העלפט די חסיד'ישע חינוך אין לעיקוואד

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

העלפט די חסיד'ישע חינוך אין לעיקוואד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

טייערע חברים:

איך קום צו אייך היינט מיט א בקשה ארויסצוהעלפן די חסיד'ישע ישוב אין לעיקוואד.

ווי יעדער ווייסט און עס איז שוין ברייט באקאנט, מיט פולע אשכולות דא אויף די וועלטל, איז לעיקוואד די לעצטע פאר יאר געווארן די צענטראלע עיר מקלט פאר אלע חסיד'ישע קהילות וואס ווילן זיך ארויסזען פון די דירות קריזיס אין די שטאט ניו יארק סיטי.

פאר בע' אכט יאר צוריק ווען די ערשטע נחשונים האבן זיך אנגעפאנגען ארויסצוציען קיין לעיקוואד, האבנדיג א ווייטע בליק אז דאס איז די ריכטיגע ישועה מיט די מערסטע אפארטוניטיס פאר א היימישע ישוב מיט אלע באקוועמליכקייט, האבן חסיד'ישע אינגעלייט וואס האבן עוסק געווען על המחי' ועל הכלכה באמונה און געפירט פרומע צניעות'דיגע שטובער זיך געזען מיט א פראבלעם אז עס פעלט זיי א חסידי'שע מיידל סקול וואס ווערט געפירט אויף די זעלבע וועג אזוי ווי זיי האבן געהאט פאר'ן זיך ציען קיין לעיקוואד.

דא קומט אריין בת ישראל מיידל סקול, געעפנט בעצת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי זצוק"ל, וואס עטליכע פון זיינע חסידים האבן דא געוואוינט און האבן זיך אפגערעדט פאר אים איבער די פראבלעם, האט ער דענמאלטס געהייסן עפענען א חסידי'שע מיידל סקול, וואס זאל זיין פונקט אזוי ווי חסידי'שע מוסדות אין אלע אנדערע שטעט, און ער האט געוואלט אז דאס זאל דינען יעדע אינגערמאן וואס זוכט צו געבן א חסידי'שע חינוך פאר זיינע טעכטער.

דורכאויס די יאר'ן ווען עס האבן אנגעפאנגען צו קומען מער און מער קהילות, האבן די אלע געשיקט די קינדער אנפאנג אין בת ישראל, א דוגמא בעלזא אינגעלייט וואס ווילאנג בעלזא האט נישט געהאט קיין אייגענע סקול האבן זיי געשיקט קיין בת ישראל, אזוי אויך פון סאטמאר איז אויך דא א היבשע ביסל אינגעלייט וואס שיקן אהין.

ווי ריכטיג איז די ווערטער וואס איינע פון די חשובע רבנים פון שטאט וואס האט געשיקט עטליכע פון זיינע קינדער אין די מוסדות און עטליכע אין אנדערע, האט זיך אויסגעדירקט ביי א מסיבה לטובת די מוסדות: אז דאס וואס בעלזא און סאטמאר און אלע אנדערע קהילות קענען קומען יעצט קיין לעיקוואד איז שטארק צו פארדאנקען בת ישראל.

דאס אלעס ביז אהער איז לגבי די רוחניות חלק, לגבי די גשמיות איז ביז יעצט געפאלן די עול אויף איין איד וואס האט זיך געפלאגט דורכצושטופן די בודזשעט, אבער יעצט איז שוין כלו כל הקיצין און די לאך איז זייער גרויס, און עס מוז געשאפן ווערן די סכום פון הונדערט צוואנציג טויזענט דאלער צו קענען צאלן די חובות און ענדיגן די שולע יאר מיטן באצאלן אלע איינגעשטעלטע און זיך קענען גרייטן פאר די קומענדיגע יאר בהרחבת הדעת.

יעדע דאלער וואס ווערט געגעבן ווערט געמעטשט דורך עטליכע נדיבי עם, אבער געדענקט דאס איז נאר היינט!

איר קענט זיך ביישטייערן דורך די לינק

https://www.charidy.com/basyisroel/jlebowitz
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

רבותי כאפט אריין, יעדע דאלער ווערט געמעטשט, נאך איין שעה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”