעריקאנער זאלן כמעט דארפן צאלן דערפאר״
פאקט: שטודיעס פון די פעדעראלער רעזערוו באנק און נאך פינאנציעלע אינסטיטוציעס שאצן אז אמעריקאנער קאנסומערס צאלן כמעט די גאנצע קאסטן פון די טאריוון, און אמעריקאנער צאלן ארום 1.4 ביליאן דאלער חודש׳ליך פאר די טאריוון, און דאס איז אויסער די צענדליגע ביליאנען אין שאדנס פון די אגריקולטור אינדוסטרי צוליב די טאריוון.
-
״פאר איך האב אנגעהויבן לייגן טאריוון האבן מיר קיינמאל נישט געלייגט שטייערן אויף כינע, מיר האבן נישט פארדינט קיין צען צענט פון די ביליאנען וואס כינע עקספארטירט קיין אמעריקע״