צוקער פאבריק אין זשארזשיע רייסט אויף

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

צוקער פאבריק אין זשארזשיע רייסט אויף

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 10, 2008 2:42 am

א גרויסע צוקער פאבריק סטאנציאנירט אין פארט ווענווארט זשיארזשיע איז דאנערשטאג פארנאכטס געטראפן געווארן פון א מאסיווע פייער וואס האט נאכגעפאלגט מיט שווערע עקספלאדיעס אומברענגענדיג כאטש פינף פון די ארבייטער און פארוואנדענדיג אמווייניגסטנס 20 מיט שרעקליכע בראנד וואונדן, ביי איינעם איז די בראנד וואונדן אזויפיל ווי 95 פראצענט פון זיין קערפער ל"ע.

די פייערלעשער זענען געווען גאר געשיקט און בייהילפיג די אומגליקליכע ארבייטער נוצנדיג שווערע מאשינערי אריינצודרינגען אין די האלב איינגעפאלענע געביידעס. די פייער וועלכער האט פאסירט אין א צומער וואו מען האט געפאקט צוקער אין די זעקלעך אויפן דריטן שטאק האט שנעל אפגעשוואכט די דאך פונעם בנין און עס איז איינגעפאלן אראפ צום אויבערשטן שטאק, עטליכע קערפער זענען שטעקן געבליבן צווישן די ברוכווארג. די פייערלעשער האט דאן גענוצט קרעינס מיט טשערי פיקקערס צו אונטערהייבן די ברוכווארג, אזוי אויך האבן זיי אונגעשטעלט פראוויזארישע זוילן אנצוהאלטן די אונטערשטע שטאקן פון איינפאלן.

די אורזאך פון דעם פלוצלונגדיגן פייער איז דערווייל אומבאקאנט. אבער אן אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן צי דאס איז געווען אן עקסידענט אדער א פארנאכלעסיגקייט. די בעל בתים פון די פירמע האבן געמאלדן אז אלע אריבער 100 ארבייטער וועלן באקומער באצאלט פלאס בענעפיטן אין די צייט פון די אויספארשונג טראץ וואס די ביזנעס איז צייטווייליג געשלאסן.
צוגעלייגטע
000077777.jpg
000077777.jpg (46.71 KiB) געזעהן 1419 מאל
000066666.jpg
000066666.jpg (47.22 KiB) געזעהן 1420 מאל
00005555.jpg
00005555.jpg (42.97 KiB) געזעהן 1419 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג פאברואר 10, 2008 10:58 am

ווער עס וויל נאר אביסעל משיג זיין וואס דאס מיינט א בראנד וואונד פון פארברענטע צוקער זאל אויף קאכען א טראפעלע צוקער אין א טאפ און עס אנרירען.

די יסורים איז אין לשער.

שכח שוועמעל פאר די אפדעיט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 10, 2008 5:03 pm

אנדי, ביסט צודרייט? וואסי מיט דיר? פארוואס הייסטו אזעכע פאני זאכן?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג פאברואר 10, 2008 7:33 pm

איך הער אמעהייהסטעך טאנצען פון דאך וועסטו אויך פרעגן פארוואס ער הייסט זעכע פאני זאכען אדער וועסט געבן א שמייכל א געזאגט איך הער און געגאנגען ווייטער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 10, 2008 7:36 pm

זיידעניו, כ'טראכט ערענסט פון זעך באליידיגן, אבער איר זענטעך גארנישט שולדיג, איר קענט מיך דאך נאכנישט, סאו עלעך מעך נישט, כעלעס לאזן פאר די חברים דא מיך צו פארענטפערן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג פאברואר 10, 2008 8:16 pm

אוי אנשטשאלדיגט
אם ססאאאאאאארי
איך כ' האבמ נישט געוויסט
כ' האבנישט געמיינט
כ' נישט געוואלט
יואש טוה מער א טובה
דאס האט מער אויסגעפעלט אויף דערעלטער צו באליידעגן א אידישע סעקרעטאר

און דאס וואס די זאגסט אז כ'קען דען נישט אפשר מאלסטע מיר אפ וואס די ביסט (נישט ווער די ביסט)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג פאברואר 11, 2008 4:05 pm

אפמאלן וואס איך בין? איך שעם מיך.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 11, 2008 5:52 pm

שוועמל, יישר כח פאר די נייעס.

ברענג מער אטפטער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 12, 2008 8:23 pm

USA Today

אפדעיט;
די שווערע פייערן האבן זיך נאך אלץ נישט אפגעשטעלט אין דעם גיגאנטישן צוקער פלענט זאגן די היינטיגע נייעס קוועלער.
עס גרייכט שוין ביי 6 טויטע און 2 פעלענדע ארבייטער, און צוגאב צו די שווער געפלאגטע וואס ראנגלען זיך אין שפיטאל.

פייערלעשער אזוי ווייט ווי איסטערן טעקסעס זענען אריינגערופן געווארן צו הילף אין באקעמפן די העלישע פייערן וואס גרייכן א רעקארד היץ פון 4000 דעגרי פערנהייט!
(אין די ווארלד טרעד סענטער איז די פייער געווען 'בלויז' 2500 דעגרי וואס האט עווענטועל געפירט צום צוזאמענפאל פון די צווילינג בילדינגס)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, אזוי האלטסטע?, בן איש חי און 16 געסט